לימודי חול בבתי חינוך

אחראי: יאנאש

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:איז אמת אז ויואל משה אין ק''י דארף זיך אפלערנען פון די זעלבע קהילה אין וומס''ב? איך באלאנג צו די ויוא''מ קהילה. ליהווי ידוע לכם אז ביי אונז אין וומס''ב לערנט מען פיין ענגליש. און מ'הייבט שוין אן אין כתה ג'!

לאמיר פרובירן צו רעדן צווישן די טראפן..

יא, ברור אז רוב טאטעס ווילן די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן און רעכענען כמו שהורה לנו רביה''ק זי''ע בפירוש להיתר

יא מען מעג בעטן א גוטע סטאנדארט ענגליש לפי המצב אבער זיך ווענדן צו די רעגירונג פאר הילף איז א רשעות און א ריכטיגע טיפשות.

@נו גוט גייט אי״ה זיין א זיידע פון אייניקלעך, און זיין אביסעל אויסגעניכטערט און דאן וועט ער זיך רייסן די האר אויב ח״ו די רעגירונג גייט באקומען קאנטראל אויף אונזערע מוסדות.

101% אמת. מיר זענען אויף איין דף מיט דעם
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Haklal האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סטוישט זיך אזוי מוסדות ווי זאקן? די מוסד איז מיר א לכתחילה, די קינדער האבן זיך שוין איי קוואטירט דארט מיט חבירים און אלעס ארום, די מלמדים זענען גאר גוט, אלעס איז גוט, אבער איין פראבלעם איז דא, א גרויסע פראבלעם, פראבירט מען צו אדרעסירן.

ניין ס'טוישט זיך נישט מוסד ווי זאקן.

אבער ווייל דו ביזט אומצופרידן מיט די לימודי חול, גייסטו דרייען א קאפ פאר די גאנצע אידישע ניו יארק?

וואס איז יעדער שולדיג אז דו האלטסט נישט ביים טוישן מוסד?

איז טאקע אזוי פאני צצו צווינגן די מוסד פון מיינע קינדער (טויזענע כ"י) צו לערנען ענגליש? אפשר בין איך "עסקן" וואס איז ענטייטלט צו מאכן משוגע?

יא.

פארוואס זאל 1 טאטע דיקטירן די אנדערע 199 טאטעס וויאזוי זיי זאלן מחנך זיין זייערע קינדער?

אויב די אנדערע עלטערן ווילן א ענגליש-ריינע חינוך וואס ווילסטו פון זייער לעבן האבן? איינער צווינגט דיך צו שיקן דארט?

@אזוי וויל איך.

ניין ס'איז נישט קיין פראבלעם און אויב 'דו' האסט א פראבלעם דערמיט, קענסטו דיר קלויבן וועלכע אנדערע מוסד דו ווילסט.

מארגן גייט מיר איינער קומען זאגן אז ער האלט מ'דארף שיקן די מלמדים צו טרענינג, און אויב דער מנהל וויל נישט, וועט ער אריינוועלן פאליטישאנס וואס וועלן דאס פארלאנגן. שטימט?

דיין פראבלעם איז אריינמישן די פאליטישאנס אדער 1 טאטע דיקטירן 199 אנדערע?
איך האלט אויך אז מען טאר נישט אריינמישן פאליטישאנס אבער ער מעג זאגן זיין מיינונג אין פארלאנגען וואס די מוסד דארף צי טוען( איך פארשטיי מען רעדט נישט פין א פריוואטע מוסד)

ער מעג בעטן און זיי דארפן זיך נישט צושטעלן. שיין וואלט מען אויסגעזען ווען יעדע מוסד שטעלט זיך צו צו די קאפריזן פון יעדן טאטן.

וואס אמאל זיכער אז פרובירן ארויפצוצווינגען זיין מיינונג אויף א מוסד איז פרעכהייט, און דורך די רעגירונג איז עס אומדערהערטע רשעות. ס'געפעלט דיר נישט די מוסד, שיק נישט דארט!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:איז אמת אז ויואל משה אין ק''י דארף זיך אפלערנען פון די זעלבע קהילה אין וומס''ב? איך באלאנג צו די ויוא''מ קהילה. ליהווי ידוע לכם אז ביי אונז אין וומס''ב לערנט מען פיין ענגליש. און מ'הייבט שוין אן אין כתה ג'!

לאמיר פרובירן צו רעדן צווישן די טראפן..

יא, ברור אז רוב טאטעס ווילן די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן און רעכענען כמו שהורה לנו רביה''ק זי''ע בפירוש להיתר

דאס איז די שטערקסטע פרוף, אז איר שרייבט בפירוש 'ברור'?
מיט וויפיל עלטערן האט איר (אלע פון אייך) שוין געכאפט א שמועס איבער די נושא?

נאכמער, דאס אז די עלטערן וועלן זיי זאלן קענען 'כמו שהורה לנו רביה''ק' ציינו טאקע כמו שהורה, אז בלית ברירה זאל זיין, אדער ווי נו שוין וויל אז מען זאל אפי' אריינמישן די רעגירונג?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:איז אמת אז ויואל משה אין ק''י דארף זיך אפלערנען פון די זעלבע קהילה אין וומס''ב? איך באלאנג צו די ויוא''מ קהילה. ליהווי ידוע לכם אז ביי אונז אין וומס''ב לערנט מען פיין ענגליש. און מ'הייבט שוין אן אין כתה ג'!

לאמיר פרובירן צו רעדן צווישן די טראפן..

יא, ברור אז רוב טאטעס ווילן די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן און רעכענען כמו שהורה לנו רביה''ק זי''ע בפירוש להיתר

יא מען מעג בעטן א גוטע סטאנדארט ענגליש לפי המצב אבער זיך ווענדן צו די רעגירונג פאר הילף איז א רשעות און א ריכטיגע טיפשות.

@נו גוט גייט אי״ה זיין א זיידע פון אייניקלעך, און זיין אביסעל אויסגעניכטערט און דאן וועט ער זיך רייסן די האר אויב ח״ו די רעגירונג גייט באקומען קאנטראל אויף אונזערע מוסדות.

א גוטע סטאנדארט ענגליש איז איין זאך אין ״בכלל נישט״ לערנען איז גאר א צווייטע זאך. זיי זאגן אז מען לערנט בכלל נישט

'זיי' האבן די ברירה צו שיקן די קינדער אין אנדערע מוסדות, און אפי' אין פאבליק סקול! סארא אומדערהערטע פרעכהייט ארויפצוצווינגען א יחיד'ס מיינונג, און נאך דורך די רעגירונג נוסח השכלה?!

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

Think and Thank האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:איז אמת אז ויואל משה אין ק''י דארף זיך אפלערנען פון די זעלבע קהילה אין וומס''ב? איך באלאנג צו די ויוא''מ קהילה. ליהווי ידוע לכם אז ביי אונז אין וומס''ב לערנט מען פיין ענגליש. און מ'הייבט שוין אן אין כתה ג'!

לאמיר פרובירן צו רעדן צווישן די טראפן..

יא, ברור אז רוב טאטעס ווילן די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן און רעכענען כמו שהורה לנו רביה''ק זי''ע בפירוש להיתר

יא מען מעג בעטן א גוטע סטאנדארט ענגליש לפי המצב אבער זיך ווענדן צו די רעגירונג פאר הילף איז א רשעות און א ריכטיגע טיפשות.

@נו גוט גייט אי״ה זיין א זיידע פון אייניקלעך, און זיין אביסעל אויסגעניכטערט און דאן וועט ער זיך רייסן די האר אויב ח״ו די רעגירונג גייט באקומען קאנטראל אויף אונזערע מוסדות.

א גוטע סטאנדארט ענגליש איז איין זאך אין ״בכלל נישט״ לערנען איז גאר א צווייטע זאך. זיי זאגן אז מען לערנט בכלל נישט

'זיי' האבן די ברירה צו שיקן די קינדער אין אנדערע מוסדות, און אפי' אין פאבליק סקול! סארא אומדערהערטע פרעכהייט ארויפצוצווינגען א יחיד'ס מיינונג, און נאך דורך די רעגירונג נוסח השכלה?!

איך חס ושלום עגרי נישט אריינצומישן די רעגירונג אין די ענינים, איך רעד נאר פינעם פאקט אז מען לערנט נישט בכלל ענגליש וואס קען מאכן גרויסע פראבלעימען.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

טינק טענק, פארלאנגן צו לערנען ענגליש איז נישט קיין "מיינונג" פון איין מאן, סאיז אויך נישט קיין "קאפריזן", סאיז זייער א נארמאלע פארלאנגט, ספעציעל ווען די מוסד איז נישט געגרינדעד געווארן צו בויקאטירן ענגליש, סאיז פשוט פארנאכלעסיקייט.

נ.ב. אויב האט איר א השפעה אויף די מוסד (עפעס קוקט אזוי אויס) איז אפשר כדי צו רעדן שיינערהייט צו די הנהלה, איך פארלאנגט נישט עפעס אויסערארדענליכס, אפשר איז יא כדי איבער טראכטן און כדי צו טוען די רצון פון רביה"ק זי"ע וואס האט איינגעפירט צו לערנען ענגליש מיט די קינדער.
#בשיטה נישט
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

נו שוין האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:יענע חברה ווילן דיינע קינדער זאלן לערנען גאר עפעס אנדערש ווי ענגליש. 'לימודי חול' איז די איידעלע ווארט דערפאר.

האסט עפעס א אנדערע לייטישע עצה? פארציילט מיר א אינגעמאן ער איז געגאנגן אנקלאפן די טירן ביי א געוויסע מוסד איבער פארבעסערן דאס לערנען ענגליש , די אנווארט פון הנהלה איז געווען "ווער האט דיר געהייסן שיקן אין די מוסד, קענסט דיך גיין".

בקיצור סאיז נישט אזוי סימפל, די סיילענט מעדזשאריטי קען נישט עפענן קיין קול ווייל מוועט דערשטיקן נאך איידער מהייבט אן רעדן, איז די איינציגע וועג צו גיין וועלן דעם דינסטאג פאר די למודי חול אינדארסיטע קאנדידאטן.

"עס פארציילט מיר א יונגערמאן" הייסט עס דו אליינס האסט נאך נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן צו די הנהלה פון דיין מוסד, אבער עס האלט שוין אז מען דערשטיקט די "סיילענט מעדזשאריטי" , ווער דערשטיקט, וויאזוי דערשטיקט מען, ווייל מען האט געענטפערט פאר איינעם אז ער קען גיין הייסט עס אז מען האט אים דערשטיקט? אז דו האסט נאך נישט געטוהן די מינימום וואס עס פארלאנגט זיך, וויאזוי האסטו שוין טענות, און יא, אויב פאר אפי' נאר פאר פינעף פראצענט עלטערן וואלט עס געווען גענוג וויכטיג אז זיי זאלן אויפהייבן א טעלעפאן, וואלט שוין ווארשיינליך געווען א תיקון.

איך האב געלערנט אין א קלענערע מוסד, און עס זענען געווען פראבלעמען בײ ענגליש, האט מיין טאטע שליט"א גערעדט מיטן מנהל, מיין טאטע איז א כלי קודש, און א חסידישער איד, (המכונה רעבעזיכרויבראכע יוד ביי די לצים) אבער ער האט פארהערט די קינדער ענגליש און זיכער געמאכט אז מיר קענען וויפיל ער האט געהאלטן אז מיר דארפן קענען.

ווען די א.ג. "סיילענט מעדזשאריטי" וואלט זיך אזוי אויפגעפירט, וואלט שוין זיכער געווען א תיקון גדול אינעם ענין, נאר, אדער עקזיסטירן זיי נישט, אדער האבן זיי וויכטיגערע זאכן אויפן קאפ ווי די חינוך פון די קינדער.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נו שוין האט געשריבן:טינק טענק, פארלאנגן צו לערנען ענגליש איז נישט קיין "מיינונג" פון איין מאן, סאיז אויך נישט קיין "קאפריזן", סאיז זייער א נארמאלע פארלאנגט, ספעציעל ווען די מוסד איז נישט געגרינדעד געווארן צו בויקאטירן ענגליש, סאיז פשוט פארנאכלעסיקייט.

און אז עס איז נישט קיין קאפריזן דארפן זיי זיך צושטעלן צום מיינונג פון יעדן טאטע? אר יו סיריעס?
זיי נישט בייז, אבער אויב האסטו נישט ליב די מוסד ווי דיינע קינדער לערנען האסטו צוויי ברירות: רעדן צו די הנהלה, און אויב עס העלפט נישט, שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש! די מוסד האט ב''ה א רבי און אן הנהלה רוחנית וגשמית, און זענען אינגאנצן נישט מחויב צו פאלגן וואס דו ווילסט!
ארויפצווינגען דיין פארלאנגט - זאל עס זיין 100% אויסגעהאלטן און נארמאל - איז אן עולה נוראה, און עס טון דורך די רעגירונג איז רשעות שאין כדוגמתו וואס קען שאדן פאר די גאנצע אידישקייט אין אמעריקע.

נו שוין האט געשריבן:נ.ב. אויב האט איר א השפעה אויף די מוסד (עפעס קוקט אזוי אויס) איז אפשר כדי צו רעדן שיינערהייט צו די הנהלה, איך פארלאנגט נישט עפעס אויסערארדענליכס, אפשר איז יא כדי איבער טראכטן און כדי צו טוען די רצון פון רביה"ק זי"ע וואס האט איינגעפירט צו לערנען ענגליש מיט די קינדער.

איך האב ליידער נישט קיין השפעה אויף קיין שום מוסד (קוים וואס איך האב השפעה אויף מיר אליין) און איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס מאכט דיר טראכטן אז יא. קען זיין ווייל דו האסטו בפירוש מחליט געווען אז יעדער חוץ די הנהלה פון די מוסד האלט אז ס'איז א מצות עשה דאורייתא צו וואוטן פאר די עוקרי הדת כדי עס זאל נישט נשתכח ווערן די הייליגע מצוה פון לערנען ענגליש, סאו אויב האלט איך אנדערש בין איך ע''כ פון די הנהלה.
אבער פארוואס, אנשטאט העצן אויף אייוועלט און וואוטן פאר מענטש וואס ווילן אויסרייסן אידישקייט, האסטו נאכנישט פרובירן צו רעדן צום מוסד? זאגסטאך אליינס אז זיי האבן גארנישט דערקעגן נאר ס'איז א נאכלעסיגקייט, איז עס דאן נישט א קלענערע נאכלעסיגקייט פון דיין נישט נישט אויפמערקזאם צו מאכן די הנהלה?

אגב, דו האסטו שוין מודה געווען אז ס'איז ליגנט אז רביה''ק' האט 'געוואלט' מען זאל לערנען לימודי חול, נאר בלית ברירה האט ער איינגעשטימט דערצו, און איבערזאגן דיין ליגנט נאכאמאל וועט עס נישט מאכן אמת.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

רבה'' ק מסאטמער האט איינגעפירט ענגליש מיט טישערס פין פאבליק סקול 2 שעה א טאג ( עטליס אין די רביס געזינטע יארן )
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך גלייב נישט אז רביה"ק האט איינגעפירט א זאך וואס ער האט נישט געהאלטן דערפון, ער האט בדרך כלל געזאגט וואס ער האט געהאלטן אין וואס נישט. איך מיין סאיז א חוצפה צי זאגן אז ער האט עס איינגעפירט צי טוען נאר ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה אנדעם וואס ער האט עס געשריבן ערגעץ אדער קלאר געזאגט
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

מעינטעננס? יא, מאסטער אדער די גאווערמענט? נישט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דאס אז עס פארלאנגט זיך 'מעינטעננעס' אין די קאריקולום פון ענגליש ביי די חסידישע מוסדות, איז א זאך וואס ווי ס'זעט זיך אויס זענען די מאיאריטעט פון חסידישע אידן מסכים דערצו (כולל די מיט די 'מייק אין די הענט' למשל שאול קליין, אליעזר קרויס, יאסי געשטעטנער וכו').
דאס איז אבער בלויז א מאיאריטעט.
וואו ס'אבער דא סאך מער ווי א מאיאריטעט, מען קען זאגן 96% פונעם ציבור זענען מסכים איז, אז מאסטער מיט זיין גרופע, זאלן נישט האבן קיין שום ווארט ווען סקומט צו די חינוך פון מיין בערעלע נ''י, ער זאל אנטלויפן ווי דער שווארצער פעפער וואקסט, איך וויל נישט הערן וואס ער זאגט, און ער זאל מיר נישט איינטיילן ווען סקומט צו די חינוך פון מיין לעכטיגן בערעלע נ''י. מיר וועלן אויף דעם האבן מסירות נפש, און מיר האבן שוין דורכגעלבעט יאהאן פעפערקארן וועלן מיר אים אי''ה אויך דורכלעבן.
און איך גלויב אז טויזענטער חסידישע אידן שרייען צוזאם: ''מאסטער, נעם אראפ דיינע שמוציגע הענט פון אונז, לאז מיר מחנך זיין מיין שלמה'לע, בערעלע, יענקעלע, אזוי ווי איך וויל, און אזויווי מיר האבן פראקטיצירט אלע יארן און וועלן ווייטער פראקטיצירן".
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Haklal האט געשריבן:איך גלייב נישט אז רביה"ק האט איינגעפירט א זאך וואס ער האט נישט געהאלטן דערפון, ער האט בדרך כלל געזאגט וואס ער האט געהאלטן אין וואס נישט. איך מיין סאיז א חוצפה צי זאגן אז ער האט עס איינגעפירט צי טוען נאר ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה אנדעם וואס ער האט עס געשריבן ערגעץ אדער קלאר געזאגט

צו דו גלייבסט יא אדער נישט האט ער נישט געהאלטן אז לימודי חול איז אזוי הארב אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין דאס נישט צו לערנען, אבער געטון האט ער בפירוש נאר צוליב די רעגירונג'ס פארלאנג. ער האט עס געזאגט פאר אסאך מענטשן און עס איז א דבר ידוע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

די סאטמערער ענגליש פרינציפיעל וואס די רבי אליין האט אויפגענומען הישיש הרב ר'הערצ פרענקיל לאיט' 'וש ער האט זייער אסאך גערעדט מיטן רבין ובפרט בנוגע למודי חול מען קען אים פרעגן גלייך פין כלי ראשון
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

מען האט שוין גערעדט פון דעם דא אויפן וועלטל כמה פעמים, איך וועל אבער איבערזאגן.

שפות זרות איז פון די גזירת י"ח דבר.
רעק"א האט געהאלטן דאכט זיך אז מען טאר דאס נישט לערנען בשו"א, איך מיין אז ער האט געגעבן אויף דעם א דין פון א שעת השמד.

בכל אופן איז ביי די תקנות פון מיהאלעוויץ אויך געווען איינע פון די זאכן וואס מען האט געוואלט גוזר זיין, אז מען זאל בשו"א נישט לערנען קיין ענגליש, ווייל ע"פ הלכה איז דאס אסור, און נאר מחמת גזירת המלכות מעג מען דאס לערנען, מער קען מען טרעפן אין קו' גחלי אש אין דעם נייעם מהדורא פון משכיל אל דל ח"א.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איז נישט דא א דרשה געדרוקט וואס סאטמאר רב זי׳ע האט געזאגט בשעת אן אסיפת מלמדים וואו ער שרייבט/זאגט קלאר זיין מיינונג אין דעם נושא ?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עס איז יא דא, און ער האט געזאגט ברבים אז עס איז נאר ווייל - און וויפיל - די רעגירונג פארלאנגט.

געדרוקט אין חיד"ת לדינערס.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

חכמים וואס עטס זענטס - ער פרובירט דאך נאר צו מאכן אז די רעגירונג זאל פארלאנגען מער...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איז נישט דא א דרשה געדרוקט וואס סאטמאר רב זי׳ע האט געזאגט בשעת אן אסיפת מלמדים וואו ער שרייבט/זאגט קלאר זיין מיינונג אין דעם נושא ?

א ב"פ דינער תורה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין

אינטערסאנט, קענסט אפשר ברענגען א מראי מקום?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.
#בשיטה נישט
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

אויף ענגליש זאגט מען
coward
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...

מהאט דאך מיך אפגעשראקן "ביז טויט" דא אויף אייוועלט אויב די "ליבעראלע ראדיקאלן" קומען אריין אין די סענאט, סאיז נאר געווען א וויץ?
#בשיטה נישט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו שוין האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...

מהאט דאך מיך אפגעשראקן "ביז טויט" דא אויף אייוועלט אויב די "ליבעראלע ראדיקאלן" קומען אריין אין די סענאט, סאיז נאר געווען א וויץ?

פונקט פארקערט, אויב גייען זיי פראבירן עפעס צו טוישן, גייט די מוסד פייטן דערקעגן מיט ציין און נעגל, דאס מיינט אז דאס האט אויפגעטון פונקט די פארקערטע...
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”