א טרער אויפן פרישען בראך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
א טרער אויפן פרישען בראך
בס"ד
אוי מיין טייערער יוגענט חבר שלמה דוד, מיין הארץ בלוטיגט פון ווייטאג אז מ'מוז מיר זיך געזעגענען אוי מיין טייערער חבר מיר זענען אויסגעוואקסען אינאיינעם אזויפיל יארן צוזאמען פארברענגט און די קינדערישע יארן און חדר, צוזאמען געשפילט אינדערהיים און אויפן גאס, צוזאמען געווארט אויפן באס יעדן טאג און געכאפט די זעלבע סיט אייביג, אונז האב מיר שטענדיג געשערט די ריסעס, צוזאמען געווען די הויפט ביי קעטש יעדן טאג ביי לאנטש וואו אויך ביי פליס גנבים, און צוזאמען געשלאפן און קעמפ, צוזאמען געשטאנען אויף די ברענטשעס ביי יעדו טיש, צוזאמען געוואנדערט פון איין ישיבע צום צווייטען, וואו איך בין געגאנגען ביסטו אויך מיטגעקומען און די זעלבע פארקערט, צוזאמען זיך בייהאלטן און וואלד צו פאפן די ערשטע ציגרעטעל, און צוזאמען זיך ארויסגעכאפט פון ישיבה צו גיןן דאווענען און דערנעבענדיגען ביהמ"ד ווען אונז זעמיר אויפגעשטאנען שפעט,
און אוודאי אויך געלערנט צוזאמען , פלייסיג גע'חזר'ט אייביג צווייטע חברים מיט דיר אדער חוזר חזרה, צוזאמען זיך פארהערט סוף זמן,
אוי צוזאמען א חתן געווארן און די זעלבע שטאט, און אוואדאי צוזאמען געלערנט און כולל, וואו אויך צוזאמען פארשלאפן און כולל בוקר, זיך אויסגערעדט איינער פארן צווייטען די שנה ראשונה שלום בית פראבלעמן, וואו וועלכע וואך צו עסן ווועלכע סעודה וואו וכדו., צוזאמען געטשידט די פערמיט און געפעילט די ערשטע 4 ראוד טעסטס, צוזאמען געדינגען א קאר ווען מ'האט געדארפט פארן אויף שבת צו אונזערע עלטערן, און צוזאמען געפארן חוה"מ האלטן, צוזאמען געסטאדיט וואו אזוי צו עקטען ביים ערשטען דזשאב אינטערוויו, צוזאמען געגאנגען ארבעטן און צוזאמען געקוויט די ערשטע דשאב, צוזאמען געפארן וועקעישאן, און צוזאמען געמאכט אונזער ערשטע אנגעזעצטע אינוועסטמענט,
אבער פון דא און ווייטער האבן זיך אונזערע טריטן צוטיילט, איך בין געגאנגען ארבעטן ביי מוישעס פייינענסינג און די ביי יענקל ווארצלבאכער, אבער מיר האבן נאך שטארק אנגעהאלטן אונזער קשר מיר האבן אייביג ווייטער אינאיינעם אינדארסירט די זעלבע קאנדידאטן און קאווע שטיבעל, מיר האבן אפי' געהאט א שיעור אינאיינעם, מיר האבן אנגעהויבען יעדע עטליכע ואאכן אנדערע מסכתות און מקצועות, מיר האבן געפרעגט אונזערע שאלות דעם זעלבן דיין, מיר האבן געדאווענט ביים זעלבן מנין יעדן טאג, געטרונקען די זעלבע ברוינפן ביים תיקון טיש, מיר זענען אפי' געזיצען צוזאמען ביים ליינען שבת,
הכלל א אמת'ר נאנטער פריינט, און דא ליידער אזא בראך אזוי פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן, מיין הארץ איז צעשטורעמט מיינע געפילען רייסען, איך שלאף נישט קיין נעכט, און איך עס נישט בייטאג גארנישט אויער דאס געזונט , אוי מיין טייערער חבר איז נעבעך אוועקגעריסען געווארן פון מיר, און ליידער דער גרעסטער בראך דא איז אז ער האצעכעס אליין גענומען מיט די אייגענע הענט,
איר וועט אוודאי מיינען אז מיין חבר איז נעבעך געשטארבען, ניין זאג איך דיר (קרעדיט: ר' לוי יצחק מבארדיטשעב זי"ע), זיכער נישט פון א דאקטוירעשן שטאנפונקט, וועסטו דיך אוודאי פרעגן "הגם מוישעיאכעס בין המצרים" כ'מיין וואס האסטו מיט דאקטוירים צו טאן? צו ביזטו גאר א סייקאלעדזשיסט?
נאר וואדען כ'וועל ענק מסביר זיין אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט עס אהן, ווייל פון מיין שפיץ פון זעהן האטער ליידער יא פארלאזט אונזער וועלטל, ער האט נעבעך פארלאזט די ווירקליכע וועלט אריין און עולם הדמיון הנקרא ווירטואלע וועלט, און פאר ווער ס'כאפט נאך אלץ נישט ער האצעך איינגעהאנדעלט א בלעקבערי,
נישט דאס איז אזוי ווייט די ווייטאג, נאר פשוט מ'קען מיט דעם מענטש נישט רעדן, אויב זייין בעל הבית זאל אים יעצט זאגען אז ער פייערט אים וועטער איבער פרעגן 5 מאל וואאאס? און נאך אלץ באמת נישט וויסען וואס ער האט אים געזאגט, ער איז אזוי אריין געטון דערין אז זיין ווייב וויל עפעס פון אים מוז זי אים שיקען א טעקסט, אפילו זיי זיצען צוזאמען ביים זעלבן טיש, ווייל אפשר אזוי וועצו קענען רעדן צו אים, כ'רעד שוין נישט פון זיינע קינדער וואאס האבן נעבעך פארלארען א טאטען אזוי יונגערהייט, דאס הארץ גייט אויס צוזעהן ווי אפילו שבת קען מען שוין היינט נישט רעדן צונעם,
אוי דער בראך איז זייער גרויס, מיין חבר איך זעה דיר טאקע כמעט יעדו טאג, אבער די זעהסט מיך נישט, וואלסטעך ווען באטראכט און שפיגעל וואסטו ווען געטראכט אז די ביסט און א קאומאו (נישט דער גאווענער {ווער ווייסט און עולם הדמיון אשר טאקע יא}), א בעסערע משל וואלט געווען "אוטיסטיק" רח"ל, די געסטוך אזא טרייסל יעדע פאר מינוט און דערנאך לאכסטו, און די ביזט פארטון און דיין אייגענע וועלט נישט וואוסענדיג וואס גייט פאר ארום דיר קיין כי הוא זה, און אויב פראבירט מען דיר אויפצווועקן גייסטו ארויס פון די כלים, און די שפאצירסט ארום אריין קראכענדיג און קעגענקומענדיגע אביעקטן אומבאמערקטערהייט,
און צום שליס א ווארט צו דיר מיין טייערע חבר, איך געזעגען מיך נישט פון דיר , איך בין מתפלל פאר דיר אז דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסטוך אויפוועקן פון דיין קרענק ווילאנג סי נאך נישט שפעט, און איידער די ליידסט ח"ו די שלעכטע קאנסעקווענצן, און ס'זאל שוין מקוים ווערן ביי דיר ותחזנה עיננו, די זאלסט שוין זעהן וואס גייט פאר ארום דיר,
פון דיין חבר וואס זעהט דיר אבער די זעהסט אים נישט, און ניין איך בין נישט קיין רואה ואינו נראה
שעיאכעס יאכעסאוויטש

ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
מוישע יאכעס, די האסט אויפגעדעקט ביי מיר א וואונד און איך וויין מיט דיר!!!
שנירן טרערן גייען אראפ פון מיינע באקן אויף צענדליגע חברים, גראדע זייער פיינע אינגעלייט, וואס זענען געפאלן א קרבן צום "קענסר פון אונזער דור" אינטערנעט און בלעקבערי'ס!
על אלה אני בוכיה, עיני עיני ירדה מים, כי רחק ממנו.
זיי זענען געווארן דערווייטערט פון סיי וועליכע נארמאלע געזעלשאפט, און ווייל אני הקטן האט נישט פון די דברים השפלים, האבעך טאקע פארלוירן אסאך קאנטאקטן און גוטע פריינט. ניטאמאל ווייסעך ווען מיין יוגענט פריינט מאכט א שמחה וכו'.
ליידער קען מען אנפילן א רוחניותדיגער בית עולם, פון די קדושי בלעקבערי. אינגעלייט וואס זענען אומשולדיג אריין אין גרוב פון השחתה, נישט וואוסענדיג אז פון דארט איז גאר שווער זיך ארויסצוקלעטערן. מיט פארשטאפטע אויערן צום וויי געשריי פון עסקנים ורבנים, וואס שרייען און וויינען "ווארפט ארויס די בלעקבערי'ס" איז מען אריין אין געשעפט און זייך איינגעהאנדעלט אן "עבודה זרה בחיקו". אוודאי ציעט עס מער ווי די ווייב און קינדער, ס'איז ליידער א בחינה פון "מצא אחרת טובה הימנו" און טענות אויב דער קינד גייט נישט ליידער בדרך התורה האט מען צום רבי'ן/מנהל/מגיד שיעור/ראש ישיבה/חבר, נאר נישט צו זוך אליין און צו דעם באליבטן בלעקבערי.
הוי אידישע קינדער. וויפיל איז דער שיעור, ווען וועלן מיר זיך שוין ערוועקן פון אונזער טיפע שלאף און אנהייבן לעבן ווי ערליכע אידן? הוי, בקרוב בימינו!
מנאי ידידכם מעומק הלב המצפה להרמת קרנכם ברוחניות ובגשמיות,
הק' שמעלקא טויב

- קהת
- שר האלפיים
- תגובות: 2995
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
- לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!
הרב שמעלקא האט מיר א שעה צוריק געשוקט א בקשה און פריוואט אז איך זאל נישט נעמען א בלעקבערי יעצט וועון איך ריניו מיין פלען, איך האב אנגעהויבען טראכטען פון דעים, אבער יעצט אז די קומסט שוין אויך מיט די זעלבע ווערטער דארף איך שוין ערנסט נעמען און באטראכט.
א דאנק!!!
איך האב א זייער א נאנטע חבר איינער וואס מאכט שוין חתונה און ער האט אפאר קינדער און שטוב און ליידער זענען זיי אזוי ווי יתומים אפי' די טאטע דרייט זיך דארט בגוף אבער...

Normal is just a setting on the washing machine
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן: און ווייל אני הקטן האט נישט פון די דברים השפלים, האבעך טאקע פארלוירן אסאך קאנטאקטן און גוטע פריינט. ניטאמאל ווייסעך ווען מיין יוגענט פריינט מאכט א שמחה וכו'.
איז, וויאזוי שרייבסטו דא אינעם קרעטשמע??
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
מסתם ווייערלעס....
ווייסט דאך וואס יענער האט געזאגט
אז מען איז אויפגעקומען אז סעלפאן'ס איז שוין געווען טויזענטער יארן צוריק
ווייל די ארכאלאגן האבן געגראבן הונדערטער פיס אונטער די ערד און נישט געטראפן קיין ווייערס

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
אלס איינער וואס איז נאך אין די מינדערהייט ב"ה און פארמאגט נישט קיין בלעקבערי, קען איך בלויז צושאקלן ווי לבן ביים אלשיך הקדוש'ס דרשה: ליידער ליידער זעה איך טאג טעגליך ווי די בלעקבעריסטן זענען בשאט נפש עובר אויף עבירות חמורות מיטן זיין אין בית המדרש און נישט ענטפערן אמן יהא שמיה רבא וכו'.
פאר אינטערסאנטקייט האב איך אמאל ביי הויכע שמו"ע געוואלט כאפן א בילד וויאזוי דאס בית המדרש קוקט אויס, ווען יעדער איז עוסק בשקו ותרמילו און לאכט צו די אייגענע וויצן וואס מען שיקט ארויס צום חברה-מאן ביים אנדערן עק שוהל ---- איך האב אבער ב"ה נישט געהאט קיין קאמערע אויף מיר און דערפאר קענט איר דעם בילד נישט זעהן לעבעדיג.

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
ווער בין איך? האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי אלע 'פון פענע צום בלאט' אדער 'פון אידן צום איד' בריוון...
איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט אבער זאלסט וויסען אז ס'איז געווען פון הארץ,
והאמת יאמר, איך האב מיר אויך איינגעהאנדעלט דעם בערי, אבער איך האב נישט דערויף קיין שום גרופס וכו', סטריקטלי ביזנעס ענד אימעיל, אלעס אנדערש איז א קיללער,
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
מוישע_יאכעס האט געשריבן:ווער בין איך? האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי אלע 'פון פענע צום בלאט' אדער 'פון אידן צום איד' בריוון...
איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט אבער זאלסט וויסען אז ס'איז געווען פון הארץ,
והאמת יאמר, איך האב מיר אויך איינגעהאנדעלט דעם בערי, אבער איך האב נישט דערויף קיין שום גרופס וכו', סטריקטלי ביזנעס ענד אימעיל, אלעס אנדערש איז א קיללער,
אין חכם כבעל הנסיון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
בפשטות מיינט ער דאס.
אגב זע וואס איך האב מסביר געווען דיין ווייטאג דארט, איך בין נאר נייגעריג צו געלעגער זעט נאך נישט איין אז די בב באנוצער איז ערגער ווי א באנוצער פון א נארמאלע סעל.
אגב זע וואס איך האב מסביר געווען דיין ווייטאג דארט, איך בין נאר נייגעריג צו געלעגער זעט נאך נישט איין אז די בב באנוצער איז ערגער ווי א באנוצער פון א נארמאלע סעל.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- צום זאך
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
- לאקאציע: רעסט עריע
שמעלקא טויב האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:גוט געזאגט.
קרעמער, נאדיר א בילד.
"אט דאס הייסט געלערנט....!"
שמערי, ס'איז גאר קיין געלעכטער נישט. ס'איז א חרפה און א בושה ווי מ'האט פארלוירן יעדע ביסל מענטשליכקייט צום פארדארבענער בלעקבערי.
ווער ס'קען די פנים'ער אויפן בילד ווייסט אז דאס זענען הצלה לייט וואס זענען עוסק במלאכת ה'דיספעצ'ינג בשעת קריאת משנה תורה.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
שעיאכעס, הערליך שיין באשריבן, און איך ווייס פון וואס דו רעדסט, מ'קען רעדן צו מענטשן, און זיי וועלן נישט הערן, ווייל זיי זענען אין די בלעקבערי.
אבער ס'דא וואס זענען נישט אזוי...
שמערי, איך בין געווען ווען מ'האט געכאפט די בילד, די בילד איז געכאפט געווארן פאר משנה תורה, די חברה האבן זיך ספעשל אראפגעזעצט פאר די פיקטשער.
אבער ס'דא וואס זענען נישט אזוי...
שמערי, איך בין געווען ווען מ'האט געכאפט די בילד, די בילד איז געכאפט געווארן פאר משנה תורה, די חברה האבן זיך ספעשל אראפגעזעצט פאר די פיקטשער.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
צום זאך האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:גוט געזאגט.
קרעמער, נאדיר א בילד.
"אט דאס הייסט געלערנט....!"
שמערי, ס'איז גאר קיין געלעכטער נישט. ס'איז א חרפה און א בושה ווי מ'האט פארלוירן יעדע ביסל מענטשליכקייט צום פארדארבענער בלעקבערי.
ווער ס'קען די פנים'ער אויפן בילד ווייסט אז דאס זענען הצלה לייט וואס זענען עוסק במלאכת ה'דיספעצ'ינג בשעת קריאת משנה תורה.
לפי ידיעתי ווערט דיספעטשינג נישט געטוהן אויף אזא אופן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט