שמייסן אדער נישט???
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
שמייסן אדער נישט???
(לרגל החתונה סעזאן המתקרב ובא)
ליגט דער חתן אין בעט קוים איינצעלנע שעות נאכן אפטאנצן, און שוין דרייט ער זיך נעוועזערהייט אויפן בעט, די זייגער ווייזט אויף האלב אכט, ער וואלט נאך געשלאפן ווייניגסטענס א שעה אהאלב, אבער עס גייט נישט. ער דרייט זיך פון איין זייט צום צווייטן, אבער די מחשבות לויפן אים נישט לאזנדיג אים מנוחה. ער גרייט זיך אויפן געהויבענעם מעמד עטיפת טלית רבתי וואס וועט פארקומען היינט צום ערשטן מאל אין לעבן. נאך א האלבע שעה זיך דרייען אזוי באשליסט דער חתן שוין גענוג געווען, איינשלאפן גיי איך שוין סייווי נישט יעצט, איז לאמיר טוהן למעשה, מגיימיר אין בית המדרש.
דער חתן רופט צו זיין געוועזענעם היים, אבער מען הייבט נישט אויף יעדער שלאפט נאך. די נעקסטע נאמבער איז צום שווער, ענדליך נאך דריי מאל הייבט מען אויף, דער חתן באשטעלט צוויי שומרים, איינס פאר זיך און איינס פאר אינדערהיים. נאך זוכענישן און קראצענישן קומט ענדליך אפיר די צעהן יעריג נייע נעפיו מיט א ניס, און געגאנגען. ער פארגעסט נישט מיטצונעמען א שווארצן זעקל מיט א מעיל דערין, איי די זון שיינט במילואו, קיין וואלקנדל ווערט נישט געזעהן אויפן האריזאנט? צו פארשטיין דעם ענטפער דארף מען אביסל וויסן די היסטאריע פון זיין שטריימל. ווי נאר די דבר יום ביומו האט געמאלדן זיין חתן ווערן איז ער באלאגערט געווארן פון אלע מיני עידזשענדס פון ישיבה, וואס האבן אים מסביר געווען וואספארא מעכטיגע שטריימלעך זיי האבן אים צו געבן פשוט בחנם, די געלט וועט קומען פון זיין טאטע, גארנישט מיט אים. נאך א גאנצע דילעמא האט ער אויסגעוועלט צו נעמען א שטריימל ביי וועם די עידזשענט האט אים מסביר געווען אז דאס איז געמאכט פון עכט לעבעדיגע האר, שאקל עס וועסטו זעהן, האסט געזעהן ס'געט אזא טאנץ? ממש לעבעדיג. שוין, נאך דאס פעלט אים אויס אז זיין לעבעדיגע שטריימל זאל אים חרוב גיין?
די שפאציר ביזן לאקאלן בעסמעדריש גייט אדורך שטיל, די חתן איז זיך פארזונקען אין זיינע מחשבות, עפעס א קלייניגקייט? ער גייט היינט עמטליך ערקלערן לפני כל עם ועדה אז ער איז שוין א עכטע יונגערמאן, ער האט שוין א טלית. א שמייכל ציעט זיך ארויף אויף זיין ליפן אומבאמערקט, זיינע ישיבה חבירים וועלן אים נישט דערקענען פון בעק, ער וועט זיין גלייך מיט אלע טאטעס, א טלית פונקט ווי יעדעם. דער קליינער נעפיו איז אויך היפש פארזונקען אין מחשבות, אויב האט ער נעכטן געמיינט אז ער איז גליקלעך ווען ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי די זינגער טאנצט אזוי אונטער ביי יעדע אייטידיראמבאמבאם, ווערט ער יעצט געוואויר אז באגלייטן די נייע פעטער איז עפעס אזוי געשמאק ממש מעין עוה"ב, ער האט שוין אנגעזאגט פאר די מאמע אז אויף די אנטשולדיגונגס צעטל וואס ער וועט טראגן פאר די מלמד אין חדר זאל נישט שטיין אז ער האט געהאט א חתונה, נאר אז ער האט באגלייט די חתן.
מען קומט אן אין בעסמעדריש, די חתן זוכט א באהאלטענעם פלאץ אראפצולייגן די טלית ותפילין און זאגט אן פאר זיין באדי-גארד אז ער זאל האלטן א אויג קיינער זאל דאס נישט אוועק לקח'נען. איי פארוואס זאל איינער דארפן פונקט דיין טלית ותפילין? זייער פשוט, זיינס האט נאכנישט אזויפיל געקליבן שווייס און געקערט דער ערד. יעצט פארשטייט ער פארוואס מען טוט נישט אן קיין ר"ת תפילין ביז א יאר נאך די חתונה, ווייל אזוי וועט קיינער נישט צוכאפן די נייע טלית ותפילין ווייל ס'האט דאך נישט קיין ר"ת תפילין. אבער דאך, צו זיין אויפן סעיף סייד שטעלט אוועק זיין נעפיו עס צו וואטשן.
דער חתן כאפט א טבילה, ביני לביני לויפן אים דורך די מחשבות ווי גליקליך ער איז, כאטש ער ווייסט שוין אז דאס האלט נישט אן צו לאנג, ער געדענקט נאך ווען ער איז געווארן פון א בעבי א יונגל האט מען געמאכט א גאנצע מצב, א אפשערן. וואס איז געווען דערנאך? פון א גרויסע בעבי איז ער געווארן א קליינע אינגל. אויך ביי די בר מצוה ווען ער איז געזיצן אויבן אן אינגאנצן בא'גדול'ט, איז ער געווארן פון א גרויסע יונגל א קליינע פיטעם בחור. און יעצט שטעלט ער זיך פאר אז פון א גרויסע בחור וועט ער ווערן א קליינע שנה-ראשונה אינגערמאן. אבער וויאזוי זאגט די וועלט? חיי שעה איז אויך א לעבן.
ענדליך הייבט זיך שוין אן די צערמאניע, די חתן נעמט זיין טלית ותפילין זעקל, ציט זיך אראפ די לינקע ארבל, נעמט ארויס די ציכטיג ווייסע טלית, לייגט דאס אויפן פלייצע ווי א זקן ורגיל, ברכו נפשי וכו'. א ציטער גייט אים אדורך ווען ער טראכט וויאזוי ער וועט זיך א עצה געבן מיטן שטריימל ווען ער ענדיגט די ברכה, נארמאל קומט דאס צו געבן אזא האלבע ווארף אויפן באנק, אבער נישט מיט זיין לעבעדיגע שטריימל, ענדליך פאלט אים איין א געדאנק, ער גייט זיך אויסטון די שטריימל פארן אנהייבן די ברכה, ס'פאסט טאקע נישט פאר אזא חתן ווי אים, אבער א ברירה האט ער? ער וועט ארויף לייגן די האנט אויפן קאפ בשעת די ברכה, א האלבע לעזונג.
ענדליך הייבט ער אן די ברכה, בשעת מעשה עפנט ער אויף די טלית, ציהט עס אויס אויפן גאנצן לענג, פארגעסט נישט צו לייגן די הענט אויפן קאפ, קדשנו במצוותיו וציוונו ל... ל.... וויאזוי קומט עס להתעטף אדער להתעתף? א בליק אריין אין סידור, אקעי ברוך ה' איך האב גוט געזאגט. און יאפס, א ציה ארויף די טלית איבערק קאפ, די קאפל פליעט מיט, אויוויי שיין זעה איך אויס, אנטון א טלית אן א קאפל, די טלית נעמט זיך דרייען פון אלע זייטן, ער פארלירט קאנטראל, אקעי די זייט איז די עטרה סאו דארף עס זיין פארנט, סאו איז דעס אין בעק. ענדליך שוין מסודר, יעצט דארף מען צוזאמעננעמען אלע ציצית, אוי ס'גייט נישט, עס קומט אריין אין מחשבה די יהי רצון פון פארן שאקלען לולב ווי מזאגט והיו לאחדים בידי, אך ווי שטארק פאסט זיך דאס אריין ביים עטיפת טלית. שוין ענדליך איז שוין אלעס אין די הענט. יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע, א שמייס רעכטס, א שמייס לינקס, יעצט די רעכטע אויף די לינקע לינקע אויף די רעכטע וכו'.
אה... מדארף זאגן די פסוקים, מה יקר חסדו בצילו לגוננימו בגלות... אוי איך בין ערגעץ פארפארן, ירווין מדשן וכו' תשקם עזור לשובתים בשביעי, אך שוין ווייטער, נאכאמאזל מען דעקט זיך צו ווען מזאגט די פסוקים אזוי זעט קיינער נישט אז איך קען דאס נישט. אינדערהיים וועט מען עס מיזן איבערחזרן ניינציג מאל מען זאל דאס געדענקען.
שוין ענדליך פערטיג, מען קען שוין אויפהייבן די טלית און קוקן וואס ס'האט זיך געטוישט זייט איך האב זיך צוגעדעקט. אין דאן שפאצירט צו א אלט אידל אינגאנצן ברוגז "אנטון דעם טלית איז א מצוה און שמייסן א צווייטן איד איז א עבירה, אויב שמייסט מען א איד בשעת'ן אנטוהן דעם טלית איז דאס א מצוה הבא בעבירה". דער איד שפאצירט אוועק, א רגע שפעטער געט ער זיך א דריי צוריק, מיטן זעלבן אנגעבלאזענעם געזוכט פרעגט\זאגט ער "א חתן? מזל טוב", וכאשר בא כן הלך.
חתן דנן בלייבט שטיין אן אפגעשמיסענער, אויף דעם האט ער זיך נישט געראכטן, ער פלאגט זיך אזוי שטארק און צום סוף איז דאס גאר א מצוה הבא בעבירה. א שנעלן חשבון מיט זיין בחור'ישע גמרא קאפ זאגט אים אז ער האט נישט יוצא געווען ווייל דאס איז א מצווה הבא בעבירה, ער דערמאנט זיך די תוספות אין סוכה און אין בבא קמא, די מחלוקת ר"י מיט ר"ת, עס ווערט אים הייס, וואס טוט מען דא, דאן באשלוסט ער, קודם כל אויסטון דעם טלית, עס לוינט נישט צו זיצן מיטן ספק מצוה הבא בעבירה טלית. אויסגעטון, נאך זיבן מינוט איז דאס שוין אויך צוזאמגעלייגט, ער איז נישט פון די וואס לאזן דעם טלית סתם צוקנייטשט אויפן טיש. דאן נעמט מען ארויס די תניא, אפירזיכן וואס די תניא פסק'נט אויף דעם, מען זוכט אהער און אהין, דער תניא רעדט נישט דערפון, אקעי, מגייט איבערלייגן דעם טלית מיט א ברכה אן שם ומלכות.
אבער וויאזוי מאכט מען זיכער אז עס וועט קיינעם נישט צושמייסן? ענדליך פאלט אים איין א געדאנק, ער שפאצירט ארויף די זעקס שטיגן ביזן באלעמער, אן אייזענעם געדאנק, דא דרייט זיך קיינער נישט און קיינער וועט נישט כאפן דעם שמייס. דער טלית ליגט אויפן פלייצע, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' מען מאכט א עטיפה כדבעי.
מיט א צופרידענעם שמייכל קומט ער אראפ פונם באלעמער, פראבירט מסדר זיין די טלית כפי יכלתו, מיט ביטערניש טראכט ער צו זיך, די חברים פון ישיבה וועלן אים יא דערקענען, מען זעהט גראד אויפן טלית אז דאס איז א פרישער חתן. און דאן קומט צו צו אים א פרייליכער אידל וואס האט אלס א גוט ווארט אויפן פלאץ, אלץ מענינים העומדים על הפרק (אזא אשר ווילבער סטייל...) און זאגט אים " ביסט א חתן הא? מזל טוב. היינט געווען די ערשטע עטיפה? אהא. ווייסט פארוואס עס הייסט עטיפת ישמעאלים? וואס עפעס פונקט ישמעאלים? ווייל פארוועם וועט איינפאלן צו געבן א צווייט א שמייס אין אויער מיט פארמאכטע אויגן? אויב געט מען שוין יא וויל מען כאטש הנאה האבן פון יענעמ'ס ווייטאג, נאר א ישמעאלי איז גרייט צו גיין אין קבר און מיטשלעפן נאך און ער זאל דאס נישט זעהן מיט די אויגן..."
דער איד ווארט צו זעהן די שמייכל אויף דעם חתן'ס לעפצן, ער וויל דאך מקיים זיין דעם כל המשמח חתן וכלה, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן צו זעהן אז די חתן איז רויט געווארן און דאן בלאס, דערשראקן ביז טויט. מיט שטרויכלנדע טריט שפאצירט די חתן אוועק, טוט זיך אויס דעם טלית, לייגט עס צוריק צוזאם, צוריק אריין אין בייטל.
א צארן נעמט ארום דעם חתן, פארוואס האט מיר די חתן מלמד נישט געזאגט פונקטליך וויאזוי מדארף זיך אומגיין מיטן טלית? און דאן דערמאנט ער זיך אז זיין חתן מלמד האט אים געזאגט אז מ'קען נישט אלעס פונקטליך אויסשמועסן, דער עיקר אז ער זאל יעדע זאך פרעגן דעם דיין. יא, ריכטיג, דאס איז די עצה יעצט, מגייט זיך איבערשמועסן מיטן דיין. ער האט געוואוסט אז ער וועט זיך אסאך דרייען ביים דיין, אבער אז די ערשטע שאלה וועט זיין קוים אפאר שעה נאכן הרי את סטעיטמענט, אויף דעם האט ער זיך נישט געראכטן.
ער גייט צום דיינ'ס שטיבל, קלינגט די בעל, א שטומע הערט זיך "מקען אריינקומען". ער קומט אריין, די דיין זיצט אויף א פארעדיגע בענקל מיטן אפענעם ריבצענעם בעקיטשע און רעדט אויפן טעלעפאן, אויפן פינגער ליגט אים א קוקער וואס מ'באקוקט אתרוגים, וואס עפעס? נאך דא א לאנגע צייט ביז סוכות? אה, מן הסתם שניידט מען שוין די ווייץ פאר קומענדיגע יאר פסח און ער קוקט איבער די ווייץ צו עס איז נישט מבוקעות, מצומחות, סאדיום'דיג. ער קוקט אויס ווי א ריכטיגע פראפעסאר, בכלל נישט ווי דער באקאנטער דיין.
ענדליך לייגט די דיין אראפ די טעלעפען, דער דיין קוקט אן דעם פרישן אינגערמאן מיטן שטריימל, ער איז נישט צוגעוואוינט צו אזא זאך, שוין אין די שבע ברכות זאל מען קומען מיט שאלות, מסתמא גאר א ערנסטע שאלה, שטיל אין הארץ חזרט ער איבער די תפילה פון ר' נחוניא בן הקנה, שלא אכשל בדבר הלכה. יעצט קומט די חתן'ס רייע צו רעדן. "אמממ.... אויב שמייסט מען מיטן טלית איז דאס א מצוה הבא בעבירה און אויב שמייסט מען נישט איז דאס נישט קיין עטיפת ישמעאלים, וואס איז די הלכה דארף מען יא שמייסן אדער נישט???

די פסק הלכה בלייבט, יא שמייסן... הרב יגעתי דו שמייס נאר ארויס נאך אזוינע ארטיקלען און אונז עמיר זיך שמייסן פאר געלעכטער...
די עצם נושא פון די ציצית שמייסערס ברויך אן אשכול פאר זיך, ס'א מין אידאס? איך דארף קומען אין שוהל בלויז אויף צו ווערן פארוואונדעט? וואסיז פשט פון דעם גרויזאמען שמייס?

הנותן לשכוי בינה...
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער
- ארט און מוזיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 586
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
- לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן
איך רעד שוין נישט פון די ארטיקל זעלבסט. אבער די אויסדרוקן וואס מ'טרעפט דא צווישן די שורות איז דאך מתוק...
די ווארט פון פארוואס ס'הייסט עטיפת ישמאלים... די קליינע שוואגער מיט מצוה צעטל.. די דיין'ס שטובל... אוי באשעפער.. אין איין ארטיקל אזאנס צאמצוווארפן..
יגעתי, דיך וועט מען שמייסן פארן נישט שרייבן יעדן טאג!

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
א פיינעם ארטיקל אריינגעשמיסן,
דייין שפראך טוט פליסן,
און פון געלעכטער האב איך אויפגעריסן,
מעגסט דאס וויסן,
מהיום והלאה זאל זיך ווייטער פון דיר גיסן,
ווייל אין יעדעס ווארט האב איך אריין געביסן,
ס'איז דא פון וואס צו שמועסן,
דיינע שורות האבן א חן א זיסן,
איך גלייב אז אנדערע טוען פון דעם אוודאי געניסן,
עני אויסגאבע קען דיינע ווערק ליסן,
מיט דעם טו איך מיין שכוח שליסן,
כה לחי נאך אזלעכע ארטיקלען זאלסטו שיסן,

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
אוי שמייסען! און נאכוואו שמייסען, שמוס ישמוסו אנגעשמיסען זאלער ווערן!!
אזא חופה! ער קען יא?? וואו ביסטע געווען ביז יעצט??? הא?! ענטפער מיר נישט און פנים אריין!! שוין אריין און דיינ'ס אפיס! אבער שוין!! אמממ ניין זעץ דיך אראפ אויפן פלאץ, און שרייב אפ הונדערט פרישע ארטיקלען, אבער שוין!!!!!

ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
חחח שטארק געלאכט,
שכח פארן אנהייבן מיין טאג מיט א שמייכל.
שכח פארן אנהייבן מיין טאג מיט א שמייכל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
די שטריימעל צולייגעניש, די עידזשענטס, הסברים איבער די זעלטענע הצלחה פון די הויכע שטריימל פרייזן ווארום די טאטע באצאלט סייווי ווי א מחותן, דאס איז איז ווערט אן ארטיקל פאר זיך...
אבי מ'ווייסט די ציפענישן אין די נושא..
נישט צו פארקריכן, די שרייבסט הערליך!
אבי מ'ווייסט די ציפענישן אין די נושא..
נישט צו פארקריכן, די שרייבסט הערליך!
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.