Religious exemption for vaccine עפ״י הלכה

אחראי: יאנאש

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:לגבי די הלכה'דיגע חלק, ווען עס רעדט זיך פון א מעגליך שעדליכע מיזעלס, קעגן א מעגליך שעדליכע וואקסין,

ווי גרויס איז די שאנס אז מ'וועט ווערן געשעדיגט פון וואקסין קעגן די שאנס פון געשעדיגט ווערן פון מיזעלס?

דו ווייסט די הלכה חלק וויאזוי דאס אפצושאצן?

אלע "אונזערע" רבנים וואס ווייסן, זאגן אז מ'זאל נעמען

זאג דו, ווי גרויס איז די ריסק פון ביידע?

און די רבנים אויב זיי האלטן נישט ווי דיר זענען זיי מער נישט אונזערע, רייט?
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:לגבי די הלכה'דיגע חלק, ווען עס רעדט זיך פון א מעגליך שעדליכע מיזעלס, קעגן א מעגליך שעדליכע וואקסין,

ווי גרויס איז די שאנס אז מ'וועט ווערן געשעדיגט פון וואקסין קעגן די שאנס פון געשעדיגט ווערן פון מיזעלס?

דו ווייסט די הלכה חלק וויאזוי דאס אפצושאצן?

אלע "אונזערע" רבנים וואס ווייסן, זאגן אז מ'זאל נעמען

אלע?
אין ביזנעס דירעקטארי איז נישטא אזא רב מיט די נאמען אלע,

קום אריין קלאר מיט א נאמען ביטע
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

דממה דקה האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:איך האלט נישט אז א פרוי גראדואירט פון UTA האט די רעכט און פארשטאנד צו ווערן איבערצייגט אויף די נושא....
זי קען נישט ליינען קיין שטודיעס, זי וויסט נישט אפצושאצען די מעלות און חסרונות
זי זעהט אפאר נומערן הערט אפאר מעשיות און זי ווערט דעשראקן און קומט צו החלטות....

וואס זענען דיינע קוואליפיקאציעס, האסט א בעטשלערס א מעסטערס?
האסט שטודירט סייענס? פיזיקס? עפעס?

ברויך וויסן פאר די באשליסט ווער עס האט נישט קיין רעכט צו רעדן אין די נושא.

אין מיינע קליינע אויגען איז די אידישע מאמע מיט עקספיריענס פון עכטע קינדער מער ווערט ווי אלע דאקטוירים.

בכלל די בלינדע אמונה אין די דאקטאר מיטן סייענטיסט ניצסטו אויך נאר ווען די ווילסט, און ס'איז דא געניג און נאך דוגמאות אויף דעם ואכמ"ל.

ביי די וועי די הייליגע העלט דעפארטמענט באורד עטליכע זענען סאשעל ווארקערס, נישט קיין דאקטוירים, באט וואס זיי זאגן איז הייליג.

איך האב נישט קיין שום ספעציעלע קוואליפיקאציעס אבער איין מעלה וואס איך האב יא איז אז איך ווייס וואס איך ווייס נישט
(תכלית הידוע לידע שלא נידע)
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:זאג דו, ווי גרויס איז די ריסק פון ביידע?

איך געדענק נישט פונקטליך און ס'מאכט נישט אויס ווייל איך פארלאז זיך אויף די רבנים און דאקטוירים

דממה דקה האט געשריבן:און די רבנים אויב זיי האלטן נישט ווי דיר זענען זיי מער נישט אונזערע, רייט?

דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין ווען איך שרייב היימישע און דיין ליצנות דיזערווט נישט קיין ענטפער נאר היות ס'גיבט א געלעגענהייט אנציווייזן נאך אן אופן וויאזוי די אנטי וואקסין מאוומענט איז נישט תורה'דיג וועל איך עס אויסשמוסען

(כמעט) יעדער ערליכער איד האט א דיין וועמען ער פרעגט געווענליך זיינע שאלות. געוויסע האבן ליב צו שאפּן (מיט א פינטל) פאר דיינים וואס זענען מקיל אין דעם הינזיכט וואס ער פרעגט אבער נארמאלערהייט האלט מען זיך אין א געוויסע פרעים. און אפילו אזוי זענען רוב (אלע וואס איך האב גערעדט צו) רבנים\דיינים דערקעגן

אבער גיין אויפזוכן א רב פון לעיקוואד -וואס ס'וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו קריכן ביז דארט פאר א דעת תורה- נאר ווייל ער זאגט ווי מיר, ווייזט קלאר אז ס'אינטערעסירט נישט קיין דעת תורה

מ'מאכט נישט אפ אויף א רב בעיסד אויף וויאזוי ער פסק'נט. פונקט פארקערט, איך מאך מיין מיינונג לויט וויאזוי רבנים פסק'ענען און אויב זאלן די רבנים ארויסקומען קעגן וואקסינען וועל איך זיין די ערשטע צו טוישן מיין מיינונג

HelpMe האט געשריבן:אלע?
אין ביזנעס דירעקטארי איז נישטא אזא רב מיט די נאמען אלע,

קום אריין קלאר מיט א נאמען ביטע

שבט הלוי, ר' משה שטערנבוך

נאכאמאל. קיין איין היימישער רב איז נישט ארויסגעקומען קעגן וואקסינען און די פאר איינציגע פסקים "פארן ציבור" (נישט וואס איינער זאגט אז א רב האט אים געזאגט) זענען שטארק פרא וואקסינען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

אבער אויף די ריזיגע טעלעקאנפערענץ, ווי מען האט ציגעזאגט אז איצטער גייט מען ברענגען גרויסע דאקטוירים, רבנים און לויערס אנטקעגען וואקסינס, דארט האט מען יא געברענגט א דיין וואס איז אנטי וואקסין. מען האט ארויפגעלייגט הרב זיידה פון ווילאמסבורג, וואס האט געזאגט בערך אזוי: בנוגע די שאטס, זאלען זיך טאקע די רבנים און עסקנים זיך אריינלייגען און אויסהערן ביידע צדדים (וואס מען האט טאקע געטוהן). און מען האט נאך געזאגט מיט א הויכען קול: האט איהר יעצט אלע געהערט דעהם קלארן דעת תורה...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Kosher Travel האט געשריבן:אבער אויף די ריזיגע טעלעקאנפערענץ, ווי מען האט ציגעזאגט אז איצטער גייט מען ברענגען גרויסע דאקטוירים, רבנים און לויערס אנטקעגען וואקסינס, דארט האט מען יא געברענגט א דיין וואס איז אנטי וואקסין. מען האט ארויפגעלייגט הרב זיידה פון ווילאמסבורג, וואס האט געזאגט בערך אזוי: בנוגע די שאטס, זאלען זיך טאקע די רבנים און עסקנים זיך אריינלייגען און אויסהערן ביידע צדדים (וואס מען האט טאקע געטוהן). און מען האט נאך געזאגט מיט א הויכען קול: האט איהר יעצט אלע געהערט דעהם קלארן דעת תורה...

למעשה. האט ער געזאגט א פסק?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

הענדימען האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אבער אויף די ריזיגע טעלעקאנפערענץ, ווי מען האט ציגעזאגט אז איצטער גייט מען ברענגען גרויסע דאקטוירים, רבנים און לויערס אנטקעגען וואקסינס, דארט האט מען יא געברענגט א דיין וואס איז אנטי וואקסין. מען האט ארויפגעלייגט הרב זיידה פון ווילאמסבורג, וואס האט געזאגט בערך אזוי: בנוגע די שאטס, זאלען זיך טאקע די רבנים און עסקנים זיך אריינלייגען און אויסהערן ביידע צדדים (וואס מען האט טאקע געטוהן). און מען האט נאך געזאגט מיט א הויכען קול: האט איהר יעצט אלע געהערט דעהם קלארן דעת תורה...

למעשה. האט ער געזאגט א פסק?

כנראה אחד האט נישט פארשטאנען,
אוודאי נישט ער האט נאר געזאגט אז מען דארף עס מברר זיין, אין אויף דעים זאגען זיי אז "האט איהר יעצט אלע געהערט דעהם קלארן דעת תורה"
ודו"ק
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מ'האמער גוט פארשטאנען

נאר געוואלט קלאר ארויסברענגען אן נאר אײנער מיט פארמאכטע אויגן זאל נישט זען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זאג דו, ווי גרויס איז די ריסק פון ביידע?

איך געדענק נישט פונקטליך און ס'מאכט נישט אויס ווייל איך פארלאז זיך אויף די רבנים און דאקטוירים

דממה דקה האט געשריבן:און די רבנים אויב זיי האלטן נישט ווי דיר זענען זיי מער נישט אונזערע, רייט?

דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין ווען איך שרייב היימישע און דיין ליצנות דיזערווט נישט קיין ענטפער נאר היות ס'גיבט א געלעגענהייט אנציווייזן נאך אן אופן וויאזוי די אנטי וואקסין מאוומענט איז נישט תורה'דיג וועל איך עס אויסשמוסען

(כמעט) יעדער ערליכער איד האט א דיין וועמען ער פרעגט געווענליך זיינע שאלות. געוויסע האבן ליב צו שאפּן (מיט א פינטל) פאר דיינים וואס זענען מקיל אין דעם הינזיכט וואס ער פרעגט אבער נארמאלערהייט האלט מען זיך אין א געוויסע פרעים. און אפילו אזוי זענען רוב (אלע וואס איך האב גערעדט צו) רבנים\דיינים דערקעגן

אבער גיין אויפזוכן א רב פון לעיקוואד -וואס ס'וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו קריכן ביז דארט פאר א דעת תורה- נאר ווייל ער זאגט ווי מיר, ווייזט קלאר אז ס'אינטערעסירט נישט קיין דעת תורה

מ'מאכט נישט אפ אויף א רב בעיסד אויף וויאזוי ער פסק'נט. פונקט פארקערט, איך מאך מיין מיינונג לויט וויאזוי רבנים פסק'ענען און אויב זאלן די רבנים ארויסקומען קעגן וואקסינען וועל איך זיין די ערשטע צו טוישן מיין מיינונג

HelpMe האט געשריבן:אלע?
אין ביזנעס דירעקטארי איז נישטא אזא רב מיט די נאמען אלע,

קום אריין קלאר מיט א נאמען ביטע

שבט הלוי, ר' משה שטערנבוך

נאכאמאל. קיין איין היימישער רב איז נישט ארויסגעקומען קעגן וואקסינען און די פאר איינציגע פסקים "פארן ציבור" (נישט וואס איינער זאגט אז א רב האט אים געזאגט) זענען שטארק פרא וואקסינען

;l;p-
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך וויל דא ארויסברענגן נאך א קליינע נקודה... פון וואס אני הקטן האב שוין לאנג געשריבן.

לעצטענס טוט זיך אסאך צו א רב איז פרא וואקסין אדער נישט. שטעלט ענק פאר ווען מען שרייבט אן ארטיקל צו א דאקטאר איז פרא מאשין מאצעת (מצות) אדער נישט.

מען האט אייביג געוויסט אז א דאקטאר זאגט רפואה, און דער רב פסק'נט די הלכה פון רפואה. נישט פארקערט.
דער דאקטאר זאל זאגן זיין מיינונג וואס איז די רפואה. ער האט פארדעהם שטודירט יארן. דער רב זאל פסקענען הלכה, מסורה, וכו'. ער האט דעם דעת תורה.

פארשטייט זיך, אז איך שרייב נישט לויט די (פאלשע - אפענע גראבע ליגענט) דיעה אז דאקטוירים ווייסן בכלל נישט וועגען וואקסינס. זיי זאגן פשוט נאך וואס מען הייסט זיי. אבער דאס באלאנגט אינעם אשכול "אלעס וועגען וואקסינס", ומשום תדרשנו לטובה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

קרייסלער האט געשריבן:Time for action

סאיז נאך דא מוסדות וואס נעמען אן אומוואקינירטע?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בקיצור הענדימען זאגט אז די רבנים זענען פרא וואקסין, און מען מוז פאלגען רבנים, קאושער-טרעוול זאגט אז רבנים זענען אנטי וועקסין און מען דארף פאלגען די דאקטוירים, און איך זאג אלו אלו, די רבנים זענען אנטי, און מען דארף פאלגען רבנים.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דממה דקה האט געשריבן:בקיצור הענדימען זאגט אז די רבנים זענען פרא וואקסין, און מען מוז פאלגען רבנים, קאושער-טרעוול זאגט אז רבנים זענען אנטי וועקסין און מען דארף פאלגען די דאקטוירים, און איך זאג אלו אלו, די רבנים זענען אנטי, און מען דארף פאלגען רבנים.

סיז ממש נישטא קיין סובסטאנץ צו דיין ארגומענט אז דו דארפסט שרייבן ליגנטס וואס מען דארף אפי' נישט איבערמישן דאס בלאט צו זענן אז סיז ליגנט? אפשר צייגסטו אן וואו קאושער שרייבט אז די רבנים זענען אנטי וואקסין?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דממה דקה האט געשריבן:בקיצור הענדימען זאגט אז די רבנים זענען פרא וואקסין, און מען מוז פאלגען רבנים, קאושער-טרעוול זאגט אז רבנים זענען אנטי וועקסין און מען דארף פאלגען די דאקטוירים, און איך זאג אלו אלו, די רבנים זענען אנטי, און מען דארף פאלגען רבנים.

וואס די זאגסט איז איין זאך. און איהר זענט entitled צו אייער מיינונג. פונקט ווי מאנכע האלטן אז די ערד איך פלאך.

אבער זאג נישט וואס איך האב נישט געזאגט. איך וועל איבערשרייבן מיין שיטה. נאכמאהל, דאס איז מיין שיטה, און איך אנערקען אז עס איז דא נאך א שיטה. וואס ווען אימער איהר גייט נאך די שיטה, ווייזט עס אויף געלט (לדוגמא: דר. מערקעלא, דעל ביגטרי).

מיין שיטה:
- וואקסינס ארבייט, אנטי וואקסין איז א hoax ולא להיפוך.
- וואקסינס איז גאר סעיף, וויאזוי א גאוואלד studies האבן שוין אויפגעוויזן קלאהר.
- די MMR וואקסין ברענגט נישט אוטיזים.
- רוב רבנים זענען פרא וואקסין. ווער רעדט נאך פון רבנים, וואס זענען אויך דאקטוירם. למשל:
Rabbi Dr. Aaron Glatt
וואס גיט שוין יארן שיעורים בהלכה, און ער קען גאר גיט ביידע, הלכה, ווי אויך מעדעצין, און נישט סתם מעדעצין, נאר ער איז פון די וועלט גרעסטע ספעציעליסטן אין infectious diseases און ער איז גאר שארף ארויסגעקומען אנטקעגן די אנטי וואקסין movement. וואס אויב איז דא א מומחה אין Religious exemption for vaccine עפ״י הלכה (ווי דער קעפעל פון די אשכול), איז דאס דער דאקטאר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Kosher Travel האט געשריבן:- רוב רבנים זענען פרא וואקסין. ווער רעדט נאך פון רבנים, וואס זענען אויך דאקטוירם. למשל:

סא לכבודך האב איך יעצט אויסגיהערט אן אנדערטהאלבן שעה שיעור פון דר. גלאט איבער וועקסינען און הלכה, געזאגט געווארן אין יאר '14.
און לענ"ד סתם אנגעברענגט צייט, תוכן הדברים אז סייענס איז גערעכט, און אז אין עניני רפואה מוז מען פאלגען דאקטוירים, ער קען נישט פארשטיין פארוואס מענטשען גייען צו רבי'ס פרעגן וועגן עניני רפואה, ער זאגט דארט אז ער איז נישט קיין פוסק, באט ער פארשטייט נישט פארוואס די פוסקים זאגען 'נישט' אז מען איז מחויב צו געבן וואקסינען, זיי זאגן נאר אז מען 'זאל' געבן, ער האלט מען איז מחויב, ער רעגט אז די ראשי ישיבות האבן גע'פסק'נט אז די ישיבות מוזן אננעמען בחורים וואס זענען נישט וואקסינירט, זיינע אלע ארגומענטן לטובת וואקסינען באשטייט פון בלינדע אמונה אין די וואקסין אינדוסטריע, ער האט נישט קיין שום אייגענע זאך צו מוסיף זיין מער ווי מען קען ליינען אויף די cdc וועבסייטס.

ער זאגט דארט אז די פלו שאט איז א חוב צו נעמען, און טשיקען פאקס אויך א חיוב, און העפעטעייטיס בי איז א חיוב צו נעמען, (אלץ א פאציענט פון דר. מייזלין וואלסטו געמעגט וויסן וואס ער האט געהאלטן וועגן די שאטס, און דיין שטיל-שווייגעניש אין אישי איז מוכיח אז די האסט ווייניג מקבל געווען פון דר. מייזלין אויף די נושא)

בקיצור ער קייעט איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז שעקער (שקר) צו זאגען אז עס איז הלכה'דיגער פראבלעם, אבער ער רירט נישט צו די נושא פון הלכה אפילו מיטן שפיץ גאפל.

היינו הך, אז עס איז דא מאנכע מענטשען וואס וועלען נאר הערן און זעהן וואס זיי ווילען.
איך האב מיך בעיקר באצויגען צו דאס וואס איהר האט געשריבן אז איהר האלט אז רוב רבנים זענען אנטי וואקסין. ברענג איך אייך פון א רב, א פוסק, און פון די גרעסטע ספעציאליסטן אין אינפעקשענס דיזיסעס, אז ער איז פרא וואקסין. ווילסט פרעגן קשיות אויף זיין שיטה? דאס איז איין זאך. אבער זאג נישט אז רבנים זענען אנטי וואקסין.

אויף דיין טענה פון מיין "שטיל-שווייגעניש" אין אישי, מיין איך אז עס פארלאנג מיטאמאהל אן ענטפער.
that was a bit of a cheap shot to say the least.
זאגט מיהר ר' איד? ווי שנעל ברויך מען ענטפערן אן אימעיל? און ווי שנעל ברויך מען ענטפערן אן "אישי" אויף אייוועלט? און ברויך איך בכלל ענטפערן אויף איעדע אישי אין אייוועלט? קוים וואס איך קום ענטפערען קשיות פון פרא וואקסין חברה וואס בעטן sources וכדומה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דער דאקטאר ראבינער גלאטט פארציילט דארט אן אינטערעסאנטע עפיזאד, וואס ער אליינס כאפט נישט אז ער קאנפורמד די טענות פון די אנטי-וועקסערס.

ער פארציילט אז ווי באקאנט איז סמאל-פאקס געווארען אויסגעראטן א דאנק די סמאל-פאקס וואקסין, און היינט איז נישטא מער קיין סמאל-פאקס אין די וועלט חוץ אין די cdc און אין רוסלאנד, ממילא גיבט מען שוין אפילו נישט מער די סמאל-פאקס וואקסין היינטיגע צייטן.

נאך סעפטעמבער עלעווען האט מען מורא געהאט פאר א בייאו-טעראר אטאק אויב חלילה די סמאל-פאקס וועט אריינפאלן אין די הענט פון טעראריסטן, ע"כ האט מען אפגעמאכט צו וואקסינירן די מיליטער, ווי אויף אינפעקציע דיזיעז דאקטוירים ווי אים, און ער האט זיך טאקע אויך אנגערופן צו וואלונטירן צו נעמען די סמאל-פאקס וואקסין, למעשה האט אמעריקע און מדינת ישראל געגעבן די וואקסין פאר סאלדאטן אין די מיליטער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די וואקסינען האט געשאדט פאר די הארץ פון די וואס האבן באקומען די סמאל-פאקס וואקסין (עכ"פ פערצענטועל), און ער איז מסביר אז עס שטעלט זיך ארויס אז ווען מען גיבט עס פאר ערוואקסענע מענטשן שאדט עס. ע"כ וואס ער פארציילט דארט.

למעשה ווען די כאפסט אז וויבאלד זיי האבן געהאט א סעלעקט גרופ וואס האט באקומען די וואקסינען האט מען גלייך געזעהן די עפעקט דערפון, משא"כ ווען מען שטאפט יעדן אן אויסנאם און מען קען נישט אויפווייזן די חילוקים. ודו"ק

און אזוי אויך איז גארנישט אזוי זיכער אז עס שאדט נישט פאר קליינע קינדער, ס"ה יעצט האט מען עס פראבירט אויף גרויסע מענטשן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וואס האקסטע אין קאפ אז רבנים זענען קעגן שאטס? קענסט ברענגען כאטש איין רב פון אונזערע קרייזן וואס איז אפיציעל (נישט איש מפי פיש) קעגן שאטס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איז דא איין רב וואס האט גע'פסק'נט בפהרסיא אז מען טאר נישט געבן די וואקסינען? סה"כ האב איך געזען רבנים וואס שרייבען אז מען מוז אריין נעמען קינדער וואס האבן זיך נישט געשטאכען. אבער אז מען טאר נישט געבן? אפי' הרה"ג ר' שמואל קמנצקי האט אזוינס נישט גע'פסק'נט בפהרסיא (כאטש ער האט אמאל געזאגט אז די וואקסינען ארבייטן בכלל נישט). ווייסט איינער דא פון א רב וואס האט ארויסגעגבען א תשובה אדער לכל הפחות א פסק הלכה בפהרסיא אז מען טאר נישט געבען קיין וואקסינען?

מאידך גיסא איז דא תשובת פון רב וואזנער זצ"ל, די ראב"ד שליט"א און הרה"ג ר' אשר ווייס אז מען מוז יא געבען. חוץ פון דעם וואס פאר די סמאל פאקס וואקסין איז דא אין ספר הברית מאמר י"ז סוף פרק ב' א לענגערע באהאנדלונג אז מען דארף יא געבן (צום סוף פירט ער אבער אויס אז יעדער זאל פרעגען זיין אייגנער רב און דאקטער), פון תפארת ישראל מס' יומא פרק ח' משנה ז' בועז איז דא א לענגערע שטיקעל אז מען מעג געבן און פון הרה"ק ר' נחמן פון ברעסלב איז דא א שטארקע הוראה אויף יא צו געבען. די ווערטער פון רב נחמן זענען גאר שטארק, וועל איך עס אראפברענגען מיט דעם לשון פון ר' נחמן'ס תלמיד אין אבניה ברזל

אבניה ברזל אות ל''ז האט געשריבן:רבינו זצוק״ל אמר שצריכין לכל ילד להעמיד פאקין קודם רבע שנה, ווארום אויב ניט הוא כמו שופך דמים, אפילו אם דרים הרחק מן העיר וליסע אפילו בזמן שהקור גדול להעמיד פאקין קודם רבע שנה
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דממה דקה האט געשריבן:דער דאקטאר ראבינער גלאטט פארציילט דארט אן אינטערעסאנטע עפיזאד, וואס ער אליינס כאפט נישט אז ער קאנפורמד די טענות פון די אנטי-וועקסערס.

ער פארציילט אז ווי באקאנט איז סמאל-פאקס געווארען אויסגעראטן א דאנק די סמאל-פאקס וואקסין, און היינט איז נישטא מער קיין סמאל-פאקס אין די וועלט חוץ אין די cdc און אין רוסלאנד, ממילא גיבט מען שוין אפילו נישט מער די סמאל-פאקס וואקסין היינטיגע צייטן.

נאך סעפטעמבער עלעווען האט מען מורא געהאט פאר א בייאו-טעראר אטאק אויב חלילה די סמאל-פאקס וועט אריינפאלן אין די הענט פון טעראריסטן, ע"כ האט מען אפגעמאכט צו וואקסינירן די מיליטער, ווי אויף אינפעקציע דיזיעז דאקטוירים ווי אים, און ער האט זיך טאקע אויך אנגערופן צו וואלונטירן צו נעמען די סמאל-פאקס וואקסין, למעשה האט אמעריקע און מדינת ישראל געגעבן די וואקסין פאר סאלדאטן אין די מיליטער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די וואקסינען האט געשאדט פאר די הארץ פון די וואס האבן באקומען די סמאל-פאקס וואקסין (עכ"פ פערצענטועל), און ער איז מסביר אז עס שטעלט זיך ארויס אז ווען מען גיבט עס פאר ערוואקסענע מענטשן שאדט עס. ע"כ וואס ער פארציילט דארט.

למעשה ווען די כאפסט אז וויבאלד זיי האבן געהאט א סעלעקט גרופ וואס האט באקומען די וואקסינען האט מען גלייך געזעהן די עפעקט דערפון, משא"כ ווען מען שטאפט יעדן אן אויסנאם און מען קען נישט אויפווייזן די חילוקים. ודו"ק

און אזוי אויך איז גארנישט אזוי זיכער אז עס שאדט נישט פאר קליינע קינדער, ס"ה יעצט האט מען עס פראבירט אויף גרויסע מענטשן.

טענו לו בחיטים ולא הודו לא אפילו בשעורים.
Can you stick to the issue please?
איך ברענגט דיהר א רב, וואס איז אויך א דאקטאר.
ער איז לכל הדיעות א גרויסער רב.
ער איז לכל הדיעות פון די גרעסטע דאקטוירים אין די נושא פון infectious diseases.
זיין שיטה איז פרא וואקסין. זייער שטארק פרא וואקסין.
פארפארט איהר אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. פארפארט איהר אז איך האב איך נישט גענטפערט אין אישי - וואס דאס איז געוועהן פאר איין פערציפישען וואקסין.
למעשה... אלע רבנים וואס קענען זיך אויס אין רפואה, זענען גאר שטארק פרא וואקסין. ווי אויך אלע גרויסע אידישע ארגאנאזאציעס, ווי אגודות ישראל, די OU, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Kosher Travel האט געשריבן:איך ברענגט דיהר א רב, וואס איז אויך א דאקטאר.
ער איז לכל הדיעות א גרויסער רב.

זעהט אויס האסט פארפאסט אפאר שורות, סא לאמיר עס קוואטען
דממה דקה האט געשריבן: ער זאגט דארט אז ער איז נישט קיין פוסק, באט ער פארשטייט נישט פארוואס די פוסקים זאגען 'נישט' אז מען איז מחויב צו געבן וואקסינען, זיי זאגן נאר אז מען 'זאל' געבן, ער האלט מען איז מחויב, ער רעגט זיך אז די ראשי ישיבות האבן גע'פסק'נט אז די ישיבות מוזן אננעמען בחורים וואס זענען נישט וואקסינירט.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

איז דא איינער וואס ווייסט וואס דער מקור פון די רעלידזשיעס עקזעמפשען איז? איז דאס א פעדעראלע געזעץ, א סטעיט געזעץ, א קאורט פסק, א העלט דעפארטמענט פאליסי, א סקול פאליסי?
וואו קען איך טרעפן די טעקסט פון די געזעץ/פאליסי? פארבינדענע קאורט פסקים?
אויפן שפיץ גאפל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 21, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן שפיץ גאפל »

איעם די וואכעדיגען "איד" איז אנגעמערקט געווארן צווישן אנדערע א שטארקע פונקט וואס איז באמת א פונקט וואס גאנץ ווייניג זעהן די חורבן, און רוב פון די המון עם וואס פאלגט אויס די מיינוג פון די גדולי הרבנים און דאקטורים האבן ביז איצט געהאלטן אז אדרבה דאס איז גאר א ישועה פאר די ענוויירעמענט.
דאס איז דאס אומקלארקייט בנוגע אנערקענען אין רעליגיעזע עקזעמפשאנס אדער נישט.

און א לענגערע ארטיקל געבן זיי זיך אפ צוצולייגן רעדעס וואס זענען געהערט געווארן ביי די פרא-דעזיז ראלי נאכברענגענדיג ציטאטן פון געוויסע רעדנער וואס האבן געלאזט הערן זייערע אנשויאונגען . וועלעכע אין קעגנזאץ צו די מיינוגען פון יעדן דורכשניטליכן איד אין קען ח"ו גורם זיין א חילול ה' .

אבער צום סוף שמועסן זיי אויס צום ערשטן מאל אז באמת איז די רעליגיעזע עקזעמפשאנס עפעס וואס מוז קענען בלייבן אין קראפט, ווייל אויב דאס ווערט בטול, קען דאס גורם זיין ח"ו אז די רעגירונג זאל זיך פילן באקוועם צו קענען אנהויבן איינטיילן און רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. ותוצאותיו מי ישורנה.
און טאקע די ראלי איז עפעס וואס קען קאליע מאכן היות זיי פירן אריין די גאנצע טעמע און נישט ריכטיגע דירעקציעס באגלייט מיט זינלאזע טענות און העסליכע רעדעס.

שמועסנדיג מיט א איד, וואס ווי הונדערטער טויזענטער אנדערע פארשטייט ער נישט די ווייבער'ישע אויפוואכונג קעגן וואקסינאציע , זאגט ער אז דאס איז בכלל נישט קיין נייעס פאר אים, זאגנדיג אז די עסקנים וואס געבן זיך אפ מיטן באארבעטן די הויכראנגיגע שטאטישע טאטעס האבן דאס אלס געזען פאר פראבלעם אויב מען אנולירט רעליגיעזע עקזעמפשאנס. און זיי האבן דאס שוין איבערגעגעבן בפרטיות פאר מענטשן. אבער מאיזה סיבה שהוא ווייסט מען נישט דערפון. אבער אויפן קשיא פארוואס מען האט נישט געהערט דערוועגן ברבים, זאגט ער אז דאס האט גורם געווען געוויסע מענטשן זיך אויסצומישן, און איינצורעדן אז מען טאר נישט געבן וואקסינס.

רעדנדיג מיט איינעם וואס האט יא אויסגעוועלט מדעת עצמו נישט צו געבן די שאטס. אבער איז נישט געווען א טייל פונעם ראלי, זאגט ער אז ער ס'איז טאקע אינטערסאנט ווי די "איד" פארעפנטליכט אזא אומצוויידייטיגע שטעלונג איבער עקזעמפשענס (אפילו עס ווערט געזאגט אויף א אופן וואס ער וויל נישט הערן , דהיינט אז זיין צד מאכט עס גאר חרוב).
בו בזמן וואס אין "בלאט" פאריגע וואך (ווועלעכע איז נישט אזוי אויסגעשפאראכן אנטקעקן די פרא-דעזיז קולט) האט אין א עדיטאריעל יא ארויסגעברענגט אז מען דארף יא האפן אז עס זאל אנולירט ווערן די עקזעמפשאנס. (וואס איז באמת א חידוש לויט די "איד")
פארשטעלנדיג פאר דעם אנטי די נקודות פונעם "איד" בנוגע די רעדעס, זעהט ער אויס אינגאנצן פארלוירן אין זאגט אז אין הכי נמי, עס קען זיי עס זענען געזאגט געווארן דיבורים וואס זענען אין קעגננזאץ צו א אמתע תועלת, אבער ער איז דן לכף זכות די אראנדזשירער (וועם ער וויל נישט פארטרעטן) אז זיי האבן זיך געזען אין א מצב אז מען מוז ווייזן א כח האבן זיי אין אונטער 2 טאג פאררופן א אסיפה צוליב דעם וואס עס האט אפאר טאג שפעטער געדארפט ארויסקומען די ענדגילטיגע באשלוס איבער דעם עקזעמפשאנס. און עס איז געווען א שעת חירום פאר זיי זעענדיג אז עס הערשט א שטילשטאנד אין די נושא.

די אנטי ענדיגט צו מיט א קענטליכע האפענוג אז יעצט אז די פרא- וואקסין איז אקעגן דאס אנולירן די עקזעמפשאנס, אין אדרבה זיי זעהן דעראין א גרויסע סכנה פארן עתיד, האפט ער אז עס וועט ארויסקומען א אפהאנדלונג דורך בני עמינו, אדער גאר א אסיפה אויסצוקלארן די טעמע פארן המון עם, אזוי וועט מען נישט דארפן ווארטן פאר די פרא-דעזיז צו פארופן לעצט מינוטיגע ראליס ווי בעיקר גויים דארפן קומען רעדן ווייל דאס האבן זיי אלס צו די האנט.

לפי זה אז די אנולירונג פון רעליגיעזע עקזעמפשאנס קען האבן א נעגאטייווע אפעקט אויף די עתיד פון וואקסינירערס און נישט וואקסינירערס צוגלייך , בעיקר אויף די רוחניותדיגע שטאנדפונקט.
דאן זענען אונזערע אויגן געוואנדן צום בימת הכבוד פון די רבני ודיינים היושבים על מדין זאלן אונז לאזן הערן דעתם הרמה (בעיקר פאר די וועלעכע גייען נישט מיט די מהלכים פון די אנטי וואקסין באוועגונג) וואס מיר ברויכן און קענען "יא" צו טוהן עפ"י דת תוה"ק אפצוהאלטן אז די עקזעמפשאנס זאל נישט אנולירט ווערן.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אברהם דוד האט געשריבן:איז דא איינער וואס ווייסט וואס דער מקור פון די רעלידזשיעס עקזעמפשען איז? איז דאס א פעדעראלע געזעץ, א סטעיט געזעץ, א קאורט פסק, א העלט דעפארטמענט פאליסי, א סקול פאליסי?
וואו קען איך טרעפן די טעקסט פון די געזעץ/פאליסי? פארבינדענע קאורט פסקים?

עס איז א סטעיט לאו וואס יעדע סטעיט האט אנדערע געזעצן אין דעם נושא.
די פעדעראלע רעגירונג מישט זיך נישט אין דעם (לעת עתה על כל פנים).
אין קאליפארניע (און נאך אפאר סטעיטס) פיגורירט נישט דער רעלידזשעס עקזעמפשן
אין נ.י. סטעיט פיגורירט עס יא אויף די ביכער אבער דער לאקאלער העלט דעפארטמענט קען עס טעמפארערי אוועררולן אין קעיס אף עמערדזשענסי.
אין נ.י. סיטי האט די סיטי טאקע דאס געטון
יעצט איז דא א שטיקל מאוומענט ביי פארשידענע פאליטישנס אז מען זאל מבטל זיין רעלידזשעס עקזעמפשנס אין נ.י. סטעיט און אז עס זאל זיין די זעלבע ווי קאליפארניע לגבי דעם חלק.
עס איז אויך דא עסקנים וואס האלטן אז מען זאל עס פושן וועגן פארשידענע בענעפיטס אויב מען איז עס מבטל.
פון די צווייטע זייט זענען דא אנדערע עסקנים וואס האלטן אז אויב מען איז עס מבטל קען עס האבן א נעגאטיווער אימפעקט אויף אנדערע רעליגיעזע ענינים און לאו דוקא איזיליאירט צום וואקסין געזעץ ממילא האלטן זיי אז מען טאר נישט שטופן עס צו מבטל זיין אפגעזעהן וואס דיין מיינונג איז אויף וואקסינען אליינס.
פארשטייט זיך אז די אנטי וואקסין פליגל איז גאר שטארק אקעגן מבטל זיין דעם עקזעמפשן און ברענגן שטארק ארויס דעם חלק אז עס קען האבן א נעגאטיווער עפעקט אויף אנדערע זאכן אפילו לשיטת אז מען מוז און מען זאל יא וואקסינען זאלסטו אבער מסכים זיין אז דער רעלידזשעס עקזעמפשן זאל בלייבן אין קראפט.

דער זאך אליין אויב מען איז מבטל דעם עקזעמפשן קען האבן א נעגאטיווער אפעקט אויף אנדערע זאכן איז אבער א גרויסער ויכוח פאר זיך ואכמ׳׳ל.

(מיין פריוואטער מיינונג איז אז דער רעלידזשעס עקזעמפשן האט נישט קיין שום אפעקט אויף אנדערע רעליגיעזע ענינים און איז דירעקטלי לימיטעד)
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

Waukesha האט געשריבן:איז דא איין רב וואס האט גע'פסק'נט בפהרסיא אז מען טאר נישט געבן די וואקסינען? סה"כ האב איך געזען רבנים וואס שרייבען אז מען מוז אריין נעמען קינדער וואס האבן זיך נישט געשטאכען. אבער אז מען טאר נישט געבן? אפי' הרה"ג ר' שמואל קמנצקי האט אזוינס נישט גע'פסק'נט בפהרסיא (כאטש ער האט אמאל געזאגט אז די וואקסינען ארבייטן בכלל נישט). ווייסט איינער דא פון א רב וואס האט ארויסגעגבען א תשובה אדער לכל הפחות א פסק הלכה בפהרסיא אז מען טאר נישט געבען קיין וואקסינען?

מאידך גיסא איז דא תשובת פון רב וואזנער זצ"ל, די ראב"ד שליט"א און הרה"ג ר' אשר ווייס אז מען מוז יא געבען. חוץ פון דעם וואס פאר די סמאל פאקס וואקסין איז דא אין ספר הברית מאמר י"ז סוף פרק ב' א לענגערע באהאנדלונג אז מען דארף יא געבן (צום סוף פירט ער אבער אויס אז יעדער זאל פרעגען זיין אייגנער רב און דאקטער), פון תפארת ישראל מס' יומא פרק ח' משנה ז' בועז איז דא א לענגערע שטיקעל אז מען מעג געבן און פון הרה"ק ר' נחמן פון ברעסלב איז דא א שטארקע הוראה אויף יא צו געבען. די ווערטער פון רב נחמן זענען גאר שטארק, וועל איך עס אראפברענגען מיט דעם לשון פון ר' נחמן'ס תלמיד אין אבניה ברזל

אבניה ברזל אות ל''ז האט געשריבן:רבינו זצוק״ל אמר שצריכין לכל ילד להעמיד פאקין קודם רבע שנה, ווארום אויב ניט הוא כמו שופך דמים, אפילו אם דרים הרחק מן העיר וליסע אפילו בזמן שהקור גדול להעמיד פאקין קודם רבע שנה

רבי שמואל קמינצקי האט געזאגט ברבים אז וועקסינס איז א hoax
דער אמשינובער רבי זאגט פאר ווער ספרעגט אים נישט צו וועקסינעיטן
וכן דעת הגאונים רבי אליהו דוב וואכטפויגל רבי מלכיאל קאטלער, רבי נתן קופשיץ ועוד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”