מיזעלס אויסברוך אין וויליאמסבורג

אחראי: יאנאש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חזקי', איך מיין איך האלט שוין ביים צווייטן מאל איבערזאגן אלעס וואס איך האב געזאגט נאך פאר די האסט מיר כלומפערשט אפגעפרעגט, און דרך אגב, זיי מוחל אין ליין דורך דיין קוואט פון די ווארענונג'ס בריוו, דארט שטייט פונקטליך וואס איך זאג דא, אויב דארפסטו די פונקטליכע מראי מקום אין די FDA'ס דיקשאנערי פארוואס דאס הייסט א דראג דא האסטו די סייט, אדרבה קוק נאך די אלע מראי מקומות וואס שטייט אין די ווארענונג בריוו. דא האסטו די מראי מקום פארוואס זיי רופן עס אן דראג עס איז וואס שטייט אין אות G סוב אות B, איך האב נישט געקוקט צו די אנדערע אותיות אויך, די זאכן וואס שטייט אין די אות רעכענען זיי אויס אין די בריוו.
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

קוק אין די קאמענטס:

I was in contact with an apothecary in Texas that also has received notification to stop production of IV vitamin C. They told us that the FDA was putting new regulations on its production, not because of problems, but reclassification. They said it would cost 1.5 million to comply so would most likely stop production. So although technically it is not a ban, in effect it is.If the manufacturers will lose too much money to continue production then they will stop. IV vitamin C is not a new drug that will make millions, so much of the evidence is clinical. A study is being done by NIH on its use alongside of chemotherapy for ovarian cancer.

אין ס'דא דארט נאך קאמענטס,

למעשה אין די בריוו פין די עף די עי שטייט אזוי ווי כ'האב געשריבען, קענסט זאגען אז די עף די עי האט זיך נישט קלאר ארויס געברענגט, אבער דאן קענען זיי נישט האבען קיין טענות פארוואס דער עולם האט זיך אויפגערעגט,

ס'קוקט מער אויס אז נאכען באקומען היץ האבען זיי עכ"פ דערווייל צירוק געצויגען,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW, א עכטע קאמענט???? איך בין ממש אפגעפרעגט... ער איז אויך געווען דער וואס איך האב געזען אויף א געוויסע סייט - גיי געדענק וועלכע - אז ער האט אליין גערעדט צו די FDA און זיי האבן אים געזאגט אז זיי מיינען יעדעם? בקיצור, ברענג מיר א לינק ווי זיי האבן געשיקט א בריוו צו די קאמפאני אין טעקסעס, קענסט פראבירן זיכן....

איך קען איבערזאגן נאכאמאל דאס וואס איך האב שוין פריער געזאגט, אויב איז אלע דיינע קאפ דרייענישן וועגן וואקסין געבויעט אויף די סארט מהלכים בין איך גאר גאר שטארק רואיג מיטן עס לאזן געבן פאר מיינע קינדער.

און כ'פארשטיי וויייטער נישט וואס די זאגסט אז אין די בריוו שטייט ווי דיר, באשעפער וויפיל מאל דארף איך עס איבערזאגן? ווייסטו וואס איך וועל ציטירן וואס די האסט פריער געברענגט אויפצוווייזן ווי די האסט פלעין נישט געליינט גראד.

In addition to violating CGMPs, you manufacture and market unapproved new drugs in violation of sections 505(a) and 502(f)(1) [21 U.S.C. §§ 355(a) and 352(f)(1)] of the Act


ליין גוט, you manufacture נאכאמאל אין אידיש, ענק האבן געמאכט, ווער? יא ענק, נאכאמאל ווער? McGuff Pharmaceuticals איז די נאמען, וואס האבן זיי געמאכט? unapproved new drugs, פארוואס הייסט עס דראג'ס? שטייט ווייטער:

These products are drugs within the meaning of section 201(g) of the Act, [21 U.S.C. § 321(g)] because they are intended for use in the diagnosis, cure, mitigation, treatment, or prevention of diseases

דאס איז וואס איך האב פריער געלינקט, האסט נישט געליינט? ליין איבער, דא האסטו די לינק http://www.law.cornell.edu/uscode/text/21/321 (איך האב זיך פריער טועה געווען, ס'איז אות G נישט F, עמער עס פאררעכטן אין די פריער'דיגע תגובה), עכ"פ ליין עס דורך פארוואס אין זייער דיקשאנערי הייסט עס דראג'ס.

ווייטער פארוואס רופן זיי עס אן new drugs שרייבן זיי אויך ווייטער:
they are “new drugs” within the meaning of section 201(p) of the Act [21 U.S.C. § 321(p)] because they are not generally recognized as safe and effective for their labeled uses.

דארפסט א לינק? ס'איז די זעלבע ווי פריער נאר עס איז אין אות P ליין עס דורך (איך האב עס נישט געליינט, דא האב איך זיי שוין געטראסט).

און נישט נאר דאס, די האסט פריער געברענגט נאך א קוואט:
You should discontinue manufacturing and distributing all of your unapproved drugs at all facilities immediately.

זאג איבער, וואס זאלן זיי סטאפן? manufacturing.... (יא איך ווייס שטייט אויך דיסטריביוטן, פארשטייט זיך, ווייל זייער סחורה האלטן זיי נישט ביי זיך אין שופלאד...).
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

האלוואי ביסטע גערעכט אז זיי האבען נישט געמיינט זיך צי פארלייגען אויף IV אסקארביק עסיד,

נארמאל ווען זיי פארלייגען זיך הייבען זיי אן מיט שווערע רעגולאציעס כדי צי מאכען אז עס זאל טייער קאסטען צי פראדיצירען, אין אזוי האבען עס רוב ארגעניזאציעס פארשטאנען,

די טענה'סט אז זיי זענען אומשולדיג אין זיי זענען פשוט שלעכט פארשטאנען געווארען, נו האלוואי ביסטע גערעכט, די זאך איז נאר אז די עף די עי איז נישט היינט געבוירען, אין זיי האבען א היסטאריע פין זיין איינזאטיג מיט די גרויסע דראג קאמפאניס אין רודפן די אלטערנאטיווע היילונגען, ממילא איז שווער זיי צי דן זיין לכף זכות,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עעםםם, אויף דעם האב איך דיר שוין געזאגט אין פאריגן בלאט "אויב ווילסטו אויפווייזן אז די FDA ארבעטן אזוי דארפסטו ברענגן באווייז, אז נישט איז עס סתם דאמירן בעלמא".
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

באווייזען פעלט נישט, מאך א סערטש וועסטע טרעפען מער פין וויפעל די ווילסט, אטו כרוכלא אזיל וכו',

זאגמיר, די האלסט טאקע באמת אז די עף די עי איז ארענטליך אין באגלייבט ???
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יא איך האלט אזוי, און אויב די האלטסט אנדערש, און אלץ דעם ווילסטו מיר אנרופן רוצח.... דארפסטו ברענגן באווייז, דערווייל האסטו געברענגט "איין" באווייז, און איך האב דיר אפגעפרעגט דערויף....

און צו פראווען אז איך בין גערעכט אז די Ascorbic Acid Injection איז טאקע יא געווען אפראווד, זע דא http://www.fda.gov/ICECI/EnforcementAct ... 107053.htm אז אין יאר 2001, דאס מיינט צען יאר פאר די ווארענונג'ס בריוו איז שוין געווען א ריקאל אויף דעם פון א געוויסע קאמפאני, און די טייטל איז "FDA Issues Urgent Recall of Injectable Drugs"... הייסט ס'איז יא דראג'ס, און אויב הייסט עס דראג'ס האט עס געדארפט ווערן אפראוואד, און אויב די ריקאל איז נאר וועגן "Lack of Assurance of Sterility and Potency" מיינט דאס אז עס איז געווען אפראווד...
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

למעלה משבעים האט געשריבן:יא איך האלט אזוי, און אויב די האלטסט אנדערש, און אלץ דעם ווילסטו מיר אנרופן רוצח.... דארפסטו ברענגן באווייז, דערווייל האסטו געברענגט "איין" באווייז, און איך האב דיר אפגעפרעגט דערויף....


די האסט מיר נישט אפגעפרעגט, קיינער קען נישט וויסען וואס זיי האבען געטראכט, אין מען האט אלע רעכטען זיי צי חושד זיין, די ווילסט זיי דן זיין לכף זכות, איז עס דיין רעכט, אבער פארגעס נישט אז א רשע טאר מען נישט דאן זיין לכף זכות,

אין יא דער וואס געבט וואקסינס איז עס רציחה, ס'קען זיין ס'רציחה שלא מדעת אבער רציחה איז עס, לויט וויפעל שאדען ס'קען מאכען איז עס רציחה, פארשטייט זיך ס'נישט ממש הארגענען, אבער עכ"פ ס'קען מאכען געפערליכע שאדען אין ס'איז א שרעקליכע עוולה, אין די וואס כ'זעה די נעמסט זיך די מיה צי ליינען אין זיכען וועסט שווער קענען ענפערען אויבען אז די האסט נישט געהאט קיין צייט עס צי דורעכטוהן,

למעלה משבעים האט געשריבן:און צו פראווען אז איך בין גערעכט אז די Ascorbic Acid Injection איז טאקע יא געווען אפראווד, זע דא http://www.fda.gov/ICECI/EnforcementAct ... 107053.htm אז אין יאר 2001, דאס מיינט צען יאר פאר די ווארענונג'ס בריוו איז שוין געווען א ריקאל אויף דעם פון א געוויסע קאמפאני, און די טייטל איז "FDA Issues Urgent Recall of Injectable Drugs"... הייסט ס'איז יא דראג'ס, און אויב הייסט עס דראג'ס האט עס געדארפט ווערן אפראוואד, און אויב די ריקאל איז נאר וועגן "Lack of Assurance of Sterility and Potency" מיינט דאס אז עס איז געווען אפראווד...


זיי האבען עס געריפען דראג, אבער ס'נישט אפראווד אין די סענס אז ס'איז אדורעך די אפראוועל פראסעס פין א "נייע דראג", אזוי ווי כ'האב שוין געשריבען ס'איז עלטער פין די עף די עי, ס'נישט א "נייע דראג" אין ס'איז נישט אדורעך די פראצעס פין א נייע דראג,

אבער פארשטייט זיך ס'האט רעגולאציעס אין ס'דארף פראדעצירט ווערען מיט ריינקייט רעגולאציעס,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

חזקיהו, זאגסט זייער פיין,

וואקסינס איז טאקע שעדליך, אין ווער ס'קען זיך ארויס דרייען דערפין אשרי לו ואשרי חלקו,
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

וועל מיר נישט האבן קיין ברירה מהעל מיר פרעגן דעם דאקטער וואס צו טון
אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תוקע »

כ'ווייס נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי ווילד,

ס'נישט קיין נייע זאך אז וואקסינס קען אין מאכט שאדען, ס'פארדעם דא א עקסטערע וואקסין קאורט ווי זיי טיילען מיליאנען אין קאמפענסאנסיע פאר וויקטים'ס, אין זיי האלטען די קאורט מער ווייניגער פארמאכט פאר די פרעסע כדי ס'זאל נישט ארויס קומען אויף די גאס די שאדען וואס עס קען מאכען, כדי דער עולם זאל זיך נישט דערשרעקען,

די שאלה איז נאר צי ס'לוינט זיך די ריסק, אין אויך צי ס'קען מאכען קלענערע שאדען'ס פאר די מוח, וואס ס'שווער אויפציוויייזען אז ס'קומט פין דעם,

מיט קאמאן סענס קען מען זאגען, אז טאמער פאר א געוויסע פראצענט מאכט עס גרויסע שאדען, דאן קען זיין אז פאר א גרעסערע פראצענט מאכט עס קלענערע מוח שאדען, ווי לערנינג אין ביהעוויורעל דיסאביליטיס,
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

א יוד איז אמאל אריין צו סאטמער רבי ז״ל מיט אזא מעשה, דאס ווייב האט עפעס א שווערע מיחוש און זי אנטזאגט זיך פון צו נעמען די מעדיצינען וואס דער דאקטער האט פארשריבן, האט די רבי געהייסן די רעבעצין זאל לאזן רופן דאס ווייב, ווען זי איז אריין, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צו א לעדל וואס האט זיך געפונען אונטערן בענקל, עפענט עס אויף און זאגט די פרוי, גיבט נאר א קוק וויפיל מעדעצינען איך נעם א טאג, איר מיינט אז איך וויל יא נעמען, ווייס איך דען וואס ליגט דערינען? נאר וואס דען? געזונט גיבט דער רבש״ע אליינס, אבער ער האט אונז אנגעזאגט ונשמרתם מאד לנפשתכם, אונזער פליכט און חלק השתדלות איז צו פאלגן דעם דאקטער, דאס איבעריגע באלאנג צום רבש״ע, מיר טארן נישט זיין קלוגער.

געהערט פונעם בעל המעשה אליינס, איך מיין אז עס איז פאסיג אהער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חזקי', קודם, איך האב נישט געוויסט די געדענקסט נאך די פעסווארד'ס....

נאכדעם זאגסטו הייסט עס אז אלץ יודע מחשבות ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט, און צוליב דעם האב איך דיר נישט אפגעפרעגט, ווייל מען 'קען' זיי 'חושד' זיין, כ'הער.... אדער בעסער ווי האט ער פריער געזאגט, ירא הקהל וישפוט.... און די האלטסט אזוי הגם וואס זיי 'שרייבן' איז זייער קלאר, נאר צוליב וואס אין א נישט געלונגענע פריוו האסטו געוואלט פארדרייען אז זיי האבן געמיינט אנדערש ווי זיי 'שרייבן' - א דאנק די אלע פארדרייטע קעפ וואס די טאנצט נאך כאילו ס'וואלט געווען תורת משה - ממילא קעסטו שוין נישט צוריק דרייען... ווי האט יענער געזאגט? ס'איז נישט קיין בושה מודה צו זיין על האמת...

חוץ דעם, די שרייבסט עס איבער א גאנצע צייט אן כאפן וואס די שרייבסט, וואס מיינסטו ס'איז נישט דורך די אפראוועל פראסעס? מיינסט צו זאגן זיי האבן עס נישט ערלויבט צו מאכן? דאס איז שקר ווי איך האב דיר צוגעלינקט פארשידענע לינק'ס אז זיי האבן געמאכט א ריקאל פאר אנדערע סיבות, אבער למעשה האבן זיי געהעריג ערלויבט דאס צו מאכן און ניצן, על אף זיי האבן עס גערופן דראג'ס. נאכמער, היינט למעשה לאזן זיי טאקע די קאמפאני McGuff Pharmaceuticals עס ניצן, זע דא ווי זיי שרייבן אז זיי האבן באקומען א בריוו פון די קאמפאני אז זיי האבן פארראכטן און זיי האבן פארמאכט די קעיס, און זע אויך דא ווי די קאמפאני McGuff Pharmaceuticals פארקויפט עס.

איך האב מורא די מאכסט א קוגל פון צוויי זאכן, קען טאקע זיין עס איז נישט דורך די אפראוועל פראסעס אז די ווייטאמין העלפט.... אבער די אפראוועל פראסעס אז מען זאל עס מעגן ניצן איז עס קלאר דורך, ווייל זיי אפראווען דאס היינט געהעריג, און..... פאר צען יאר צוריק אויך....

חוץ דעם וועל איך דיר פרעגן א קליינע שאלה, די געדענקסט אפשר וואס שטייט דארט אין די ווארענונג'ס בריוו די ערשטערע עבירות? אויב דענק איך גוט איז עס געווען פראבלעמען אין די ריינקייט רעגולאציעס, איז אויב ווייסטו וואס יענער טראכט, אפשר ווייסטו אויך דאס... קען אפשר זיין אז די סיבה פארוואס די קאמפאני האט אין ערשטן פלאץ נישט באקומען קיין ערלויבעניש דאס צו מאכן, איז טאקע צוליב דעם ווייל די ריינקייט דארט האט נישט געטויגט? און אויב יא, וואס שפרינגסטו ארויף אויף זיי???? און אויב נישט דאס איז די סיבה, קענסט מיר זאגן פארוואס ביז היינט האבן זיי געלאזט פארשידענע קאמפאני'ס עס מאכן, און נאר די קאמפאני האבן זיי נישט ערלויבט? (ענטפער מיר נישט אז זיי הייבן אן מיט איינס, ווייל די סיבה פון די ווארענונג איז געווען טאקע צוליב דעם וואס די קאמפאני איז נישט ערלויבט געווארן דאס צו מאכן און דאך האבן זיי עס יא געמאכט, אויף דעם האבן זיי געווארנט אז זיי זאלן עס אויפהערן צו מאכן ביז זיי באקומען א געהעריגע ערלויבעניש, און..... זיי האבן עס טאקע באקומען נאכן נאכקומען וואס די FDA האט פארלאנגט).
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בעל תוקע האט געשריבן:ס'פארדעם דא א עקסטערע וואקסין קאורט ווי זיי טיילען מיליאנען אין קאמפענסאנסיע פאר וויקטים'ס, אין זיי האלטען די קאורט מער ווייניגער פארמאכט פאר די פרעסע כדי ס'זאל נישט ארויס קומען אויף די גאס די שאדען וואס עס קען מאכען, כדי דער עולם זאל זיך נישט דערשרעקען,

איך ווייס נישט וואס שייך צו האלטן פארמאכט פון די פרעסע ווען זיי האבן א אפיציעלע סייט http://www.uscfc.uscourts.gov/vaccine-p ... al-masters איז אדרבה ברענג א לינק פון דארט ווי עס איז 'אויפגעוויזן געווארן' אז די וואקסין האט געשאדט, און דערפאר האבן זיי געדארפט באצאלן, זיך אויף און לאמיר זען צו די קענסט טרעפן http://www.uscfc.uscourts.gov/opinions_ ... /Published אדער דא http://www.uscfc.uscourts.gov/opinions_ ... nPublished ברענג מיר נישט א לינק וואס זיי האבן געצאלט צוליב א סעטעלמענט אן קיין באווייז אהער אדער אהין, ברענג מיר אז זיי האבן געצאלט ווייל עס איז אויפגעוויזן געווארן אז די וואקסין האט געשאדט.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הערליך האט געשריבן:א יוד איז אמאל אריין צו סאטמער רבי ז״ל מיט אזא מעשה, דאס ווייב האט עפעס א שווערע מיחוש און זי אנטזאגט זיך פון צו נעמען די מעדיצינען וואס דער דאקטער האט פארשריבן, האט די רבי געהייסן די רעבעצין זאל לאזן רופן דאס ווייב, ווען זי איז אריין, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צו א לעדל וואס האט זיך געפונען אונטערן בענקל, עפענט עס אויף און זאגט די פרוי, גיבט נאר א קוק וויפיל מעדעצינען איך נעם א טאג, איר מיינט אז איך וויל יא נעמען, ווייס איך דען וואס ליגט דערינען? נאר וואס דען? געזונט גיבט דער רבש״ע אליינס, אבער ער האט אונז אנגעזאגט ונשמרתם מאד לנפשתכם, אונזער פליכט און חלק השתדלות איז צו פאלגן דעם דאקטער, דאס איבעריגע באלאנג צום רבש״ע, מיר טארן נישט זיין קלוגער.

געהערט פונעם בעל המעשה אליינס, איך מיין אז עס איז פאסיג אהער


הערליך!
א מוראדיגע מעשה און מוסר השכל!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מען טענה'ט שוין ארום דא מער ווי צען בלעטער, און חזקי' האט נאכנישט מסביר געווען מיט פרוף "פארוואס" די וואקסינען זענען שעדליך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאמיר מאכן די סך הכל.

חזקי: מ'טאר נישט וואקסינירן ווייל עס שאדט געפערליך! (אן קיין לינק)
למעלה: איי די עף די עי זאגט אז יא,
חזקי: אבער זיי זענען דאך אלטע שקצים. למעלה: פארוואס?
חזקי: ווייל ביי ווייטעמין סי כאטש זיי ווייסן קלאר אז ס'איז הילף באר וועלן זיי טון אלע מיטלן עס זאל נישט גיין פובליק!
למעלה: אזוי גאר? אפשר ברענגסטו פראף?
חזקי: קוק די וועב זייטל (שטעלט צו א לינק)
למעלה: וואס איז מיט דיר? דארט שטייט דאך קלאר אז נאר די קאמפעני טאר נישט ווייל זיי זענען אומריין און זיי קומען נישט נאך די רעגולאציעס. פארקערט, איינמאל זיי האבן געפאלגט האט מען אראפגענומען די ריקאלל.
חזקי: קוק אין די קאמענטס שרייבט דארט איינער אז נישט נאר זיי.
למעלה: קאמענטס אן פראף איז זילטש ביי מיר.
חזקי: הלואי זאלסטו זיין גערעכט. אבער די עף די עי זענען דאך אלטע שקצים (צוריק צו טענה #1)
למעלה: פראף ביטע.
חזקי: אטו כרוכלא איזל...

באם........
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

פאר ווער ס'איז אינטערעסירט,

דא האט איר א וועבסייט וואס ברענגט אראפ די פערזענליכע מעשיות פין וואקסין פארוואונדעטע קינדער,

http://vaxtruth.org/meet-the-children/,
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

למעלה משבעים האט געשריבן:
נאכדעם זאגסטו הייסט עס אז אלץ יודע מחשבות ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט, און צוליב דעם האב איך דיר נישט אפגעפרעגט, ווייל מען 'קען' זיי 'חושד' זיין, כ'הער.... אדער בעסער ווי האט ער פריער געזאגט, ירא הקהל וישפוט.... און די האלטסט אזוי הגם וואס זיי 'שרייבן' איז זייער קלאר,


נישט איך פארדריי וואס זיי שרייבען נאר די, זיי שרייבען קלאר אז זיי ריפען עס א אנאפראווד נייע דראג, אין די סיבה פארוואס כ'האב געשריבען אז ס'נישט קלאר איז נישט פין וואס די האסט געשריבען, נאר ווייל כ'האב געליינט א הסבר אויף איינע פין די וועבסייט'ס אז פשט איז ווייל אויף דעם וועג וויזוי זיי האבען עס געלעבעלד איז עס נישט אפרוואוד, די האסט דאס אפילו נישט באמערקט,

ממילא לויט דעם קען מען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי האבען פשוט געטוהן זייער דזשאב, אין געזיכט מתקן צי זיין אז די לעבעל זאל שרייבען נאר וואס ס'מעג דארט שטיין לעגאל לויט זייער חוקי סדום,

אבער ס'זייער מעגליך אז די סיבה פארוואס זיי האבען געזיכט פארלעצונגען אין טאקע ווייל זיי האבען געוואלט אנהייבען צי מאכען פראבלעמען פאר אזא קאמפאני, אין דאס איז שווער צי וויסען,

עכ"פ, די ביסט ביזי מיר צי טאדלען מיט דעם אז זיי שרייבען וועגען ריינקייט פראבלעמען חאטשיג די ווייסט אז ס'שטייט נאך זאכען אויף די בריוו, ווייל דיין עיקר ציל איז מיר צי אפפרעגען סיי מיט אמת אין סיי מיט שקר, האפענדיג אז דאס וועט דיר מאכען גערעכט,
לעצט פארראכטן דורך חזקיהו המלך אום זונטאג מאי 26, 2013 12:04 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

נאך א וועבסייט פיהל מיט מעשיות פין וואקסין פארוואודעטע קינדער,

http://vaccineliberationarmy.com/catego ... -injuries/
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוכים הבאים! חשוב'ע געסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אין א דריטע וועבסייט מיט מעשיות פין וואקסין-פארוואונדעטע קינדער

http://healthimpactnews.com/2011/storie ... -children/
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יעצט וויל איך דיר פרעגן מיין פריערדיגע שאלה. הוי מחשב הפסד וואקסין כנגד שכרה ושכר מיזעלס נגד הפסדה ?
percentage wise how many vaccine problems are there against the ebnfites and how any measles cases for unvaccinated ?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

עפעס א מעשה איז פארגעקומען אין איינע פון די קימפעטארן היימען
דער עולם האט שוין געהערט דערפון?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צו מאכן א קורצע סך הכל: חזקיהו המלך, ירא שמים, לאקשן ברעט, בעל תוקע

וואס איז געשען צו גאליציאנער?
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”