מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

וואס א חילוק האט געשריבן:הרב שווימט,

די קענסט זאגן נאך די הייליגע טעג אז די האסט תשובה געטון לויט וואס דער רמב"ם שרייבט?

אויב יא, וויל איך דיר געבן א קוויטל.

אויב נישט ביזטו די זעלבע ווי דער ברסלבער (נאר ער מיט אן הבטחה, און די?!!..)

א מין פאני וויכוח דאס?????
אויב דו...
און אויב דו ....
און אויב דו...
און ווייטער דו..
וואס א חילוק וואס דו און דו און דו...
תשובה איז תשובה, און וואס איז נישט תשובה איז נישט תשובה, אפגעזעהן צו איך אדער דו אדער יענער האט תשובה געטון אדער נישט
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

זבחי, ביזט גערעכט!!

און דאס איז טאקע מיין טענה אויף אים, פארוואס ער רעדט צום ברעסלעבער פאר צו זיך אליין!!

גוט געזאגט ש'כח!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

וואס א חילוק האט געשריבן:זבחי, ביזט גערעכט!!

און דאס איז טאקע מיין טענה אויף אים, פארוואס ער רעדט צום ברעסלעבער פאר צו זיך אליין!!

גוט געזאגט ש'כח!

וואס ווערסטו אזוי באליידיגט??
און טאמער האט ער יא גערעדט צום ברסלב'ער איז וואס?, איז ער גערעכט איז גערעכט און אז נישט איז נישט
וואדזשע שיסטו כאילו מען באשולדיגט די ברסלב'ע
'ראספשע' האט גראדע גע'טענה'ט אויף די ליזענסקע אויך, האט עם נאר נישט געענטפערט אויף דעם
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

באליידיגט?

איך האב סך הכל אים געוואלט מגלה זיין אז ער איז אין די זעלבע "פעקל" ווי דער ברעסלעבער!!

איין חילוק,

דער ברעסלעבער האט געפאלגט א צדיק אינדערמיט!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

ראספשע האט געשריבן:דער ר"ר אלימלך האט ציגעזאגט אז ווער ס'וועט זיין אויף זיין ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה, איז די שאלה וועמענס הבטחה איז שטערקער, ווייל ר' נחמן האט דאך נישט מבטיח געווען קיין תשובה, דאס מוז דער מענטש אליינס זוכה זיין, משא"כ דער ר"ר אלימלך האט דאך מבטיח געווען אז ער וועט זוכה זיין צו תשובה, ודוק

הלמאי?!

עס שטייט קלאר אז ארויסציען פון שאול תחתית מיינט אויף דער וועלט אויך..

דאס הייסט אז ר' נחמן וועט זיכער מאכן אז די קומסט פון דארט ארויס!!

אין אנדערע ווערטער: תשובה
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

וויל וועלן האט געשריבן:לכבוד פנחס בן חיים.

דו האסט אנגערירט א שטארקע נקודה, אבער זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות הכתובות בתורה, אזא תנאי האט זיך דער רבי נישט אויסגענומען ווען ער האט צוגעזאגט די הבטחה, און פארשטייט זיך אז דאס האסטו נישט בכח צוצולייגן.

דער רבי'ס הבטחה איז, אז ווער עס קומט צו זיין ציון און געבט א פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו און זאגט דעם תיקון הכללי, אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו וועט ער אים א טובה טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית.

מער האט ער נישט געזאגט.

ובלבד שלא ישוב לאיוולתו...
די ווערטער איז א תנאי פון די הבטחה
הכל לטובה!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

תן חיוך האט געשריבן:

יא אוודאי שטייט במפורש, תנאי קודם למעשה "אפילו אם יהיה אותו האדם איך שיהיה, אפילו אם עבר מה שעבר, רק מעתה יקבל על עצמו שלא ישוב לאוולתו חס ושלום"
ווען ער זאגט רבי מיינט ער מהראש
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

בלעטל האט געשריבן:

א מקור ביטע.

ווען איך זאג רבי מיין איך רבי און ווען איך זאג מוהרא"ש מיין איך מוהרא"ש; אגב מוהרא"ש איז געווען מיין רבי.

וויל וועלן האט געשריבן:

אוי וויי דארפסט א מקור פאר אלף בית, און דו ביסט מגיב אויף אייוועלט בעניני ברסלב..
עיין בחיי מוהר"ן רכ"ה
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

גערעכט, איך האב פארזען דעם סימן אין חיי מוהר"ן.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

נעווער מיינד לערנען חיי מוהר"ן, קאמען סענס און אזוי אויך א פשוטע גוגל זיך וועט דיר געבן די מקור.

איך האב עס געפינען ביי גוגל.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

נעווער מיינד גוגל, איך דארף איבער'חזר'ן חיי מוהר"ן.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

געפעלט מיר דאס זייער...

ארויסשלעפן פון שאול תחתית בעולם הזה. ד״מ תשובה...

קיינמאל נישט דערהערט... איז דאס דער פשטות?? ...
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

שאלה:

מאת משה:
שלום לכבוד הרב הצדיק [מוהרא"ש זצ"ל].
רבינו נחמן מברסלב אמר כל מיני דיבורים שיכולים לגרום לאדם לקחת עליהם 'טרמפ' ולתרץ את העבירות שלו - אפשר להגיד "אני לא אשם הרי זה היה חייב לקרות", או "גם אם חטאתי רבנו יתקן אותי, ואין לי ממה לדאוג". האם נכון להתנהג כך?

תשובה:

בעזה"י יום ג' לסדר וארא כ"ב טבת ה'תשע"ה

שלום וברכה אל משה נ"י

לנכון קבלתי את מכתבך.

רביז"ל בא לזה העולם לחזק ולעודד ולשמח את כולם, ולקרב אותם אל הקדוש ברוך הוא, ומובא (חיי מוהר"ן סימן רכ"ה) אשר בפירוש הבטיח רביז"ל בחייו ויחד שני עדים כשרים על זה כשיסתלק ויבואו על קברו ויתנו פרוטה לצדקה ויאמרו את העשרה מזמורי תהלים הנקראים תיקון הכללי, אזי יניח רביז"ל עצמו לאורך ולרוחב, ובודאי יושיע לזה האדם, ואמר שבהפאות יוציא אותו מהגיהנם אפילו אם יהיה אותו האדם איך שיהיה, אפילו אם עבר מה שעבר וכו', רק מעתה יקבל על עצמו שלא ישוב לאיולתו חס ושלום.

ובלילה שקודם הסתלקותו אמר לאנשי שלומינו "מה לכם לדאוג מאחר שאני הולך לפניכם?", ומה אם הנשמות שלא הכירו אותי כלל הם מצפים על תקונים שלי, מכל שכן אתם וכו'.

[וכתב מוהרנ"ת ז"ל: וכן אפילו אלו שלא זכו להכיר את רביז"ל בחייו, כשיבואו על קברו הקדוש ויסמכו עליו, וילמדו ספריו הקדושים, וירגילו עצמם לילך בדרכיו הקדושים הנאמרים בספריו הקדושים, בודאי יש להם על מה שיסמכו. אשריהם אשרי חלקם, ולא יאשמו כל החוסים בו, כי כבר גילה דעתו בכמה לשונות בפירוש וברמז שכל מה שעוסק עמנו אינו בשבילנו לבד, כי אם את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה].

ולכן איך יעלה על הדעת שרביז"ל מחזק את האדם לעבור עבירות והוא יתקן אותם? אדרבה! בזה שאדם זוכה להתקרב אל רביז"ל, הוא מכניס בו הרהור תשובה כזה שבצורה כזו אדם כבר לא רוצה לחטוא, אדרבה, הוא חוזר בתשובה שלימה עם כל הלב אליו יתברך, וזו המעלה של אדם שזוכה להיות בציון רביז"ל שנכנס בו אחר כך הרהור תשובה כזה שהוא לא רוצה לחזור אל הזבל והלכלוך שעשה וכו', ואדרבה, רביז"ל מכניס באדם חשק עצום ללמוד תורה בכל יום - מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכות ואגדות וכו', ורביז"ל הוא מטהר מכל הכתמים, וזה הכח של רביז"ל שאפילו שאדם שנכשל במה שנכשל עדיין יש לו תקווה לתקן את הכל, ולא רק לתקן מה שקילקל וכו' וכו', אלא יש בכוחו להעלות את האדם למדריגות הכי גבוהות שגדולי מובחרי הצדיקים זכו לזה.

ולכן אני לא מבין מה שאתה כותב שאדם יכול לחטוא ולהגיד שרביז"ל יתקן אותו וכו' וכו', מאיפה אתה לוקח דברים כאלו? אדרבה, מי שרק זוכה להתקרב אל רביז"ל אפילו שיהיה בעל עבירה הכי גדול וכו' וכו', יש בכח של רביז"ל להחזיר אותו בתשובה ולהביא אותו אל המדריגה הכי גדולה שרק יש, אשרי מי שזוכה להיות מקורב אל רביז"ל ואז טוב לו כל הימים.

המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

אימפעט האט געשריבן:געפעלט מיר דאס זייער...

ארויסשלעפן פון שאול תחתית בעולם הזה. ד״מ תשובה...

קיינמאל נישט דערהערט... איז דאס דער פשטות?? ...

איך ווייס נישט אויב דאס איז דער פשטות אבער ס'שטייט אזוי זיכער פון די ברעסלעבע רבי'ס (תלמידים)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

קרעמער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פארן שרייבער, עס האט זיך מיר שוין ערנסט פארגליסט אהינצופארן (אבער די לענגערע צום גדליה פראבלעם האלט מיך דערווייל צוריק)

למעשה ביסטו שוין אמאל געפארן?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

קרעמער האט געשריבן:די פאלגענדע ארטיקל האב איך ערהאלטן אין בליץ-פאסט פון הרוצה בעילום ניקו, איך שטעל עס ארויף במתכונתו (בלויז געציילטע גראמאטישע פארריכטונגען):

איך האב שוין לאנג געקלערט אראפצושרייבן און מיטצוטיילן פארן עולם מיין נסיעה.

די נסיעה פאר זיך איז ווערט אראפגעשריבן צו ווערן און בעיקר ווען די רעדע איז נאך אז מ'פארט קיין 'אומאן' וואס וואו יעדער ווייסט איז דאס א הייליג פלאץ אבער ס'איז אויך דא אסאך וואס צו פארציילן פון דארט.
פאר מיר איז די נסיעה געווען נאך מער ווייל ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס איך בין געפלויגן אויף א פליגער, און דאס האט אסאך צוגעגעבן צום מצב.

די יאר וואס איך בין געגאנגען איז ר"ה אויסגעפאלן אויף א דינסטאג און מיטוואך, איך בין שוין געפארן פאר שבת.

אלזא מיין נסיעה איז אריין און קראפט אום דארנעשטיג בערך צוויי נאכמיטאג דעמאלטס האב איך גענומען א טעקסי צו פארן צום עירעפארט.

וואו געשריבן פריער איז דאס פאר מיר געווען דאס ערשטע מאל מיטצולעבן אזא זאך וואו פארן אויף א פליגער און יעדע זאך האב איך טאקע באטראכט און זיכער געמאכט איך פארפאס נישט גארנישט,
און עירעפארט האט מען שוין געקענט זעהן אז דא טוט זיך אן אנלויפעניש פון אלע מינים..

די מערסטע וואס האט ארויסגעשטארט איז געווען ר' שמשון שווארץ פון ק"י מיט זיינע קינדער, זיי זענען אויך געקומען אויף דעם פליגער (דאס איז געווען א דירעקט פלייט אלעס היימישע אידן)
די שווארץ משפחה זענען אנגעקומען מיט פעק גענוג אויסצוהאלטן א גאנצע שבט, יעדעס קינד האט געשלעפט בערך פיר באקסעס ס'איז געווען א מחזה הוד...
ביי געוויסע ווינקלן אונעם עירעפארט האט מען געזעהן אידן שטיין און א זייט מיט א ליקוטי מהר"ן אדער א ליקוטי תפילות.. ס'איז צוקער סיז...

צוריק צו שווארץ משפחה, אזוי וואו די פעקלעך איז געווען מער פון וויפיל א מענטש מעג געזעצליך ארויפטראגן איז ער ארום געלאפן בעטן פון יעדעם וואס האט נישט געברענגט קיין סאך אייגענע זאל ביטע נעמען א באקס צוויי פון אום, און אזוי איז אום געלונגען אויסצושפרייטן זיינע זעקליך פארן כלל.

ארויפצוגיין אויפן פליגער האט אויך גענומען צייט ווייל איינע פון זיינע קינדער האבן פארגעסן מיטצוברענגן די פאספארט, ס'איז געווארן לעבעדיג ער דארף צוריק אהיים פארן..
עכ"פ נאך אלע מיטשענישן האט מען זיך ענדליך פינעף דרייסיג געטראפן אויפן פליגער,
די פליגער איז געווען א גרויסע פליגער די זיצן זענען געווען 2 - 3 - 2 דאס הייסט די צוויי זייטן האבן געהאט צוויי זיצן און אינמיטן איז געווען פאר דריי צו זיצן, מיר איז פארשטייט זיך געווען באשערט אז איך זאל זיצן אינמיטן פון די מיטעלסטע רייע דארט וואו איך האב נישט געוואלט, ווייל סיי מ'קעו נישט ארויסגיין זיך געבן א ציה אויס די ביינער און נישט מ'האט א פענסטער ארויסצוקוקן און מיטהאלטן דאס געהייבאכטס, וואס וואו געשמועסט איז דאס געווען מיין ערשטע רייזע און איך האב עס זייער געוואלט מיט האלטן. אבער אזוי איז באשערט געווען.

7:15 האט זיך די פליגער געהויבן און א גוטע שעה.
נאכן פליען א האלבע שעה האט מען סארווירט טרינקן דערנאך סאפיר, איך האב פון קיין איינס נישט געגעסן, פשוט ווייל איך גלייך נישט קיין פרעמדע עסן.
פארשטייט זיך אז די איד נעבן מיר האט מיך געבעטן אז איך זאל בעטן מיין פארציע און ער וועט דאס שוין פארטיגן, איך האב און עס געטוען זייער גערן, ס'האט מיך געקאסט א שמוציג הויזן, ווייל זייענדיג פארנימען איבער צופאקן פון ביידע פלעיטס האט א שטיקל פלייש/פיש זיך ארויסגעגליטשט פון זיין רשות און געלאנדעט אויף מיין הויזן. אבער דאס איז נאר געווען א פארגרייטונג אויף וואס ס'האט מיך געווארט די נעקסטע פאר טאג.

געפארטיגט מיט סאפיר האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב. ס'איז געווען אפאר מינינים ווען יעדער איז פארטיג געווארן מיט מעריב האט מען זיך געשטעלט.... טאנצען!!
יא איר ליינט פיין. אויפן פליגער נאך מעריב האט מען זיך אנגעכאפט און געשטעלט פאר א רקידה. די שמחה איז געווען אין לשער.. וואס איז??
וואס הייסט!! אומאן אומאן ראש השנה.. אומאן אומאן ראש השנה...
און דער עולם האט זיך געהויבן...

ס'האט נישט געהאלפן דאס וואס די פלייט אטענדענט האבן זיך געבעטן אז מ'זאל זיך זעצן. און איך הער וואו א איד איז אום מסביר אז דו ווייסט נישט וואס דאס מיינט אז מ'פארט קיין אומאן....
דער האט נישט געוואוסט וואס מ'וויל פון זיין לעבן, אבער ער האט געזען אז ער האט נישט דא צו וועם צו רעדן..

נאך אפאר מינוט האט זיך דער עולם אראפ געזעצט און ס'איז געווארן נאכט.
מ'האט אויסגערופן אז און דריי שעה ארום גייט מען וועקן צו שחרית (פארענדיג קיין רוסלאנד פארלירט מען זיבן שעה, די נאכט ווערט קורצער)

האב איך אודאי געמיינט אז כאטש די דריי שעה גייט זיין שטיל, אבער ווער וואס. מיין שכן האט אנגעצינדן א פלעש לייט און זיך געשטעלט זאגן תיקון חצות..
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן איינעם זאגן די תפילה און נאכדערצו דא אויף א פליגער אבער וואס מ'זעהט און אומאן זעהט מען נישט און ערגעץ...

נישט אויסגערעדט זיין אבער אידן וואס איך קען אינמיטן די יאר און געמיינט אז יא... האבן זיך דא אנגעטוען זייער רוסישע קוטשמע אויפן פליגער (ס'איז נישט געווען קאלט אויפן פליגער!!)
ווייל מ'פארט און אומאן און מ'דארף גיין גלייך וואו יעדעם..

נאך דריי שעה האט מען טאקע געוועקט פאר סליחות, שחרית, פרישטיג.

בערך א שעה נאך פרישטיג האט מען געלאנדעט, ווען די פליגער האט אנגערירט די רוסישע ערד האט זיך דער עולם ספאנטאן צוזינגען אומאן אומאן ראש השנה....
מ'האט עס געזינגען וואו און א כאר..
איך ווייס נישט ווען מ'האט זיך אפגעשמועסט אז מ'גייט זינגען אבער דאס איז זיכער אז ס'איז געווען אפגעשמועסט.

וואו געשריבן האבן די פלייט אטענדענטס שוין געזעהן מיט וועם זיי האבן צוטוען און זיי האבן שוין קוים געווארט אז די פליגער זאל עפענען די טיר און אראפלאזן דעם עולם.

אנקומענדיג דארט איז געווען בערך צעהן דרייסיג רוסישע זייגער נאכן ווארטן א שעה איז מען באפרייט געווארן נאכן דורך גיין א גרינטליכע אינטערזיכונג, און געגאנגען ארוסנעמען די פעקליך, ( נאך זייענדיג דא און ניו יארק האט דער עולם געווארנט אז די רוסישע זענען וועלטס גנבים און מ'דארף זיך היטן פון זיי, מיט די מחשבה בין איך געלאפן אויפפיקן מיינע פעקליך מיט א פחד אז אפשר בין איך שוין דא א קרבן צו די רוסישע קלעבעדיגע הענט..) ב"ה געטראפן די פעקליך אן קיין פראבלעם, פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א קבוצה פון דרייצן מענטשען די צוויי און א האלב שעה וועג קיין אומאן מיט א קליינע באס.
אנקומענדיג צום שטאט אומאן האט זיך אנטפלעקט דאס ריכטיגע בילד וואס טייטש אומאן. טויזענטער און טויזענטער מענטשען.. יעדער פון אן אנדערע סארט טייג געקנעטען. און יעדער טוט דאס וואס זיין געוויסן שטופט אום צו טוען.
איינער טאנצט אינמיטן די גאס, איינער שרייט, איינער פאטשט און זינגט,
אויב זאל איך עס פראבירן אויסצו'משל'ן וואלט איך עס צוגעלייגט צו פורים נאכמיטאג נאך די צווייטע סעודה, אבער באמת איז דאס קיין פארגלייך.
הלואי זאל פורים זיין אזוי לעבעדיג וואו ס'איז דארט געווען.

ספיקערס אויפן גאס קוויטשענען מיט אומבאנומענע קולות, איך פארשטיי נישט קיין ווארט! איך קען נישט אויפכאפן צו דאס איז א ניגון אדער א מימרא,
ס'איז ממש נישט צום באשרייבן די מצב.

אנקומענדיג דארף מען זיך ארויפשלעפן א שווערע בארג, שטייען דארט רוסישע גוים און פאר א טאללער טראגן זיי דיר ארויף דיינע פעקליך צו דיין האטעל, איך האט נאך אלס חרטה פארן זיי עס נישט געבן. איך שפיר נאך יעצט די ווייטאג פון שלעפן די רענצליך, אבער וואו געזאגט האב איך געהאט א געפערליכע פחד פון די חברה.

נאכן זיך דערשלעפן צום האטעל. וואס האטעל? יא. אזוי הייסט עס דארט!
מיין צימער איז באשטאנען פון פיר בעטן (צוויי באנג בעטס) איך האב באקומען די אויבערשטע בעט אבער אן קיין וועג אנצוקומען דארט.. א-חוץ אויב איך טרעט אויף מיין אינטערשטענס שכן'ס בעט, און דאס איז פאר ביידע פון אונז נישט ניחא געווען 'ודי'
מ'האמיר זיך עפעס פארשאפט א קליין העלצל צו קענען ארויפ שפרינגען.

אבער דא איז געקומען די בראך! ביים אויספאקן האב איך באמערקט אז איך האב פארגעסן איינצופאקן בעט געוואנט און א האנטוך.. און נאך איין זאך, דאס עסן קארטל!
לאמיר גיין פאוואליע, איך בין א שטיקל מפונק, און שלאפן אויף א צווייטנס בעט איז נישט מיין טיפ, אפגערעדט אויב האב איך נישט קיין בעט געוואנט דעראויף. אבער דאס איז די מציאות און איך האב געדארפט לעבן דערמיט.

נאכן זיך אויספאקן אביסל בין איך געלאפן און מקוה לכבוד שבת קודש. נאר צו רעדן פון די מקוה קען מען אנפילן בלעטער אויף בלעטער. אבער אזויוואו איך וויל נישט פארעקלן דעם עולם וועל איך עס לאזן ביי דעם.

(געדענקט: איך האב נישט געהאט קיין האנטוך.. ס'איז נישט וואו דא אז ביי די מקוה איז דא האנטוכער.. אויב ברענגט מען נישט האט מען נישט)

נאך די מקוה האב איך מיך צוגעלייגט ביזן זמן שבת, ביים זמן איז די מוזיק טאקע שטיל געווארן און א שבת'דיגע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אויפן קליינעם שטאט אומאן.

פרייטיג צונאכטס האב איך געדאווענט ביי די קליינע שוהל פון ר' שמשון שווארץ, דארט איז מער ווייניגער די סאטמערע קבוצה, בעסער געזאגט דארט קען מען רעדן איינער צום צווייטן און די אידישע שפראך און נישט אויף עברית.

אבער אומאן איז אומאן, און נאכן דאווענען פרייטיג צו נאכטס האט מען זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע רקידה אז ס'איז געגאנגען א רויעך. דער עולם איז געווען און די ליפטן אז ב"ה מ'האט זוכה געווען נאך א יאר צו זיין ביים רבי'ן אויף יו"ט.

ס'איז שוין געווען גוט שפעט, איך בין אריבער צום טענט וואו איך האב באשטעלט פון פאראויס אז איך זאל דארט קענען עסען. אבער וואו דערמאנט האב איך פארגעסן די קארטליך און אן קיין קארטליך איז נישט געווען וואס צו רעדן. איך האב מיך געבעטן צו זיי (רוסישע הארטנעקיגע שומרים) אבער אן קיין רחמנות, זיי האבן געוויסט פון איין זאך און דאס איז כרטיס, אן דעם קענען זיי דיך נישט.
האב איך מיך געמוזט צוריק קערן צו מיין האטעל רום זעהן וואס איך קען דארט עפעס מאכן א כמו שבת'דיגע סעודה.
אנקומענדיג אונעם שטוב האב איך געטראפן א אינגערמאן וואס איז אויך געווען און די זעלבע דילעמא, אבער ער האט געהאט מיטגעברענגט גרעיפ דזשוס,
קידוש האב איך יוצא געווען פון אום.
חלות איז געווען ווייניג אבער עפעס, שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז מ'האט געטיילט בילקעלעך(דאס רופסטו בילקעלעך? שעמסט זיך נישט?) אומזינסט.
פאר פיש האב איך געפענט א קען טונא און מיט דעם האב איך געענדיגט מיין פרייטיג צו נאכטס סעודה.

שבת צופרי.
אויפגעשטאנען זיבן דרייסיג, אכט אזייגער האט מען זיך געשטעלט שחרית. ביי ר' שמשון שווארץ'ס שוהל(יא, שבת צופרי אכט אזייגער שחרית) און דאס איז שוין שפעט, ווייל אסאך דארט דאווענען ביים נץ.

פארן ליינען איז פארגעקומען א שיינע הכנסת ספר תורה, די ספר איז ארויס פון ציון הקדוש און מ'האט עס באגלייט מיט טענץ ביזן שוהל, מ'האט אזוי געטאנצען פאר כמעט צוויי שעה, דערנאך האט מען געליינט און ביי הגבה ווייטער געטאנצען. נאך מוסף איז געווען א גרויסע קידוש, הערינג, טשולענט,קיגל, און נאך.
ביי די קידוש האט מען פארגעלערנט ליקוטי מהר"ן און סיפורי מעשיות,

די סעודה שבת אינדערפרי האב איך שוין יוצא געווען פיש האט מען יוצא געווען מיט די הערינג, חמין האט מען יוצא געווען מיט די טשולענט, איז נאר געבליבן זיך צו וואשן אויף מצה, אייער האב איך טאקע נישט געהאט.
דערנאך האב איך מיך צוגעלייגט און זעקס פיפצן איז געווען מנחה, ביי של"ס האט מען ווייטער פארגעלערנט ליקוטי מהר"ן. מעריב, און דערנאך נאך א רקידה, (נאך יעדע תפילה איז געווען א רקידה..)

נאך מעריב האט מען אויסגערופן אז שפעטער גייט מען פארקויפן זיצן פאר ראש השנה, די פרייזן פון די זיצן זענען געלאפן בערך פון הינדערט ביז צוויי הינדערט דאללער, איך האב געקויפט א הינדערט דאללערדיגע זיץ.

וואו נאר ס'איז געווארן די זמן האט זיך די מוזיק צוריק אנגעהויבן מיטן גאנצן קראפט, ארויסקומענדיג פון שוהל האב איך שוין געטראפן אידן זיצן אויף דער ערד און שפילן גיטאר אדער סתם דריי אידן כאפן א טענציל אויפן גאס.

פארטיג מיט דעם בין איך ווידער געגאנגען און מקוה (אן קיין האנטוך, פארשטייט זיך) און פון דארט בין איך ארויף צום ציון הקדוש.

צו באשרייבן דעם ציון פארלאנגט זיך א לענגס און א ברייטס, ס'איז כמעט נישט מעגליך עס צו באשרייבן מיט טינט, דאס איז לויטער געפיל.
זאגן די צעהן קאפיטלעך, דערנאך אויסזאגן תהלים, זיין ארום גענומען מיט אלע סארט מענטשען, ס'איז נישטא פון וועם זיך צו שעמען, יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ מיט בכיות נוראות.
איינער שרייט דער צווייטער וויינט דער דריטער זינגט א פרייליך לידל ווייל אום האט מען שוין פארגעבן. ס'איז א סצענע וואס איז שווער צו שרייבן מיט פשוטע ווערטער.
ביים ציון האב איך פארברענגט כמעט צוויי שעה. דערנאך בין איך צוריק געגאנגען עסן מלוה מלכה (מצה טונא) און שלאפן.

זונטאג צופרי בין איך אויפגעשטאנען זיבן דרייסיג, געגאנגען און מקוה,סליחות,געדאווענט, אבער דא בין איך שוין געגאנגען דאווענען און די גרויסע קלויז, די קלויז האט א עקסטערע חן, דארט זעהט מען אלע סארט מענטשען אבער אלע מיין איך אלע אן אויסנאם! דער גייט מיט א טלית תכלת, דער גייט מיט א אלטע געלע טלית וואס ער האט מקובל אז פרעה האט געקלאצט דעראויף, ס'איז דא אזויפיל סארט (אינטערעסאנטע) מענטשען און אזויפיל סארט מנהגים...

נאכן דאווענען בין איך צוריק געגאנגען צום ציון פאר בערך א שעה א האלב דערנאך האב איך געגעסן פרישטיג (קרעקערס טונא) און פון דארט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט זוכן א קאר צו פארן צו מקומות הקדושים.
נאכן זוכן פאר א שעה איז מיר געלונגען צוזאמצושטעלן א קאר מיט נאך אפאר א"י אידן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט איינס אזייגער קיין בארדיטשוב. די וועג נעמט בערך דריי שעה, מיר זענען אנגעקומען פירע צייט.
די וועגן זענען שיין אבער לאנגווייליג, מ'זעהט נישט גארנישט אויסער ביימער און פעלדער און דאס ציהט זיך מיילן מיילן. אבער ס'האט א שטיקל חן ווען די קאר דארף זיך רוקן און א זייט ווייל א פערד און וואגן קומט אנטקעגן,
אינמיטן וועג האבן מיר זיך געוואלט אפשטעלן ווייל צוויי אידן האבן געדארפט ארויסגיין, דער דרייווער האט דאך נישט גערעדט קיין ווארט ענגליש אידיש עברית, נאך א דין ודברים מיט רמזים האט ער פארשטאנען די פארלאנג און זיך אפגעשטעלט ביי די זייט פונעם ראוד און ער האט אנגעוויזן אויפן וואלד אז דא איז די רעסט עריע..

עכ"פ און בארדיטשוב זענען מיר געווען פאר א שעה און פיפצן מינוט, פון דארט זענען מיר געפארן ביז מעזעביזש די וועג נעמט כמעט צוויי שעה, און מעזעביזש האבן מיר געדאווענט מנחה מעריב (נישט געטאנצען, ס'איז פארט נישט אומאן..)
דארט פארברענגט א שעה און דערנאך אהיים. די וועג א היים האט גענומען דריי א האלב שעה. זיך געלייגט האלב צוועלף, אויסגעשעפט און אויסגעקנאקט. די רוסישע דרייווערס און די קארס און די ראודס זענען נישט די זעלבע וואס מיר האבן דא, בכלל די רוסישע דרייווערס זענען אויסגערופענע חיות. זייענדיג און בארדיטשוב האב איך געהערט אידן דערציילן וואס זיי האבן מיטגעמאכט מיט זייערע דרייווערס, איין דרייווער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג און געזאגט אז ער פארט נישט ווייטער אויב געט מען אום נישט נאך צוויי הינדערט דולער, און פארשטייט זיך אז ס'העלפט נישט גארנישט און ס'איז נישטא וועם צו רופן פאר הילף.. אזוי האבן מיר געהערט צענדליגע מעשיות וואס די דרייווערס האבן אלס געטוען פאר זייערע פאסאנזשירן.

ערב ראש השנה.

סליחות ער"ה איז זייער א דערהויבענע סליחות איבעראל ובפרט און אומאן וואס דאס איז די הכנה צום הייליגן טאג במחיצות רבינו.
מ'האט זיך געשטעלט סליחות אום דריי אזייגער פארטאגס ווייל שחרית דאווענט מען ביים נץ, די סליחות איז געווען גאר דערהויבן די נוסח איז ווייט נישט די זעלבע וואס איך בין געוואוינט צו הערן אבער ס'איז גוט געווען ווייל אזוי האב איך געהאט וואס האט מיך געהאלטן אויף.
סליחות האב איך געזאגט מיט הרב מערמלשטיין'ס מנין. (און אומאן איז דא צענדליגע מנינם, חסידיש ספרדיש היימיש פראנקיש מקובלים, די קלויז איז די גרויסע צענטראלע ביהמ"ד מיט א געמישאכטס פון אלע סארטן)

נאך סליחות בין איך געגאנגען און מקוה, (דערמאנונג: אן א האנטוך)
און געדאווענט שחרית אין קלויז, התרת נדרים איז געגאנגען אז דריי אידן האבן געזאגט צוזאמען און דריי האבן אויסגעהערט און דערנאך פארקערט, ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווען איך האב מיך ארום געקוקט צו זעהן ווער מיין בית דין של מטה איז, איך וואלט ביי זיי נישט אריין געלייגט א ניקל און דא ניץ איך זיי פאר מיין בית דין...

נאך שחרית האב איך שוין נישט געקענט קוקן גראד, נאך די נעכטיגע ארום שלעפן און היינט דרייע, בין איך מיך געגאנגען צולייגן.
נאכן אויפשטיין איז ווייטער געגאנגען און מקוה לכבוד יו"ט (לאמיר נישט רעדן זייענדיג און מקוה איז געשען א בלעק אוט, ס'איז געווארן חושך, די כאאס איז געווען אויפן גרעסטן פארנעם, יעדער איז געלאפן היטן זיין וועש, נישט איין מעשה האב איך דארט געהערט וואו אידן האבן פארציילט אז נישט נאר מ'האט זיי גע'גנב'ט די בערזיל נאר דער גנב האט מיטגענומען די הויזן...)
און געלאפן צום ציון.
יעצט איז די שטעטל שוין געווען אויף רעדער.. נאך טויזענטער אידן זענען אנגעקומען אויף יו"ט, איך האב ערלעדיגט אז איינער וואס איז געקומען נאך שבת זאל מיך ברענגען מיינע עסן קארטליך.

די מוזיק האט געבאכעט אויפן העכסטן. אידן האבן געטאנצען אויף יעדע קארנער, ביי יעדע ווינקל זענען געשטאנען ביידליך און פארקויפט אלע סארט זאכן פון ספרים ביז קיטלעך, יעדער שרייט און די מייק מיט אומבאנומענע קולות און פראבירט צו כאפן קונדן מיט זיינע סחורה, א ריכטיגע בילד פון אן אמאליגע מארק.

ביים זמן איז אלעס שטיל געווארן און א רואיגקייט האט זיך אראפגעלאזט.

די ערשטע נאכט האב איך געדאווענט ווייטער ביי ר' שמשון, ס'האט זיך אנגעזעהן א גרעסערער עולם, נאכן דאווענען בין איך אריבער עסן סעודות יו"ט אונעם טענט...
ענדליך גיי איך עסן עפעס אנדערש חוץ טונא.. אזוי האב איך אודאי געמיינט.
באמת איז נישט זיך אפצורעדן אויפן עסן, איך האב געזעהן אידן עסן מיט אלע שס"ה גידין, אבער איך האב דאס עסן נישט געקענט און מויל נעמען.
ס'איז גאנץ אינטערעסאנט געווען צו זעהן וואו אזוי היימישע אידן סארווען פארן עולם, (די טענט איז זייער גרויס, די היימישע זיצן איין זייט און די ספרדישע/פרענקן זיצן די צווייטע זייט)
די סארווערס האלטן מיט איין האנט די טאץ און מיט די צווייטע די ציגארעטל,
איך האב געגליכן צו זעהן די אלע סימנים וואס ווערט געברענגט און שלחן ערוך אז מ'עסט די ערשטע נאכט, דא און אמעריקא זעהט מען עס נישט, דארט עסט מען אלעס חסא וכו'
נאכן עסן און זינגען אביסל האט מען געבענטש נאכן בענטשען בין איך ארויס אויף א שפאציר האב איך געטראפן א איד וואס קומט פון מיין היים שטאט, ער איז געגאנגען אנגעטוען מיט א היט און א ווייסע קיטל און פאפאטש..
די סיבה איז ווייל ער איז געקומען נאך שבת מיט א קאנעאטעד פלייט און זיינע פעקליך האבן זיך נישט מיטגעכאפט.. און די בגדי יו"ט זענען געבליבן אינטערוועגנס,
יעצט, א קיטל קען מען דארט קויפן פאר שפאט ביליג, האט ער זיך געדרייט מיט זיין היט און א קיטל. גלייבט מיר אז ס'איז נעשט געווען ווער ס'זאל לאכן ווייל דאס איז נאך געווען נארמאל קעגן אנדערע. (אינטערעסאנט, כמעט יעדער גייט מיט קיטלעך דארט, נישט א-וואו איך בין געוואוינט אז נאר די בעל תפילה וכו' גייען מיט קיטלעך.) נאכן פארטיגן די שפאציר בין איך צוריק צום האטעל און זיך געגאנגען לייגן.

די ערשטע טאג יו"ט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען זיבן אזייגער, זיבן דרייסיג איז געווען ברכות, די דאווענען איז געווען וואו געשריבן זייער פרעמד, נישט אויסגערעדט זיין אז איך האב געמיינט אז איך בין און א בית משוג... ווען ס'איז געקומען צו שרייען המלך און דער עולם האט זיך גענומען קלאאאטשן... קיינער האט מיך נישט פארגעברייט אז דאס איז די מנהג, איך האב זיכער געמיינט אז עפעס געפערליכס איז געשעהן..
און די קלאטשעריי גייט אזוי אן ביי המלך הקדוש און איבעראל וואו מען זאגט די ווארט המלך, ביי מיר איז דאס געווען ווילד פרעמד. איך בין געוואוינט אז ביי המלך שרייט מען ארויס פון טיפן הארץ.. קעניג!!! נישט מקלאטשט...
נו גוט. דאס וועט שוין אויך מיטגיין.

פארטיג געווארן מיטן דאווענען איז מען נאך פירע, קיין פלאץ און די טענט איז שוין נישט געווען ווייל אונעם גרויסן קלויז איז מען פארטיג געווארן פריער. בין איך צוריק צו מיין האטעל שטוב און זיך צוריק געזעצט צו מיין טונא סעודה.
נאך די סעודה איז נישט געבליבן קיין עקסטרע מינוט נאר איך בין גלייך געלאפן דאווענען מנחה
נאך מנחה גייט דער גאנצער עולם צו תשליך..

ביי מאנכע איז תשליך די הויכפונקט פונעם יו"ט. איך האב עס אויך זייער געגליכן אבער נישט דאס איז געווען מיין פונקט.
די סיבה פארוואס תשליך איז אזוי שיין ווייל איבערן יו"ט איז דער עולם צושפרייט, איינער דאווענט ביים נץ א צווייטער ביי הרב בערלאנד א דריטער ביי הרב מערמלשטיין דער עולם איז זייער אויסגעשפרייט. אבער תשליך קומט דער עולם און איין צייט און ס'איז א מחזה הוד. טויזענטער און טויזענטער מענטשען ממש וואו ווייט די אויגן זעהט יעדע סארט קאליר קאפל העמעד הויזן טלית שטריימעל שיך. ממש א קיבוץ גליות, איינער וויינט און זיין שכן שפרינגט פאר פרייד. דער שמייכעלט און דער בלאזט. יעדע סארט גוסטע יעדע סארט אנושי געפינט זיך דארט.
ס'איז א בילד וואס איז נישט שייך צו באשרייבן.

נאך תשליך איז געווען א שיעור און ליקוטי מהר"ן, מעריב, ריקוד, און ווידער א סעודה.
ביי ברסלב איז באקאנט אז די ערשטע טאג איז מער פחד און די צווייטע טאג איז מער שמחה. יעצט שטעלט אייך פאר וואס שמחה מיינט און אומאן....
איך האב אויך נישט געוואוסט ביז איך האב נישט אנגעפאנגן צו עסן.
אינמיטן עסן האב איך פלוצלינג אנגעפאנגן צו הערן קולות.. אבער נישט סתם קולות נאר מיר רעדן א ערך פון פינעף הינדערט אידן שרייען צוזאמען האאאאאאא.......
איך ווינק איינעם צו דאס איז נארמאל אדער עפעס גייט פאר, ער ווייזט מיר איין מינוט ווייל ער דארף אויך ענדיגן שרייען.... נו אז יעדער שרייט שריי איך מיט.....
האאאאאאאאא............
עענדליך מ'איז פארטיג געווארן נעמט מען זיך קלאאטטששן..... אבער נישט סתם נאר מיטן גאנצן קראפט...
נו, אז יעדער קלאטש קלאטש איך מיט, אז נישט וועט מען נאך מיינען אז איך בין דער חסר דעה דא.
ווען מ'האט געפארטיגט פרעג איך אום פשט, זאגט ער מיר אז די רבי (ר' נחמן) שרייבט אז ס'איז דא א ענין צו שרייען מיטן גאנצען כח, און דערנאך קלאפן מיט די הענט (עפעס געדענק איך נאך: די הענט הייסט כף וואס דאס איז 100 און די נאמען פונעם ס"ם איז אויך 100 און מיט דעם איז מען מכניע די ס"ם, עפעס אזוי)

שוין פארטיג מיט פאטשן מ'גייט צוריק עסען, ס'נעמט נישט לאנג און איינער פאנגט אן א לעבעדיגע ניגון און יעדער ווערט אריינגעצויגן..
די טענער גייען העכער.. נאך א מינוט שטייט שוין יעדער און טאנצט.. ס'נעמט נישט לאנג און איינער קריכט ארויף אויפן באנק טאנצען און דער גאנצער עולם איז אויפן באנק...
ווידער גייט איינער און שפרינגט ארויף אויפן טיש און יא.. דער גאנצער עולם טאנצט אויפן טיש! בלי שום גוזמא!! נערים וזקינים... מ'שפרינגט... ובכן צדיקים יראו וישמחו, וישרים וישרים יעלוזי....
מ'האפקעט....

נאכן זיך בארואיגן האט זיך דער עולם צוריק געזעצט עסן אבער די רואיגקייט האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן און נאך אפאר מינוט האט איינער ווייטער אנגעדרייט דעם עולם און וחוזר חלילה. שרייען,פאטשן,זינגען, טאנצען, באנק, טיש...

און אזוי איז די סעודה דורך מתוך שמחה עצומה..

נאך די סעודה בין איך ווייטער געגאנגען צום ציון און זיך געגאנגען לייגן.

די צווייטע טאג יו"ט איז געווען בערך וואו די ערשטע טאג, שחרית זיבן דרייסיג, היינט האב איך שוין געוואוסט אז ס'גייט קומען קלאטשערייען. געפארטיגט האט מען בערך פינעף אזייגער, פון דארט בין איך געגאנגען עסן און טענט, די טענט איז שוין געווען ליידיג ווייל און קלויז איז מען שוין לאנג פארטיג געווען.
נאך די סעודה בין איך ווידער געגאנגען צום ציון,
אינטערעסאנט, איך האב געמיינט אז מיין מנין האט געדאווענט די לענגסטע קום איך אן צום ציון זעה איך א מנין פון מקבלים, דארט האט מען געהאלטן ביי הויכע שמו"ע פון מוסף ביי זכרונות, און מ'האט נאך געהאלטן אינמיטן בלאזן שופר...
צווישן יעדע תקיעה האבן די מתפללים געזינגן און די בע"ת איז געווען פארדעקט ביז איבערן קאפ און געקיקט שמות... און דאס איז שוין געווען נאך זעקס אזייגער.

ביי די צווייטע זייט פונעם ציון איז געווען א מנין מנחה, דארט האט די בעל תפילה געהאלטען ביי הויכע שמו"ע און ביי ובכן צדיקים האט זיך די מנין ארויסגעלאזט און א טענציל, ס'האט נישט גענומען לאנג און די בע"ת האט אויך גענומען א חלק, די בע"ת קען דאך אבער נישט טאנצען, נישט קיין פראבלעם, איינער האט גענומען די בע"ת אויף זיין אקסעל און אזוי האט מען געטאנצען לעבעדיג.. ובכן צדיקים..

איך האב געדאווענט מנחה און קלויז און מעריב בין איך צוריק געגאנגען צו שווארץ'ס מנין, און דארט האב איך געהערט הבדלה, נאך הבדלה האבן מיר זיך ארויסגעלאזט און א פריידיגע טענצל אויף די זכי' צו זיין און אומאן במחיצות רבינו.

דערנאך בין איך געגאנגען צו הרב מערמלשטיין'ס טענט (דארט וואו איך האב געזאגט די סליחות עריו"ט) און דארט איז געווען טענץ מיט מוזיק, זייער לעבעדיג!

אבער דאס קומט נישט צו צי די טענץ וואס האט זיך געטוען אויף די גאסן, די טענץ דארט איז געווען גאר דערהויבן, צענדליגע שפילערס יעדער קלאפט און האקט, איינער מיט א שופר די צווייטע פייפט סתם מיט זיין מויל מ' טאנצט און מ'זינגט, מ'פריידט זיך אז מ'געפונט זיך אויף דעם עולם..
פאמירט זיך רינגן פון א געמישעכץ פון אלע סארט אידן.. יעדער טאנצט מיט איין מחשבה..
אה...הערליך!!!! אין מילים!!!!

נאך די טענץ בין איך געלאפן און מקוה וויסענדיג אז מארגן גייט זיין א שווערע טאג און מ'גייט זיך שטארק יאגן.
נאך די מקוה האב איך אריין געכאפט נאכאמאל צום ציון ביז שפעט וויסענדיג אז דאס איז דאס לעצטע מאל פון דעם נסיעה וואס איך גיי צום ציון.
געגאנגען שלאפן איז געווען נאנט צו צוויי אזייגער.

צום גדלי'
אויפגעשטאנען 4:30 זיך צוזאמגעפאקט די פעקליך 5 אזייגער בין איך אראפ די בארג צו ווארטן אויפן באס, דארט ווארטענדיג האב איך געזאגט סליחות אויפן פעלד, די באס האט פארשפעטיגט און אנגעקומען נאך זיבענע. אויפן באס האט מען געדאווענט אן א ספר, אנקומענדיג און עירעפארט איז שוין געווען צענע. דארט האט מען געליינט (ס'האט זיך געטוען א שטיקל איבערקערעניש נאכדעם וואס ר' שמשון שווארץ האט אויסגערופן אז איינער וואס גייט נישט פאסטן די גאנצע טאג זאל נישט עולה זיין... מענטשען האבן געהאט טענות..)
בערך צוועלף אזייגער איז מען ארויף אויפן פליגער און מ'איז ארויסגעפארן 12:45 און אנגעקומען דא צוריק בין איך 10:50 אויף אומאן זייגער אבער אויף די נ.י. איז נאך געווען 3:50 ..
דאס מיינט אז איך האב געפאסט פון 4:30 ביז 11 ביינאכט און נאכדעם נאך א באנוס פון 5 שעה (פון פירע נ.י. זייגער ביז זמן מעריב בערך ניינע) דאס איז 24 שעה מיט פליען צעהן שעה אויף א פליגער אן אריין נעמען קיין זאך און מויל. רוב מענטשען האבן דאס נישט געקענט באווייזן.

און מיט דעם האב איך געשלאסן מיין דערהויבענע נסיעה.
דאס וואס איך האב דא געשריבן איז נאר זאכן וואס מ'קען אראפשרייבן אבער פארשייט זיך אז די געפילן און די דערהויבענקייט איז נישט שייך מסביר צו זיין. און דאס קען נאר פארשטיין איינער וואס איז שוין אמאל דארט געווען.
נאך אזא נסיעה זאגט זיך אביסל אנדערש דעם 'זאל מיר אלע זוכה זיין אנטקעגן צו גיין משיח' ווייל זיך צו קענען משער זיין וואס עס מיינט 'אלע זוכה זיין' דארף מען דארט זיין און זעהן וואס מיינט 'אלע' נאך אזא תשליך קען מען אביסל פארשטיין וואס קיבוץ גליות מיינט...

זאלן מיר טאקע אלע זוכה זיין אנטקעגן צו גיין משיח צדקינו בב"א.

זייער שיין
נאר א שאד אז אלעס איז ארום שווארץ און מעמלשטיין און נישט די קלויז...

הנאה געהאט פון די ווערטער
קרעמער האט געשריבן: נאך אזא נסיעה זאגט זיך אביסל אנדערש דעם 'זאל מיר אלע זוכה זיין אנטקעגן צו גיין משיח' ווייל זיך צו קענען משער זיין וואס עס מיינט 'אלע זוכה זיין' דארף מען דארט זיין און זעהן וואס מיינט 'אלע' נאך אזא תשליך קען מען אביסל פארשטיין וואס קיבוץ גליות מיינט...
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אלטע זכרונות פון די יארן ווען די ארטיקל איז געשריבן געווארן
קטע מרגש של תפילת ראש השנה בנוסח הברסלבאי מהחזן הרה"ח ר' משה ביננשטוק שליט"א
צפו והאזינו לקטע המרגש מהנוסח מהסיומת של "אשרי יושבי ביתך" לפני תפילת מוסף בר"ה שיכניס אתכם לאוירת ראש השנה
https://drive.google.com/file/d/1ILbISC ... MyD60/view
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

כ'האב מיר גע'ישוב'ט צו כ'זאל שרייבן. זיין נסיעה איז באשריבן ווי ממש א פרעמדער, - א טוריסט - קיין שום התקשרות צום רבי'ן אדער צו ברסלב. נישט נאר ער ווייסט נישט די מנהגים פון ברסלב ווי קלאטשן ביי "המלך" וכדומה, נאר זיין מהות ופנימיות נפשו כאפט נישט די קאנסעפט פון ברסלב ובפרט וואס דאס מיינט א נסיעה קיין אומאן צום רבי'ן.

אנשטאט באשרייבן זיינע געגועין און בענקענישן פון אעופה ואשכונה לעיר הקודש אומנה, איז ער פארנומען מיט די טעכנישע דעטאלן פון זיין נסיעה.
אנשטאט באשרייבן זיינע געהויבענע געפילן ביים זיך דרייען ברחובות קריה במחיצתו של הצדיק, איז ער פארנומען מיט זיין גרויס התפעלות פון אלע סארט מענטשן וואס ער האט געזען.
אנשטאט באשרייבן רגשת לבו וואס ער האט געשפירט ביים קודש הקדשים ביים ציון רבינו בעת "תיקון הכללי" (ווידוי, פאר ווער ס'ווייסט), איז ער פארנומען מיטן סביבה ארום און ארום וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט.
אנשטאט באשרייבן די געהויבענע הארציגע 'ברסלב'ע' תפילות ובפרט ביום וואס מ'רופט אויס 'לך ה' הממלכה', איז ער פארנומען אז ער איז נישט געוואוינט צו די נוסחאות.
ועוד ועוד.
ס'איז שוין אריבער א 10 יאר פון זיין נסיעה קיין אומאן, ער האט שוין זיכער (כ'האף אזוי) באקומען א התקשרות צום רבי'ן.
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

זעמל מעל האט געשריבן:כ'האב מיר גע'ישוב'ט צו כ'זאל שרייבן. זיין נסיעה איז באשריבן ווי ממש א פרעמדער, - א טוריסט - קיין שום התקשרות צום רבי'ן אדער צו ברסלב. נישט נאר ער ווייסט נישט די מנהגים פון ברסלב ווי קלאטשן ביי "המלך" וכדומה, נאר זיין מהות ופנימיות נפשו כאפט נישט די קאנסעפט פון ברסלב ובפרט וואס דאס מיינט א נסיעה קיין אומאן צום רבי'ן.

אנשטאט באשרייבן זיינע געגועין און בענקענישן פון אעופה ואשכונה לעיר הקודש אומנה, איז ער פארנומען מיט די טעכנישע דעטאלן פון זיין נסיעה.
אנשטאט באשרייבן זיינע געהויבענע געפילן ביים זיך דרייען ברחובות קריה במחיצתו של הצדיק, איז ער פארנומען מיט זיין גרויס התפעלות פון אלע סארט מענטשן וואס ער האט געזען.
אנשטאט באשרייבן רגשת לבו וואס ער האט געשפירט ביים קודש הקדשים ביים ציון רבינו בעת "תיקון הכללי" (ווידוי, פאר ווער ס'ווייסט), איז ער פארנומען מיטן סביבה ארום און ארום וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט.
אנשטאט באשרייבן די געהויבענע הארציגע 'ברסלב'ע' תפילות ובפרט ביום וואס מ'רופט אויס 'לך ה' הממלכה', איז ער פארנומען אז ער איז נישט געוואוינט צו די נוסחאות.
ועוד ועוד.
ס'איז שוין אריבער א 10 יאר פון זיין נסיעה קיין אומאן, ער האט שוין זיכער (כ'האף אזוי) באקומען א התקשרות צום רבי'ן.

אפשר זענט איר אונז טאקע מזכה מיט א שיינעם ארטיקל?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

KEWL האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:כ'האב מיר גע'ישוב'ט צו כ'זאל שרייבן. זיין נסיעה איז באשריבן ווי ממש א פרעמדער, - א טוריסט - קיין שום התקשרות צום רבי'ן אדער צו ברסלב. נישט נאר ער ווייסט נישט די מנהגים פון ברסלב ווי קלאטשן ביי "המלך" וכדומה, נאר זיין מהות ופנימיות נפשו כאפט נישט די קאנסעפט פון ברסלב ובפרט וואס דאס מיינט א נסיעה קיין אומאן צום רבי'ן.

אנשטאט באשרייבן זיינע געגועין און בענקענישן פון אעופה ואשכונה לעיר הקודש אומנה, איז ער פארנומען מיט די טעכנישע דעטאלן פון זיין נסיעה.
אנשטאט באשרייבן זיינע געהויבענע געפילן ביים זיך דרייען ברחובות קריה במחיצתו של הצדיק, איז ער פארנומען מיט זיין גרויס התפעלות פון אלע סארט מענטשן וואס ער האט געזען.
אנשטאט באשרייבן רגשת לבו וואס ער האט געשפירט ביים קודש הקדשים ביים ציון רבינו בעת "תיקון הכללי" (ווידוי, פאר ווער ס'ווייסט), איז ער פארנומען מיטן סביבה ארום און ארום וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט.
אנשטאט באשרייבן די געהויבענע הארציגע 'ברסלב'ע' תפילות ובפרט ביום וואס מ'רופט אויס 'לך ה' הממלכה', איז ער פארנומען אז ער איז נישט געוואוינט צו די נוסחאות.
ועוד ועוד.
ס'איז שוין אריבער א 10 יאר פון זיין נסיעה קיין אומאן, ער האט שוין זיכער (כ'האף אזוי) באקומען א התקשרות צום רבי'ן.

אפשר זענט איר אונז טאקע מזכה מיט א שיינעם ארטיקל?

אפשר מיטן אויבערשטענס הילף נאך ראש השנה תשפ"א
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”