מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער... מיט א פרישן האק...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

שכוח פארדינט פארן ארויפברענגען
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

אה, מ'האלט שוין ביי די ליכטיגע ספר ה"ישר" (גראדער) סדרות. (עי' ע"ז כה. מאי ספר הישר וכו' זה ספר אברהם יצחק ויעקב ופירש"י ספר בראשית).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מיר האבן נישט פארגעסען פונעם המשך יבוא
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

האפענטליך וועט שפעטער אין די וואך זיין א המשך.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

גראדער האט געשריבן:האפענטליך וועט שפעטער אין די וואך זיין א המשך.

אה... א גוטע בשורה!
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

מיר כ'מיין די קינדער ווארטן בכליון עינים
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

הער גראדער מיר ווארטן בדחילו ורחימו
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גראדער האט געשריבן:המשך יבא דעם קומענדיגן יאר אם ירצה השם...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זכרנו ימים, פאריאר האבן מיר יעדן דאנערשטאג נאכט זיך באלעקט מיט די גראדער סדרות... מיר ווארטן בכליון עינים.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

גראדער עני טשענסעס מיר זאלן נאך זוכה זיין די וואך אויף פרישע ווארע?

עס לעכצן אידישע נשמות זיך צו דערקוויקן מיט דיינע הערליכע מאמרים


בייגעלייגט איז א PDF פון די ביז איצטיגע ארטיקל
אטעטשמענטס
דער מדרש דערציילט.pdf
(219.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 417 מאל
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

בעזהשי''ת
אין די לעצטע רגע הערט נח א רעש אין די וואסער ווי איינער לויפט מיט גאר גרויסע טריט, קיין פחד האט ער שוין נישט געהאט, ער האט געוואוסט אז שעדיגן קען אים קיינער נישט, ער האט שוין פריער געזעהן וואס האט פאסירט מיט די אלע וואס זענען געקומען מלחמה האלטן מיט אים, ער איז געווען זיכער אז עפעס א לייב וועט שויון אפשטעלן יענעם.

פונדערווייטנס האט ער אים שוין דערקענט, יא, ס'איז עוג, איינער פון די ריזן, אבער וואס גייט פאר? פארוואס לאזן די לייבן אים אדורך? קוקט אויס אז דער רבש''ע איז מסכים ער זאל בלייבן לעבן.

"ר' נח, איך בעט אייך ברחמים, לאזט מיר לעבן דא מיט אייך, איך שווער איך וועל זיין א קנעכט פאר דיר און פאר דיינע קינדער אויף אייביג, נאר לאז מיר אריין דא" (גמ' זבחים קי''ג)

"עוג טייערער, איך זעה טאקע אז די חיות האבן דיר אריבערגעלאזט, אבער אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי די פלאנסט אריינצוגיין אין א תיבה וואס דו ביזט צען מאל העכער דערפון?"

''ר' נח טייערער, לאזט מיר נאר זיצן אויפן דאך, זאגט מיר נאר אז איר וועט מיר ארויסגעבן עסן פון פענסטער, וועל איך שוין זיין רואיג''.

"אקעי עוג, טאנץ ארויף, ס'שוין נישטא צופיל צייט''.

פלוצלונג האט אנגעהויבן שפריצן וואסער פון אונטער דער ערד (שהתחיל מתהומות ואח''כ ארובות השמים נפתחו ב''ר) נח זעהט אז דער מצב ווערט ערענסטער פון מינוט צו מינוט, מיט א געוואלדיגע כח שיסט ארויף וואסער פון לעכער וואס זענען געווארן אין דער ערד, אבער עפעס קולות הערט ער פון די אנדערע זייט גאס.

נח כאפט א בליק און ס'קאסט אים א שמייכל, וואס טראכטן זיי די אויבער חכמים, ער זעהט ווי מחנות מענטשן שלעפן זיך מיט ברייטע דיקע ברעטער, איינער א הויכער שטראמער מענטש קוקט אויס ווי ער פירט די זאך, ער ווייזט פונקטליך וואו אראפצולייגן די ברעטער צו פארשטאפן די לעכער... (סנהדרין ק''ח) ווי גלייך ער האט גענוג ברעטער און גענוג צייט ארומצלויפן אין די גאנצע וועלט פארשטאפן אלע לעכער...

א צווייטע גרופע איז געשטאנען קעגן איבער מיט גרויסע ספאנדשעס און פרובירט איינצוזאפן די וואסער... (שם)

נח גלייבט אליינס נישט וואס ער זעהט, דער מצב איז שוין געווארן אומדערטרעגליך, די חברה האבן אנגעהויבן איינצוזעהן אז ס'כמעט נישט מעגליך אפצושטעלן די וואסער וואס קומט ארויס פון די לעכער, אין א פארצווייפעלטע שריט פרובירן זיי אריינצוקוועטשן זייערע אייגענע קינדער אין די לעכער, אפשר אזוי וועט זיי געלונגען עס אפצושטעלן. (תנחומא)

נח שטייט און קוקט, ער האפט נאך אלץ אז אנשטאט פרובירן איבערצוקלוגן דעם מבול וועלן די מענטשן באשלוסן תשובה צו טון, ער ווייסט אז דער אויבערשטער דער רחום וחנון וועט אפילו יעצט ווען דער מבול איז שוין ביים שוועל נאך אלץ אננעמען זייער תשובה, אבער אנשטאט צו טראכטן אין די ריכטונג זעהט ער ווי זיי גרופירן זיך, מ'מאכט אמערדשענסי אסיפות וויאזוי אפצושטעלן די וואסער וואס שטראמט ארויס פון דער ערד.

נח האט נאך אנגעיאגט צו זעהן ווי די וואסער ווערט הייסער און הייסער, די לעצטע פאר וואס האבן פרובירט עפעס צו טון און זענען געקומען אין בארירונג מיטן וואסער האבן געכאפט אזא ברי אז ס'האט זיי געקאסט דעם לעבן.

פלוצלונג האט זיך אנגעהויבן צו הערן שרעקליכע דינערן, די הימל איז פארטונקלט געווארן, נח האט געגעבן אזא לעצטן בליק אויפן באליבטן שמייכלדיגן זון וואס איז יעצט אזוי גרוי געווארן, ער האט נישט געוואוסט אז ער געזעגנט זיך יעצט פון די זון שיין פאר לאנגע חדשים, א רעגן האט אנגעהויבן צו פאלן, טאקע א גאס רעגן, אבער נאך אלץ נישט קיין מבול, די וואסער איז שוין אנגעקומען ביז זיינע פיס קנעכל, ער האט מורא אז אויך ער וועט פארשוועמט ווערן לויפט ער שנעל אריין אין די תיבה.

נח איז שוין טאקע אין די תיבה אבער ער וויל נישט פארמאכן די טיר, אפשר דאך וועט זיין אזעלכע וואס וועלן נאך יעצט כאפן א הרהור תשובה, זאל דער טיר בלייבן אפן זיי זאלן זיך קענען מיטכאפן מיט די תיבה.

שטייענדיג ביים טיר זעהט נח ווי איינע פון די גאר גרויסע גיבורים קומט צו לויפן, נח דערמאנט זיך ווי ער האט אמאל פרובירט אים צו ווארענען אז ס'קומט א מבול, ס'וועט זיך גיסן וואסער סיי פון אונטן און סיי פון אויבן, נח האט זיך געבעטן ביי אים ער זאל באצייטנס תשובה טאן, דער גיבור האט אים חוצפה'דיג געענטפערט:

''איך זעה אז דו ווייסט בכלל נישט צו וועם דו רעדסט, אויב א מבול וועט קומען קען איך מיט מיינע פיס אפהאלטן די וואסער וואס קומט פון אונטן און מיט מיינע הענט די וואסער וואס קומט פון אויבן!''

יעצט לויפט ער מיט אלע כוחות צום תיבה, קוקט אויס אז ער האט שוין אויפגעגעבן אויפן פלאן אפצוהאלטן די וואסער, עפעס א חשבון האט ער יעצט צו ענדיגן מיט נח'ן...

פלוצלונג האט זיך אונטער זיינע פיס געעפנט א פרישער לאך גלייך פון תהום, א שטראם קאכעדיגע וואסער האט געגעבן א שפריץ ארויף, ער האט געכאפט א גוטן ברי אויף די פיס, די פיס האבן זיך אים פארדרייט, און ער האט זיך געגעבן גליטש אויס... כן יאבדו כל אויבך ה'. (מ''ר לא, יב. עיי''ש ג' פירושים על ''והיו רגליו מתערכלות'')

דער רבש''ע האט געזעהן אז אפי' מ'זעהט שוין קלאר אז אלע ווארענונגען פון נח ווערן מקוים טוען די רשעים נאך אלץ נישט תשובה האט דער אויבערשטער אליינס פארמאכט די טיר פון די תיבה. (פרד''א כג)

הלאלך און יקנעין, צוויי פון די הויפט פירער פונעם גרעסטן רויבער גרופע אין געגנט האבן שנעל געהויבן פיס צום גרויסן אוצר זייערן, ווען זיי האבן געזעהן אז דער מבול הייבט זיך טאקע אן האבן זיי זיך געמאכט א חשבון מיט זייער קרומע קאפ, ''אזוי ווי מיר גייען ארום א גאנצן טאג באראבעווען מענטן און צונעמען זייער געלט, האט זיך יעצט פארגליסט פארן באשעפער אונזער געלט, דעריבער ברענגט ער דעם מבול אונז אויסצו'הרג'נען, דערנאך וועט ער בלייבן מיט אונזער גאנצן פארמעגן" (עפ''ל). (במ''ר כח ז' שתחלה אבד כספם שלא יאמרו הקב''ה זקוק לרכושם)

קוים מיטן לעבן זענען זיי אנגעקומען צום ריזיגן סטארעדש, ס'שוין געווען אפאר פיס וואסער, אלע אוצרות פון די נידריגע פאליצעס גייען שוין חרוב, און יעצט ווען ס'האט אנגעהויבן צו רעגענען אזוי שטארק פון אויבן זענען שוין אויך די אויבערשטע זאכן געווארן גאר נאס.

''יקנעין! וואס וועט דא זיין, אונזער הארעוואניע פון גאנצן לעבן גייט צוגרינד!"

''קוק הללאך, די גאלד צוגייט, ס'ווערט צולאזט, ס'רינט ארויס פון אונטערן טיר!''

"איך מיין אז אונזער פארמעגן איז שוין ממילא דערנאך, לאמיר כאטש פרובירן זיך ראטעווען דאס לעבן''.

''גוט, לאמיר לויפן פון דא''.

זיי האבן געכאפט הענט און פיס און אנגעהויבן צו לויפן.

''יקנעין, וואו לויפט מען? אויף וועלכע זייט איך קוק זעה איך ווי דער שרעקליכער שטורעם ווינט רייסט אויס ביימער, ווארפט איין בנינים, (רמב''ן) וואו טראכסטו קענען מיר זיך ראטעווען?!"

''קום הללאך, מיר זענען דאך גאר הויכע מענטשן, אפשר דא אין טאל וועט אונז דער וואסער איבערדעקן און מיר וועלן דערטראנקען ווערן, אבער דעם הויכן בארג דא אויף די לינקע זייט גלייב איך נישט די וואסער וועט איבערדעקן, לאמיר ארויפלויפן דא''. (תנחומא ז)

''דו ווייסט דאך אז איך בין קיינמאל נישט גוט געווען אין לויפן אויף בערג, בפרט ווען די וואסער קומט מיר שוין אן העכער די קני, און ס'איז נישט סתם וואסער, ס'איז נאך אזוי געדעכט ווי ליים (מדרש לקח טוב) קוים וואס איך קען גיין''.

"אוי, איך האלט עס נישט אויס, די וואסער פון אונטן איז קאכעדיג הייס, די וואסער פון אויבן איז אייז קאלט, איך ווער פארפרוירן און צולאזט אין די זעלבע צייט...''

"הללאך, טראכט נישט יעצט פון דיינע פוילע שטיקעס, הייב פיס און לאמיר לויפן, אז נישט זענען מיר פארלוירן אויף אייביג, איך פארגין נישט פאר נח אזא זיסן נקמה אין מיר''.

זיי האבן זיך גענומען לויפן מיט אלע כוחות, די וואסער איז געווארן העכער און העכער, פון אלע זייטן האבן זיי געזעהן ווי מענטשן פאלן ווי פליגן, די וואס זענען נישט געווען אזוי הויך ווי זיי זענען שוין לאנג דערטרונקען געווארן, ''נאך א מזל אז מיר זענען אזוי הויך געוואקסן, אזוי קענען מיר עס איבערלעבן דערווייל, הערסט הללאך?"

''הללאך?!"

''הללאך?!"

''פארוואס רעדסטו נישט? פארוואס ווערט דיין גאנצער פנים בלוי?!"

"אאאווייי יקקקננננעיןןןן, איך ווער דערשטטטטטטיקקקקט, די לופטטטט איז עפעעעעעעעס אזוי דיקקקק, איךךךךך קען נישט אטטטטטעממען". (גמ' זבחים קי''ג ב, מתו משום הבלא)

און פאר זיינע אויגן האט הללאך זיך געגעבן א שטרעק אויס און געשטארבן.

יקנעין האט נישט קיין צייט צו טרויערן, די וואסער ווערט העכער און העכער און ער דארף נאך אנקומען צום שפיץ בארג, מיט זיינע לעצטע כוחות שווימט ער אין די געדעכטע היי-קאלטע וואסער צווישן ביימער און טויטע קערפער, פון אלע זייטן שווימען ארון שטיקער מעבל, בענקלעך, מאטראצן, טויטע בהמות, ביז ער איז ענדליך אנגעקומען צו א טרוקענעם שטיקל יבשה אויפן שפיץ בארג.

יקנעין שטעלט זיך אפ, ער אטעמט אפ, ער פרובירט אביסל אויסצוקוועטשן זיינע נאסע בגדים, פארמאטערט און פארסאפעט זעצט ער זיך אוועק אויף א שטיין.

ער פריידט זיך צו זעהן אז ער איז נישט דער איינציגסטער, ארום אים זיצן נאך מענטשן וואס האבן זיך ארויפגעדראפעט אויפן בארג זיך צו ראטעווען, ''אויב די אלע מענטשן טוען אזוי, מן הסתם איז עס א קלוגער שריט'' טראכט ער צו זיך.

פלוצלונג, אן קיין פריערדיגע ווארענונג האט זיך אראפגעלאזט פון הימל א פלאם פייער, און פון די אלע גרויסע גיבורים איז נישט געבליבן מער ווי בערגל אש... (תנחומא)

מ'ארבעט נאך אויף א המשך, לאמיר האפן נאך פאר שבת.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

גראדער, גוט מארגן.
ישר כח!
חזק ואמץ!
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

* * *

דער טיר האט זיך שוין פארמאכט, נח מיט זיינע קינדער שטייען פארגליווערט, ס'גלייבט זיך נאכנישט אז ס'פאסירט טאקע אין די ווירקליכקייט דאס וואס זייערע אויגן זעען.

נח איז גאר שטארק אויסגעמוטשעט, שוין 120 יאר וואס ער ארבעט אן אויפהער אזוי ביטער שווער, קיינער האט נישט צוגעלייגט קיין האנט אים צו העלפן בויען דעם גיגאנטישן תיבה, נישט זיינע קינדער און פארשטייט זיך נישט זיינע שכנים און גוטע פריינד, ער האט זיך געדארפט אליינס מוטשען שלעפענדיג די ריזיגע שווערע ברעטער.

נישט אלעמאל האט ער עס געקענט באווייזן אליינס, דעמאלס האבן מלאכים אים געהאלפן, ער דערמאנט זיך ווען ער האט געדארפט אויסשטעלן די לאנגע העלצער פון דריי הונדערט איילן אויף די לענג פון די תיבה, ער איז געשטאנען און זיך געוואונדערט וויאזוי קען אזא אלטער שוואכער מענטש בכלל שלעפן אזעלכע גרויסע שווערע העלצער, פלוצלונג האט ער געזעהן ווי די העלצער שטעלן זיך אויס שיין אין א סדר אזוי ווי ס'פעלט זיך אויס, ס'האט אויסגעקוקט ווי דער תיבה בויעט זיך אליינס... (אב''ע ו, יד.)

אויב האט ער געמיינט אז יעצט וועט ער קענען זיצן אביסל במנוחה און זיך אויסשלאפן האט ער אבער געוואוסט דעם פאקט אז פונקט דאס פארקערטע ווארט אים אפ.

נח האט צוזאמגערופן אלע זיינע קינדער אויף א וויכטיגע אסיפה.

אויפן העכסטן שטאק אין א ווינקל האבן זיך אוועקגעזעצט נח, שם, חם און יפת.

''הערט זיך צו מיינע קינדער'' האט נח אנגעהויבן. ''אונזער מצוה יעצט זיכער צו מאכן אז די אלע בהמות חיות און עופות וואס דער רבש''ע האט אריינגעשיקט דא אין די תיבה זאלן איבערלעבן די צוועלף חדשים, מיר דארפן זיי אלעס צושטעלן זיי זאלן קענען לעבן במנוחה, פארשטייט זיך אין דעם איז אריינגערעכנט זיי צו גיבן צו עסן''.

''אבער טאטע'' רופט זיך אן יפת, ''פון די ביסל עסן וואס מיר האבן אריינגעברענגט אין די תיבה וועט דען זיין גענוג צו שפייזן אזא גרויסע מחנה אזא לאנגע צייט?"

''זארג זיך נישט יפת, דער רבש''ע וועט אריינשיקן די ברכה און ס'וועט זיין גענוג''.

חם האט זיך גארנישט צוגעכאפט צו די שווערע ארבעט, ''אבער טאטע, וואס וועט זיין מיטן שלאפן! ס'דא חיות וואס עסן בייטאג, ס'דא וואס עסן ביינאכט, יעדע שעה עסט א צווייטער, ווען וועל איך קענען כאפן א פעסטן שלאף דא?! וואס וועט זיין?''

''חם טייערער, פאר די קומענדיגע צוועלף חדשים פארגעס פונעם ווארט שלאפן! (תנחומא) מיר קענען נישט הנאה האבן דא ווען די גאנצע וועלט גייט אונטער, קיין שום הנאות טארן מיר נישט האבן דא אין די תיבה, מיר דארפן נאר טון וואס דער אויבערשטער הייסט אונז, וועסט שוין גענוג שלאפן ווען דער מבול וועט זיך ענדיגן!''

''טאטע זיסער'' רופט זיך אן שם מיט הכנעה, ''איך בין מסכים מיט אלעם וואס דער אויבערשטער וועט אונז הייסן דא אין די תיבה, איך וויל נאר וויסן צו מ'האט איינגעפאקט א זייגער, איך דארף פשוט וויסן ווען ס'ווערט טאג, ווען ס'איז סוף זמן קריאת שמע, ווען מ'קען אנטאן טלית ותפילין צום דאווענען, מ'דארף רעכנען די טעג ווען ס'ווערט שבת און יו''ט, איז דא עפעס אן עצה דערצו טאטע?" (יפ''ת על מ'' לא)

''נו אוודאי מיין טייערער שם'' זאגט נח מיט נחת, '' פונעם פענסטער קען מען טאקע נישט זעהן ווען ס'איז טאג אדער נאכט ווייל דער זון ארבעט נישט די טעג, אבער אויפן צהר שטיינדל קען מען גוט דערקענען, ווען ס'שיינט שטארק איז נאכט, ווען ס'הייבט אן שוואכער צו ווערן מיינט אז ס'הייבט אן צו ווערן טאג, די זעלבע זאך ווען דו זעסט דער שטיין הייבט אן צוריק שטארק צו שיינען לויף שנעל דאווענען מנחה ווייל נאך אביסל ווערט נאכט...'' (מ''ר לא)

נח נעמט ארויס פון א גאלדענעם האלטער א הערליכן ביכל געמאכט פון דיאמאנט שטיינער, ער האט עס באקומען פון מלאך רפאל, דארט שטייט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פירן אין די תיבה, פונקטליך וואס יעדע בהמה און חי' עסט, ער רעדט ווייטער:

''הערט זיך צו קינדער, דער תיבה באשטייט פון דריי שטאק, (יש הרבה שיטות מה הי' באיזה קומה, כתבנו קצת לפי דברי הפרדר''א כג, וביאור הרד''ל שם, וקצת לפי דברי רש''י שלא לבלבל הילדים שיודעים בפשטות כדברי רש''י) די אונטערשטע איז אונטערן וואסער, די לופט דארט איז זייער פארפעסטעט, וועלן מיר האלטן די גאר שטארקע חיות, אויך די מיסט וועלן מיר דארט אריינווארפן.

דער מיטעלסטער שטאק איז אויסגעשטעלט מיט שטיבעלעך פאר די איבריגע בהמות און חיות, ס'דא הונטער פופציג שטיבעלעך אויף ביידע זייטן פון די לענג, און דריי און דרייסיג אויף ביידע זייטן, סך הכל איז דא דריי הונדערט זעקס און זעכציג שטייגן אויף די מיטעלסטע שטאק פאר בהמות און חיות, די אלע שטייגן זענען ביי די פיר ווענט ארום די תיבה, אינדערמיט זענען דא צען גרויסע מאגאזינען וואו ס'ליגט די עסן פאר די גאנצע צייט''.

''טאטע, וואס וועט זיין מיט וואסער, איך בין ''שוין'' דורשטיג'' דערמאנט זיך חם.

''זארג זיך נישט, אלעס האט מען אינזין געהאט, אויף יעדע זייט איז דא פינף פענסטערלעך פון וואו מ'קען אריינלאזן וואסער אפצושווענקען די שמוץ און אויך וועט מען קענען לאזן די וואסער זיך אויסקילן און דער אויבערשטער וועט העלפן ס'וועט ווערן פיין און געשמאק צום טרינקען''. (ברוקח שנח הכניס גם מים לשתי')

''און די עופות?" פרעגט יפת, ''וואו פלאצירט מען זיי?"

''די עופות זענען צוגעוואוינט זיך צו דרייען צווישן מענטשן וועלן זיי וואוינען דא אויפן אויבערשטן שטאק מיט אונז צוזאמען, (סנהדרין ק''ח) אויך די שקצים ורמשים, די קאקאראטשעס און דשוקעס וואס דרייען זיך ביי יעדן אינדערהיים וועלן וואוינען מיט אונז אויפן אויבערשטן שטאק..."

''טאטע'' רופט זיך אן שם ''וויאזוי איז דיר געלונגען צו בויען אזא הערליכע תיבה, אזוי גוט אויסגערעכנט יעדע זאך, ס'זאל אזוי גוט שטימען פאר אלע בהמות חיות און עופות, איך זעה אז פון וואס מיר טראכטן נאר האסטו שוין צוגעגרייט אן עצה אין די תיבה''.

''איך וועל דיר ענטפערן שם, פאר איך האב אנגעהויבן צו בויען האט דער אויבערשטער מיר געוויזן א קלארן בילד פונקטליך וויאזוי די תיבה דארף אויסצוקוקן, דערפאר האב איך פונקטליך געוואוסט וואס צו בויען". (פרדר''א כג)

חם האט זיך נאך אלץ נישט געקענט בארואיגן ''טאטע, דו ווייסט דאך אז איך בין א באקוועמער מענטש, איך הער יעצט אז אויף מיין שלאף וועל איך דארפן מוותר זיין, שוין, כ'האב נישט קיין ברירה, אבער עסן דארף איך האבן צו די זעט! איך זעה אז קיין גרויסע גליקן וועל איך נישט האבן דא, בעיקר האסטו אריינגעברענגט אסאך געטריקענטע פייגן, איך פארשטיי אז ס'האט א סיבה, פשוט ווייל דאס איז אן עסן גוט סיי פאר מענטשן און סיי פאר בהמות, (ב''ר לא, יד.) אבער זאג מיר נאר איין זאך, וויאזוי וועט זיך די עסן האלטן פריש אזוי לאנג? איך האב נישט קיין כח צו עסן פארדארבענע פייגן!"

"הער אויס חם, דער רבש''ע האט מיר צוגעזאגט צוויי זאכן פאר איך בין אריין אין די תיבה, איינס אז די רשעים וואס האבן מיר געסטראשעט אז זיי וועלן מיר נישט לאזן אריינגיין אין די תיבה, זיי האבן צוגעזאגט עס צו צוברעכן, האט מיר דער אויבערשטער געזאגט ער וועט עס נישט צולאזן, איך וועל זיך נישט דארפן אריינ'גנב'ענען שטילערהייט ווי א גנב אין די תיבה אריין, נאר אינמיטן טאג פאר זייערע אויגן וועל איך קענען אריינגיין און זיי וועלן מיר גארנישט קענען טון, און אזוי איז טאקע געווען ווי דו האסט פריער געזעהן, דעם אויבערשטנס ווערטער זענען פונקטליך מקוים געווארן''.

''וועט זיכער מקוים ווערן אויך די צווייטע זאך וואס דער אויבערשטער האט מיר צוגעזאגט, די פירות וועלן בכלל נישט פארפוילט ווערן, און נישט נאר דער טעם וועט בלייבן פריש, נאר אויפן אויסקוק וועט עס אויך אויסקוקן פריש און געשמאק ווי ס'איז היינט באשאפן געווארן...'' (ב''ר לא שלא ישנו את הצורה)

''נאך איין שאלה טאטע זיסער'' האט זיך אנגערופן יפת, מיר האבן בעיקר געברענגט דא גראזן און פרוכט, דער לייב און אנדערע ווילדע חיות זענען דאך צוגעוואוינט צו עסן פלייש פון אנדערע חיות וועם זיי פארציקן, וואס וועלן מיר זיי דא געבן צו עסן?"

''קוק יפת'ל, דער לייב און די אנדערע, ווען זיי וועלן ווערן גוט הונגעריג און זיי וועלן נישט האבן וואס צו עסן וועלן זיי זיך זייער גערן צוכאפן צו א גוט שטיקל דבילה פייגן...'' (אב''ע ו, כ.)

חם האט נישט אויפגעהערט זיך אפצורעדן, נח האט זיך שוין געוואלט נעמען צו די ארבעט, אבער חם האלט אים אפ:

"טאטע! דו מוזט מיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר, די אלע בהמות און חיות צו וועם איך האב ווייניג געדולד האסטו מיר אנגעברענגט אין די תיבה, חוץ פיש! מיין באליבסטע זאך, אין יעדן שטוב ביי מיר אינדערהיים האב איך געהאט א פיש טאנק, ס'בארואיגט מיר די נערוון, קוק איך אין די גאנצע תיבה און ס'נישטא קיין פיש פאר קיין רפואה...''

''האסט גוט געפרעגט חם, וועל איך דיר טאקע ענטפערן, אויף אלע מענטשן און אויף אלע חיות איז דא דער גזירה פונעם מבול, ווייל זיי האבן געזינדיגט, אבער אויף די פישן נישט, זיי האבן נישט געזינדיגט, האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן אין זיי די חכמה צו אנטלויפן צום גרויסן אוקינוס, אפילו דער אויבערשטער חלק וואסער וועט אויך הייס ווערן פון די מבול וואסער וואס רינט אריין דארט, זענען די פיש אראפ גאר טיף, און דארט וועלן זיי געראטעוועט ווערן''. (רמב''ן ז, כג)

ביטער שווער האט נח געארבעט אין די תיבה, ער איז ארומגעלאפן בייטאג און ביינאכט גיבן צו עסן פאר אלע באשעפענישן דארט, איינמאל באמערקט נח עפעס א ווינקל ווי א פייגל וואס הייסט חול שלאפט אזוי שטיל און געשמאק, ''וואס גייט פאר מיט אים'' קיינמאל בעט ער נישט קיין עסן!'' כאפט זיך נח.

נח האט געקענט די שפראכן פון אלע חיות און עופות, פרעגט ער דעם פייגל, ''פארוואס פראוועסטו תענית'ים דא? פארוואס בעטסטו נישט קיין עסן?"

זאגט אים דער פייגל, ''איך זעה ווי ביטער שווער דו ארבעטסט דא, האב איך דיר נישט געוואלט מטריח זיין''.

ווען נח האט געהערט וואספארא רחמנות'דיגער פייגל ער איז האט ער אים געגעבן א ברכה:

"דער אויבערשטער וואס שפייזט אלע באשעפענישן פון די וועלט זאל העלפן דו זאלסט לעבן אויף אייביג! דו זאלסט קיינמאל נישט שטארבן!''

איבעריג צו זאגן אז נח'ס ברכה איז מקוים געווארן און דער פייגל לעבט נאך עד היום הזה. (גמ' סנהדרין)

נח איז נישט נאר געווען דער קעכער און דער סארווירער אין די תיבה, אמאל איז ער געווען א דאקטאר אויך...

דער קאץ מיט די קעצ'לטע האבן אמאל שפאצירט אין די תיבה, פלוצלונג האבן זיי דערזעהן דעם מייזל, זאג דער קאץ פאר זיין קעצ'לטע, ''איך געדענק ווען איך בין געווען א קינד האט מיר אמאל מיין טאטע צוגעגרייט א געשמאקע סעודה, וואס מיינסטו האט מען סארווירט ביי די סעודה? מייזלעך! איך זאג דיר ס'איז געווען אזוי געשמאק אז איך שפיר נאך יעצט דעם טעם אין מויל... איך מיין מ'זאל מיר כאפן דעם מייז און פראווען א סעודה דא...''

דער מייזל מיט זיינע לאנגע אויערן האט עס דערהערט, האט ער שנעל געכאפט הענט אין פיס און געמאכט א ויברח... דער קעצל איז אים נאכגעלאפן, ס'איז געווארן לעבעדיג אין די תיבה... ביז דער אויבערשטער האט געמאכט א נס, ס'איז געווארן ערגעץ א לעכל און דער מייז האט זיך אריינגעכאפט, דער קאץ איז אבער נאכנישט געווען אזוי שנעל גרייט אויפצוגעבן אויף זיי גוטע סעודה, האט ער אריינגעשטיפט זיין מויל אינעם לעכל, דער מייז האט זיך פרובירט צו פארטיידיגן האט ער געגעבן א בייס דעם קאץ, דער קאץ האט מיט זיינע נעגל אוועקגעשטיפט דעם מייז'לס מויל, געענדיגט האט זיך עס אז דער מייז האט זיך צוריסן די ליפן...

ס'איז אריבער א שטיקל צייט, דער מייז האט זיך שוין געשפירט זיכער ארויסצוקומען פונעם לאך, איז ער מיט איין אטעם געלאפן צו נח, ''נח הצדיק, ביזט דאך אזא גוטער מענטש, איך בעט דיר פארניי מיר וואס דער קאץ האט מיר צוריסן...''

זאגט אים נח, "איך ניי זייער גערן, איך האב נאר איין פראבלעם, איך האב נישט קיין פאדעם מיט וואס צו נייען, גיי צום קאץ, גנב'ע אראפ א האר, ברענג עס מיר וועל איך דיר צונייען די ליפן".

דער מייז איז געגאנגען ווען דער קאץ איז געשלאפן, ער האט אראפגעציפט א האר, עס געברענגט פאר נח, און נח דער צדיק האט אים געמאכט סטיטשעס... (בראשית רבתי נח ז א)

איין צופרי ווען נח האט זיך געגרייט צו גיבן צו עסן פאר די חיות פרעגט אים יפת:

"טאטע, וואס איז דער לעדערנער קלייד וואס דו טוסט זיך אן יעדן טאג ווען די גייסט אריין צווישן די חיות?"

"אז דו ווייסט נישט וועל איך דיר דערציילן מיין קינד, ווען דער אויבערשטער האט באשאפן דעם זיידן אדם אין גן עדן האט ער נאכדעם וואס ער האט געזינדיגט אים געמאכט א קלייד פון לעדער, פון די הויט פונעם שלאנג, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט א נאטור אין דעם קלייד אז אלע חיות ציטערן דערפון, ווען זיי זעען עס ווערן זיי שוואך, אדם האט עס געגעבן פארן חנוך וואס האט עס געגעבן פארן זיידן מתושלח, יעצטנ פארן מבול האט מתושלח מיר עס איבערגעגעבן, נוץ איך עס כדי די חיות זאלן מיר נישט שעדיגן. (פרדר''א כד ועי' רד''ל שם, וזה הי' בגדי חמודות של נמרוד, כי חם גנב אותה אחר המבול, ונתנה לנמרוד, עד שעשיו הרג נמרוד ולקח הבגדים, ולאחר זמן לקחם יעקב מעשיו וטמנם באדמה.)

נח האט ממש נישט אויסגעהאלטן פון די שווערע ארבעט, ער האט נישט אויפגעהערט צו קרעכצן און בעטן ביים באשעפער, הוציאה ממסגר נפשי, נעם מיר ארויס פון דא, איך האלט שוין נישט אויס דעם ריח פון די אלע חיות, דער אויבערשטער האט אים אבער געענטפערט, דאס איז די גזירה, צוועלף חדשים דארפסטו דא בלייבן. (פרדר''א)

די פארפעסטעטע לופט, צוזאמען מיט די ביטער שווערע ארבעט האט נישט צוגעגעבן קיין כוחות פאר דעם זעקס הונדערט יעריגן נח, ער האט זיך ארומגעדרייט, קראנק, פארקילט, שפייענדיג בלוט, אבער דאך האט ער געטון זיין ארבעט בנאמנות. (ב''ר לב)

(נכתוב כשיטת רש''י, ועי' רמב''ן ודעת זקנים ושאר מפרשים שעושים החשבון בדרך אחר)
פערציג טאג האט אנגעהאלטן דער שווערער רעגן, כ''ז כסלו האט זיך דער רעגן געענדיגט, פון הימל איז טאקע מער נישט געקומען קיין רעגן וואסער, נח האט שוין געקענט עפענען דעם פענסטער אריינצולאזן אביסל פרישע לופט, (רמב''ן ח, ה. מעת שכלה הגשם הי' פותח החלון כרצונו) אבער פון אונטן, די תהומות האבן נאך ארויפגעשאסן וואסער מיט גאנצן כח, די תיבה האט זיך געשאקלט און געוואקלט אויף אלע זייטן, די מענטשן און די בהמות האבן קוים געקענט אויסהאלטן די וואקלענישן, ס'געווען צייטן וואס די לייבן, בערן, און וועלף האבן אזוי געוויינט און געשריגן אז פון דעם אליינס האבן די מענטשן זיך צוגעשטעלט צום געוויין... (ספר הישר)

נאך הונדערט פופציג טאג, א' סיון, האט דער אויבערשטער ענדליך רחמנות געהאט אויף זיי און די וואסער האט אויפגעהערט צו קומען, זיבעצן טאג שפעטער האט די תיבה זיך אפגעשטעלט אויפן שפיץ פונעם אררט בארג.

א' אב האט זיך ענדליך דער ערשטער שפיץ פון די יבשה ארויסגעזעהן פונעם וואסער, נח האט געווארט נאך פערציג טאג, און י' אלול האט ער ענדגילטיג געעפנט דעם פענסטער, ער האט באשלאסן בודק צו זיין צו מ'קען שוין פארלאזן די תיבה.

''פארוואס האסטו פונקט יעצט באשלאסן בודק צו זיין צו מ'קען שוין ארויסגיין?" האט אים איינע פון די קינדער געפרעגט.

''ווייל איך זעה אז די עסן הייבט זיך שוין אן אויסצולאזן, איך ווייס דאך אז ווילאנג מיר דארפן זיין דא שפייזט אונז דער רבש''ע, יעצט קוקט מיר אויס אז מיר דארפן שוין באלד ארויסגיין'' האט נח געענטפערט. (אוה''ח ח, ו.)

די ערשטע זאך האט נח געדארפט זעהן צו די לופט איז שוין אויסגערייניגט, ער האט דאך געוויסט אז בשעת'ן מבול איז דער גאנצער לופט געווען פארפעסטעט און דאס אליינס האט גע'הרג'עט מענטשן, (כדלעיל מגמ' זבחים) האט ער באשלאסן צו שיקן דעם עורב בודק זיין צו די לופט איז שוין ריין. (ספורנו ח, ז.)

דער עורב האט געהערט אז נח זוכט אים האט ער געמאכט פליטה, ער האט נישט געהאלטן ביים גיין, האט ער זיך באהאלטן אונטער די פליגלען פון אן אדלער, נח האט אים אפירגעזוכט, ווען ער האט אים געטראפן האט ער אים געשריגן:

"דו רשע! גיי ארויס פון די תיבה און קוק צו די וואסער איז שוין אראפגעגאנגען!''

חם וואס איז נישט געווען קיין גרעסערער צדיק ווי דעם עורב האט געפרעגט דעם טאטן:

"טאטע, פארוואס פונקט דער עורב?"

"דער ווילדער עורב האט נישט אויסגעפאלגט די באפעלן וואס מ'האט אנגעזאגט פאר אלע חיות וויאזוי זיך אויפצופירן אין די תיבה, וויל איך אים זעהן אינדרויסן פון דא וואס שנעלער!'' האט נח געענטפערט. (אוה''ח ח, ז.)

נח האט שוין געהייסן גיין אבער דער עורב גייט נישט.

''פארוואס גייסטו נישט ארויס פון דא?" האט נח געפרעגט דעם עורב שטרענג.

''יעדער האט פונקט מיר פיינט!'' האט דער עורב געענטפערט, ''דער אויבערשטער האט מיר פיינט, פון די טהור'ע עופות האט ער געהייסן אריינלאזן זיבן פארלעך, נאר פון מיר, דער טמא'נער עורב האט ער געהייסן לאזן איין פאר, און דו ביזט גארנישט בעסער, אנשטאט דו זאלסט ארויסשיקן א פייגל פון וואס דו האסט דא גענוג און נאך, א פייגל פון וואס דו האסט זיבן פאר, שיקסטו דווקא מיר, דער איינציגער לעצט געבליבענער עורב אויף די וועלט...''

''דו פארשטייסט נישט'' האט נח געזאגט פארן עורב, ''פון דיר עורב איז גענוג אז ס'איז דא איינס אויף דער וועלט, פונקט גענוג! פון די טהור'ע קען מען מקריב זיין קרבנות פארן אויבערשטן, מ'קען זיי עסן, דארף מען ווי מער, אבער פון דיר? ס'גענוג וויפיל ס'דא...''

בלית ברירה איז דער עורב ארויס פון פענסטער, ער איז אבער נישט געפלויגן צו ווייט, אויף איינע די שפיץ בערג האט ער געטראפן א נבלה פון א טויטן מענטש. (קוקט אויס פון ארץ ישראל וואו ס'איז נישט געווען דער מבול, ס'האט נישט גערעגנט דארט, ס'איז נאר אריינגערינען וואסער פון די ארומיגע מדינות וואו ס'איז יא געווען דער מבול) (פרדר''א כג) דער עורב האט געפראוועט א פעטע סעודה, דערנאך האט ער זיך ארומגעדרייט ארום די תיבה, ער איז נישט ארומגעפלויגן קוקן וואס דער מצב איז אין די וועלט, צו מ'קען שוין ארויסגיין.

נח איז געווען אזוי גערעגט אויפן עורב אז ער האט אים בכלל נישט געוואלט צוריק אריינלאזן אין די תיבה, דער אויבערשטער האט אים אבער געזאגט ער זאל אים יא צוריק ארייננעמען, ווייל ווען אליהו הנביא וועט וועט זיך באהאלטן פון אחאב וועט ער שיקן דעם עורב אים ברענגען עסן, האט נח צוריק אריינגעלאזט דעם עורב אין די תיבה. (ב''ר לג, ה.)

זיבן טאג שפעטער, י''ז אלול האט נח באשלאסן מ'דארף ווידער בודק זיין צו מ'קען שוין ארויסגיין, האט ער דאסמאל ארויסגעשיקט דעם יונה'לע, ער האט פארשטאנען אז אויב דער יונה וועט האבן וואו אראפצושטעלן די פיס וועט ער נישט צוריקקומען פון די תיבה, אזוי וועט נח וויסן אז מ'קען שוין ארויסגיין, דער יונה האט אבער נישט געטראפן וואו זיך אפצוריען, ער איז נעבעך ארומגעפלויגן א גאנצן טאג מיט זיינע לעצטע כוחות פארנאכטס ווען ער האט קוים געמאכט דעם וועג אויף צוריק צו די תיבה, נח האט אים געזעהן קומען האט ער אויסגעשטרעקט די הענט אים אריינצוברענגען אין די תיבה ער זאל נישט אריינפאלן אין וואסער ווייל ער האט שוין קוים געקענט פליען. (אוה''ח ח, ט.)

נאך זיבן טאג זענען אריבער, כד אלול, האט נח ווידער ארויסגעשיקט דעם יונה, דער יונה איז צוגעפלויגן קיין ארץ ישראל וואס דארט איז נאך געבליבן שטיין ביימער, דארט איז נישט אלעס צוגאנגען, פונעם הר המשחה האט ער אראפגעציפט א בלעטל פון א איילבירט בוים, און מיט דעם איז ער צוריק געפלויגן צו די תיבה. (רמב''ן ח, יא. וי''א שהביא מגן עדן)

נח האט געווארט נאך זיבן טאג, און א' תשרי, ר''ה שנת תרנ''ז האט ער ווידער פארשיקט דעם יונה, מער האט ער אים נישט געזעהן... ס'איז שוין נישט געווען קיין וואסער אויף דער ערד.

כמעט צוויי חדשים שפעטער, כ''ז חשון איז שוין די ערד געווען אינגאנצן טרוקן, נח איז ארויס אויף די יבשה צו א נייע וועלט, א שטילקייט האט זיך געהערט פון אלע זייטן, חוץ נח און די וואס זענען געווען אין די תיבה האט נישט עקזעסטירט קיין שום זכר אז לעבעדיגע באשעפענישן זענען דא אמאל געווען...

א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

נישט געקענט ווארטן אויף א פי די עף, שוין ארויס געפרינט .. גראדער נישטא קיין ווערטער .....
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א ריזן יישר כח

פארן ממשיך זיין מיט פרשת נח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נו, די וועכנטליכע בקשת טובה

פי די עף, פי די עף

ביטע
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

קרעמער האט געשריבן:נו, די וועכנטליכע בקשת טובה

פי די עף, פי די עף

ביטע
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

פי-די-עף נאר פון די פריש צוגעלייגטע.
אטעטשמענטס
דער מדרש דערציילט 2.pdf
(96.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 391 מאל
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

לתועלת הרבים לייג איך ארויף א ווארד פייל
אטעטשמענטס
מדרש נח ע''פ גראדער.doc
(203 KiB) געווארן דאונלאודעד 368 מאל
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

גראדער, אשריך שזכית לכך, מהנה צו זיין אזויפיל אידן ומזכה זיין בלימוד התורה.
יו מעיד מיי שבת! זאלסט זיין געבענטשט בכל הברכות האמורות בתורה.
צום ווידערזעהן האפענטליך נעקסטע וואך..

די גאנצע אבער קליינע אותיות
אטעטשמענטס
דער מדרש דערציילט.pdf
(177.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 478 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כחכם הרב גראדער, איר פארמאגט א גאלדן פעדער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מוטשע נישט האט געשריבן:גראדער, אשריך שזכית לכך, מהנה צו זיין אזויפיל אידן ומזכה זיין בלימוד התורה.
יו מעיד מיי שבת! זאלסט זיין געבענטשט בכל הברכות האמורות בתורה.
צום ווידערזעהן האפענטליך נעקסטע וואך..

די גאנצע אבער קליינע אותיות

א שיינעם דאנק!

(איך האב געמאכט FIT TO PRINTABLE AREA נאכדעם וואס די ערשטע דרוק איז ארויסגעקומען צו קליין)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג שיין, די קינדער (און איך) האבן זיך מחי' געווען שבת.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

מיינע קינדער האבן זיך מחיה געוווען
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נישט אנגעקומען ארויסצופרינטן פאר שבת, אבער קיינמאל צו שפעט, מ'גיימיר עס יעצט ליינען און פרינטן פאר די בני בית.

א ריזן יישר כח פאר ידידינו הדגול ר' גראדער שליט"א
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”