געבראכן די אומעטיגע נייעס אז דזשאן מעקעין, דער איין און אכציג יעריגער סענאטאר פון די הייסע אריזאנע, און כהיום איינער פון די מערסט-קאנטראווערסיאלע און קאלירפולע פאליטיקאנטן אין די פאראייניגטע שטאטן, איז די אנדערע מאנאט דיאגנאזירט געווארן מיט די שרעקליכע מחלה ר"ל. די דאקטוירים זאגן אז בשעת אן אפעראציע אויף זיינע אויגן האבן זיי אנדעקט א שווערן טומער אויפן מח, און לפי געוויסע קאמענטירער, קאן א אידן-פיינט לעבן מיט דיזן מיחש א מאקסימום פון ח"י מאנאטן, רחמנא לישזבן.
די בשורה האט דערגרייכט די כוואליעס, ומכל הפאליטישע צדדים עס הערט א פאראייניגטע שטראם פון ווארימע באגריסונגען צו דעם העראישן סענאטאר וואס האט אין זיינע אינגע מיליטער-יארן געקעמפט אקעגן די הארטנעקיגע קאמוניסטן, מערב דעם קו התאריך דארט אינעם ווייטן וויעטנאם.
אין הערבסט 1967, ווען מעקעין איז ארויס אויף א סטראטעגישע באמבאדיר מיסיע איבער דעם עיר הבירה "האנאוי". צו זיין פינסטער מזל האט דער פארביסענע שונא, וואס איז געווען אויפגעריסטעט מיט סאוויעטישע אנטי-עירקרעפט מיסילס, דערשנאפט זיין פליגער; מיט איין שאס א תל געמאכט דעם פליגל און א דריידל געטאהן דעם גאנצן מאשין גראוויטי כאראדאם, בשעת א זנב פון שוועבל און פארעך באשלענגלט דעם האריזאנט. מעקעין האט זיך אריענטירט, ער איז מיט א זריזות ארויסגעשפרינגען פונעם פילאט קאבינע און מיט די הילף פון א פאראשוט ער פארט, פליעט, פאלט, טראך! ער לאנדעט אין טייך; אנגעהאנגען מיט עקוויפמענט, צובראכענע גלידער — כמעט דערטראנקען. אויב ער האט געמיינט אז די ארגסטע איז פאריבער, האבן אים די וויעטנאמעזער "געראטעוועט" פון וואסער, באנדאזשירט מיט אגרוף און נגיחה, און אריינגעשטעלט אין געפענגעניש אין 'האנאוי הילטאן' (אויפן נאמען פונעם לוקסוריעזן האטעל קייט, אט אזוי האבן די אמעריקאנע קריגס-געפאנגענע סארקאסטיש אנגערופן זייער תפיסה הידוע לשמצה), וואו ער איז געהאלטן געווארן אונטער גאר שווערע אומשטענדן. א תקופה פון פינף און א האלב ענדלאזע יארן האט מעקעין פארבראכט דארט אינטער ריגל און גראטעס - כולל צוויי יאר אין א לאך (סאליטערי-קאנפיינמענט), און דורכגעגאנגען מערערע פייניגונג סעסיעס - ביז מען האט אים ענדגילטיג באפרייט.
איצט, קנאפע 50 יאר נאך זיין פארכאפונג, איז געקומען די שווערע ידיעה אז די שווייס-געווייקטע ביאגראפיע פון דזשאן סידני מעקעין דער דריטער, וועלכער דינט איצט זיין 5'טער זעקס-יאר טערמין אינעם יו. עס. סענאט, איז אויף די עלטער געשטיגן מיט נאך איין שרעקעוודיגער קאפיטל: זיין קאמפף מיט מח קענסער.
"דזשאן מעקעין איז אן אמעריקאנער העלד און איז פון די בראווסטע קעמפפער וועם איך האב נאר אמאל באגעגנד", האט דערקלערט דער געוועזענער פרעזידענט ב. חוסעין אבאמא אין אן עלעקטראנישן זענדונג צו זיינע מיליאנען אנהענגער. ער איז מסיים זיין קורצן וואונטש מיט א לאזונג פון טיפשות: "קענסער ווייסט נישט מיט וועמען עס האט אנגעהויבן! גיב איר די גיהנום, דזשאן!"
ענליכע דיבורים האט געשריבן דער סאלידער גרייז-גרויער וויצע פרעזידענט מייק פענס, וואס (לייקנט) [האפט] אז ער לויפט אין 2020:
"מיין פרוי און איך דאווענען פאר סענאטאר מעקעין. קענסער האט זיך אנגעפאנגען מיטן אומריכטיגן פערזאן; מעקעין איז א קעמפפער, און ער וועט די קאמפף אויך געווינען. ג-ט העלף אים."
דער איצטיגער צאר יר"ה, וואס קארגט קיינע שריפטליכע בריליאנטן ווען אימער מען בעט נישט. אין יארע 15', ווען קאנדידאט טראמפ האט געהייטערט זיינע מאסן ביי א ראלי אין פיניקס, אריזאנע, האט דער סאנאטאר געלאזט פאלן ווערטער אז די ציושטע טראמפיסטן זענען א געמיינדע פון "קרעיזיס". און דער ביזנעסמאן האט גלייך צוריקגעשאסן אז "מעקעין ברויך ווערן באזיגט אין זיין סענאט פריימערי. ער האט גראדואירט די לעצטע איז זיין קלאס -- דאמי!"
אבער דאסמאל איז דער פרעזידענט נישט געווען אזוי שעפעריש. זיין טריקענע – און ווארשיינליך-פארגעשריבענע – באגריסונג ליינט זיך:
"סענאטאר דזשאן מעקעין איז אלץ געווען א קעמפפער. מיין [דריטע] רעבעצין און איך שיקן אונזערע מחשבות און פרעיערס צו סענאטאר מעקעין, זיין פרוי און פאמיליע. ווער געזונט געשווינד."
די כמו-ווארעמקייט האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן. מעקעין, דער זעלבסט-געקרוינטער "מאוועריק", איז קוים אראפגעשטיגן פון בעט, און די צוויי סעניארן רייסן זיך ווייטער ביי די קעפ ווי מיטל-יעריגע רוסישע דראנקיסטן.
אלפאנס. שומער, פרוי קלינטאן, ריעד, ראמני, ווי אויך אנדערע פאליטיקאנטן און (פ)[ב]אנדיטס, אלס-ווייסער און קאך מעסערן, אקטיווע און אויסגעדינטע, רעכטע און בלויע, האבן אויך געשריבן וואונטשונגען און באגריסונגען. די תוכן זענען אלע מער-ווייניגער געלאפן אויפן זעלבן שטייגער: מעקעין איז א פייטער; מעקעין איז א היראו; און – נוסח אמעריקע – מיינע הארטס ענד פרעיערס וכו'.
דער געוועזענער פרעזידענט בוש דער דריי און פערציגסטער, וואס איז באקאנט מיט זיין מיטפילנדע כאראקטער און קלאסישע באנעמונג, האט אונז געוויס נישט אנטוישט:
"היינט אינדערפרי האב איך אנגעקלינגען סענאטאר מעקעין אים צו שטארקן און מוטיגן אין זיין שווערן קאמפף. אנשטאט האט ער מיר געשטארקט! איך בין געווען זייער איבערגענומען פון זיין שטארקן גייסט און אנטשלאסענעם מוט. ער האט מיט לייב און לעבן געדינט זיין לאנד. מיר זענען דאנקפול אז ער איז קאממיטעד ווייטער צו דינען.
"מיין פרוי און איך דאווענען אז ער זאל זיך ערהוילן ווי אמשנעלסטן און ער זאל זיך צוריקקערן צום סענאט, וואו זיין שטימע און פירערשאפט איז דריגנט נויטיג.
"מיר שיקן אויך ווארימע וואונטשן צו פרוי מעקעין און די גאנצע פאמיליע."
זייער שיין און סימפאטיש. אבער מיסטער בוש, כבודו בטעקסאס מונח, לאמיר צוריקדרייען דעם פארגעסענעם קאלענדער מיט א שפאר-ביסל יארן. ושונא הוא לו מתמול שלשום... אויפמישן די צוקראכענע בלעטער צו יארע Y2K, דאן ווען סענאטאר מעקעין איז געווען זיין פריימערי קעגנער אין די פארמעסט פאר פרעזידענט אויף די רעפאבליקאנער פלארפארמע. ביי די וואס האבן מיטגעהאלטן די בחירות ה' תש"ס לפ"ג ליגט נאך אין זכרון די ווילדע פריימערי רייבערייען צווישן גאווערנאר בוש און סענאטאר מעקעין אין דרום קעראליינע, א פארמעסט וואס געוויסע אנאליסטן באצייכענען אלץ איינע פון די שמוציגסטע און נידריגסטע קאמפיינס אין די לאנד'ס היסטאריע.
די זרעים חמוצים האבן זיך געפלאנצט שלש שבועות בעפאר, ווען מעקעין, וואס האט לשיטת קארל ראוו וחביריו געזאלט בלייבן דער אנדער-דאג, האט שטארק געזיגט אין די ניו העמפשיר פריימערי, און אקרו"ט דאבליו האבן גע'דאגה'ט אז אויב זייער קאנדידאט וועט אנווערן צוויי וויכטיגע פארמעסטן בהעלם אחת, וועט דער קרוין פרינץ - מ'שטיינס געזאגט - פארוועלקן זיין סטאטוס אלץ פראנט ראננער. וכאשר החלות לנפל לפניו וגו', חס מלהזכיר.
הבה נתחכמה, און די החלטה האט מכריע געווען אז מען וועט זאפארט אפשטויבן די אלטע רויטע באקסינג גלאווס וואס טאטי 41 האט סוקסעספול געאמפערט אקעגן דעם ארכי-לינקן מייקל דוקאקיס אין ניינצן אכט-און-אכציג למספרם, און מען וועט זיך נעמען ליפטערן ברייטהארציגע פארציעס מנה אחת אפים.
אין די ענדע, האבן די פרעצעדענטלאזע, פערזענליכע (און פאלשע) טארפידאס פון טיעם בוש אקעגן מעקעין געטוהן דאס זייעריגע. בוש איז ארויס פון זיד קאראליינע מיט א באקוועמע אויבערהאנט, און די פרעזידענטליכע מעקעין לאקאמאטיוו - מוטלאז און גרינלאז - איז עווענטואל אראפגעקראכן פון די שטימפיגע רעלסן.
אכט שטורמישע יארן שפעטער, און דער טריקענער מעקעין טרעפט זיך ווידער אויפן דעבאטע פלאטפארמע—הפעם הזה אין א פנים אל פנים שלאכט מיט א אינגע, מידיא-בחן'טער סעמי-פנים חדשות פון טשיקאגא.
דורכאויס די ראלער קאוסטער בוש עפאכע, האט מען אין די לינקישע צירקלען שטענדיג קראקעדיל-באוויינט די פאקט אז דער "עקסטערעם רעכטער" בוש האט באזיגט דעם מער "צענטריסטישן" מעקעין, וועלכער האט זיך כמה פעמים אוועקגעזעצט צו פארהאנדלען מיט די דעמאקראטן; און דער לעצטער האט טאקע געכאפט דערפאר פון די קאנסערוואטיווע טאלק שויס והגלילות. אבער איצט, ווען מעקעין איז גאר דער וואס הויערט אויפן שפיץ פונעם עלעפאנט בילעט, האט זיך אלעס געטוישט. פלוצים הערט מען קלאנגען אז "מעקעין איז גאר ארגער ווי בוש". "באקענט אייך מיט די טונקעלע זייט פון דזשאן מעקעין", האט געסמארקעט א ליבעראלע שריפט-שטעלער. "נישט בלויז בטבע א שלעכטער; ער איז א געפערליכער רייט-ווינגער, דער גרעסטער היץ קאפ אין סענאט!", א סטעיטמענט וואס דער היימישער מקוה-שכן אין טוש האט פילייכט געדינגען פון א פראגרעסיוו מידיא קאמענטירער.
"עס איז 1982, און מעקעין גייט קיין וואשינגטאן", די בייסיגע שטימע אין אן אבאמא-ביידן רעקלאמע אקעגן דעם "אלט-מאדישן, צוריקגעבליבענעם" מעקעין.
"אסאך האט זיך געטוישט אין די לעצטע 26 יאר, אבער נישט מעקעין. ער איז מודה ער ווייסט נישט ווי אזוי מען באניצט א קאמפיוטער. ער קען נישט שיקן קיין אי-מעיל, פארשטייט נישט די עקענאמיע, וויל געבן ביליאנען אין שטייער שניטן פאר די רייכע און זעראו פאר די ארימע." (בנשימה אחת)
צוליב מאנגל אין סעקונדען, האט דער רעקלאמע נישט עספיעט צו אנטפלעקן אז דער סענאטאר האט שוועריקייטן מיט א קאמפיוטער צוליב זיין פארווייטאגטע האנט וואס איז חצי-געלעמט געווארן אין קריג. אבער היינט ערב וואלן, ווער קימערט זיך מיט פאקטן?
"איך בין באראק אבאמא, און איך באשטעטיג די דאזיגע מעסעדזש."
איצט, נאכן שוועבן על עיר פארס וואן פאר א שמיטה שלימה + 1, הויערן די פענסיענירטע מר. פרעזידענטן אין זייערע געביגעלטע מולטיי-מיליאן דאלאר ביידעלעך און טוויטן דעם פאלק אז דער מולטיי-באזיגטער, קראנקער מעקעין איז אן "אמעריקאנער העלד".
"וואף, הי (בוש, אבאמא, וכו') איז סאטש א קלעעעס עעקט!"
תניא אמר להן רבן יוחנן בן זכאי לתלמידיו בני מהו
שאמר הכתוב צְדָקָה תְרוֹמֵם גּוֹי וְחֶסֶד לְאֻמִּים חַטָּאת
(משלי יד), נענה רבי אליעזר ואמר צְדָקָה תְרוֹמֵם
גּוֹי אלו ישראל דכתיב (שמואל-ב ז) ומי כעמך ישראל
גוי אחד בארץ, וְחֶסֶד לְאֻמִּים חַטָּאת כל צדקה וחסד
שאומות עובדי כוכבים עושין חטא הוא להן שאינם
עושין אלא להתגדל בו.
(בבא בתרא י:)
אין די שפעטע ת"ר יארן, ווען שיטה און השקפה ביים ברייטן המון איז ליידער געווען געזויערט מיט השכלה ומינות, האט אן אסימילירטער מאן געפרעגט אן ערליכן איד: "איר קענט מיר אפשר אויפווייזן מיט אן איבערצייגנדע ראיה אז די וועלט האט א באשעפער?"
קיין אפעטיט צו דעבאטירן מיט א דורכגעפוילטע מוח, האט אים דער איד געענפערט מיט חכמה: "אין ראדין וואוינט א באקאנטער צדיק וועלכער איז אן אויסגערופענע מושלם נישט בלויז אין תורה ועבודה, נאר אויך אין אלע מידות שבין אדם לחבירו. צייג מיר אן אויף איינער פון אייך וואס איז גענצליך אויסגעארבעט אין מענטשליכקייט, אפילו נאר אין איין מידה! מען קען נישט אויסשטייגן א חפץ חיים נאר מיט די תורה הק'. און דאס, האט דער איד אויסגעפירט, איז מיין הוכחה אויף מציאת הבורא!"
שוב מצאתי טאקע אט די דאזיגע נקודה אין ספר הקדוש נועם אלימלך אין פרשת בראשית. בראשית ברא: בשביל התורה שנקרא ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית (רש"י). זאגט דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע, אז רש"י הק' האט דא געוואלט ארויסברענגען און אויפווייזן די איינציגקייט און ווארהייט פונעם בורא ברוך הוא ותורתו הקדושה. ווייל ווען מען אבזערווירט די באשיידענעם באנעמונג פון די ערליכע אידן, די הייליגע צדיקים וואס לעבן און שטרעבן אין די וועגן פון די תורה הקדושה, זעהט מען באשיינפערליך אז זיי זענען אויסגעארבעט מיט מעלות רמות און מידות טובות עד אין קץ, פיל פיל מער ווי אלע אנדערע אומות. ולזה כיוון רש"י ג"כ באומרו בשביל התורה ובשביל ישראל, לומר ששני אלו הם ראיה על בראשית. (עיי"ש דבריו הקדושים)
אגב איז באקאנט די עובדא אז דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל האט אמאל געברויכט גיין אין געריכט עדות זאגן לטובת א תלמוד וואס איז אויסגעשטאנען א משפט צוליב א געוויסע עלילה.
בעפאר מען האט ארויפגערופן דעם חפץ חיים, האט דער עורך דין געמאכט א שטיקל הקדמה און פארגעשטעלט פארן ריכטער דעם חשוב'ן פערזענליכקייט וואס טרעט דא אויף אלץ עדות. בתוך דבריו האט דער פארטיידיגער דערציילט אן עפיזאד, אז דער חפץ חיים האט אמאל געוואלט געבן א נדבה פאר א נצרך, און ווען דער צדיק האט געעפנט דעם שופלאד וואו עס איז געליגן דאס געלט, האט זיך אין דעם נעבעכדיגן ארימאן אנגעצינדן א יצרא דממונא; ער האט אריינגעשטופט דעם האנט אינעם שופלאד, א כאפ געטאן כל הבא בידו און ויברח... אבער דער הייליגער חפץ חיים, אנשטאט ער זאל ווערן אין כעס אויף דעם איד, איז ארויסגעלאפן פון שטוב און נאכגעשריגן "ר' איד, ר' איד. איך בין אייך מוחל. איך בין אייך מוחל!" דער חפץ חיים מיט זיין גאלדענע הארץ האט ליבערשט פארווערט אויף זיין געלט, ווי איידער דער איד זאל האבן עובר געווען אויף דעם איסור פון גניבה. זאל עס בלייבן ביי אים במתנה.
דער פארטיידיגער איז מסיים זיינע רייד, און דער ריכטער ווענדט זיך צו אים: "דו גלייבסט די אלע מעשיות וואס דו פארקויפסט דא?"
"הער ריכטער. במחילת כבודך הרמה, אויף מיר און דיר דערציילט מען נישט אזאנע עפיזאדן..."
וחסד לאומים חטאת. דער 'מעסטער' פון מענטשליכקייט און מדות טובות איז נישט ווען "יענער" איז געצויגן אויפן אפעראציע געלעגער, און "איך" שטעל זיך אויפן גאוה'ישן פאדיום בפני עם הדומה לחמור און שיק יענעם קלינג-באצירטע וואונטשן בפומבי גדול. ריכטיגע חסד און מידות הויבן זיך אן ווען עס קומט אן שווער, ווען עס איז אומבא'טעמ'ט, און ווען קיינער ווייסט נישט.
מען גיבט א בליק צו די טעגליכע ווירטשאפט אויף די אנדערע זייט טייך און עס כאפט א גרויל. דער 'ווילד-פרעמדער' קאנצעפט פון לא תקום; יענער האט דיר וויי געטאהן, דערלאנג נישט צוריק.
ביסט אינגאנצן אראפ פון זינען?!
און לא תטור; האלט נישט אן א שנאה בלב.
גענצליך אויפן קאפ געפאלן?!
לשן הרע, רכילות. מאן דכר שמיה! קאפויער; זאגאר אריינגעשטעלט אלץ די ערשטע קאמענדמענט אין די מצוות תמידיות... (גאנץ דזשורנאליזם שולע איז דאך באזירט אויף די דאזיגע מצות עשה שלא הזמן גרמא...)
אן עלטערער, ארענטליכער דאקטאר האט אמאל געפרעגט מיין באבע עמו"ש: "What's the secret of the Jewish people?" (וואס איז די סוד פונעם אידישן פאלק?)
האט מיין באבע אים געענפערט: דעלך סני, לחברך לא תעביד!
"Oh Mrs. --, this is a very tough deal."
(אוי, דאס איז שוין א שווער עסק...)
ואהבת לרעך כמוך, א כלל גדול וואס איר וועט בלויז געפונען ביי איין געזעלשאפט על בלימה: בתורה, ביי די וואס פילעווען אין תורה ומצות!
די אידישע קאלענדערס און אגענדעס זיינען מלא וגדוש מיט הייליגע פעולות און מדרגות וואס די שוויין-געפיטערטע מוחות קענען ניטאמאל באגרייפן: חסד 24/7, ביקור חולים, ענוה, שמירת הלשון, כבוד חבירו, ממון חבירו, בנפול אויבך אל תשמח וכו' וכו'. און ביי אונז ווערן די דאזיגע השגות אריינגעבאקן מיט געזאנג אפילו ביי די גאר קליינע!
"הער ריכטער; הער דאקטאר; הער פרעזידענט; הער סענאטאר. במחילת כבודכם הרמה, אויף אייך דערציילט מען נישט די אלע עפיזאדן!"