קרית יואל אמאל

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הרים כדונג
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים כדונג »

yidusa האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויב זענט איר געבוירן אין די פריע אכציגער יארן, לאמיר עס געבן א מיטל-פונקט פון 83 דאס הייסט תשמ"ג, דרייסיג יאר צוריק, געדענקט איר ווי דער שטעטל האט אויסגעזען 25 יאר צוריק אלט זייענדיג 5 יאר? נישט מסתבר.

הרב מילער פארוואס זאגט איר אז ס'איז נישט מסתבר צו געדענקען זאכן פון די 5 יאר
איך האב ב"ה אסאך זכרונות פון יענע יארן וויאזוי די שטעטעל האט אויסגעזען כעל נישט זאגן אז איך געדענק אלעס פונקטליך דיטעלט
אבער געדענקען געדענק איך אדרבה איך וועל שרייבן אביסל פון מיינע זכרונות פון די יארן מ"ז מ"ח מ"ט אין די וועסט מיר זאגן וואס איך געדענק נישט גוט


לאזמיר פארמאכן מיינע אויגן און שפאצירן אויף די גאסן מיט אלטע זכרונות. הגם נישט אלעס קומט מיר יעצט ארויף אויפן זכרון.

אריינפארנדיג אין שטעטל ביי בעקערטאון פון ק.ר.105 האט מען געגעבן אזא פאל אריין אראפ א בערגל. (יארן שפעטער האט מען עס אויסגעגראדט אין געריקט אביסל די אנהייב פון די ראוד מער אויף רעכטס מיט עטליכע לעינ'ס). בעקערטאון ביידע זייטן בלויז א וואלד פון ביימער. ערשטע סימן פון שטעטל איז געווען די בעק פון הרב אשר ישעי' כהנא און הערש מיילך געלבמאן'ס הויז אויף משה יעקב קט.(היינט ויואל משה קט.) דערנאך איז געווען דעם רבין'ס באקאנטע הויז, שפעטער איז צוגעקומען אויף די אנדערע זייט מענדל ברייער'ס אויטא שאפ. אראפציר האט געוואינט ר' חיים שלמה פריעדמאן און זיין פיש סטאר איז דארט געווען אין א כמו טרעילאר דערנעבן מיט א האלצערנע רעמפ ארויף. די אלטע קעצעלע הויז ביי קארנער עיקער'ס איז נאך געשטאנען ביז א יאר צוויי צוריק. כ'געדענק ווען זומער האט די רוט פון די חדר באס געפארן ווייטער אויף בעקערטאון (בלובערי געגנט) אראפצולייגן זומער קינדער ביי "סאניקרעפט" קאנטרי.

ווייטער אויף עיקערס איז געווען נחום פריעדמאן'ס מילך דארט ווי ס'איז היינט יאסי'ס פיצא געווען אזויווי א לאודינג דאק. ביי ישראלזשופניק קאר. קאהאן איז געווען אין וואלד אזא פאונדעישן צימערן געמאכט פון סעמענט וואס לויט די לעגענדע פון די קינדער האט עס געשטאמט פון די אינדיענ'ס. (מיין זכרון טראגט מיר יעצט שוין אויף א שפעטערע תקופה). אביסל ארויפציר איז געווען די אפטא שול אין א מאביל טרעילער בנשיאת ר' מיכאל אפטער א רוסישע יוד. א קורצע צייט איז די קינדערגארטן געווען אין ביהמ"ד ישמח משה ביי שווימער'ס הייזער. און א פריעדיגע תקופה געדענק איך אלס נוירסערי יונגל איז מען געווען אין די קבלת פנים שטיבל אונטערן ביהמ"ד הגדול. (בדרך אגב, דארט פלעגט מען מאכן די קדישים פאר באווארפען'ס).

לאמיר ארויפארן געציל בערגער צום אלטן בנין הת"ת, פאר מ'האט געבויט בית מרדכי איז די לאנטש רום געווען אונטען אויף די רעכטע זייט. אין בעק פון ת"ת שטייט (נאך היינט) א סטארידזש געביידע וואס מ' פלעגט סטראשענען קינדער אז דארט וואינען בוגי-מען'ס. די ישיבה קטנה אויבן ביי יצחק לעווי'ס בילדונג איז שפעטער (נאכן בויען עצי חיים) געווארן א עמעזינג סעווינגס געשעפט פון איינער שרעם.

ביי עיקער'ס נאך סאטמאר איז געווען א קוואל וואסער מיט א פאמפ צווישן די ביימער וואס מ'האט שפעטער געבויט דערויף די מקוה טהרה. ביים ארויפארן די בארג צו ילד מיט ר' עקיבא'לע פאר א קריאת שמע ליינען האבן די קינדער געזינגען מיט גרויס כוונה "מען פארט ארויף צו ילד שעשועים" זיבן מאל, אריין דארט אין די גרויסע דיינונג רום פונם קימפעטארן היים האט מען קודם דורכשפאצירט די האללוועי ווי עס איז געווען אינמיטן א גרויסע וואנע מיט א דזשעקוזי. נאכן קר"ש ליינען און זאגן צוזאמען "וויפל נעגל אויפן דאך אזויפיל מלאכים אויפן וואך" (ג"פ) האט מען אויסגערופן "יעדער זאגט הויעעעעעך" (וענו כל העם) "א שכוח"! נאכן טיילן פעקעלעך ביים ארויסגיין האט מען געפילט גליקליך פאר אזא געשמאקע אויספלוג.

אריינפארנדיג אויף סאטמאר איז געווען אויף די לינקע זייט פרענקל'ס גראסערי געמאכט פון 5 צוזאמגעקנעקטע טרעילער'ס מיט א פארצייטישע חן. ארויפציר רעכטס אין די זייט פון גרשון מאנדל'ס הויז אין בעק איז יארן לאנג געזיצן א אלטן פארצייטישן טראק. אויף די לינקע זייט ביים טשאטה'ע ביהמ"ד פלעגט פארקומען אין בעק ביים געיט צוזאמשטויסן צווישן די ישיבה לצעירים בחורים פון די אנדערע זייט און טשאטה, אזא כמו עזה גרעניץ. אויף סיגעט קט. אויף א פארבויטע בעק פארטש האט ר' אהרן וויינבערגער געדרוקט די (אלטע) ק"י בולעטין.

ארויפציר ביי די שארטקאט צום צעירים/מצה בעקערי בילדונג פלעגט ליגן א ריזיגן מעכטיגע גרויסע שטיין. אונטן אין די מצה בעקערי האט געשיב'ט ביים אויוון ר' עקיבא וויינשטאק. די אנדערע זייט בילדונג אונטען איז געווען איינגערישט א וואכן הויז פאר הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א מקארלסבורג זייענדיג ראש ישיבה לצעירים.

פארנדיג ווייטער ארויף סאטמאר איז געווען א סיין ביים סיידוואלק פאר א הויז "סופר סת"ם" פון ר' ישעי' גאטעסמאן (וואינט היינט אין לאנדאן) געווען דארט געפארקט א קליינע ברוינע שיך'לע קאר וואס האט געהאט א גרויסן לאך פון אונטען. שיעור נישט פארגעסן אראפציר די ברוינע 15 פעסענדזשער ווען פון ר' דוד פרידלענדער ארויפגעפעינט מיט ריזיגע אותיות "ביקור חולים דרבינו יואל מ'סאטמאר". צוריק ארויף, ביי ר' דוד שלמה בערגער'ס פארטש פלעגט יעדן תשרי הענגען א עלעקטעריק סיין "אתרוגים מובחרים", אראפ ביי קארנער העיס איז געווען די דרייגוד סטאר פון די אלטע מרת. ביקעל איר זון ר' שלו' ביקעל האט אויך דארט געוואינט. ארויף די אנדערע בארג לינקס גאלדבערגער'ס טוי סטאר.

אויף קראלע איז געווען מאשקאוויטש טוי סטאר. (שוין דערמאנט דורך אנדערע אויבן) די רויטע פארם הויז אויף עיקער'ס ביי פארעסט (היינט גלויבער'ס קלאדינג וכו') שטייט נאך היינט.

איך זעה (אין זכרון) ר' אהרן כהן שניידן די גראז ביי איינעמ'ס פעלד, און די קרית יואל מילך טרעקל דעליווערן צופריה די טשיז און מילך צו הייזער, די זעלבע פארט ארום שפיצער'ס אייער. (איך מיש עטליכע תקופות אביסל).

איך זעה יצחק שווארץ'ס שטיינערנע הויז אריין צווישן די ביימער ביי קארנער פארעסט. כ'דריי זיך לינקס, רעכטס אריין אויף מאונטען רד. אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט סאסוב) האט געוואינט איינער ווערצבערגער. ביים קארנער (ווי ס'איז היינט וואלאווע) איז געווען די בעקעריי פון זינגער'ס קוקיס. - א שפאציר אין די אלטע היים (עס זינגט זיך אינטער כמו "מיין שטעטעלע בעלז")- ארויף רעכטס אויף ק.ר. 44 אויף די לינקע זייט א בארג ארויף (היינט ראוונע) די באקאנטע ציגעל'ע פארם פון ר' מענדל גערטנער וואס די גאנצע שטעטל פלעגט דארט ארויפקומען חוה"מ האלטן. (גראדע איינמאל געזען דארט ווי א שוחט שעכט טשיקענ'ס, מסתמא א קורצע תקופה) נישט ווייט פון דארט אין וואלד איז געשטאנען א הויעכער אייזערנע טורעם וואס מ'האט געקענט זען די אויבערשטער שפיץ פון ווייט אוועק. די בחורים פון ישיבה גדולה פלעגן קומען ארויפקריכן דערויף ביז אויבן צו קענען זען ווייטע שטרעקעס פון אלע זייטן און זיך אביסל אויסליפטערן.

צוריק צו פארעסט, די עטרת זקנים מיט די אלטע אידן (א שמועס פאר זיך, איינער וואלט דאס געדארפט ביישרייבן) אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר. כ'דערמאן מיך יעצט פון א וויזיט דארט זעענדיג ר'משה וואלף דאנציגער האקט פיש און ס'ארבעט א טעיפ פון יאסעלע ראזנבלאט.

די ביקור חולים בילדונג בית שרה (כהנא) ווי דר. ווערצבערגער'ס קליניק איז געווען,(היינט קרן ויואל משה אויף דעם פלאץ) אויפן אויבערשטען שטאק איז געווען די אפיסעס פון די מוסדות און ר' ישראל חיים שטעסל דרוקעריי. די געשעפטן פון סעקשאן 1 און ווייטער אראפ פארעסט פאר די שאפינג סענטער תקופה איז שוין טיילווייז געוועו דא באשריבן דורך אנדערע.

שניצער'ס שיך סטאר אויף טעילאר אונטער שרייבער'ס (ווידער) הויז און ענגל'ס שיך סטאר אונטער ר' הירצקא גרינפעלד'ס הויז האט שוין אויך איינער דערמאנט, אזוי אויך די פלייש געשעפט אין א טרעילאר דארט ווי די בנין הכולל שטייט היינט. די איינציגסטע געשעפט וואס שטייט נאך היינט מיטן ארגינעלן (ערשטע) סיין איז לכאורה פעדער'ס גראסערי אויף העיס קט. - אזויווי מיין הענט האט אנגעהויבן וויי טון פון אזויפיל טייפן האב איך מיך פון שלאף אויפגעכאפט.. און כ'וועל דא מפסיק זיין - אדרבה זאל דער עולם אריינקומען מיטטיילן נאך זכרונות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס האסטו געטאן?

האסט צוריקגעדרייט מיין זייגער מיט אריבער דרייסיג יאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

ר' אליעזר הארפענעס פיצא סטאר. פארעסט קאר. קוויקוועי. גרינע בילדונג.
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

צומארגענס נאך די גרויסע חתונה תשמ"ה אין נעסאו קאליסיום ווען איך בין געשטאנען מיט מיין מאמע געווארט אויפן חדר באס זענען מענטשען דעמאלטס אהיים געקומען פון די חתונה
אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי שטופער »

20180524_182534.png
20180524_182534.png (305.97 KiB) געזען 5618 מאל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

הרים כדונג האט געשריבן:
ווייטער אויף עיקערס איז געווען נחום פריעדמאן'ס מילך (קודם ביי די פארקינג לאט פון עזרת חולים) דארט ווי ס'איז היינט יאסי'ס פיצא (וואס איז קודם געווען דארט ווי היינט גלויבערס) געווען אזויווי א לאודינג דאק. ביי ישראלזשופניק קאר. קאהאן איז געווען אין וואלד אזא פאונדעישן צימערן געמאכט פון סעמענט וואס לויט די לעגענדע פון די קינדער האט עס געשטאמט פון די אינדיענ'ס. (יא, מען האט אריינגעשריגן אןו די ווידער קול איז געווען א אינדיען וואס שרייט צוריק...) און א פריעדיגע תקופה געדענק איך אלס נוירסערי יונגל איז מען געווען אין די קבלת פנים שטיבל אונטערן ביהמ"ד הגדול (אויך די אימיוניזעישאן'ס פליגט מען דארט געבן).

לאמיר ארויפארן געציל בערגער צום אלטן בנין הת"ת, פאר מ'האט געבויט בית מרדכי איז די לאנטש רום געווען אונטען אויף די רעכטע זייט. אין בעק פון ת"ת שטייט (נאך היינט) א סטארידזש געביידע (גבריאל פאפענהיים'ס סטארעדזש) . די ישיבה קטנה אויבן ביי יצחק לעווי'ס בילדונג איז שפעטער (נאכן בויען עצי חיים) געווארן א עמעזינג סעווינגס געשעפט (און א שוסטעריי) פון איינער שרעם (ששון).

אריינפארנדיג אויף סאטמאר (קודם אויף סיגעט נעבן גרשון מאנדל'ס פארדזשאווערטע טראק)

ארויפציר ביי די שארטקאט צום צעירים/מצה בעקערי בילדונג פלעגט ליגן א ריזיגן מעכטיגע גרויסע שטיין (נאכאלס). אונטן אין די מצה בעקערי האט געשיב'ט ביים אויוון ר' עקיבא וויינשטאק. די אנדערע זייט בילדונג אונטען איז געווען איינגערישט א וואכן הויז פאר הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א (דאס בלוט פארט מיר ארויף...) מקארלסבורג זייענדיג ראש ישיבה לצעירים.

אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט סאסוב) האט געוואינט איינער ווערצבערגער (אברהם משה און זיין שוואגער אליעזר שווימער). אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר (און א באנגאללאו פון ר' הערש לעווין ומשפ').
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאנסי שטופער האט געשריבן:
20180524_182534.png

לויט די קארס אי דער בילד פון אנהויב נו"ן'ס
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו געזונט האט געשריבן:
אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר (און א באנגאללאו פון ר' הערש לעווין ומשפ')
.

נאר א באנגעלאו האט ער געהאט? א מאטארביציקל פלעגט ער פירן אזוי מיטן זקן היורד ע"פ מידותיו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

איי ר׳ גרשון מאנדל׳ס טראק, פלעג מיר זיך אריינזעצן דערינען און אין דמיון פלעגן מיר זיך פארשטעלן ווי מען דרייווט אויפ׳ן הייוועי אבער אך און וויי איז געווען ווען ר׳ גרשון האט איינעם געפאקט אינעם טראק,

איך בין נייגעריג צי איינער געדענקט דא די גרויסע ביזנעס מיט וואס מיר קינדער פלעגן האנדלען ביי די ת״ת בית מרדכי
עס איז נישט געווען מיט וואס צי שפילן מיר האבן זיך געשפילט מיט פשוטע זאמד מיט ליידיגע מילך באטלעך, ווער עס האט זיך געקענט פארשאפן א זיפל ווי למשל א א שטיקל פון א סקרין אדער א שטיקל לעיס סחורה האט געקענט ווערן אן עושר
די סוחרים פלעגן ארום גיין מיט אן אנגעפילטע מילך באטל מיט געזיפטע זאמד און הויעך אויסריפן, געזיפטע זאמד פאר פלעי מאני, אוי איז דאס געווען א טייערער ארטיקל
גראדע די בונקער ווי מיר פלעגן עס ריפן דארט אויף ישראל דזשופניק איז נאך אלץ דארט דאכט זיך
ווערצבערגער (גרשי׳ס טאטע) פלעגט האבן א שטיקל צייט א טרעקל ווי ער פלעגט פארקויפן נארהאפטיגע פליישיגע מאכלים דארט אויף סאטמאר קארנער עיקערס
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גיכער האט געשריבן:איי ר׳ גרשון מאנדל׳ס טראק, פלעג מיר זיך אריינזעצן דערינען און אין דמיון פלעגן מיר זיך פארשטעלן ווי מען דרייווט אויפ׳ן הייוועי אבער אך און וויי איז געווען ווען ר׳ גרשון האט איינעם געפאקט אינעם טראק,

איך בין נייגעריג צי איינער געדענקט דא די גרויסע ביזנעס מיט וואס מיר קינדער פלעגן האנדלען ביי די ת״ת בית מרדכי
עס איז נישט געווען מיט וואס צי שפילן מיר האבן זיך געשפילט מיט פשוטע זאמד מיט ליידיגע מילך באטלעך, ווער עס האט זיך געקענט פארשאפן א זיפל ווי למשל א א שטיקל פון א סקרין אדער א שטיקל לעיס סחורה האט געקענט ווערן אן עושר
די סוחרים פלעגן ארום גיין מיט אן אנגעפילטע מילך באטל מיט געזיפטע זאמד און הויעך אויסריפן, געזיפטע זאמד פאר פלעי מאני, אוי איז דאס געווען א טייערער ארטיקל
גראדע די בונקער ווי מיר פלעגן עס ריפן דארט אויף ישראל דזשופניק איז נאך אלץ דארט דאכט זיך
ווערצבערגער (גרשי׳ס טאטע) פלעגט האבן א שטיקל צייט א טרעקל ווי ער פלעגט פארקויפן נארהאפטיגע פליישיגע מאכלים דארט אויף סאטמאר קארנער עיקערס

"מעדני מלך" מיינסטו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
הרים כדונג
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים כדונג »

פארגאנגענע שב"ק איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישעי' גאטטעסמאן ז"ל סופר סת"ם פון לאנדאן וואס האט געוואינט אין ק"י פולע יארן ביז 25 יאר צוריק בערך. א זיס יודל געוועזן א חסידישער יוד מיט יראת שמים.
כדאי צו באמערקן א זייטיגן מערקוועדיגע זאך וואס האט שייכות מיט "קרית יואל אמאל", ער איז געווען פון די 5-10 י'ודן אין קר"י וואס פלעגן גיין יענע צייטן אין די ווינטער חדשים מיט אזא רינדעכיגע קוטשמע, עטליכע יודן וואס כ'געדענק וואס זענען אזוי געגאנגען להבחל"ח ר' פישל פארקאש, ר' אלימלך שווארטץ, ר' מענדל טארים, ועוד. א סטייל וואס מ'זעט שוין נישט היינט. אפשר אין 'א הילף פאר דאס קינד' ביי שריפת חמץ בילדער קען מען עס זען. דער ניגון "מ'דארף באהאלטן א ספאדיק א אלטן" קען מען אויך זינגען אויף דעם, יהא זכרו ברוך
העפליכער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העפליכער »

הרים כדונג האט געשריבן:פארגאנגענע שב"ק איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישעי' גאטטעסמאן ז"ל סופר סת"ם פון לאנדאן וואס האט געוואינט אין ק"י פולע יארן ביז 25 יאר צוריק בערך. א זיס יודל געוועזן א חסידישער יוד מיט יראת שמים.
כדאי צו באמערקן א זייטיגן מערקוועדיגע זאך וואס האט שייכות מיט "קרית יואל אמאל", ער איז געווען פון די 5-10 י'ודן אין קר"י וואס פלעגן גיין יענע צייטן אין די ווינטער חדשים מיט אזא רינדעכיגע קוטשמע, עטליכע יודן וואס כ'געדענק וואס זענען אזוי געגאנגען להבחל"ח ר' פישל פארקאש, ר' אלימלך שווארטץ, ר' מענדל טארים, ועוד. א סטייל וואס מ'זעט שוין נישט היינט. אפשר אין 'א הילף פאר דאס קינד' ביי שריפת חמץ בילדער קען מען עס זען. דער ניגון "מ'דארף באהאלטן א ספאדיק א אלטן" קען מען אויך זינגען אויף דעם, יהא זכרו ברוך

פיין. דאכט זיך אז אברהם וואלף שווארץ און ?? וויינשטאק פון ווען ביורן פלעגן אויך טראגן זוי א קוטשמע.
געדענק איך ר' ישעי פלעגט זיצן און זיין שרייב שטוב און מיך אריינרופן ליינען די אותיות.
זייער א טייערע זיסע איד געוועזן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אם איני טועה געוואוינט דערנעבן פון ר' וואלף גאלדענבערג, מיט דעם סופר סת"ם שילד אינדערויסען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

העפליכער האט געשריבן:
הרים כדונג האט געשריבן:פארגאנגענע שב"ק איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישעי' גאטטעסמאן ז"ל סופר סת"ם פון לאנדאן וואס האט געוואינט אין ק"י פולע יארן ביז 25 יאר צוריק בערך. א זיס יודל געוועזן א חסידישער יוד מיט יראת שמים.
כדאי צו באמערקן א זייטיגן מערקוועדיגע זאך וואס האט שייכות מיט "קרית יואל אמאל", ער איז געווען פון די 5-10 י'ודן אין קר"י וואס פלעגן גיין יענע צייטן אין די ווינטער חדשים מיט אזא רינדעכיגע קוטשמע, עטליכע יודן וואס כ'געדענק וואס זענען אזוי געגאנגען להבחל"ח ר' פישל פארקאש, ר' אלימלך שווארטץ, ר' מענדל טארים, ועוד. א סטייל וואס מ'זעט שוין נישט היינט. אפשר אין 'א הילף פאר דאס קינד' ביי שריפת חמץ בילדער קען מען עס זען. דער ניגון "מ'דארף באהאלטן א ספאדיק א אלטן" קען מען אויך זינגען אויף דעם, יהא זכרו ברוך

פיין. דאכט זיך אז אברהם וואלף שווארץ און ?? וויינשטאק פון ווען ביורן פלעגן אויך טראגן זוי א קוטשמע.
געדענק איך ר' ישעי פלעגט זיצן און זיין שרייב שטוב און מיך אריינרופן ליינען די אותיות.
זייער א טייערע זיסע איד געוועזן.

ר' אברהם הערש וויינשטאק טראגט נאך היינט צוטאגס במשך'ן ווינטער די דאזיגע קוטשמע
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ר' שאול לייב זאלדאן אויכעט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ערשטענ'ס ס'איז נאר 4 שטאק מ'קען נישט בויען העכער (די מיינסט זיכער מיט די בעסמענט)
צווייטנ'ס שמעתי די ווילידש האט זיך שוין אויפגעוועקט און זיי געבן שוין נישט קען פערמיט'ס פאר פרישע 4 שטאק'יגע הייזער
די אלע וואס די זעסט יעצט בויען האבן שוין פערמיט'ס פון בעפאר


:lol: :lol:
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

קינדערשע זכרונות נישט פאר ערוואקסענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ישר כוח. איך בין אביסל יונגער אבער רוב זאכן געדענק איך נאך. נאך אריינגעכאפט צי לערנען ביי די רויטע שבת בעל ברינעם בילדונג אויבן טעילאר ווי אויך שאפינג צענטער. ווער געדענקט לאנדא אין בראך זאל חוה'' מ רייט'ס ביי חיים פריינד' ס באס פארקינג ווי היינט כולל. ערב קאלמען טראגן ר'משה געפנס חדר צי א טריפ ביי זינגער' ס קוקיס אין צי די ציגעלע פארעם ווי אויך צי די קריאת שמע ליינען מיט רעב עקיבעלע זז'ג צי יעלעד שאשיעם. מיטן ניגן הידיעה מע פארט ארויף צים יעלעטס שאשיעם . מיט רעבי זיכערמאנס קענדיס ווען סאבסיטוט. אין בית מרדכי תת זאמט פאר פלעי מאני?. עפעס דענק איך אז דאקטוירים האבן גענימען בליט אדער געגעבן שאטס פאר אלע קליינע יונגליך אין יצחק חיים ביקלס חדר אגב ווער געדענקט ביים שווימען בצאת ישראל ממיצרים באם באם באם
ר'קלמן ווייס אין גרשון מאנדל הצלה. ר' שלמה אפרים סאנדל חברי תהילים מיט חברה מקדשי שביעי מיט די פינאט באדער ברויט. מיט ענגילס שיך סטאר מיט די בילד ווי א יונגל זיצט אין א שיך. שרה שארמשער גיין נאך געלט ביי די חתונות. אגב פעדערס גראסערי איז נאך ארגענעל ווי אמאל. 2 טוי סטארס אויף סאטמער דרייוו אין א בעיסמענט אנקעקן טאש שיל אין 1 ביי די שבת בעל אין בעק ווער געדענקט דזשעמסוועי פאר עס האט אפגעברענט אין קעימארט . חוה'' מ מיט אינזערע פעטער אין בעקיארד פין די סטעישאן וועיגאן צי די פערישוטס אין מאנרא פארק.
אין פאטראל שבת
איינער האט אפשר בילדער
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

כהאב יעצט באגעגנט דעי בילד, מעגליך שוין דא געווען,

ר יצחק שלום ווערטהיימער,

ווער נאך?
אטעטשמענטס
ESDjxMxWkAIO76q (1).jpeg
ESDjxMxWkAIO76q (1).jpeg (186.76 KiB) געזען 1712 מאל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נאך איינער האט געשריבן:כהאב יעצט באגעגנט דעי בילד, מעגליך שוין דא געווען,

ר יצחק שלום ווערטהיימער,

ווער נאך?

ר' יעקב איצקאווטש, ר' חיים שווארץ, הבחור ? פעלדמאן (מיט וואקאטאקי און אמעריקאנער פאן הויזן טרעגער - אמאליגע השגות...)
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

לא לנו האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:כהאב יעצט באגעגנט דעי בילד, מעגליך שוין דא געווען,

ר יצחק שלום ווערטהיימער,

ווער נאך?

ר' יעקב איצקאווטש, (מיט וואקאטאקי און אמעריקאנער פאן הויזן טרעגער - אמאליגע השגות...)

לכאורה זיין ברודער זלמן לייב איצקאוויטש
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

נאך א שטיק היסטאריע איז לעצטנס פארביי. די רויטע פארם הויז אויף עיקערס ביי פארעסט נעבן די היינטיגע גלויבערס קלאודינג וועלכע איז נאך לכאורה געשטאנען בעפארן גרינדונג פון שטעטל איז גענצליך צונומען געווארן
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

רעדנדיג פון עיקערס, לאמיר שפאצירן אין יענע יארן וויאזוי עס האט דאן אויסגעזען. נאך ילד שעשועים זענען געווען זומער הייזער טיף אריין צווישן געדעכטע ביימער. ר' נתן יוסף גרינ'ס הויז מיט א בעקיארד און סווינגס און גליטשערס און אפילו א סווימינג פול וואס די אלע פריוואטע הייזקעס זענען דאך אפגעקויפט געווארן פון גויים. (היינט איז דארט די רעכטע זייט פון לעמבערג). דאן ר' עוזר גליק'ס הויז (היינט די לינקע זייט לעמבערג). דאן ר' הערשל הערבסט'ס הויז און ר' אברהם לעפקאוויטש'ס הויז וואו מען גייט עווענטועל אויפבויען שכונת דברי יואל און מען גראדט נאך אויס דעם באדן. דאס הויז און שטח און לעיק וואו ר' יעקב לייב פריינד וואוינט, האט געוואוינט א פרייער איד מיטן נאמען דויטש און ער איז געווען די לעצטער פרעמדער אוועקצומופן פון די געגענט. ווער עס געדענקט קלארער זאל אויסבעסערן. ביי פארעסט קארנער מאונטעין איז געווען עפעס אלטע קארס און רעדער. אויף מאונטעין ביי ר' יחזקאל בראךס לאט פלעגן צומאל קארס קומען און האבן אנגעצינדן לייטס אינעם גרויסן וואלדיגן שטח וואו זיי פלעגן קומען פרעפלען אין זייער תיפלה מפעם לפעם. אינבעק פון גאלדבערגערס טוי סטאר וואו עס איז היינט גארליץ פלעגט זיין א שארטקאט אין וואלד צו פארעסט. דארט וואו 13 פילמאר איז היינט איז געווען א שארטקאט פון תלמוד תורה צו פילמאר דעד ענד ביי דאכנערס הויז. (ר' משה יאקאבאוויטש'ס הויז איז שוין געווען אין וואלד נאכן דעד ענד). אגב די באקאנטע לאנגע וועג וואס מען האט גענוצט בימי רביה''ק זי''ע שבתים פון קוויקוועי צו בעיקערטאון איז פארבליבן אין די שפעטערע יארן א אויסגעטרעטענע שארטקאט וואס מען האט געקענט ג'יין פון סטראפקוב ביזן סווימינג פול. היינט איז עס פארבויעט פון ווען ביורען, אוהעל, פילמאר, קאלוב, און מירון. אפילו בייטאג איז געווען א פחד צו גיין אין דעם טיפן געדעכטן וואלד.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

סאיז מעגליך ביי דשינסקיא חתונה? זומער תשנ''ח אויף די רעמפ צי די חיפה( וואס איז געווען ציזאמגעשטעלט פון 2 פלעט טרעילאר'ס אן קיין ווענט )
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך איינער האט געשריבן:כהאב יעצט באגעגנט דעי בילד, מעגליך שוין דא געווען,

ר יצחק שלום ווערטהיימער,

ווער נאך?


איי, זכרנו ימים מקדם:
רעכטס צו לינקס:
ר' יצחק שלום ווערטהיימער, ר' שמחה בערנאטה, ר' יעקב איצקאוויטש, ר' חנני' שמילאוויטש, ר' חיים שווארץ בר"י, זלמן לייב איצקאוויטש, ר' מענדל עפשטיין.

**

העכער די חופה איז געהאנגען אן אייזערנע קרוין אויף א שטריק פון העכערן בית המדרש צו א הויכע זויל נעבן פארקינג לאט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”