געקלערט האט געשריבן:און די ווילסט נישט וויסן ווי איך האב שוין אלץ געקיקט, כ'ווייס שוין נישט אויב איך וויל פארן צו אלאסקע אדער צו יעלאוסטאון, למעשה קיקט מיר יעלאוסטאון אויס ווי א מסוכנ'דיג פלאץ.
יעצט מיט א ניכטערן בליק, ווען די מוחות הייבן זיך אן אויסקלארן, די מחשבות הייבן זיך אן צוזאמנעמען, נאך די שיכור'נדע נאכט ווען פעסער שאמפעין האבן זיך געגאסן ווי וואסער אין די הויפט קווארטירן.
ברויך מען דאך געבן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר.
איז אזוי.
זעצט אייך אוועק מיט א גלעזל ווארעמע טיי, נעבן דעם פיין אנגעווארעמטן אויבן ווי די שפענדעלעך און העלצלעך קנאקן אינם הייסן פייער און לאזן ארויס א געשמאקע ווארעמע אטמאספער, וועל איך אייך אביסל פארציילן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.
די ערשטע זאך איז נישט אזויווי איר האט אוודאי געטראכט אז אונזער פארזעצונג איז הוילע פוסטע פאנטאזיעס און דמיונות, זאג איך אייך ניין.
עס איז יא דא אמת'ע פאקטן, טאקע נישט אסאך אבער עפעס.
וואס יא.
ווען מיר האבן געזעהן דעם דערמאנטער אשכול וואס רעדט פון צוריק באקומען נכסים פון פוילן פון פארן קריג, האט זיך באמת אנגעצינדען אין מיר א רייץ פאר מער אינפארמאציע דערינען, אבער גאנץ שנעל האט זיך עס אויסגעלאזט אין א הוילן זייפן בלאז, אבער אין מיין מח האט שוין אויפגעבליצט א געדאנק, אה דאס קען דינען פאר א פיינעם פיקציע אז דער עולם זאל קוועלן און זיך באסמאקעווען די לעפצן.
פונקט דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן טוהן דא איבער דעם פארמעסט, און פאר אינטערסאנטקייט האב איך געכאפט דארט א שפאציר און געמאלן וואסער אהין און אהער פון בערן און לייבן, איך האב אפילו עספיעט אריינצוכאפן דארט עטליכע געזונטע פראסקעס פון שמעלקע, יא יא דער מיטן צושטרויבלטער בארד וואס קען נאך נישט קומען צו זיך, אז ער האט מיר אויסגעשאסן אלע ציין אויפן טראטוואר אין קראקא, בציקור התכלית איך האב באקומען דארט אביסל מוט אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט.
אבער די קלימאקס איז געווען ווען מ'האט זיך פערזענליך פארבינדען מיט מיר, וואס עס טוהט זיך מיט מיר האב איך באקומען דעם פולן שטופ יא צו ארויס קומען מכח אל הפועל.
און ברוך השם עס האט פאסירט דעם אום ערווארטעטן.
יעצט נאכאמאל וויל איך מיך באדאנקען פאר אלע מיינע געטרייע שטיצער, איך מיין פארשטייט זיך מיינע סחורה, וואס ב''ה פון די ערשטע מינוט האט עס געהאט די מערסטע תגובות, וואס עס האט מיר יא יא ''פיין געשמעקט'''.
יעצט פאר די אלע קאנספיראטירן וויל איך אויסקלארן עטליכע נקודות.
די ערשטע זאך וואס אסאך שרייען יא אוודאי ער האט געמאכט א פארזעצונג ווייל אזוי וועט ער געווינען.
און אזוי אויך פאר די וואס טענה'ן אז איך האב איבער געטריבן מיטן מאס קערעטקערס.
עס איז בכלל נישט געווען אין פלאן, נאר וואסזשע דען, איינמאל איך האב ארויסגעצויגן דעם אלטן פארשטויבטן פעדער, האב איך פשוט פארלוירן קאנטראל און עס האט זיך געגאסן ביז אויס, איך האב דאן דאס געלאזט וויסן פארן הויפט קווארטיר אז די מצב איז אוט אויף קאנטראל.
און דאן נאך א זיצונג מיט די באהערדע איז באשלאסן געווארן אז עס קען יא גיין אביסל מער ווי די מאס, און די איבעריגע וועט נאכפאלגן אין פארום פון א פארזעצונג.
וועל איך דיר זאגן, איך בין נישט קיין שרייבער נישט פון היינט און נישט פון נעכטן, אבער היות דאס איז נישט מיין פאך כהיום, מאנגל איך פשוט אין איין ארטיקל וואס דאס רופט זיך
..צייט.
וואס יא ב'ה מער ווייניגער רוב פון דעם פארזעצונג שטייט שוין גרייט, און איך האף אז איר וועט אלע הנאה האבן.
יעצט ווען אלע טענות ומענות וועלן זיך איינשטילן, און אז דער עולם וועט זיין גרייט וועלן מיר גיין ווייטער.
געקלערט האט געשריבן:און די ווילסט נישט וויסן ווי איך האב שוין אלץ געקיקט, כ'ווייס שוין נישט אויב איך וויל פארן צו אלאסקע אדער צו יעלאוסטאון, למעשה קיקט מיר יעלאוסטאון אויס ווי א מסוכנ'דיג פלאץ.
וואס הייסט פארוואס ס'איז מסוכנ'דיג? די ערגסטע חיות דרייען זיך דארט אינטער די פיס!
אה, דאס מיינסטו.. איך האב נישט געטראכט אז דו מיינסט די חיות ווייל דאס איז דא אין יעדע צווייטע פארק
איך האב געמיינט אז דו מיינסט די גאר הייסע קוועלער (פון וואס מענטשן זענען שוין געשטארבן רח"ל) אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב מ'פאלגט זייערע אנווייזונגען איז נישט קיין שום סכנה