געדולד האט געשריבן:א גרויסן שכח הרב שאץ, איך האב באמת הנאה פון דיינע ווערק.
אפאר הגהות אויב איך מעג.
פאר א יונגערמאן וואס הייבט אן צו פירן אליין א סדר, זאל ער פירן נאר די ערשטע נאכט, וואס דאן איז דאס עקסטאז גרויס, און דאס התלהבות אויפ'ן העכסטן שטאפל.
די צווייטע סדר זאל מען גיין צום טאטע/שווער, וואס ביי די צווייטע סדר זענען די גרויסע סדרים רוהיגער און פרייליכער און א דאנק דעם אינטערסאנטער. און די עלטערן וועלן זיך פרייען. מען קען אזוי טון א גוטע פאר יאר.
עני וועי, הרב שאץ א גרויסן ישר כח.
גראדע אין דעם חלק בין איך זיך נוהג פונקט פארקערט
פאריגעס יאר האב איך דאס ערשטע יאר געפירט דעם סדר אליינס
בין איך די ערשטע נאכט געווען ביי מיין טאטן זז"ג
זיך פארקוקן דעם סדר
(במאמר המוסגר - בכלל פאר ווער עבס קען מיין טאטן דארף איך נישט מסביר זיין, מען קען דאס נישט פארגעסן)
אין די צווייטע נאכט
איז מען בעסער אויסגערוהט
מ'דארף נישט אנגרייטן אויף יו"ט, און גיין באקו מצות וכו' וכו'
איז די קינדער ביי מיר זענען בעסער אויסגערוהט צווייטע נאכט
ווי אויך מוז איך נישט מקפיד זיין אויף חצות, קען איך פירן לענגער
(נישט אז איך בין מקפיד די ערשטע נאכט יא, אבער אויב עס וועט מיר איינפאלן א דזשוק אין קאפ, זאל עס אויסגיין אויף די ערשטע נאכט, איי אויב עס וועט מיר איינפאלן אויך די צווייטע נאכט, וועט מען זיך דעמאלטס זארגן)
דאס יאר צו מיין ווייטא וועל איך נישט פירן אליינס
ב"ה צוליב פרייליכע סיבות
איז אי"ה קומענדיגס יאר ווייטער
אבער די פילונג וואס מען האט נאכן פירן א סדר
נאך מקיים זיין די מצות והגדת לבנך וכו' וכו'
איז אין לשער ואין לתאר
אפשר ביי א קונענדיגער געלעגנהייט
שוין.... ובסה יצאצי ידי חובתי לע"ע