נפשי חמדה בצל יד"ך – פון א קינד צום טאטען

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

נפשי חמדה בצל יד"ך – פון א קינד צום טאטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בעזהשי"ת

נפשי חמדה בצל יד"ך – פון א קינד צום טאטען

...לחיים ולשלום,
...לשמועות טובות,
...ולבשורות טובות

איז דא א איד בכדור העולם וואס האט פארגאנגענע שבת קודש בעת'ן בענטשן ראש חודש נישט געוויינט און אויסגעשריגן לבשורת טובות? זיכער האט יעדער יא! נאך אזא חודש האט זיך נישט געקענט נישט שרייען מיט גרויס כוונה באגלייט מיט א תפילה אז ס'זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרתינו.

אין א כמעט פארזויערטער מצב ליג איך זעך אין מיין געלעגער זונטאג אויפדערנאכט, ס'איז שוין אור ליום ראש חודש מנחם אב, מארגען הייבט זיך אן די ניין טעג, און ס'זויערקייט, בעסער דאס צובראכנקייט הייבט זיך אן אראפצולאזן איבער כלל ישראל. נישט ווייל מ'גייט "שטינקען" צו ווייל מ'קען נישט עסן א פיינעם פליישיגן נאכטמאהל (גראדע פלאנען מיר כמנהג הצדיקים [נישט ווייל שמעלקא צדיק'ט זיך אזוי שנעל] צו פראווען א סיום און עסן א פליישיג'ס), כלל ישראל איז אבער מתאונן אויף אונזער ביטערן חרבן, ווי ווייט דערווייטערט מיר זענען פון אונזער לעכטיגער טאטע, חרבה עירנו ושמם בית מקדשנו וגלה יקרנו ונטל כבוד מבית חיינו. אין אזא שטימונג ליגט שמעלקא אויפ'ן געלעגער, און פון נאר א צובראכן הארץ הייבעך אן שפירן אז ס'זויערט זיך רח"ל...

דענקענדיג וואס כ'האב אמאל געהערט בשם צדיקים אז ווען א מענטש קען צוקומען צו אזא מצב רח"ל, ער זעהט אז ס'הייבט אן זויערן נעבעך, דארף מען שנעל זוכן עפעס א גוטע זאך וואס מ'פארמאגט, און זיך מיט דעם משמח זיין. למשל אז איינער מוטשעט זיך אויף פרנסה, זאל ער זעהן ווי גוט ס'גייט אים אז ער האט ב"ה א פיינע שטוב וכו' וכו' וכו', האמיר זיך שנעל אומגעקוק'ט, ויפן כה וכה, ווי קען מען זיך אביסעל אונטערהאלטן און דערפרייען, און והנני, מיין קליין שעפעל'ע זיצט אויף די מאמע'ס בעט, זי וויל נישט שלאפן, גערעכט איז זי, און די מאמע "פעטשקעט" איר!

אה, מ'קען מיר ב"ה מאכן א הטוב והמטיב, האבענדיג א שטוב מיט געזונטע קינדער, ברוך ה' יום יום, אבער מער פון אלעם, די חשובע בני בית האט געוואלט מהנה זיין איר מאן, האט זי געזאגט פאר די קליינע עופה'לע: מאך פאטשי הענטעליך פאר טאטי! נישט ווייל א קינד פו קנאפע זיבן חדשים פארשטייט שוין, אבער די מאמע האט אנגעהויבן זינגען "פאטשי פאטשיט הענטעליך—פאטשי פאטשיט הענטעליך", און די קליינע, אומגלויבליך צום ערשטן מאל, הייבט אויף די זיסע לעכטיגע ריינע הייליגע הענט און שאקעלט עס מיט איר שמייכעל'ע וואס איז ווערט מינימום פיר הונדערט ביליאן טאלער!

ס'הארץ איז מיר צוגאנגען פאר פרייד און נחת ביינאזאם. מיט איין קליינע שאקעל מיט די האנט האט די קליינע אוועקגעטריבן בערג פון דאגות און גאלאנען פון זויער טייג!!!

***

טייערע גוטע זיסע לעכטיגע חברים,
אין די טעג קלאגן מיר איבערן חרבן ביהמ"ק, און אונזער טאטע אין הימל טרויערט מיט אונז, און מיר דארפן אים כביכול משמח זיין, מיר דארפן שאקלען אונזערע קליינע הענט און הערצער צו אים, א שאקעל פון אהבה, א שאקעל פון געגועים, נפשי חמדה בצל ידך, די הענט זענען אויך זיינע, אבער דער עיקר איז ווען ער זעהט דאס הארץ אינעווייניג און ער קוועלט.

ידידי היקרים,
הרי לכם לשונו הקדוש ממרן רבינו הק' המגיד מקאזניץ זי"ע,
עבודת ישראל פר' מסעי:
וכן הנמשל ודוגמא כביכול אל קדושתו ית' שבוודאי משרתי' ברקיע מנעימים ומקלסים שמו. רק בזמן שביהמ"ק חרוב יש עצב בבתי בראי אז צריכים מי אשר נגע ה' בל"ו להתחזק ולכנו' אל בתי גוואי ולהפשיט עצמו מכל מיני עצבות ולשמח כבוד המלך ולומר לפניו אתה מלכנו מעולם וגם עכשיו ותמלוך לעולם ועד וכו' עיי"ש דער גאנצער שטיקעל כי קדוש ונורא הוא.

שוין באלד צוויי טויזענט יאר וואס די שכינה הקדושה וויינט אויף אונז. ס'קומט אין די טעג, הערשט כביכול א טרויער למעלה, איז אונזער פליכט דעם טאטען משמח צו זיין, אים צו געבן דעם וואונק מיט די האנט אז די ביזט אונזער טאטע און מיר זענען דיינע קינדער. ומה ה' שואל ממנו, אז מיר זאלן אין די טעג מוסיף זיין און עוסק זיין בחדוות ה' הוא מעוזכם, ה' עז לעמו יתן, זיך מדבק זיין אין די תוה"ק, נענטער ווערן דערצו, און מוסיף זיין שיעורים במדה גדושה.

אין זוה"ק שטייט מוראדיגע ווערטער: אילו ישראל מתעטרין באורייתא ישתזבו מכלא ולא ישתכחו בגלותא.
ווען אידן וואלטן זיך מתעטר געווען מיט די תוה"ק, וואלט מען פון אלעם באפרייט געווארן אן ארויס פון גלות. קען זיין פשוט, אז ווען מ'לערנט נישט סתם אבי געלערנט, נאר ס'איז א לערנען ווי ס'באדארף צו זיין, מ'האקט שטיקער, מ'איז זיך מתעטר מיט די תורה, מ'איז פרייליך עס צו לערנען און מ'ווארט שוין קוים עס צו לערנען, דאן ווערט מען באפרייט פון גלות, דער גלות און אלע נאכפאלגן פון גלות, אלע אידישע צרות וואס איז נאר א חלק פונען גלות. און ס'איז שוין ידוע פאר יעדעם דער טייטשט אויפ'ן פסוק על עזבם את תורתי, על שלא ברכו בתורה תחילה.

איי טענה'ט דער אינגערמאן, בעה"ב צו זיידע אז כ'האב נישט קיין צייט?
ערשטנס, אז מ'זוכט טרעפט מען, און אז מ'קען נישט אליין ווענדט מען זיך צו איינע פון די צענדליגע התאחדות אברכים'ס איבער ניו יארק און מ'בעט פאר הילף! ס'איז נישט קיין בושה צו רופן די הצלה בגשמיות, און ס'זאל אוודאי נישט זיין קיין בושה ברוחניות, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

צווייטנס, מיין קליינע האט נישט געטוען קיין כ'ווייס וואס, זי האט נאר געשאקלעט אירע קליינע זיסע הענטעלעך, און ס'גענוג געווען אנצופילן די הארץ פונעם טאטען מיט גליק און נחת. פארוואס? ווייל זי איז נאך זייער קליין און קיין גרויסע זאכן קען מען פון איר נאכנישט פארלאנגען! ווען איר גרויסע שוועסטער זאל עס טוען וואלט עס טאקע נישט געווען אזא גדולה, אבער פאר די קליינטשיגע איז עס א מוראדיגע זאך.

די זעלבע איז מיט אונז.
מיר זענען ווי קליינע קינדער וואס קענען נישט צופיל טוען בכמות, אבער באיכות קענען מיר מיט א קליינע קוועטש און א דריי מיט די האנט ברענגען א נח"ר צו אונזער טאטע אין הימל.
ווי האבן צדיקים געזאגט, ויהי מקץ שנתיים ימים, ווען ס'וועט שוין זיין מקץ, בעוקבתא דמשיחא, וועט א מענטש קענען אין צוויי טעג אויפטוען וואס מ'האט אמאל געדארפט ארבייטן דערפאר צוויי יאר!

על כן חברים גייען מיר מאכן א סיום מס' די וואך, און נישט פאר די גרילעד סטעיק, ווייל ביי אונז גייט מען עס מילא נישט סערווירן, ס'גייט זיין פשוטע טשיקען און קארטאפעל, אמת, אויף א דערהויבענעם פארנעם, אבער נישט דאס עסן איז דער עיקר, דער עיקר וועט זיין דער הרבה מן האור וואס דער מס' וואס מ'האמיר געלערנט, דעם הדרך עלן, טייטש: דיין שיינקייט אויף אונז, וועט אין אונז אריינברענגען בעז"ה, און כ'האף צו הקב"ה אז ער וועט האבן א נח"ר פון מיין סיום, און פון די סיומ'ס פון נאך אידן איבער די וועלט.

און פאר כ'ענדיג, נישט אז מ'זאל זיך חלילה טועה זיין. ס'איז טאקע זייער חשוב, און גאר חשוב, יעדע קלייניקייט וואס א איד גיבט אוועק פארן רבוש"ע, אבער ס'איז אסאך אסאך מער חשובער ווען א איד גיבט נישט נאר א האנט, א האלבע שעה א טאג, נאר זיין גאנצע חיות און לעבן פארן רבוש"ע, כאטש צוויי דריי שעה איבערן טאג מיט די תוה"ק. ס'איז טאקע זייער חשוב א צובראכן קרעכץ פון א אינגערמאן ווייל ער האט היינט ליידער געדאווענט אנע מנין, אבער ס'איז אסאך מער חשוב ווען מ'דאווענט יא מיט מנין, און מיט א ברען, דו"ק ותשכח.

א"ד פעוט מן הפועטים,
העלות והנבזה המסתתר בשם המכונה
שמעלקא טויב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

וואס האב די זכיה צו באדאנקן די ערשטע דברים היוצאים ונכנסים מורא'דיג גיט ארויסגעברענגט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוי הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטען אין הימל (שתי פעמים)

און יעצט א הענטעלע צו דיר ר' שמעלקא ;l;p-
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טייערער ר' שמעלקא, דיין קלאפן מיט די פינגער אויפ'ן קיעבארד איז זייער חשוב ביים רבוש"ע, אזוי ווי א קליין קינד קלאפט פארן טאטן....
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

איי ר' שמעלקע פיין געזאגט! מזעמיר זעך מקבל מוסיף צו זייןבלימוד התורה וקיום המצוות! א גרויסן שקויעך
בינעך א ליימענע גולם
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

הערליך שיין, ר' שמעלקא זייער שיין, און אויטענטיש, א איד ליגט אין בעט און טראכט פון בית המקדש, אה מי כעמך ישרא'
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אהה יישר כח פאר די חיזוק שמעלקע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

ישר כח
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

זיצט א אינגערמאן אנגעזויערט ביי דער ארבעט, מוזיק אינטערשפילן קאן מען נישט, ואת הלחץ זו הדחק פונעם בעה"ב איז אויפ'ן העכסטן שטופע.
פלוצלינג וואקסט ארויס א לינק אין אימעיל, פירנדיג צו ווארעמע דיבורים פון ידידנו רבי ר' שמעלקא זז"ג.
ישר כחך וכה לחי!
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

יא יא שמעלקא צום דערקוויקען.
כמים קרים על נפש עייפה.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נפשי חמדה בצל יד"ך – פון א קינד צום טאטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ארויף
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נפשי חמדה בצל יד"ך – פון א קינד צום טאטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ארויף

וואס זאגסטע?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”