כ'גיי שטארבן, זייט געבענטשט...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

קיינמאל נישט פארשטאנען אזוי גוט די פרשה ווי מיט גראדער'ס מדרש
יאנקעל די פופציגער
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

א גרויסען שכוח הרב גראדער!!!

לאאקינג פארווערד ווי אזוי דו גייסט באשרייבן פרעה מיט די מכות!!!

קען וועיט!!!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גראדער; איך האב געטראכט דיר עס צו שרייבן אין אישית, סאוי נעם עס אן כאילו איך שיק עס פריוואט.

עס גייט יעצט קומען די וואכן פון יציאת מצרים, וואס ס'איז דא דערנאך א פסח, וואס די תורה איז מצווה: למען תספר באזני בנך ובן בנך. איך בעט למען השם ולמען הרחמים: זעה נישט צו פארפאסן גארנישט, דו האסט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גאר געלונגענער אין דעם הינזיכט, אראפצולייגן אזאך מיט טעם און געשמאק.

זעה צו גיסן די וואך וויפיל עס גייט, זאלסט וויסן, אז פאר פסח האט דער עולם נישט קיין נערווען, וואס דו גייסט יעצט אהערשטעלן, מיט דעם גייט מען זיך באלעקן ביי די סדרים נעכט.

א ישר כח למפרע
הק' יגר'ל
בשם בניו ובנותיו הקטנים.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יגרסהדותא האט געשריבן:גראדער; איך האב געטראכט דיר עס צו שרייבן אין אישית, סאוי נעם עס אן כאילו איך שיק עס פריוואט.

עס גייט יעצט קומען די וואכן פון יציאת מצרים, וואס ס'איז דא דערנאך א פסח, וואס די תורה איז מצווה: למען תספר באזני בנך ובן בנך. איך בעט למען השם ולמען הרחמים: זעה נישט צו פארפאסן גארנישט, דו האסט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גאר געלונגענער אין דעם הינזיכט, אראפצולייגן אזאך מיט טעם און געשמאק.

זעה צו גיסן די וואך וויפיל עס גייט, זאלסט וויסן, אז פאר פסח האט דער עולם נישט קיין נערווען, וואס דו גייסט יעצט אהערשטעלן, מיט דעם גייט מען זיך באלעקן ביי די סדרים נעכט.

א ישר כח למפרע
הק' יגר'ל
בשם בניו ובנותיו הקטנים.

זאל עס מיר גערעכנט ווערן ווי איך האב עס אויך געשיקט פריוואט...
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

ישר כח ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

ייש"כ! גאר גוט!

רב גראדער, שבת צופרי ביים סעודה, האבעך פארציילט דעם גאנצן אשכול דיינעם, און מ'האט זייער הנאה געהאט!
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

1x1 האט געשריבן:
רב גראדער, שבת צופרי ביים סעודה, האבעך פארציילט דעם גאנצן אשכול דיינעם, און מ'האט זייער הנאה געהאט!


מיט די תגובות אדער אן?
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

גראדער'ס פד"פ..
סטעפאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2010 9:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטעפאן »

יישר כח הרב גראדער, מ'פלעג מיר עס ליינען יעדע וואך און שטארק הנאה געהאט. נאר אזוי ווי ס'איז נישט אויסגעקומען זיך צו באדאנקען, באדאנקען מיר זיך יעצט על העבר.
אגב וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס די וועסט שרייבן פון פרשת משפטים און ווייטער?
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

יישר כח פאר'ן אונז מחי' זיין הרב גראדער, דיין שריפט ליינט זיך עפעס מורא'דיג געשמאק, כ'ווארט שוין אויפ'ן קומענדיגס, לויט ווי געשמאק דו האסט עס אראפ געלייגט ביז יעצט, דארף לכאורה צו קומען די נעקסטע פאר סדרות עפעס זאפטיגס, זעה נישט צו ביזי ווערן אויף אונזער חשבון.

קיפ אירראפ!!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך האב נעכטן נאכט געלערט מדרש רבה אויף שמות און איך האב מיר שוין פארגעשטעלט ווי גראדער לייגט עס אראפ
אז מהאט זיך צוזאם געזעצט מטכס עצה צו זיין מיט די ריזיגע איבערפלוס פון אימיגראנטן פון ארץ כנען
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

סטעפאן האט געשריבן:יישר כח הרב גראדער, מ'פלעג מיר עס ליינען יעדע וואך און שטארק הנאה געהאט. נאר אזוי ווי ס'איז נישט אויסגעקומען זיך צו באדאנקען, באדאנקען מיר זיך יעצט על העבר.
אגב וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס די וועסט שרייבן פון פרשת משפטים און ווייטער?

לאז עס פאר די פראפעשינעלס
יאנקעל די פופציגער
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

אויב הרב גראדער וועט האבן!!

צייט
כוח
געדילד

וועט ער האפענטליך פרשת משפטים ממשיך זיין וואס ער האט פארפעלט פון די פריעדיגע סדרות!!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

over night kugel האט געשריבן:אויב הרב גראדער וועט האבן!!

צייט
כוח
געדילד

וועט ער האפענטליך פרשת משפטים ממשיך זיין וואס ער האט פארפעלט פון די פריעדיגע סדרות!!


דער פלאן איז אנצוגיין ביז פקודי, און דערנאך משלים זיין צו ענדיגן וואס מ'האט פארפעלט בראשית שמות.
צים פינטעל האט געשריבן:איך האב נעכטן נאכט געלערט מדרש רבה אויף שמות און איך האב מיר שוין פארגעשטעלט ווי גראדער לייגט עס אראפ
אז מהאט זיך צוזאם געזעצט מטכס עצה צו זיין מיט די ריזיגע איבערפלוס פון אימיגראנטן פון ארץ כנען


דער מדרש רבה פון די וואך איז ''אנדער קאנסטראקשן''...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

תן תודה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גראדער האט געשריבן:
over night kugel האט געשריבן:אויב הרב גראדער וועט האבן!!

צייט
כוח
געדילד

וועט ער האפענטליך פרשת משפטים ממשיך זיין וואס ער האט פארפעלט פון די פריעדיגע סדרות!!


דער פלאן איז אנצוגיין ביז פקודי, און דערנאך משלים זיין צו ענדיגן וואס מ'האט פארפעלט בראשית שמות.
צים פינטעל האט געשריבן:איך האב נעכטן נאכט געלערט מדרש רבה אויף שמות און איך האב מיר שוין פארגעשטעלט ווי גראדער לייגט עס אראפ
אז מהאט זיך צוזאם געזעצט מטכס עצה צו זיין מיט די ריזיגע איבערפלוס פון אימיגראנטן פון ארץ כנען


דער מדרש רבה פון די וואך איז ''אנדער קאנסטראקשן''...


ר' גראדער, געדענק צו האלטן ווארט,
די וואך איז פר' ויחי, און איך האף אז דו וועסט אונז באפרידיגן, און פארגעס נישט צו משלים זיין מקץ און ויגש
ייש"כ פון פאראויס, איך ווארט מיט שפאנונג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ס'האט מיר אזאנס אויפגעהויבן די אויגן ברעמען ליינענדיג דעם קעפל אי..ך ...גיי... שטא..ר..בן, וואונדערינג זיך ווער איז שוין נמאס געוורן רח"ל, שנעל לויפנדיג קוקן ווער ס'די מחבר פאר ס'צו שפעט, טרעף איך נישט קיין צווייטן ווי גראדער, אה! גארדער די ביסט עס? שוין אלץ שלפסטו מיך אריין אין די סדרה מיט דיינע גניעלע בייפעלער און כח הדמיון אויפצושפילן לעבעדיג מעשיות פון 4000 יאר צירוק, פיין א גרויסן שכוח זייער הנאה געהאט צום ווידער זען נעקסט וואך אי"ה. (ביי די וועי א גריס פון דיין קאזען כאב עם נעכטן געטראפן, שוין מעמער נאך רעדן איך אייל מיך זיי געזונט) שכוח. א גיטן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א ריזיגן יישר כח גראדער
איך זיך מלמדים אין שלעפשיצער חדר.. :lol:
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

א יישר כח

זייער האנאה געהאט
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

עס קומט נאך?
אטעטשמענטס
מדרש ויחי.pdf
(183.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 316 מאל
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ויאסף אל עמיו

די גאנצע צייט וואס יעקב האט געבענטשט די הייליגע שבטים איז ער געזעצן אויפן גאלדענעם בעט מיט די אייגענע כוחות, ממש ביז זיין לעצטע מינוט האט יעקב אבינו געהאט כח צו זיצן. (רשב''ם נ, לג.)

יעקב האט אנגעזאגט פאר די שבטים אז קיין פרעמדער, חוץ פון די שבטי יה זאל נישט אנרירן זיין מטה, אויך יוסף אזוי ווי ער איז דער קעניג איז נישט קיין כבוד ער זאל טראגן די מטה, לוי וואס זיינע קינדער וועלן טראגן דעם ארון ברית ה' זאל אויך נישט טראגן די מטה, ער האט זיי פונקטליך אנגעזאגט וואו יעדער זאל שטיין ביים טראגן די מטה:

''פון מזרח זאלן גיין יהודה, יששכר און זבולן, פון דרום זאלן גייט ראובן שמעון און גד, פון מערב זאלן טראגן אפרים מנשה און בנימין, און אויף צפון זייט זאלן גיין דן אשר און נפתלי, פונקט אויפן זעלבן סדר ווי די אידן אין מדבר וועלן יארן שפעטער זיין אויסגעשטעלט לויט די דגלים.''

נאכדעם וואס ער האט שוין געענדיגט בענטשן אלע שבטים, ער האט זיי שוין אנגעזאגט אלעס וואס ער האט זיי געוואלט אנזאגן, האט ער ארויפגעלייגט די פיס אויפן בעט, און זיין הייליגע נשמה איז ארויף צום כסא הכבוד זיך באגעגענען מיט די נשמות פון די איבריגע אבות הקדושים.

יוסף הצדיק האט אויסגעפלאצט אין א שטורעמישן געוויין, ער האט זיך ארויפגעווארפן אויף יעקב און נישט אויפגעהערט צו וויינען, אויך די איבריגע זון פון יעקב, די הייליגע שבטים, האבן זיך אלע גענומען באוויינען דעם גרויסן פארלוסט פונעם הייליגן צדיק, זיי האבן זיך אלע צוריסן די קליידער און אנגעטון זעק ארויסצואווייזן דעם גרויסן טרויער. (ספר הישר)

אסנת, די ווייב פון יוסף האט צוזאמגענומען אלע פרויען, צוזאמען זענען זיי אלע געקומען באוויינען די פטירה פון יעקב אבינו.

"הייליגער טאטע" האט מען געהערט א געוויין, ''באמת האסטו געדארפט לעבן נאך אכט און צוואנציג יאר, נאר מיט דיין גרויסע קדושה האסטו אוועק געגעבן פון דיינע יארן פאר דיין אייניקל דוד המלך אכט און צוואנציג פון דיינע יארן.'' (ימל''ל בשם הזוהר)

אין די זיבעצן יאר וואס יעקב האט געוואוינט אין מצרים האט זיך זיין משפחה גאר שטארק פארמערט, זעקס הונדערט טויזנט אייניקלעך זענען געקומען אים באוויינען, אלע זענען געווען צובראכן פון די פטירה פונעם הייליגן זיידן יעקב.

אין מצרים איז געווען דער מנהג אז קעניגן און גאר חשובע מענטשן פלעגן די דאקטוירים אדורכפירן אויף זיי א געוויסע פרצעדור וואס האט זיך גערופן ''חניטה'' מען האט באשמירט דעם קערפער פונעם נפטר פערציג טאג מיט געוויסע סארטן בשמים אויף א ספעציעלן וועג, דאס האט גרום געווען אז דער קערפער איז געבליבן גאנץ פאר לאנגע יארן.

יוסף האט געלאזט רופן די דאקטוירים וואס האבן זיך אויסגעקענט מיט ''חניטה'' ער האט אבער געוואוסט אז ער קען זיי נישט לאזן אנרירן דעם הייליגן קערפער פון יעקב אבינו, אזוי ווי יעקב האט באפוילן אז א גוי זאל נישט צורירן אפילו צו די מטה, האט יוסף געבעטן די דאקטוירים זיי זאלן אויסלערנען די שבטים פונקטליך וויאזוי אדורכצופירן די חניטה, אזוי האבן די שבטי יה חונט געווען יעקב אבינו. (רבינו בחיי)

די חניטה האט גענומען פערציג טאג, דערנאך האט מען אויסגערופן אין מצרים א טרויער אין גאנצן לאנד אויף דרייסיג טאג, צוזאמען איז עס געווען זיבעציג טאג, במשך די זיבעציג טאג איז יעדן טאג פארגעקומען גרויסארטיגע הספדים וואו מען האט באוויינט יעקב אבינו, יעדן טאג פון די זיבעציג טאג האט אן אנדערער פון די זיבעציג נפשות וואס זענען מיטגעקומען אויף מצרים מספיד געווען. (חזקונו נ, ג.)

די גאנצע צייט האט זיך יוסף הצדיק נישט אנגעטון זיינע קעניגליכע מלבושים, ער איז ארומגעגאנגען פאר'צער'ט און פארטרויערט מיט צוריסענע קליידער מיט א זאק איבער דעם, ער האט נישט אויפגעהערט צו באוויינען זיין גרויסן טאטן, ער האט געוואוסט אז נאר מיט די קדושה פון יעקב האבן זיך די אידן געקענט האלטן ערליך אין מצרים, זיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר שרעק, וואס וועט יעצט זיין מיט כלל ישראל וואס דארף נאך בלייבן אפאר הונדערט יאר אינעם טמא'נעם מצרים, וויאזוי וועלן זיי זיך קענען האלטן ערליך, ווער נאך ווי יוסף האט געוואוסט און פארשטאנען וואס ער ווארט אפ יעדן ערליכן איד אינעם גלות מצרים, גלייך נאך יעקב'ס פטירה האט זיך שוין אנגעהויבן צו שפירן ווי די הערצער ווערן פארשטאפט, די אויגן פארבלענדעט, ס'איז שוין נישטא דער קלארקייט אזוי ווי אין די צייטן וואס דער צדיק האט געלעבט. (נסתמו עיניהם וליבם)

יוסף איז יעצט געשטאנען פאר א גרויסן פראבלעם, ער האט געמוזט מקיים זיין די שבועה וואס ער האט געשוואוירן פאר זיין טאטע יעקב אז ער וועט אים ארויפטראגן און באערדיגן אין מערת המכפלה, און עס אויסצופירן דארף מען האבן רשות פון פרעה.

יוסף איז געגאנגען צום קעניגליכן פאלאץ, ווען ער איז אנגעקומען צום טויערן האט ער זיך געכאפט אז ער שטייט פאר א גרויסן פראבלעם, ער איז טאקע דער גרעסטער יוצא ונכנס ביי פרעה אין פאלאץ, אלע טירן זענען ברייט אפן פאר אים, דאס איז אין געווענטליכע אומשטענדן, אבער מיט די צוריסענע קליידער און דעם זאק פאסט דאך נישט אריינצוקומען אינעם קעניגליכן אויפנאם צימער, וויאזוי קען ער זיך אזוי באווייזן פארן קעניג? (ב''ר ק, ד, שאין לאבל לבא אל המלך כי עוז וחדוה במקומו, ובספורנו, כי אין לבא אל המלך בלבוש שק.)

יוסף האט זיך געפרייט צו טרעפן דארט דעם ספעציעלן באדינער וואס איז געווען געשטעלט אויפצוציען די קעניגליכע קינדער. (ב''ר ק, ד.)

"איך בעט דיר, גיי צו די מלכה, צו די קעניגן, בעט איר אין מיין נאמען זי זאל אריינגיין צום קעניג און אים בעטן די פאלגענדע בקשה, מיין טאטע האט מיר באשוואוירן פאר זיין טויט איך זאל אים ארויפטראגן קיין ארץ ישראל און דארט באערדיגן, איך האף אז דער קעניג וועט מיר גיבן זיין רשות.''

פרעה איז געווארן אויסער זיך ווען ער האט געהערט דעם פארלאנג, ''איך וועל עס נישט צולאזן!'' האט ער געשריגן, ''דאס גאנצע לאנד מצרים האט דאך פארדינט פון דעם גרויסן צדיק יעקב, דער הונגער האט זיך אפגעשטעלט אין זיין זכות, אויך דער טייך נילוס וואס באוואסערט אלע אונזערע פעלדער איז דאך אויך געבענטשט געווארן אין זיין זכות, יעדן מאל וואס איך קום צום נילוס ווערט די וואסער געבענטשט און ס'קומט ארויף קעגן מיר, וויאזוי קען איך צולאזן מ'זאל ארויסטראגן דעם יעקב פון דא.

פרעה האט געהייסן מ'זאל תיכף אריינברענגען יוסף צו זיך, ''ס'גייט מיר נישט אן וויאזוי ער איז אנגעטון, איך מוז ''שוין'' רעדן צו אים!''

יוסף איז אריינגעקומען מיט הכנעה, און איבערגעזאגט זיין בקשה פאר פרעה.

''אדוני המלך, איך האב געשוואוירן פאר מיין טאטען, איך קען נישט עובר זיין אויף די שבועה, איך מוז אים אים ארויפטראגן אויף ארץ ישראל.''

''מיין טייערער יוסף, איך פארשטיי נישט וויאזוי דו האסט געקענט טון אזא זאך, וויאזוי האסטו געקענט שווערן און צוזאגן פאר דיין טאטן אזא זאך אן מיין רשות?! דו וואלסט געדארפט קומען בעטן מיין ערלויבעניש פאר דו נעמסט זיך אונטער אזא מעשה.''

''אדוני המלך'' האט יוסף זיך פארענטפערט, ''מיין טאטע האט שוין געהאלטן ממש פארן שטארבן ווען ער האט געבעטן די שבועה פון מיר, ס'איז שוין נישט געווען קיין צייט דעמאלס צו קומען צו לויפן און בעטן דיין רשות, ווייל איך וואלט נאך ח''ו געקענט פארשפעטיגן...'' (אוה''ח)

''הער זיך צו יוסף, איך האלט בשום אופן נישט ביים צולאזן אז דיין טאטע יעקב זאל ארויסגעפירט ווערן פון מצרים, איי דו האסט געשוואוירן, האב איך אן עצה דערצו, דו וועסט עובר זיין אויף די שבועה! ווייל אזוי האב איך דער גרויסער קעניג פרעה באפוילן!''

''אדוני המלך, איך וויל עפעס זאגן פארן קעניג פריוואט, אן דעם וואס קיינער זאל צוהערן אונזער שמועס.''

''גוט, באדינער!''

''צום באפעל!''

''גייט אלע ארויס פון דא, לאזט מיר אליינס מיטן משנה למלך.''

''נו, לאמיר הערן יוסף, וואס האסטו צו פארקויפן?"

"אדוני המלך, דער קעניג געדענקט זיכער דעם טאג וואס איך בין געברענגט געווארן צו באשיידן דעם קעניג'ס חלום.''

''יא, אוודאי געדענק איך, שוין דעמאלס, גלייך ווען מ'האט דיר ארויסגענומען פון תפיסה האב איך איינגעזעהן ווי קלוג דו ביזט, לאמיר יעצט טאקע זעהן ווי דו פארשטייסט אן עסק און דו טוסט וואס איך הייס...''

''אדוני המלך, דער קעניג געדענקט אוודאי ווי דער הויכגעשעצטער קעניג האט מיר פארהערט צו איך קען אלע זיבעציג שפראכן.''

פרעה ווערט בלאס, עפעס הייבט אים אן צו שמעקן נישט גוט...

''יא... אם, יא יא, וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט?"

''אדוני המלך, דער קעניג געדענקט מן הסתם אז איך האב געקענט איין שפראך מער ווי דעם הויגעשעצטן קעניג, דער קעניג פרעה האט נישט געקענט קיין לשון הקודש, און לויט די מצרישע געזעצן קומט זיך די מלוכה פאר דעם וואס קען די מערסטע שפראכן, דאס הייסט אז דער בענקל וואלט אריבער פון פרעה צו....''

''שווייג שוין דארט! דו האסט דאך מיר געשוואוירן אז דו וועסט עס פאר קיינעם נישט דערציילן!"

"אדוני המלך, איך האב טאקע ביז היינט איינגעהאלטן מיין שבועה און לכבוד דעם איז דער קעניג געבליבן אויפן בענקל, אבער אויב דער קעניג צווינגט מיר יעצט עובר צו זיין אויף א שבועה וועל איך ענדערש עובר זיין אויף יענע שבועה... אזוי וועל איך איבערנעמען דעם קעניג'ס פלאץ און דערנאך וועל איך קענען פירן מיין טאטען פונקטליך דארט וואו ער האט מיר באשוואוירן...''

נאכן עס הערן אזוי קלאר האט פרעה פארשטאנען דעם וואונק...

"הער זיך איין יוסף, איך האב נישט קיין ברירה מיט דיר, צו בלייבן מיטן קעניגליכן בענקל איז מיר וויכטיגער ווי צו בלייבן מיטן קערפער פון דיין טאטן, טו וויאזוי דו פארשטייסט.''

און דאס איז טאקע וואס יוסף האט געטון...


ויעל יוסף לקבור את אביו
פרעה האט געלאזט אויסרופן אינעם גאנצן לאנד מצרים אז דער וואס וועט נישט קומען באוויינען יעקב וועט פאר'משפט ווערן צום טויט! דער גאנצער לאנד מצרים איז זיך צוזאמגעקומען באוויינען די פטירה פון דעם גרויסן מענטש, דער עולם האט זיך אויסגעשטעלט אין גרופעס זיך צו גרייטן צו באגלייטן די מטה קיין ארץ כנען.

יוסף האט געלאזט מאכן א הערליכע מטה פון ריין גאלד ארומגענומען מיט די טייערסטע דיאמאנט שטיינער און צגעדעקט פון אויבן מיט די הערליכע געשטריקטע סחורות פון לען און פורפל וואל. (ספר הישר)

א ריזיגער מיליטער פון די מצרישע גיבורים זענען מיטגעקומען באגלייטן די לוי', סיי צוליב דעם כבוד פאר יעקב, און סיי אויב עשו וועט זיך אויפוועקן און וועלן עפעס אנווערטשאפטן... (רמב''ן מט, לא. בשם יוסיפון)

ענדליך האט זיך די ריזיגע שיירה אנגעהויבן ארויסצולאזן פון מצרים קיין ארץ כנען, די בני יעקב האבן איבערגעלאזט זייערע קינדער און שאף אין מצרים אויפן פארלאנג פון פרעה, ער האט געוואלט זיכער מאכן אז זיי וועלן צוריק קומען. (ילמ''ל בשם העקידה.)

צווישן די באגלייטער האבן זיך אנגעזעהן גאר אסאך מענטשן וואס זענען ספעציעל געקומען פון כנען מיטהאלטן און אפגעבן כבוד פאר יעקב אבינו. (ספר הישר)

א וואלקן, א עמוד הענן איז געגאנגען פאראויס אפצוגעבן כבוד פארן צדיק יעקב אבינו. (ב''ר)

ווי נאר די שיירה האט פארלאזט מצרים און אריינגעגאנגען אין די גרעניצן פון ארץ כנען זענען זיך צוזאמגעקומען די איין און דרייסיג קעניגן פון כנען, צוזאמען מיט די בני ישמעאל און בני קטורה, און געוואלט מלחמה האלטן מיט די גאנצע שיירה, ווען זיי האבן אבער געזעהן דעם גרויסן כבוד וואס אלע האבן פאר יעקב, זיי האבן געזעהן דעם הערליכן קרוין פון יוסף אויף די הערליכע מטה, האבן אלע קעניגן זיך אויסגעטון זייערע קרוינען און ארויפגעלייגט אויף די מטה, צוזאמען זענען געווען זעקס און דרייסיג קרוינען אויף די מטה.

די בכיות וואס האבן זיך אפגעטון דארט זענען געווען אין לשער, אפילו די פערד און אייזלען האבן מיטגעוויינט... (ב''ר) אזוי שטארק האבן די מצריים געוויינט אז די כנענים האבן פון דעמאלס אן גערופן דעם פלאץ אבל מצרים.

ווען עשו האט געהערט אז זיין ברודער יעקב איז אוועק און מ'פירט אים ארויף קיין ארץ כנען האט ער צוזאמגענומען זיין משפחה און זיך ארויסגעלאזט אנטקעגן די שיירה פון די לוי'.

עשו האט זיי אנגעטראפן, ער האט זיך צוגעשטעלט צו די גרופע און ער האט זיך גענומען באוויינען און מספיד זיין יעקב אבינו. (ספר הישר)

די שיירה האט זיך ווייטער געצויגן ביז מען איז אנגעקומען קיין חברון, גייענדיג צום מערת המכפלה האט זיך עשו געכאפט וואס דא גייט יעצט פאסירן, אין מערת המכפלה איז נאר געווען פלאץ פאר נאך איין קבר, דאס הייסט אז נאכן באגראבן יעקב וועט נישט בלייבן קיין פלאץ פאר עשו אין די מערה.

עשו האט זיך געגעבן א שטעל אוועק ביים אריינגאנג צו די מערה, ''בלייבט שטיין!'' האט ער געשריגן, ''דער קבר איז מיינס! קיינער גייט דא נישט אריין!"

די בני יעקב זענען געווען גערישט דערויף, דערפאר האט מען דאך מיטגעברענגט דעם גאנצן מיליטער, אבער קודם דארף מען פרובירן בדרכי נועם...

יוסף הצדיק איז צוגעגאנגען צו עשו און פרובירט זיך איינ'טענה'ן מיט אים:

"טייערער פעטער, דו ווייסט דאך גוט אז דער טאטע האט אפגעקויפט פון דיר די בכורה, אין דעם איז געווען אריינגערעכנט דער קבר אין מערת המכפלה, אויך נאכדעם ווען דער זיידע יצחק איז אוועק האט דער טאטע דיר געפרעגט וואס דו דארפסט ענדערש, געלט אדער דער קבר, האסטו געענטפערט, ווער דארף קברים, גיב אהער געלט! און ווי מער! איז געגאנגען דער טאטע יעקב און געמאכט א גאנצן הויפן גאלד און זילבער און דיר עס אוועקגעגעבן, (ב''ר) אלעס פאר דעם שטיקל ערד, וואס דער טאטע האט שוין אויפגעגראבן און זיך צוגעגרייט אלס קבר." (רמב''ן, מט, לא, שכבר כרה לו הקבר)

עשו איז בכלל נישט געווארן ווייכער נאכן הערן די גערעכטע טענות פון יוסף.

''דו נאר איינער!'' האט ער געשריגן, ''דו קומסט מיר פארקויפן באבע מעשיות?! דו ביזט דאך ניטאמאל דא געווען, דו ביזט געווען א קנעכט אין די מצרישע תפיסות יענע צייטן, פון וואו ווייסטו אזוי פונקטליך וואס דא האט זיך אפגעטון? הער אויף מיר צו האקן אין קאפ און לאז אפ מיין קבר, שוין גענוג אז דיין טאטע האט גענומען איין קבר דא אין די מערה און באגראבן דערין זיין ווייב לאה, דער אנדערער קבר איז מיינס!''

''פעטער טייערער, ס'איז טאקע אמת אז איך בין נישט געווען דעמאלס דא אויפן פלאץ, דער טאטע מיינער האט אבער שוין געקענט זיין טייערן ברודער עשו און ער האט געלאזט שרייבן א שטר וואו דו עשו האסט גע'חתמ'עט קלאר און דייטליך פאר כשר'ע באגלייבטע עדים אז דו פארקויפסט אים דעם קבר!''

''איך ווייס נישט פון וועלכן צעטל דו רעדסט! אדרבה, לאמיר זעהן דעם שטר.''

די ברודער האבן זיך געכאפט אז אין איילעניש האט מען דעם שטר פארגעסן אין מצרים, וואס טוט מען דא?

"נפתלי, דו קענסט דאך שנעל לויפן, לויף דו אראפ שנעל קיין מצרים און ברענג דעם צעטל.'' האט יוסף געבעטן. (ספר הישר)

עשו מיט זיינע חברה זענען נישט געשטאנען מיט ליידיגע הענט, זיי האבן זיך אנגעהויבן צו שלאגן מיט די באגלייטער פון יוסף, זיי זענען פארשטייט זיך נישט שטיל געבליבן, אזוי זענען גע'הרג'עט געווארן 40 חברה פון עשו'ס באגלייטער.

חושים, דער זון פון דן, איז געווען טויב און שטום, בשעת די גאנצע מהומה איז ער געזעצן אין די זייט און אכטונג געגעבן אויף די מטה פון יעקב, ווען ער האט געזעהן אז עפעס נעמט עס צו לאנג און מ'גייט נאכנישט אריין אין די מערה האט ער געוואלט פארשטיין וואס דא גייט פאר, מ'האט אים פרובירט מסביר צו זיין וואס עשו טענה'ט און אז נפתלי ברענגט שוין דעם שטר און אלעס וועט זיין מסודר, ער האט אבער נישט צופיל פארשטאנען, איין זאך האט ער געכאפט אז צוליב דעם פעטער עשו ווערט דער זיידע יעקב פארשעמט און מ'קען אים נישט באגראבן, האט ער געכאפט א שווערד און געגעבן א קנאק אראפ עשו'ס קאפ... (ובמדרש שוח''ט קאפיטל י''ח שיהודה הרגו)

דער קאפ האט זיך אריינגעקוילערט אין די מערה גלייך אריין אינעם קבר פון זיין טאטן יצחק צווישן זיינע ארעמס. (תרגום יונתן נ, יג.)

דער איבריגער קערפער פון עשו האט מען אהיימגעשיקט קיין שעיר פאר זיינע קינדער און אייניקלעך...
(פרקי דר''א ל''ט, ובתרגום יונתן שקברו בהשדה מעל המערה.)

וישב יוסף מצרימה
אינמיטן וועגן צוריק איז די שיירה דורכגעגאנגען אינדרויסן פונעם שטאט שכם, אלע זענען געווען ערשטוינט צו זען ווי דער קעניגליכער פערד פון יוסף הצדיק שטעלט זיך אפ נעבן עפעס א טונקעלן גריב, יוסף גייט אראפ פונעם וואגן, ער קוקט ארויף אויפן הימל, ער פארמאכט זיך די הייליגע אויגן, און ער רופט אויס מיט שמחה:

"געלויבט ביזטו הייליגער באשעפער וואס דו האסט מיר געמאכט א נס אויף דעם פלאץ! ברוך שעשה לי נס במקום הזה...

די ברידער זיינע האבן גוט דערקענט דעם פלאץ, ס'איז געווען דער גרוב וואו זיי האבן אים אריינגעווארפן יארן פריער פאר מ'האט אים פארקויפט אויף מצרים...

א רויטער לעמפל האט זיך אנגעצינדן, די ערשטע געלעגנהייט וואס זיי האבן זיך צוזאמגעטראפן האבן זיי געפרעגט איינער דעם אנדערן מיט שרעק:

"איך האב געמיינט אז יוסף האט שוין לאנג פארגעסן וואס מיר האבן אים געטון, איך זעה אז ער געדענקט נאך גוט, ווער ווייסט צו ער וועט זיך נישט נוקם זיין אין אונז...''

''אפשר נאר ווילאנג דער טאטע האט געלעבט האט ער צוליב דעם טאטנס כבוד אונז גארנישט געטון, אבער יעצט וואס וועט אים צוריק האלטן פון אונז באצאלן אויף דעם וואס מיר האבן אים פארקויפט.''

זייער זארג איז נאר גרעסער געווארן מיט געציילטע טעג שפעטער.

יוסף פלעגט אלעמאל לאדענען זיין טאטען יעקב מיט זיינע ברידער עסן סעודות ביי אים, יעקב האט אלעמאל מכבד געווען יוסף צו זיצן אויבן אן אלס קעניג, יעצט ווען יעקב האט שוין נישט געלעבט האט יוסף געטראכט אויב וועל איך ווייטער רופן די ברידער מיינע וועל איך זיך נישט קענען זעצן אויבן אן ווייל ס'פאסט נישט קעגן מיין ברודער ראובן דעם בכור, אדער יהודה דער קעניג, נישט זיצן אויבן אן איז דאך א בזיון פאר מיין מלוכה, איז בעסער איך זאל זיי בכלל נישט רופן, (ב''ר ק, ח.) ווען די ברידער האבן אבער געזעהן אז יוסף רופט זיי מער נישט צו קיין סעודות איז זייער זארג און מורא פאר יוסף'ס נקמה נאר געווארן נאך שטערקער.

ביי א צוזאמקום פון אלע ברודער האבן זיי דן געווען וואס צו טון, זייער באשלוס איז געבליבן אז דערווייל זאל גארנישט געטון ווערן, זיי האבן באשלאסן אז לויט ווי זיי קענען יוסף הצדיק וועט ער נישט טון אזא זאך ווי נקמה, ער וועט זיכער נישט גיין מיט די אייגענע הענט שלעכטס טון פאר א מענטש, בפרט פאר זיינע אייגענע ברידער.

דער באשלוס האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג.

נאכדעם וואס יעקב איז אוועק פון די וועלט האט זיך צוריק אנגעהויבן דער הונגער וואס האט זיך פריצייטיג געענדיגט ווען יעקב איז אראפגעקומען קיין מצרים. די פינף יאר וואס האט נאך געפעלט פונעם הונגער זענען יעצט אנגעקומען.

ווידער איז נישט געווען וואס צו עסן אין גאנץ מצרים, ווידער האבן מחנות מענטשן זיך געשלענגלט אין אלע גאסן צו די אוצרות פון יוסף זיך בעטן פאר א שטיקל עסן, יוסף האט געהאט גענוג וואס צו פארקויפן, די אלע אוצרות וואס ער האט אוועקגעלייגט זענען נאך געווען געשמאק און פריש, די תבואה האט זיך געהאלטן פריש ווילאנג יוסף האט געלעבט, (פרקי דר''א ל''ט) האט זיך צוריק אנגעהויבן דער גאנצער געשעפט פון פארקויפן תבואה.

די שבטים זענען געווארן באזארגט, ''יוסף וועט טאקע נישט טון קיין זאך מיט די אייגענע הענט נקמה צו נעמען און אונז, אבער ווער זאגט אז ער וועט אונז גיבן תבואה צו קענען לעבן, אפשר וועט ער מחליט זיין אז נאכדעם וואס מיר האבן מיט אים געטון מעג ער זיך פארהוילן פון אונז און אומווילנדיג 'פארגעסן' אונז צו שיקן עסן...'' (כלי יקר נ, י.)

ס'איז באשלאסן געווארן אז מ'דארף שיקן איינעם רעדן צו יוסף, לצורך הענין וועט מען מפני דרכי שלום דארפן מאכן עפעס א מעשה, דער עיקר ס'זאל זיין ברויט אויפן טיש צו קענען דערהאלטן דעם עולם ביים לעבן.

דער פאסיגסטער קאנדידאט צו גיין רעדן מיט יוסף איז אויסגעקליבן געווארן בלהה, די דינסט פון רחל, זי איז געווען גאר נאנט מיט יוסף, (ברש''י בני בלהה, וברגום יונתן, נ, טז. ששלחו לבלהה. אולם בספורנו שהיו מעבדי יעקב.)

בלהה איז אריינגעקומען אין פאלאץ, זי איז גלייך געווארן אויפגענומען דורך יוסף, זי האט אים איבערגעגעבן דעם שליחות:

"דיין טאטע האט פאר זיין פטירה געבעטן מ'זאל דיר איבערגעבן א פערזענליכע בקשה, ביטע, זיי מוחל און פארגיב פאר דיינע ברידער דאס וואס זיי האבן מיט דיר געטון, איך יעקב גיי טאקע אוועק פון די וועלט אבער דער אויבערשטער וואס איז דער באשעפער פון אייך אלע בלייבט נאך אלץ...''

ווען יוסף האט געהערט די ווערטער האט ער אויסגעפלאצט אין א געוויין... אוי מיין באליבטער טאטע, ער האט מיר זיכער נישט חושד געווען... (ספורנו, נ, יז.)

די ברידער וואס זענען געשטאנען אינדרויסן אין געווארט צו הערן וואס עס לאזט זיך אויס מיט בלהה'ס בקשה זענען אריינגעקומען אין זאל און זיך צוגעשטעלט צום געוויין... זיי זענען געפאלן פאר יוסף'ס פיס און זיך געבעטן ''מיר זענען דיינע קנעכט...''

יוסף האט זיי שנעל בארואיגט:

"מיינע טייערע ברודער, איר האט נישט פון וואס מורא צו האבן! צום ערשטן דארפט איר האבן אביסל בטחון, מאכט זיך א פשוטן חשבון, איר זענט געווען צען גיבורים, איר האט אלע צוזאמען מחליט געווען מיר שלעכט צו טון, האט איר געקענט? ניין! ווייל דער רבש''ע האט אנדערש געוואלט, אויב אזוי, פארוואס טראכט איר אז איך, וואס איך בין נאר איינער, זאל קענען שלעכט טון פאר אייך צען?! אויב ס'איז נישט דער רצון ה' וועל איך אייך גארנישט קענען טון!

''צווייטנס, איך זעה בכלל נישט קיין סיבה פארוואס איך זאל אייך עפעס שלעכטס טון, למעשה איז דאך מיטן אויבערשטנס הילף ארויסגעקומען אזא גרויסע טובה פון אייערע פעולות, דער רבש''ע האט דורך דעם מיר געגעבן די מעגליכקייט איך זאל אייך אלע קענען דערהאלטן ביים לעבן, צו וואס זאל איך וועלן אין איינעם נקמה נעמען צוליב דעם?

"זארגט נישט, איך וועל אייך שפייזן, אייך מיט אייערע קינדער, איר קענט אלע רואיג אהיימגיין."

יוסף איז נאכנישט געווען צופרידן, ער האט געוואלט זיין זיכער אז זיינע ברידער זענען באמת געווארן בארואיגט, האט ער זיי מסביר געווען:

''איר קענט זיין זיכער אז איך וועל אייך נישט שלעכטס טון, איך בין דאך אייך שולדיג א גרויסן הכרת הטוב, ביז איר זענט געקומען זענען געווען צווישן די מצרים אזעלכע וואס האבן חוזק געמאכט פון מיר אז איך בין א קנעכט, יעצט אבער, נאכדעם וואס איר זענט אראפגעקומען פון ארץ ישראל האבן אלע געזעהן וואספארא חשובע משפחה איך האב, פארשטייען אלע אז איך בין נישט קיין קנעכט, אויב וועל איך אייך יעצט הרג'נען וועלן זיי זאגן אז איך האב זיך געטראפן ערגעץ אפאר פרעמדע חברה, איך האב זיי אהערגעשטעלט אלס ברידער, והא ראי' יעצט ווען ס'איז געווארן עפעס א סיכסוך האט ער זיי דער'הרג'עט, האט איר שוין געזעהן אמאל א ברודער זאל הרג'נען זיינע אייגענע ברידער?! איך וועל זיך זיכער נישט זוכן מ'זאל אזוי רעדן אויף מיר, קענט איר זיכער זיין אז איר וועט בלייבן לעבן...'' (ב''ר ק, ט.)

די ברידער האבן זיך בארואיגט און יעדער איז אהיימגעגאנגען קיין גושן זיך אויסלעבן די איבריגע יארן וואס דער אויבערשטער האט אים נאך געשאנקען אויף די וועלט.


פקד יפקוד אלקים אתכם
ווען יוסף איז אלט געווען זיבעציג יאר, נאכן זיין משנה למלך פערציג יאר, איז פרעה דער קעניג פון מצרים געשטארבן, פאר זיין טויט האט ער געלאזט רופן זיין זון מגרון, ער האט אים אנגעזאגט:

"דו וועסט טאקע ירש'נען דעם נאמען פרעה, עמטליך וועט עס הייסן אז דו טראגסט דעם נאמען קעניג פון מצרים, אבער למעשה זאלסטו טון נאר וואס דער קלוגער יוסף וועט דיר זאגן, זאלסט זיך פולשטענדיג מכניע זיין אונטער אים און זיך אלעס פירן לויט זיין ווארט."

פרעה מגרון האט טאקע געפאלגט זיין טאטן, און במשך די קומענדיגע פערציג יאר וואס יוסף האט נאך געלעבט איז יוסף געווען דער פאקטישער קעניג פון מצרים, און נישט נאר פון מצרים נאר פון די גאנצע וועלט! (פרקי דר''א פי''א) דער נאמען פון יוסף אלס א קלוגער און א גיבור איז ארויס צו אלע לענדער און יעדער האט געוואלט אים האבן אלס קעניג העכער זיך, האבן אלע לענדער געצאלט שטייער פאר מצרים און יוסף איז געווען דער קעניג איבער זיי.

יוסף האט דערלעבט אסאך אידיש נחת, די ברכה פון יעקב אז ער וועט האבן נאך קינדער איז מקויים געווארן, (רמב''ן מח, טו) יוסף האט געהאט נאך קינדער, ער האט דערלעבט צו זעהן אייניקלעך און איר אייניקלעך וואס זענען אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב אויפן ערליכן וועג.

ווען יוסף איז אלט געווארן הונדערט און צען יאר האט ער געשפירט אז זיינע כוחות פארלאזן אים, האט ער געלאזט רופן זיינע ברידער זיך צו געזעגענען מיט זיי.

"איך וויל אייך בעטן א טובה, אזוי ווי איר האט דאך סוכ''ס צוגעברענגט איך זאל אראפגעברענגט ווערן קיין מצרים, בעט איך אייך איר זאלט זעהן צו זארגן אז ווען עס וועט קומען די צייט אין די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים זאל מען מיטנעמען מיינע ביינער פון דא, איך ווייס אז דער טאטע האט טאקע געבעטן אז מ'זאל אים גלייך ארויפטראגן קיין ארץ ישראל, איך קען עס אבער נישט בעטן פון אייך ווייל פרעה וואס וועט קעניגן נאך מיר וועט עס מן הסתם נישט צולאזן, דעריבער בעט איך איר זאלט אנזאגן אייערע קינדער זיי זאלן געדענקען ארויפצוטראגן מיינע ביינער קיין ארץ ישראל.''

''זיכער יוסף, מיר וועלן עס טאן פאר דיר.''

''נאך איין זאך וויל איך אייך בעטן, אזוי ווי דער פלאץ פון וואו איר האט מיר אראפגעשיקט אהער איז געווען פון שטאט שכם, זאל מען צוריק טראגן מיינע ביינער קיין שכם.''

די שבטים צוזאמען מיט יוסף'ס קינדער און אייניקלעך האבן זיך געזעגנט פונעם הייליגן יוסף הצדיק.

יוסף האט געשפירט אז עס איז וויכטיג זיי מחזק צו זיין, האט ער זיי געזאגט:

''מיר ווייסן דאך אלע אז א שווערער און ביטערער גלות ווארט אונז אפ, אזוי איז דאך געווען די ווערטער פונעם אויבערשטן פארן זיידן אברהם, וויסן זאלט איר אבער אז יעדער גלות האט א באשטימטע צייט פון גאולה, דער רבש''ע וועט אייך נישט פארלאזן, ווען די צייט וועט קומען וועט ער שיקן אן אויסלייזער וואס וועט זיין אכציג יאר אלט, אזוי ווי די אכציג יאר וואס איך האב געקעניגט, (בעה''ט נ, כד) ער וועט זאגן די ווערטער ''פקד יפקוד אלקים אתכם'' דער אויבערשטער האט געדענקט אייך אויסצולייזן!

''אויך ביי די שפעטערע גליות וואס כלל ישראל וועט זיין וועט דער רבש''ע שיקן משיח אויסלייזן די אידן, דער לעצטער גלות וועט זיין זייער א שווערער, ס'וועט אריבער גיין טויזענטער יאר זאלן זיך כלל ישראל נישט איינרעדן אז דער אויבערשטער האט חלילה פארגעסן פון זיי, דער טאטע יעקב האט אונז טאקע נישט אנטדעקט ווען דער זמן פון די גאולה וועט זיין, דער רבש''ע האט עס אים געמאכט פארגעסן כדי ער זאל עס אייך נישט אנטפלעקן, מיר האט אבער דער טאטע יא געזאגט די צייט פון די גאולה, (בעה''ט נ, כה.) אידן זייט אייך נישט מייאש, די צייט וועט קומען און דער אויבערשטער וועט אייך אויסלייזן פון גלות און צוריק ברענגען קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו.''

ס'איז געווען שבת ביי מנחה צייט ווען די הייליגע נשמה פון יוסף איז ארויף בסערה השמימה. (ימל''ל)

נאכן מאכן אויף יוסף דעם חניטה פראצעדור האבן די מצריים אריינגעווארפן דעם ארון אינעם נילוס, אז די נילוס וואסער זאל געבענטשט ווערן דורך אים, דארט וועט עס ליגן ביז משה רבינו וועט קומען אויסלייזן די אידן פון גלות מצרים.

ונזכה כולנו יחד במהרה בשוב ה' את שובת ציון בנחמת ציון וירושלים בב''א

א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

שכוח הרב גראדער עס איז שוין ארויס געפרינט
גוט שבת
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה!
יישר כח מעומקא דליבא
אטעטשמענטס
מדרש ויחי.pdf
(243.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 563 מאל
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

שכוח מיטשע פארן פדף
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מיט א פרישע ברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”