ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל
אחראי: יאנאש
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל
הגאון הראש ישיבה ר' אהרן יהודא לייב בן הרב נח צבי שטיינמאן זכר צדיק לברכה.
נסתלק לגנזי מרומים
נסתלק לגנזי מרומים
מורי ורבותי, טיייערע קאלעגעס פון אונזער זייטל איי-וועלט, מלפנים היימישע קרעטשמע.
ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב שטיינמאן פון בני ברק.
היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא וואס האלטן פון אים עולם ומלואה, זענען דא אנדערע וואס האלטן פונקט פארקערט און נאך מער. און צו אונזער גוט מזל, האבן מיר - לויט ווי מיר האבן געזען אין די עבר - פון ביידע צדדים דא אין אונזערע פארומס.
די גמרא זאגט אין בבא בתרא "לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו שמתוך טובתו בא לידי רעתו" און אזוי אויך דער רמב"ם אין הלכות דעות, און דער רבינו יונה אויף משלי, און ווי אויך אלע שפעטערדיגע ספרי מוסר ווארענען נישט צו רעדן פון א מענטשן'ס שבח, כדי נישט צוצוקומען צו רעדן פון יענעמ'ס גנאי.
אלזא מיט פארשטענדעניש פונ'ם ציבור, וועלן מיר נישט לאזן שרייבן בשבחו, כדי עס זאל נישט צוקומען אז אנדערע זאלן שרייבן בגנות פון הרב שטיינמאן. צי איז דאס פון חסידים וואס זענען קעגן די ליטווישע גדולים, צי איז דאס פון קנאים. יעדער מיט זיינע טענות, און צומאל אפשר ריכטיגע. און פון די אנדערע זייט וועלן זיין בעניצערס וואס וועלן ווערן אנגעווייטאגט אויף דעם. וועלן מיר נישט צולאזן קיין שום שבח, און קיין שום גנאי.
די נאמען מיט די טיטול הגאון, אדער הרה"ג און ז"ל אדער זצ"ל, און ווי אויך טרוקענע נייעס פון די לוי' און די הספדים (נישט די תוכן, פארשטייט זיך) וועלן יא אפראווד ווערן; און מיר וועלן פרובירן דאס צו מאשר זיין דאס שנעלסטע וואס שייך.
יעדע אנדערע סארט הערכה אדער תגובה סיי וואו אויפ'ן וועלטל, וועט באלד פארמעקט ווערן אן קיין טענות ומענות.

- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער? זיהן און איידעמער?
מרן זצוק"ל הותיר אחריו את שלושת ילדיו: רבי משה, ר"מ בישיבת עטרת שלמה; רבי שרגא, ראש ישיבת קהילות יעקב לצעירים בבני ברק וחתנו של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי; הרבנית טובה, אשת הגאון רבי דב שפירא, ראש ישיבת יד הלוי בירושלים.
לפני כשבועיים נפטרה באורח פתאומי בתו הבכורה של מרן ראש הישיבה זצוק"ל, הרבנית רחל דבורה ברלין, אשת הגאון רבי זאב ברלין, ראש ומייסד ישיבת 'גאון יעקב', כשהיא בגיל 72.
-
- שר האלף
- תגובות: 1374
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
איינפאכער איד האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער? זיהן און איידעמער?
1. מרת רחל דבורה ע"ה אשת הרב זאב בערלין שליט"א ר"י 'גאון יעקב' בבני ברק (זי איז אוועק 2 וואכן צוריק)
2. הרב משה שליט"א ר"מ בישיבת 'עטרת שלמה' (חתן הרב ישראל אשר וואלעס חתן המגיד רבי בן ציון יאדלער זצ"ל)
3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
4. מרת טובה צפורה תחי' אשת הרב דוב שפירא שליט"א ר"י 'יד הלוי' בירושלים
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
טריסקער האט געשריבן:3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
דעם ר"י טאטע האט געהייסן "נח צבי", פארוואס האט ער זיין זוהן נישט גערופן מיט דעם נאמען?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ווערעצקי האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
דעם ר"י טאטע האט געהייסן "נח צבי", פארוואס האט ער זיין זוהן נישט גערופן מיט דעם נאמען?
ווייל ער האט נישט געהאט עדות אז זיין טאטע איז אוועק ביים קריג [געווען צוזאמען מיט אלע קדושי בריסק ביים געטא, אבער קיינער האט נישט איבערגעלעבט], האט ער נישט געוואלט נאך געבן די פילע נאמען.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
אין קורצן - דאס לאנגע לעבן פון הרב שטיינמאן זצ״ל
[align=center]הגאון הגדול מגדולי התורה וראשי ישיבה חו״פ
רבי אהרן יהודה לייב (הגראי״ל) שטיינמאן זצ״ל[/align]
נולד בי״ד חשון בשנת תרע״ד לפ״ק
לאביו הרב ר׳ נח צבי ולאמו גיטל פייגא ע״ה בעיירה בקמניץ ווי זיין זיידע אבי אמו האט געוואוינט.
זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין בריסק בשעתו ווען הגאון רבי וועלוועל מבריסק האט געדינט אלס רב, זיין טאטע איז געווען א מלמד און שמש אין בריסק.
און די יונגע יארן האט ער געלערענט און ישיבת תורת חסד דארט אין בריסק, ביי הגאונים רבי משה סוקולובסקי ורבי אברהם יעקב גארדאן זצ״ל. און שפעטער איז די ישיבה געפירט געווארן דורך הגאון רבי ישראל חיים קפלאן זצ״ל
אין בריסק איז ער געווען נאנט מיט די קינדער פונעם בריסקער רב הגאונים רבי יוסף דוב ויבלחט״א רבי דוד שליט״א ער פלעגט לערנען מיט זיי בחברותא און צומאל פלעגט אים דער בריסקער רב פארהערן צוזאמען מיט זיינע קינדער
בקיץ תרצ״ז צוליב דעם פראבלעם פון מיליטער איז ער געגאנגען קיין שווייץ לערנען אין די ישיבה און מאנטרעי מיט נאך חברים אייניקלך פונעם בריסקער רב.
בעתן צווייטן וועלט קריג איז ער גענומען געווארן צו ארבייטן אין שווייץ אבער נאך א קורצע צייט איז ער באפרייט געווארן.
ווינטער תש״ד האט ער חתונה געהאט עם הרבנית תמר קארענפעלד א ילידת פוילן, (נפטרה כ״ה סיון שנת תשס״ב לפ״ק) זיי האבן זיך באזעצט אין לוגאנו שווייץ.
קיץ תש״ה איז ער ארויף קיין ארה״ק - זיך באזעצט אין פתח תקווה, בפקודת מרן החזון איש זי״ע איז געווארן אויפגענומען אלס ראש ישיבה חפץ חיים אין כפר סבא.
באלול תשט״ו איז ער אויפגענומען געווארן דורך הגאון רבי יוסף שלמה כהנמן זצ״ל אלס ראש ישיבת פאנאוויזש לצעירים,
בשנת תשל״ח האט ער גערינדעט ישיבתו ישיבת ״גאון יעקב״ און שפעטער מיט די צייט נאך ישיבת.
בשנת תשל״ט האט מען אים אנגעבאטן מטעם העדה החרדית צו ווערן ראב״ד אין די עדה, וואס ער האט אבער צום סוף נישט אנגענומען.
ער איז נסתלק געווארן היינט כ״ד כסלו תשע״ח לפ״ק אין די צופרי שטונדען אין מעיני הישועה במעמד קהל רב בניו ונכדיו
ער איז געווען בצליל הדעת עד רגע האחרונה
אפי ער האט געגרייכט א געבענטשטן טיפן עלטער אין די מאה שנים אריין.
זכות התורה תגן עליו ועלינו אמן.