יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

מושי מיט קיילי.

מושי מיט קיילי זענען אזוווווווווווי העפי.

מושי מיט קיילי זענען די גליקליכסטע אין די גאנצע וועלט.

מושי מיט קיילי ווייסן אפילו נישט אז ס'איז דא א וועלט.

מושי מיט קיילי האבן פאריגע וואך חתונה געהאט.


מושי איז קלענער, און קיילי איז גרעסער.

מושי איז שנעלער, און קיילי איז שטייטער.

מושי רעדט העכער, און קיילי רעדט שטילער.

אבער ווילסט עפעס וויסן? מושי מיט קיילי ווייסן עס אפילו נישט. ווייסט פארוואס? ווייל מושי מיט קיילי זענען אזווווווווי העפי, אז סיגייט זיי נישט אן. באריכאשעם אז אונז האבן צוזאמען חתונה געהאט.


מושי מיט קיילי מאכן יעצט א לעבן.

מושי מיט קיילי האבן יעצט א באלל.

מושי מיט קיילי ענדזשויען זיך אזוי שטארק.

מושי מיט קיילי ציילן יעצט זייער דרשה געשאנק געלט.


עווענטועל וועלן די חשבונות פארבלייבן אויף זיין פיקל. און ער וועט דאס מן הסתם טון ביי די הכנות אין ביהמ"ד, איבערלאזנדיג די באנק'ס קרעדיט קארד אפפער'ס ליגן אינעם אשר יצר פאפיר האלטער, און א צווייטער איד וועט זיך דערמיט מחי-ה זיין אויף אויפצושרייבן א טעלעפאון נומער פון א מעסעדזש וואס ער הערט אויפן טעלעפאון אויך ביי די הכנות.

אבער איצט, אין די געלענצענדע האניג-לבנה טעג, איז דאס אן אפגעשמועסטע עווענט, וועלכער מען לאזט שפעציעל איבער אויף נאכן שינת צהרים.

אויפן בלוי-געבלומטן-טישטוך באדעקטן טיש האט זי הארציג צוגעגרייט סענדוויטש קוקי'ס (ווייל ער האט דאס ליב) און קיפעלעך (ווייל זי האט דאס ליב). קאלא סאדע (ווייל ער האט דאס ליב) און אראנדזש דזשוס (ווייל זי האט דאס ליב). למעשה עסט ער נאר די קיפעלעך און טרינקט נאר די אראנדזש דזשוס.

מיט שיינע נאסע פיאה'קעלעך, נייע טורבאן, אויסגשלאפענע פנימ'ער, און שמייכל-אויסגעצויגענע לעפצן, זעצט מען זיך צום טיש, און מען הייבט אן ארויסלייגן אויפן טיש אלע פארשוויצטע דרשה געשאנק ענוועלאופס פונעם בעקיטש-קעשענע. און זיבל-לאכעדיגערהייט (פרעג נישט פארוואס) הייבט מען אן דעם ציילונג פראצעס.

אקעי לעטס סי, פראם הו איז דיס וואן?..... לעמי ריעד וואט איט סעיס... "מזל טוב מזל טוב, לאטס אוו נאחעס, ווישעס טאנטע בעילע ענד פעטער מרדכי יוקל"....... וויפיל?.... עיטין דאללערס..... סאו נייס...

קאנווערט נאך קאנווערט. דאללאר נאך דאללאר. טאנטא'ס, באטשי'ס, נעיני'ס. אונגארישע, פוילישע, אמעריקאנער. קארגע און שפענדערס. רייכע און ארימע. יעדער האט זיך משתתף געווען זה בכה וזה זכה, פארברייטערנדיג דעם שוין אזוי אויך ברייטן שמייכל אויף די לעפצן פונעם ניי פארפאלק וועלכע פרובירט זיך איינצוגלידערן אינעם נייעם לעבנס שטייגער. 'ער' טאפט נאך אלע וויילע די רויטע אריינגעדריקטע ליניע פונעם שטריימל אויפן שטערן, און 'זי' פרובירט א גאנצע צייט באקוועם צו מאכן דאס צודעק אויפן ניי אפגעשוירענעם קעפל. (עס קראצט הא?... נו, נישקשה, וועלקאם טו דע קלאב, איך שפיר עס שוין דערזייט די דריי יאר)....



פארזעצונג קומט אי"ה. ביז דעמאלטס?.... פלאץ.

קאמענטארן נאר דא
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איים טעלינג יו, לייג עס אין גמ"ח" לאזט די שוויגער הערן איר מיינונג ביי נאכטמאהל, "טאטי לייגט אויך נאר דארט, איטס סעיף, נאובאדי נאוס אבאוט איט, די גאווערמענט דאסענט נאו אבאוט איט סאו יו קען רואיג העוו די סחורה" טענה'ט זי בעת זי דרייט פלינק איבער די געפרעגלטע שניצל אינעם פאן. "ענד, יו העוו עי מצוה אן די סייד אלסא" פארענדיגט זי צו אריינווישנדיג די אויליגע הענט אינעם אויסגעריבענעם שירצל.

"אבער מושי האט א חבר וואס קען די זאכן" טענה'ט זי צוריק צו די מאמע, בעת ער קוקט אריין אינעם זופ טעללער מיט א רויען שמייכל, האלב שטאלץ האלב שעמעוודיג. "און יענער זאגט אז נאר די באנק איז גוט" פארענדיגט זי קוקנדיג צו מושי'ן ווי צו בעטן חיזוק.

זי די אלטע, איז שוין קענטיג עקספיריענסד אין די זאכן, ס'איז נאך אלעם נישט דאס ערשטע קינד. "נו טוטס וויאזוי עטס פארשטייטס" זאגט זי רעזיגנירטערהייט צוזאמקנייטשנדיג דעם שמוציגן שירצל, געבנדיג דערמיט נאך א וויש אפ די נאסע קאונטער.

מושי'ס חבר, כ'מיין חבר.... זיין עידזש. 'הערש יואל', א רבי'שער מיט א רויט בלאנדע בארד, א הויכן היט, א שווארצן רעקל אן א דיזיין, און העל-גאלד'ענע ביי-פאקעל גלעזער. ער 'פארשטייט'. אייביג ווייסט ער נאכצוזאגן סטאטיסטיקס, ער זאגט אז עס קומט פונעם וואל-סטריט זשורנאל, גיי לייקן. צו מאכן זאכן מער זיכער, ווארפט ער שטענדיג אריין אפאר ענגלישע ווערטער, און דאן איז שוין נישטא קיין ספק אין זיינע ווערטער. ער איז שטענדיג ביזי מיט פראפעטי'ס, ליען'ס, לאוענ'ס, פארקלאוזשער'ס..... בקיצור, ער 'קען זיך אויס'.

נו, אז מושי וויל וויסן וואס צו טון מיטן געלט גייט ער פרעגן דעם "פארשטיי'ער". ער ווייסט אים וואו צו טרעפן. עלף אזייגער זיצט ער מיט א ספר ביי טיש, מיט די נאסע פיאות צוזאמגדרייט פיצי זיך אנהאלטנדיג אויף די הענטלעך פון די גלעזער, א ווארימע קאווע, שפילנדיג מיטן פאלם-פיילאט אין די הענט.

נאך בעפאר מושי פארענדיגט מיט די פראגע צו ער זאל לייגן דאס געלט אין דער באנק אדער אין גמ"ח, האט 'הערש יואל' שוין דעם ענטפער. בעת מושי פרעגט נאך שאקלט ער שוין מיטן קאפ אויף 'ניין' קנייטשנדיג מיט ביטול די שטערן, דריקנדיג שטארק מיטן אונטערשטן ליפ אויפן אויבערשטן ליפ, "טאטש נישט די גמ"ח בשום אופן" רופט ער אויס זיכער, "די דערלייגסט יעדן טאג". סטאטיסטיקס זאגן אז סיקסטי ניין פראצענט אמעריקענס וואס לייגן דאס געלט אין די באנק האבן א עיטי סיקס פראצענט סוקסעס רעיט.... ווערסעס עלעווען פראצענט וואס לייגן דאס געלט אין פרייוועט אינסטיטושאנס..... (אז וואס???).....

מושי דארף נישט מער. ער פארשטייט נישט פונקטליך וואס ער רעדט, אבער ער זאגט דאך עפעס אין ענגליש...

"אין די באנק מאכסטו געלט און דו טוסט גארנישט, עס וואקסט פון זיך אליינס" ענדיגט צו 'הערש יואל'.

מושי פרובירט טענה'ן אז עס שאדט פאר די שטאטישע סחורה, אבער 'הערש יואל' מאכט עס אוועק, "ס'איז מאוסט אף די טיים נישט קיין פראבלעם" טענה'ט ער, "מ'מעג האבן עפעס..... נאכדערצו אויב.... זאג דיין ווייב איז שוין פרעגנענט??"....

מושי פארויטלט זיך, דרייט מיטן מויל, ציט מיט די אקסלען, ווי צו זאגן "כ'האב נאכנישט געהאט קיין שאנס"....

בקיצור. אז 'הערש יואל' זאגט, איז דאך נישט שייך טענה'ן. העי, ער קען ענגליש.


***
פארזעצונג קומט אי"ה.


קאמענטארן נאר דא
לעצט פארראכטן דורך יענטאאש אום דינסטאג יולי 31, 2007 9:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

בענקער: (שמייכלט) גוד עפטערנאאן גייס, מיי נעים איז 'דעבבי העללען', סאו האו קען איי העלפ יו טודעי?

מושי: (האקט איבער) ווי ניד עי באנק אקאונט......

קיילי: (שעמט זיך) היי, ווי וואד לייק טו אופען עי בענק אקאונט....


בענקער: אה שור.... ווי קען דא דעט פאר יו..... ענד וואט אקאונט דו יו ניד, עי טשעקינג אר עי סעיווינגס?....

מושי: טו פלוט אין מאני.......

קיילי: (קוקט אראפ אויפן טיש).....


בענקער: אלל רייט, איי טינק ווי וויל אופען עי טשעקינג אקאונט פאר יו....

מושי: איז דעט אלסא עי 'קעשינג' אקאונט?...... קען ווי טעיק אוט אלסא קעש?..... ביקאס סאמטיימס....

בענקער: (????).....

קיילי: (וויל וויינען).......

בענקער: אםםםםם....... וואט דו יו מיען?.... יעס אף קורס יו קען טעיק אוט קעש.....

מושי: אה, אקעי. נאו ביקאס די כולל געלט איז....

קיילי: (קוקט שטרענג)....

מושי: (שטיל)....


בענקער: אקעי גייס, אין ארדער פאר יו טו אופען דיס אקאונט יו וויל ניד טו העוו עטליעסט האנדערט דאללערס טו סטארט....

מושי: (האקט איבער) ווי העוו מארר..... ווי העוו פראם אוער וועדינג....

בענקער: אה... ארר יו ניולי וועדס???!!!!......

מושי: (פארשטייט נישט)....

קיילי: (שמייכלט) יעס, ווי דזשאס גאט מעריד לעסט וויעק....

בענקער: (קענטיג זייער פרייליך) אהההה... ק-א-נ-ג-ר-ע-ט-ש-ו-ל-ע-י-ש-א-נ-ס!!!!!..... דעטס סאו עקסייטינג.....

מושי: (כאפט שוין, שמייכלט).....

קיילי: (שאקלט מיטן קאפ) טענק יו....


(חסורי מחסרי: צוליב די פריוואטקייט פון די אינפארמאציע זענען די שאלות פון פערזענליכע אינפארמאציע ווי: נעמען, אדרעסן, סאושעל סעקיוריטי נומער, אד"ג ארויסגענומען געווארן. ואתכם המחילה).


בענקער: אקעי לעטס סי, סאו ארר יו גייס ווארקינג?....

קיילי: איי עם ווארקינג....

מושי: אנלי טילל די בעבי....

בענקער: אה... ענד יו ארר אין קאלעדזש?....

מושי: מי? עםםםם..... יעס איי טינק איי סטיל העוו די קאלעדזש פראגראם....

בענקער: אה דעטס וואנדערפול! וואט ארר יו לערנינג?....

מושי: (?????).....

קיילי: (נערוועז) זי פרעגט וואס דו לערנסט....

מושי: עםםםם..... איים לערנינג...... די.... איים לערנינג די בייבל....

בענקער: (????).....

קיילי: (שוויצט) הי איז לערנינג די תלמוד.....

בענקער: אהההה..........


בענקער: (צו קיילי) ענד וואט איז יור מעידען נעים מאדאם?....

מושי: (צום ווייב) וואס מיינט מעידען? די מעדיקעיד נאמען?.....

קיילי: ניין, ס'מיינט די מיידל נאמען......

מושי: אה, נאו, היר נעים איז נאאו דע סעים עס מיין, ביי אסס דע נעים גאוס טו דע מען.....


בענקער: דו יו העוו עני קרעדיט ארר דעביט קארדס?.....

מושי: קארדס?.... איי העוו עי בענעפיט קארד.....

בענקער: אה... נאו דעט... דעט וואונט העלפ.....


***


- אינגערמאן, איר האט נישט געשריבן דעם דאטום אויפן טשעק.....

- איך האב נישט?... אודאי האב איך, דא.....

- וואו?...... אה... אבער דא באלאנגט דער סכום....


ס'איז לוסטיג לעבעדיג, ס'איז דא א טשעק בוך..... מ'שרייבט טשעק'ס אויף רעכטס און לינקס. מ'טיילט צדקה פאר יעדן מוסד, ארגעניזאציע, ארימאן. איי געלט?.... נו, ס'איז דאך דא א טשעק בוך.

הונדערט דאללאר פאר די תלמוד תורה, א טשעק. פינף'זיבעציג דאללאר די גראסעריי, א טשעק. פופציג דאללאר די ישיבה גדולה, א טשעק. פינף און פערציג דאללאר די טעלעפאון, א טשעק. דרייסיג דאללאר די נייע עיר פיעס, א טשעק. צוואנציג דאללאר דעם טיי אווענט, א טשעק. צען דאללאר די דעלי, א טשעק. אכט דאללאר פאר פרישטאג, א טשעק. פיר דאללאר פאר לאנטש, א טשעק. צוויי דאללאר דעם שנארער, א טשעק. פופציג סענט די קאווע....... אאאאאאאאאפפפס!...... די מאשין נעמט נישט אן קיין טשעקס???!!!......


קאמענטארן נאר דא
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יענטאאש!!!
פליז קאמ בעק
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

גוט אויפצוברענגען די סחורה פון צייט צו צייט
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

געשמאקער האט געשריבן:יענטאאש!!!
פליז קאמ בעק
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

אויסגערעכנט האט געשריבן:גוט אויפצוברענגען די סחורה פון צייט צו צייט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

צוקאש!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

יעעע יענטאאש איז געווען 'די שרייבער פון אייוועלט' (פאר ווער ס'האט אמאל דורך געליינט זיין בלאג..)
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

געשמאקער האט געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 1:19 am
יענטאאש!!!
פליז קאמ בעק
אוי הלואי! נאך איין ארטיקל פונעם אמאליגן יענטאאש כאטשיג...
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:43 pm
יעעע יענטאאש איז געווען 'די שרייבער פון אייוועלט' (פאר ווער ס'האט אמאל דורך געליינט זיין בלאג..)
ווי איז זיין בלאג?
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 8:17 pm
דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:43 pm
יעעע יענטאאש איז געווען 'די שרייבער פון אייוועלט' (פאר ווער ס'האט אמאל דורך געליינט זיין בלאג..)
ווי איז זיין בלאג?
כ'האב עס נישט הענדי אויף די רגע, מען בעט די חשובע ניקס וואס האבן עס זאלן עס אריינשיקן צו הכלל אין אישי קעסטל ווייל ברבים מיין איך לאזן נישט די תקנות, ס'איז דא דארט סחורה ווי גין גאלד, מ'קען לאכן פאר א וואך,

פאר דערווייל קענסטו מאכן א סוירטש דא פאר זיינע אשכולות וואס ער האט געעפענט, ס'איז דא פינעוו און פערציג, איך קען נישט לינקען ווייל איך נוץ די ענדרויד עפפ
(אויב מ'קען יא זאל מיר איינער ביטע ארויסהעלפן)
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 8:49 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 8:17 pm
דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:43 pm
יעעע יענטאאש איז געווען 'די שרייבער פון אייוועלט' (פאר ווער ס'האט אמאל דורך געליינט זיין בלאג..)
ווי איז זיין בלאג?
כ'האב עס נישט הענדי אויף די רגע, מען בעט די חשובע ניקס וואס האבן עס זאלן עס אריינשיקן צו הכלל אין אישי קעסטל ווייל ברבים מיין איך לאזן נישט די תקנות, ס'איז דא דארט סחורה ווי גין גאלד, מ'קען לאכן פאר א וואך,

פאר דערווייל קענסטו מאכן א סוירטש דא פאר זיינע אשכולות וואס ער האט געעפענט, ס'איז דא פינעוו און פערציג, איך קען נישט לינקען ווייל איך נוץ די ענדרויד עפפ
(אויב מ'קען יא זאל מיר איינער ביטע ארויסהעלפן)
די לינק צו זיין בלאג איז דא און זיין פראפייל
יענטאאש אשכולות
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

רעים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:00 pm
דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 8:49 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 8:17 pm
דל ואביון האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:43 pm
יעעע יענטאאש איז געווען 'די שרייבער פון אייוועלט' (פאר ווער ס'האט אמאל דורך געליינט זיין בלאג..)
ווי איז זיין בלאג?
כ'האב עס נישט הענדי אויף די רגע, מען בעט די חשובע ניקס וואס האבן עס זאלן עס אריינשיקן צו הכלל אין אישי קעסטל ווייל ברבים מיין איך לאזן נישט די תקנות, ס'איז דא דארט סחורה ווי גין גאלד, מ'קען לאכן פאר א וואך,

פאר דערווייל קענסטו מאכן א סוירטש דא פאר זיינע אשכולות וואס ער האט געעפענט, ס'איז דא פינעוו און פערציג, איך קען נישט לינקען ווייל איך נוץ די ענדרויד עפפ
(אויב מ'קען יא זאל מיר איינער ביטע ארויסהעלפן)
די לינק צו זיין בלאג איז דא און זיין פראפייל
יענטאאש אשכולות
גערעכט, כ'האב פארגעסן דערפון
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”