ענדראוד בלוטוט פראבלעם

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

ענדראוד בלוטוט פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די לעצטע פאר טאג, קומט ארויף יעדע פאר מינוט "unfortunately Bluetooth has stopped working" און די אפציע פון דריקן okay.

און פארשטייט זיך אז ווען מ'האלט אינמיטן דרייווען און מ'רעדט אויפן פאון ווערט פלוצלינג שטיל, ווייל די בלוטוט האקט זיך אפ.

כ'האב שוין פרובירט צו אויסמעקן די cashe, ריסטארטן די פאון, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן.

מאנכע האבן רעקאמענדירט אן עפפ, אבער ס'האט אויך גארנישט אויפגעטוהן.
https://play.google.com/store/apps/deta ... shresolver

איינער האט עפעס א סעלושאן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אפשר דאך?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

עס איז זייער מעגליך אז עס האט צוטוהן מיט אן עפפ וואס דו האסט לעצטענס אינסטאלירט (אדער אפילו נאר אפדעיטעט)

צו וויסן אויף זיכער אויב עס איז בכלל א עפפ איז די וועג צו ריסטארטן די פאון אין סעיף מאוד. (זוך אויף גוגל וויאזוי עס צו טוהן מיט דיין פאון) אויב אין סעיף מאוד ארבעט די בלו-טוט געהעריג איז א סימן אז די פראבלעם שטעקט מיט איינע פון די לעצטערע עפפס.

עס איז אבער נישט גרינג געוואהר צו ווערן וועלעכע עס איז די עפפ וואס מאכט אן די פראבלעמען, דערפאר דארפסטו גיין איינס אויפאמאל און אנאינסטאלען עפפס, און פרובירן נאך יעדע אנ-אינסטעלעישען אויב די פראבלעם איז שוין געלעזט.

איך ווייס איינער וואס האט געהאט די פראבלעם, און נאכן דורכגיין דעם גאנצן פראצעדור, האט זיך ביי אים ארויסגעשטעלט אז די אפדעיטעט פון Google Play Music איז געווען די פראבלעם ביי זיין פאון.
(ער האט עס שוין נאכדעם אפילו גע-אפדעיט נאכאמאל אן פראבלעמען, אבער יענע אינסטעלעישן איז somehow געווען פראבלעמאטיש).

אויב האסטו עס נאכנישט געטוהן, פרוביר אויך צו דיליטען אלע עקזיסטינג בלו-טוט דעווייסעס און ריסעט דעם Bluetooth process.
---
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח פאר דיין הילף.

כ'האב פרובירט סעיף מאוד און עס האט טאקע נישט די פראבלעם. אבער ווילאנג קען מען זיין אין סעיף מאוד?...

יעצט דארף מען אויס'figure'ן וועלכע עפפ איז די גנב.

לאמיר טרייען פלעי מיוזיק.

נב כ'האב נאכנישט אויסגעמעקט די בלוטוט דיווייסעס, ווייל כ'האב נישט קיין געדולד צוריק צו פעירן אלע דיווייסעס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאכן בעסער טעסט'ן האב איך געזעהן אז איך האב יא די פראבלעם אפילו אין סעיפ מאוד.

נאך וואכן זיך ארומפלאגן, האב איך ענדליך געטראפן אביסל הסבר.

http://www.androidpolice.com/2014/05/20 ... -bean-4-3/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

איך האב מיר יעצט איינגעהאנדעלט א נייע ענדרויד און ווען איך קאנעקט מיין פאון צו מיין Toyota Sienna דיסקאנעקט ער זיך יעדע האלבע מינוט.
איך געדענק אז איך האב עס אויך געהאט מיט מיין אלטע ענדרויד, איך געדענק נאר נישט וויאזוי די פראבלעם איז אוועק געגאנגען.
די ווייפיי איז אויסגעלאשן.
איך זעה אנליין רעדן זיך מערערע מענטשן אפ, אבער איך בין קלוגער געווארן.

איינער דא אויף אייוועלט האט א Sienna...?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חברותה האט געשריבן:איך האב מיר יעצט איינגעהאנדעלט א נייע ענדרויד און ווען איך קאנעקט מיין פאון צו מיין Toyota Sienna דיסקאנעקט ער זיך יעדע האלבע מינוט.
איך געדענק אז איך האב עס אויך געהאט מיט מיין אלטע ענדרויד, איך געדענק נאר נישט וויאזוי די פראבלעם איז אוועק געגאנגען.
די ווייפיי איז אויסגעלאשן.
איך זעה אנליין רעדן זיך מערערע מענטשן אפ, אבער איך בין קלוגער געווארן.

איינער דא אויף אייוועלט האט א Sienna...?


אייוועלט הייסט דאך אידישע וועלט!
וואס איז דען די שאלה צו "איינער" האט דא א סיענע?.... איינער נישט?...

האסט שוין פרובירט צו דיליטען די בלוטוט פראסעס און אויך די Cache פון די בלוטוט עפפ אויפן ענדרויד דעווייס?

און דערנאך צו דיליטן אנדערע פאונס פון די סיענע'ס בלוטוט מעניו?
---
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

קוקט אויס אז עס האט געהאלפן.
ווייס איך נישט וועלעכע Cache ער האט געהאט צו דעליטן, עס איז א ברענד ניו פאון.
א גרויסן שכוח
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

קום אריין קלאר וועלכער פאון, אנדרויד ווערסיע די האסט? האָסט פרובירט די אנדערע פאון? די זעלבע פאון מיט א אנדערע בלוטוט?
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

S9, געהאט די זעלבע פראבלעם מיט מיין S7,
היינט ארבעט ער ברוך השם, נאכן דעליטן די Cache אויף מיין ברענד ניו פאון.
מן הסתם איז די פראבלעם אויב איך סעלעקט אויף די פאון אז ער זאל נישט געבן קיין עקסעס צו מיין מעסעדזשעס, וואס דעמאלטס ווער ער ברוגז אז מען גיבט אים נישט אלעס נאך, נאכן נאכאמאל זיך פארן האב איך אים נאכגעגעבן, נאר סעלעקטעד אויף די קאר אז מעסעדזשעס זאל נישט ארויפקומען.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

חברותה האט געשריבן:S9, געהאט די זעלבע פראבלעם מיט מיין S7,
היינט ארבעט ער ברוך השם, נאכן דעליטן די Cache אויף מיין ברענד ניו פאון.
מן הסתם איז די פראבלעם אויב איך סעלעקט אויף די פאון אז ער זאל נישט געבן קיין עקסעס צו מיין מעסעדזשעס, וואס דעמאלטס ווער ער ברוגז אז מען גיבט אים נישט אלעס נאך, נאכן נאכאמאל זיך פארן האב איך אים נאכגעגעבן, נאר סעלעקטעד אויף די קאר אז מעסעדזשעס זאל נישט ארויפקומען.

איך האב די זעלבע פראבלעם ווי אזוי דעליט מען Cache?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

איפה פייביש האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:S9, געהאט די זעלבע פראבלעם מיט מיין S7,
היינט ארבעט ער ברוך השם, נאכן דעליטן די Cache אויף מיין ברענד ניו פאון.
מן הסתם איז די פראבלעם אויב איך סעלעקט אויף די פאון אז ער זאל נישט געבן קיין עקסעס צו מיין מעסעדזשעס, וואס דעמאלטס ווער ער ברוגז אז מען גיבט אים נישט אלעס נאך, נאכן נאכאמאל זיך פארן האב איך אים נאכגעגעבן, נאר סעלעקטעד אויף די קאר אז מעסעדזשעס זאל נישט ארויפקומען.

איך האב די זעלבע פראבלעם ווי אזוי דעליט מען Cache?


בערך אזוי,
סעטינגס, אפליקעשן מענזשער, זיך אויף סיסטעם אפציע פאר ,(קען אנדערש ביי געוויסע) דיספלעי סיסטעם עפפס, וועסט טרעפן בלאטוט, אין זיך די אפציע פאר קלעק קעח.
זיך און גוגל פאר דיין פאון וועסט שנעל טרעפן וויאזוי מיט בילדער.
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”