אייוועלט און די בית דין של מעלה...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
אייוועלט און די בית דין של מעלה...
שלום עליכם טייערע חברים
כ'בין היבש ניי דא אינעם וועלטל, כאטש כ'ביניש שנה ראשונה.
אבער וואס ס'האט מיר דאס מערסטע געכאפט איבער די כבוד האכסניא, איז קודם די פאקט אז אידן האבן ווי אויסצוגעבן זייערע געדאנקן און טאלאנטן, וואס דאס לכשלעצמו איז חשוב ביז גאר.
אבער דער עיקר נקודה דא איז, אז דא איז יעדער מענטש כתינוק הנולד, אהן א נאמען, אהן אן אויסזעה, אהן א סאציאלע סביבה, אהן א שייכות צו א חסידות, און אהן א פינאנציעלע שטאנד. בלויז די מענטש'ס דעה און געפיל אהן קיין ארטיפישעל פלעיווער און פערזערוועטעבס.
פלוני-אלמוני ניק איז אפשר גאר די שטילסטע אינגערמאן אין שוהל, וואס ווערט רויט ווען דו זאגסט איהם גוט שבת, און א קלאפ אויפן רוקן ווארפט איהם שיער אונטער. ער טראכט טויזענט און צוויי מאל פארן זאגן עפעס אין א איינס-אויף-איינס דיסקוסיע פון גרויס פחד, און טראכט ניטאמאל צו שאקלען א קאפ ביי א קרעמל... שבעה מדורי גיהנום.
ביז דא אין אייוועלט. דא איז ער א שר ששת אלפים!!! ער שיסט מעסעדזשעס ברבים און אויף אישי. נישט נאר קען ער טיילן קאמפלימענטן אהנע מורא אז זיין צונג וועט ארויספאלן, נאר ער זעלבסט באקומט אויכעט קאמפלימענטן פון אנדערע. לא יאומן. ער קען מאכן מיטן עמאזשי פון די לאכעדיגע פנים וואס שאקלט זיך, וואס ער אליין האט נישט געטוהן ברבים זייט זיין חומש סעודה.
ער קען אפילו מוחה זיין אויף איינעם, אדער יענעם גאר פאר'מסר'ן צו א מנהל... אין ישיבה האט ער געוואוסט אז פאר אזאנס וואלט ער געקריגן פיר מאל טויט שטראף. ווער רעדט נאך פון ריקן יענעם'ס אן אשכול צו אן אנדערע פלאץ?! ממש א מושל בכיפה.
ער איז פיינעלי א מענטש.
און לאמיר גיין ווייטער...
מלכי-צדק ניק האט היינט פיין מסדר געוועהן האריקעין ניק אינעם קרעטשמע [אמת'ע ניקנעמען געהיטן אין רעדאקציע... (יעדע רעדאקציע האט א ריזן 'סעיף' ווי זיי היטן אפ די אלע אמת'ע נעמען...)]. האריקעין האט למעשה עגריעד צו מלכי צדק. שריון-וקשקשים צוזאמען מיט זעקס-און-ניינציגער האבן איהם געצייגט די פנים ירוקות מיטן אגודל. פיין, מעשים בכל יום. אבער לאמיר טוהן אביסעלע גילוי דא...
האריקעין איז אין ריעל לייף הרבני ר' שמריהו זיסקאוויטש שליט"א די ראש הקהל פון ביהמ"ד איפה צדק(?) אין בלומינגדעיל, וועלכע מיט זיין נידריגן אבער איבערוואגיגע געשטעל, אינטרעסאנטע דרך הליכה, און די אפענע רעקל און טלית קטן פארשטעקט אונטערן ווייסן העמעדל, קוקט ער אויס ווי א פענגווין. אבער פון זיינס א ווארט ציטערט יעדער.
ספעציעל האט די ראש הקהל ליב צו אוועקמאכן די אינגעלייטלעך וואס שטעלן זיך נישט אהער גענוג צו די זאך. 'רבב על בגדו' איז די איינציגסטע מאמר חז"ל וואס ער קען. בעיקר טשעפעט ער דעם שנה ראשונה'דיגע חייקל'ען, מיט די אפגעריבענע ישיבה חאלאט און שיך מיט די שיפע זוילן פון אזויפיל מיילעדזש.
חייקל ציטערט פונעם ראש הקהל. דער קלאפט איהם אראפ. ער געבט זיך אבער אויס סוף טאג אויף אייוועלט. זיין ניק איז... מלכי-צדק.
און אינטרעסאנט איז אז דער שמריהו אליין האט אויך ליב זיך צו דרייען דא, ווייל ווען ער באקומט דא א קאמפלימענט ווייסט ער אז ער האט עס געקריגן און נישט זיין געלט. דא איז עס ער זעלבסט און נישט זיין גרויע רעקל און באקקעל אויפן שיך. דא טרעפט ער זיך מיט זיך.
און נאך ווייטער...
למטה-מעשרה ניק [פון די 'אנשי שלומינו' ראנג (יתכן אז ער וועט טוישן זיין ניק ווען ער ווערט א שר העשר...)] האט היינט פארראכטן אן עובדא געשריבן דורך די שר חמשים אלף פיש-יוהך. מעורר-השחר האט געגעבן גערעכט פאר למטה-מעשרה, און סומא-בארובה האט דערצו געברענגט הארטע עווידענס פון א ספר קדמון. פיש-יוהך ברעכט זיך אונטער למחצה ולשליש, אבער אין ריעל לייף געשעהט דאס נישט. נעווער.
פיש-יוהך איז 'הרה"צ' ר' גדליה דאוויראווסקי שליט"א, א רבי'ש קינד שוין מינימום 12 דורות, מיט א ריבס און ברייטע ערמל. ווען ער זעצט זיך צו צום תיקון [מיט די ריבס-ארבל נאכנישט צוריק אויף זיין רעכטע האנט נאכן אויסטוהן די תפילין (גדליה איז א איטר יד. א.מ.)], פארציילט ער אן עובדא פון די בעל הילולא בשעת די לעקעך ווערט נאך צוקייעט צווישן די שיניים עליונים און די שיניים תחתונים, און אויב עמיצער וועט זיך וואגן איהם עפעס צו מתקן זיין, וועט פון זיין מויל ארויספליען קולות וברקים צוזאמען מיט ברעקלעך פונעם תיקון אויף יענעם אין פרצוף אריין. תיקון תחת תיקון. אויב איינער וועט אפירברענגן א ספר וואס ווייזט זיין טעות, וועט ער זאגן: נע, ווייסט וואס די גדולים האבן בשעתו געזאגט אויפן מחבר הספר, ליין אביסל היסטאריע!! נו, גיי טענה דיר מיטן וואנט.
אין אייוועלט איז אבער אנדערש, ווי אויבנדערמאנט.
ביינונז אין אייוועלט איז יעדער BARE BONES, יעדער ווערט אויסגעטוהן פון די שיינע רעקלעך און אראפגע'זרק'עט פון די שיינע פעמילי טרי, קיינער האט נישט קיין געלט, נישט קיין מעמד, נישט קיין חברה, נישט קיין יחוס. נישטא קיין נער נישטא קיין גם זקנתי. נישט קיין חילוק צו ער האט א ווייסן בארד יורד ע"פ מדותיו אדער א רויטליכן ציגעלע בארד. יעדער איז ווער ער איז און וואס זיין מח טראכט און זיין הארץ פילט.
איין ניק קען זיין עלטער אין דעם וועלטל ווי דער וואס אינעם עולם הפוך איז אסאך עלטער. דא קען מען זיך דונגען מיט עמיצער וואס וואלט געקענט זיין דיין זיידע. און אפשר איז ער גאר טאקע דיין זיידע! און ס'איז אקעי, נישט בלויז צוליב דעם וואס מ'קען נישט וויסן יעדן'ס זקנה און חכמה, נאר בעיקר ווייל דא איז יעדער אויסגעטוהן פון יעדן חיצונית'דיגן לבוש, דא איז קיין זקנה נישט פארהאן. יעדער איז באשר הוא שם.
* * *
און דאס, חברים, איז וויאזוי אונז שטעלן מיר זיך אלע צום מלך במשפט בימים הנוראים. קיינע עשירים קיינע חכמים קיינע מיוחסים, אלע זענען זייער פלייש און בלוט און די מצוות און מעשים טובים זיי האבן געטוהן, ותו לא מידי.
ואפילו כולנו חכמים כולנו זקנים כולנו יודעים את התורה... העלפט עס נישט. אלא תשובה ומעשים טובים בלבד.
אלזא ברודערלעך, נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל ה'.
א כתיבה וחתימה טובה

לעצט פארראכטן דורך אור מופלא אום מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:41 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
איים ספיטשלעס. WOW.
דער האט א פעדער...
מאכט אייך באקוועמער, לכך נבחרת.
כוח''ט
דער האט א פעדער...
מאכט אייך באקוועמער, לכך נבחרת.
כוח''ט
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
.
WOW WOW WOW
א מעסטער פיעס
WOW WOW WOW
א מעסטער פיעס
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
שלום עליכם צום איי וועלט וועלטל.
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
שמך נאה לך, ישר כח!
-
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
אור מופלא האט געשריבן: בעיקר טשעפעט ער דעם שנה ראשונה'דיגע חייקל'ען, מיט די אפגעריבענע ישיבה חאלאט און שיך מיט די שיפע זוילן פון אזויפיל מיילעדזש.
חייקל ציטערט פונעם ראש הקהל. ער געבט זיך אבער אויס סוף טאג אויף אייוועלט. זיין ניק איז: מלכי צדק.
סתם פאר נייגעריגקייט, פון וואנעט ווייסטו אז איך גיי מיט א אפגעריבענע ישיבה חאלאט
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
WOW WOW
איינס אין די וועלט!
איינס אין די וועלט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14566
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
כדי צו צייגן הערשאפט און פירערשאפט צו ערזעצן דאס וואס פעלט אין ריעל-לייף... האב איך אריבערגעפירט דעם אשכול צו מקום כבודו אין "דזשורנאל" פארום!
אור מופלא - רום מעלה!
אור מופלא - רום מעלה!
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
הערליך, קולע אל השערה!
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
זייער שיין
שכח
שכח
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9902
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
מעכטיג!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
נאדיר א גרינע
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
אור מופלא - ממש נפלא! הערליכע געדאנק, רייך ארויסגעברענגט און מלא שרייב-טאלאנט.
איך פערזענליך שפיגל זיך אפ אין דעם פראז:

פלוני ניק איז אפשר גאר די שטילסטע אינגערמאן אין שוהל, וואס ווערט רויט ווען דו זאגסט איהם גוט שבת, און א קלאפ אויפן רוקן ווארפט איהם שיער אונטער. ער טראכט טויזענט און צוויי מאל פארן זאגן עפעס אין א איינס-אויף-איינס דיסקוסיע פון גרויס פחד, און טראכט ניטאמאל צו שאקלען א קאפ ביי א קרעמל... שבעה מדורי גיהנום.
ביז דא אין אייוועלט. דא איז ער א שר ששת אלפים!!! ער שיסט מעסעדזשעס ברבים און אויף אישי. נישט נאר קען ער טיילן קאמפלימענטן אהנע מורא אז זיין צונג וועט ארויספאלן, נאר ער זעלבסט באקומט אויכעט קאמפלימענטן פון אנדערע. לא יאומן. ער קען מאכן מיטן עמאזשי פון די לאכעדיגע פנים וואס שאקלט זיך, וואס ער אליין האט נישט געטוהן ברבים זייט זיין חומש סעודה.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:אור מופלא - ממש נפלא! הערליכע געדאנק, רייך ארויסגעברענגט און מלא שרייב-טאלאנט.
איך פערזענליך שפיגל זיך אפ אין דעם פראז:ביז דא אין אייוועלט. דא איז ער א שר ששת אלפים!!!
????
א קוועסטשן מארק פאר יעדע טויזנטער וואס פעלט נאך...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
אוראייניקל האט געשריבן:????
א קוועסטשן מארק פאר יעדע טויזנטער וואס פעלט נאך...
ווארט נאר ווארט... the best is yet to come...
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:????
א קוועסטשן מארק פאר יעדע טויזנטער וואס פעלט נאך...
ווארט נאר ווארט... the best is yet to come...
גוטע נייעס דאס, יישר כח פארן אונז איינמעלדן..
אריין אין "וואס האט איר זיך פארגענומען לכבוד דעם נייעם יאר" אשכול...
---
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
זייער פיין געשריבן רב אור מופלא, גאר שטארק הנאה געהאט!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
ברודערלעך,
אייערע פידבעק איז די הודאה-על-העבר-ובקשה-על-העתיד צוזאמען.
עס איז די שכר אויפן ארבעט, און די שטופ אויף פאראויס.
יישר כח, און בעטס ענק אויס א יאר פון תורה שמחה פרנסה אושר

WOW! WOW! WOW!
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
דער האט א פעדער עפעס איינס אין דער וועלט. די אבזערוואציעס אויפ'ן פענגווין ראש הקהל מיט'ן "רבב על בגדו" איז דאך עפעס וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג... אה, שיער פארגעסן, דער מוסר השכל...
ווי וואנט מאר!
ווי וואנט מאר!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אייוועלט און די בית דין של מעלה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:אור מופלא - ממש נפלא! הערליכע געדאנק, רייך ארויסגעברענגט און מלא שרייב-טאלאנט.
איך פערזענליך שפיגל זיך אפ אין דעם פראז:פלוני ניק איז אפשר גאר די שטילסטע אינגערמאן אין שוהל, וואס ווערט רויט ווען דו זאגסט איהם גוט שבת, און א קלאפ אויפן רוקן ווארפט איהם שיער אונטער. ער טראכט טויזענט און צוויי מאל פארן זאגן עפעס אין א איינס-אויף-איינס דיסקוסיע פון גרויס פחד, און טראכט ניטאמאל צו שאקלען א קאפ ביי א קרעמל... שבעה מדורי גיהנום.
ביז דא אין אייוועלט. דא איז ער א שר ששת אלפים!!! ער שיסט מעסעדזשעס ברבים און אויף אישי. נישט נאר קען ער טיילן קאמפלימענטן אהנע מורא אז זיין צונג וועט ארויספאלן, נאר ער זעלבסט באקומט אויכעט קאמפלימענטן פון אנדערע. לא יאומן. ער קען מאכן מיטן עמאזשי פון די לאכעדיגע פנים וואס שאקלט זיך, וואס ער אליין האט נישט געטוהן ברבים זייט זיין חומש סעודה.
האב איך יא גוט צוגעטראפן...
און אגב, האסט דיך נישט געדארפט שעמען נעכטן אז דו האסט א סליחות צו בארגן. איך האב פארפאסט צוויי מנינים ביז איך האב געטראפן א סליחות.