ברוך דיין האמת הרה"ג ר' שמואל אויערבאך זצ"ל

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

בא השמש בצהריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ווי פאסיג האט זיך אויסגעדריקט ריעו ואמיתו דער צבא ה' ההולך לפני מחנה ישרא-ל מרן גאב''ד ירושלים שליט''א מרא דארעא דישרא-ל ביים הערן פון די שוידערליכע אבידה שאין לה תמורה:
בא השמש בצהריים האט ער געזאגט אז כאטש ער איז נישט געווען א אינגער מענטש איז עס בצהריים ווייל ס'איז אינמיטען די מלחמה כבידה וואס ער האט געהאלטען אינמיטען פירען און די מהפיכה ממש וואס ער האט דורכגעפירט און זיינע רייען! (נישט ק/פ)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

זיסקינד האט געשריבן:אין דעם בריעוו איז ער פונה צו זיינע תלמידים מיט א בקשה אז ס'איז געקומען זיך אפהאקן פון די געלטער וואס די ציונים געב'ן,

אזוי אויך איז ביי דעם מעמד געווען זיין לעצטע ציבורישע דרשה וואס ער האט ארויס געברענגט מיט א שטארקייט אויף דעם חוב זיך צו מתנזר זיין פון תקציבי השלטונות, און אוועק שטעלן די מוסדות אינגאנצן על טהרת הקודש


קליינע שינו:
דאס איז די לעצטע ציבורישע בריוו פאר שומעי לוקחו, אויבען איז דא די סאמע לעצטע בריוו בחייו - צו עסקני סאמאר- און טאקע אויך איבער טהרת הקודש.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אהרן הלוי האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:מנחת אוריאל הל' עירובין

פון מח''ס מגילת ספר?

ער מיינט אפשר קרית אוריאל אויף תחומין פון הרב בוקוואלד. (אויך געשריבען וועגן די תרנגולים viewtopic.php?p=1604787#p1604787)
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

מרן הגר"ש אויערבאך זצוק"ל בראש מערכות ישראל ביים עצרת מוצאי עשרה בטבת תשע"ו
מרן ראש הישיבה נואם.jpg
מרן ראש הישיבה נואם.jpg (582.95 KiB) געזען 6622 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

נאך בילדער פונעם עצרת מוצאי עשרה בטבת תשע"ו
מרן הגרש אוירבך הגאון הגדול רבי דוד בצרי.jpg
מרן הגרש אוירבך הגאון הגדול רבי דוד בצרי.jpg (430.32 KiB) געזען 6622 מאל

מרן הגרש אוירבך הגאון הגדול רבי זבולון שוב הגאון הגדול רבי משה שמידע הגאון הגדול רבי צבי שנקר.jpg
מרן הגרש אוירבך הגאון הגדול רבי זבולון שוב הגאון הגדול רבי משה שמידע הגאון הגדול רבי צבי שנקר.jpg (494.71 KiB) געזען 6622 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

נאך פונעם עצרת מוצאי עשרה בטבת תשע"ו
מרן ראש הישיבה 1.jpg
מרן ראש הישיבה 1.jpg (382.1 KiB) געזען 6622 מאל

מרן ראש הישיבה.jpg
מרן ראש הישיבה.jpg (33.6 KiB) געזען 6622 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אויף אוצה"ח האט איינער ארויף געשטעלט דעם בילד:
בילד
ציצייכענענדיג אז ס'זעהט אויס ווי רבי יואל'יש [מסאטמאר] .....,
[אגב, דער אשכול דארט איז מלא תוכן]
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

לחם לשובע האט געשריבן:כאיל תערוג - פורים תשע"ה

ער זאגט ארויס די שמות ביים זינגען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

צוויי גאר אינטערסאנטע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט און די לעצטע טעג פונעם לעבן ביים ראש ישיבה ווי עס שיינט ארויס דעם אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי

די ערשטע געשעעניש איז אז און די לעצטע עטליכע וואכן האט דער ראש ישיבה געשטעלט א מועצת פון צוועלף נאענטע מענטשן וואס זאלן שטיין לימינו און שטיין אין שפיץ פון די פילע מוסדות און ישיבות וכוללים תחת דגלו און אזוי ווייטער צו שטיין און שפיץ פון די ירושלים בני תורה אימפעריע, הרה"ג ר׳ יהושע ארנברג, הרה"ג ר׳ בנציון בורודיאנסקי, הרה"ג ר׳ אשר דייטש, הרה"ג ר׳ שמואל מארקאוויץ, הרה"ג ר׳דב אהרן זלזניק, הרה"ג ר׳ צבי רוטנברג, הרה"ג ר׳ זבולן שוב, הרה"ג ר׳ צבי שינקר, הרה"ג ר׳ משה שמיד, ווען אין שפיץ האט ער געשטעלט דריי גאר נאענטע אחיו הרה"ג ר׳ עזריאל אויערבאך, הרה"ג ר׳ צבי פריעדמאן, און הרה"ג ר׳ שמואל דייטש, וואס דאס האט ממש אפגעראטעוועט די בני תורה און עטוואס געלינדערט זייער יתמות מיט דעם וואס ער האט געשטעלט עפעס א פירערשאפט ממש און די טעג פאר די פטירה עס גלייבט זיך אז מיט די צייט וועט ארויסשיינען איינע פון די דריי אלץ דער אפיציעלע מנהיג העדה די שאלה איז ווער,

די צווייטע אינטערסאנטע עפעזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ממש און די צען טאג פאר די פטירה ווי עס פארציילט הר"ר חיים ראחאמקין שליט"א מנהל פון בית יעקב און בני ברק תחת דגלו פון דעם ראש ישיבה וואס ווי שוין ערווענט איז פארגעקימען א מסיבה לטובת המוסד די לעצטע מוצאי שבת א וואך פאר די פטירה, "מעמד כתר טהור" מיט די באטייליגונג פונעם ר"י ווי די ר"י האט אויפגעטרעטן און אזוי אויך ארויסגעגעבן א שטארקע מכתב צום מעמד וואס איז שוין אראפגעברענגט געווארן דא, ווי ער רעדט איבער דאס זיך מתנזר משלחן איזבל וואס איז דאס לעצטע בריוו געשריבן לקהל עדתו און ווערט געזעהן ווי א צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט צו פארברייטערן און אפרייסן אלע זיינע מוסדות פון נעמען געלט,

פארציילט הרב ראחאמקין אז און די טעג בעפארן מעמד האט ער גערעדט מיטן ר"י און די ר"י האט גאר שטארק געבליטיגט מיט גרויס ווייטאג איבער די גזירות על הדת ספעציעל די גזירות גיוס און נאך מער אז מען האלט שוין ביי א מצב אז מען דארף שוין לוחם זיין איבער גיוס בנות, האט ער בתוך דבריו פארציילט די באקאנטע מעשה פונעם חזון איש אז ביי די גזירה פון גיוס בנות האט דער חזון איש זיך זייער מתמרמר געווען איבער די ביטערע גזירה און געזאגט אז מען ברויך טיען וויפל מען קען און וואס מען קען נישט אויפטאן אויף די וועלט וועט מען מוזן אויפטאן אויף יענע וועלט און צוויי וואכן דערנאך איז דער חזון איש נסתלק געווארן

אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

זבחי צדק האט געשריבן:אויף אוצה"ח האט איינער ארויף געשטעלט דעם בילד:
ציצייכענענדיג אז ס'זעהט אויס ווי רבי יואל'יש [מסאטמאר] .....,


איך האב שוין דארט געוואלט מגיב זיין, אז חוץ דעם שיעפן היט און ווייסן בארד, זעה איך נישט די ענליכקייט.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שופר האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:מנחת אוריאל הל' עירובין

פון מח''ס מגילת ספר?

ער מיינט אפשר קרית אוריאל אויף תחומין פון הרב בוקוואלד. (אויך געשריבען וועגן די תרנגולים viewtopic.php?p=1604787#p1604787)

אריאל
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

יענקעל משה האט געשריבן:צוויי גאר אינטערסאנטע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט און די לעצטע טעג פונעם לעבן ביים ראש ישיבה ווי עס שיינט ארויס דעם אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי

די ערשטע געשעעניש איז אז און די לעצטע עטליכע וואכן האט דער ראש ישיבה געשטעלט א מועצת פון צוועלף נאענטע מענטשן וואס זאלן שטיין לימינו און שטיין אין שפיץ פון די פילע מוסדות און ישיבות וכוללים תחת דגלו און אזוי ווייטער צו שטיין און שפיץ פון די ירושלים בני תורה אימפעריע, הרה"ג ר׳ יהושע ארנברג, הרה"ג ר׳ בנציון בורודיאנסקי, הרה"ג ר׳ אשר דייטש, הרה"ג ר׳ שמואל מארקאוויץ, הרה"ג ר׳דב אהרן זלזניק, הרה"ג ר׳ צבי רוטנברג, הרה"ג ר׳ זבולן שוב, הרה"ג ר׳ צבי שינקר, הרה"ג ר׳ משה שמיד, ווען אין שפיץ האט ער געשטעלט דריי גאר נאענטע אחיו הרה"ג ר׳ עזריאל אויערבאך, הרה"ג ר׳ צבי פריעדמאן, און הרה"ג ר׳ שמואל דייטש, וואס דאס האט ממש אפגעראטעוועט די בני תורה און עטוואס געלינדערט זייער יתמות מיט דעם וואס ער האט געשטעלט עפעס א פירערשאפט ממש און די טעג פאר די פטירה עס גלייבט זיך אז מיט די צייט וועט ארויסשיינען איינע פון די דריי אלץ דער אפיציעלע מנהיג העדה די שאלה איז ווער,

די צווייטע אינטערסאנטע עפעזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ממש און די צען טאג פאר די פטירה ווי עס פארציילט הר"ר חיים ראחאמקין שליט"א מנהל פון בית יעקב און בני ברק תחת דגלו פון דעם ראש ישיבה וואס ווי שוין ערווענט איז פארגעקימען א מסיבה לטובת המוסד די לעצטע מוצאי שבת א וואך פאר די פטירה, "מעמד כתר טהור" מיט די באטייליגונג פונעם ר"י ווי די ר"י האט אויפגעטרעטן און אזוי אויך ארויסגעגעבן א שטארקע מכתב צום מעמד וואס איז שוין אראפגעברענגט געווארן דא, ווי ער רעדט איבער דאס זיך מתנזר משלחן איזבל וואס איז דאס לעצטע בריוו געשריבן לקהל עדתו און ווערט געזעהן ווי א צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט צו פארברייטערן און אפרייסן אלע זיינע מוסדות פון נעמען געלט,

פארציילט הרב ראחאמקין אז און די טעג בעפארן מעמד האט ער גערעדט מיטן ר"י און די ר"י האט גאר שטארק געבליטיגט מיט גרויס ווייטאג איבער די גזירות על הדת ספעציעל די גזירות גיוס און נאך מער אז מען האלט שוין ביי א מצב אז מען דארף שוין לוחם זיין איבער גיוס בנות, האט ער בתוך דבריו פארציילט די באקאנטע מעשה פונעם חזון איש אז ביי די גזירה פון גיוס בנות האט דער חזון איש זיך זייער מתמרמר געווען איבער די ביטערע גזירה און געזאגט אז מען ברויך טיען וויפל מען קען און וואס מען קען נישט אויפטאן אויף די וועלט וועט מען מוזן אויפטאן אויף יענע וועלט און צוויי וואכן דערנאך איז דער חזון איש נסתלק געווארן

אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי


קענסט רואיג אננעמען אז ער האט געוויסט. ער איז געווען א גרויסע איד, א בעל מדריגה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

WOW געזעהן אביסל בילדער פון די לוי', עס איז נישט פשוט וואס פאר א בכיות דארט גייט פאר.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

באריכט פון דער טעגליכער איד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

הונדערטער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן ביים כלל ישראל, ליטווישע, חסידים, אשכנזים, ספרדים, אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ומאורי ישראל שליט"א, ובראשם הגאונים הצדיקים שרי התורה חברי הביד"צ העדה החרדית שליט"א, זענען זיך צונויפגעקומען נעכטן צו דער ריזיגער לויה פון מרן הגאון הגדול, שר התורה, לוחם מלחמות ה', רבי שמואל אויערבאך זצוקללה"ה, ראש ישיבת מעלות התורה אין ירושלים, וואס איז אזוי פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס צום גרויסן צער פון זיינע טויזנטער חסידים און ערליכע אידן שלומי אמוני ישראל בכל קצוי תבל.

די לויה איז ארויס צום ערשט פון דער ישיבה מעלות התורה ביז צום בית הכנסת הגר"א אויף רח' השל"ה אין דער 'שערי חסד' געגנט אין ירושלים. פאר'ן ארויספירן די מטה האט מען געזאגט תהלים און דערנאך האט מען זיך געזעגנט און דאן זענען געהערט געווארן די הספדים פון פילע גדולי ישראל, וואס האבן ארויסגעברענגט זיין גדלות בתורה, ביראה, זיין אויסטערלישע צדקות ומדת החסד, און ספעציעל זיין מלחמה לה' אנצוהאלטן דעם ריינעם דרך המסורה וואס ער האט צוגעזען און מקבל געווען פון די גדולי ישראל מדור הקודם, ובראשם ביי מרן החזון איש זצ"ל און ביים בריסקער רב זצ"ל.

דער מעמד הלוי' האט זיך געשלאסן מיט סליחות און קבלת עול מלכות שמים, דערנאך איז מען ארויס מלוה זיין, און די לוי'-צוג פון די הונדערטער טויזנטער אידן, אלע מיט צעבראכענע הערצער און געבויגענע קעפ, פארטרויערט און פאר'צער'ט פון דער אויסטערלישער אבידה, האט זיך געשלענגלט דורך די געסלעך פון דער שערי חסד געגנט ביז צום ריכטונג פון הר המנוחות, און צוליב די מאסן זענען צענדליגער גאסן און שאסייען פארשלאסן געווארן אין ירושלים. מ'האט באגלייט דעם גרויסן גדול בישראל צופיס, ביז ער איז געקומען אין די פארנאכט-שטונדן למקום מנוחתו, צום געוויין און געשריי פון די פילצאליגע טויזנטער צעבראכענע מלווים.

דער טרויער און צער לאזט נישט נאך, ספעציעל ביי זיינע פילע טויזנטער תלמידים וממשיכי דרכו, וואס הערן נישט אויף צו יאמערן און ביטערן, "מי יקום לנו עם מרעים," "על מי נטשת את הצאן," און קוקן ארויס צו קענען ממשיך זיין דעם דרך המסורה און די מלחמה לה' וואס דער ראש הישיבה זצוקללה"ה האט אנגעצונדן מיט אזא מורא'דיגן ברען צווישן די רבבות בני תורה צו שטיין קאמפראמיסלאז מיט'ן קאמף קעגן די אפיקורסים און די רשעי ישראל, און זיך שלאגן מיט זייערע גזירות רעות קעגן דת אין ארה"ק, צי בנוגע גיוס, צי בנוגע חינוך, און נישט נתפעל ווערן פון די אלע סארט מפשרים מינים ממינים שונים וואס זוכן אפצונויגן פונעם אריגינעלן דרך התורה והיהדות.

זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

.
unnamed.png
unnamed.png (302.21 KiB) געזען 6293 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מגנזי אוצרותי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הזמנה
אטעטשמענטס
SAURBACH.png
SAURBACH.png (386.16 KiB) געזען 6293 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

הספידם במסע הלויה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

.

2.png
2.png (361.76 KiB) געזען 6293 מאל

3.png
3.png (480.94 KiB) געזען 6293 מאל

4.png
4.png (468.05 KiB) געזען 6293 מאל
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

.
5.png
5.png (364.21 KiB) געזען 6293 מאל
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

סארקאזי האט געשריבן:סאיז זייער פאסיג די ווערטער פון אור החיים הקדוש די וואך אנהויב פרשת תשא, ווי ער טייטשט אויס די פסוקים,
אז סווערט נסתלק א גדול בישראל, ראש בני ישראל, איש שהכל בו, דאס איז א כופר נפש פאר די אידן, און יעדער דארף קוקן וואס ער דארף מתקן זיין, אז מהאט צוגענומען דעם צדיק,
און ער פירט אויס מיט שרעקעדיגע ווערטער
וכן תמצא שבכל עת שיסתלק הצדיק רעה הבאה אחריו היא סמוכה לפטירתו כמאמרם ז''ל וכמו שראינו בעינינו בדורות הללו עכ''ל


א אינרעסאנטע נקודה וואס איך האב געטראכט איבער די ווערטער פון אור החיים הקדוש וואס באציה'ט זאך אויף דעם אז דער רבוש"ע נעמט צו א ראש בני ישראל, האב איך געטראכט אז ראש איז ר"ת ר' שמואל אויערבאך,
און ס'קומט אויס אז ס'איז ממש מרומז אין דעם פסוק
כי טוב השם
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

לחם לשובע האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:און א זייטיגע נאטיץ איז געווען זייער מערקבאר און מפורסם אז טראץ וואס איז געווען א מאסען לוויה איז נישט געווען אנוועזעהן משטרה ומשטרות / חיילים וחיילת, דאס האט אפגעשפיגעלט זיין הייליגע מלחמה און התנגדות צי די גאנצע עסק.

מען קען נישט זאגן אז עס איז נישט געווען אנוועזענד, איך האב דארט געזעהן פאליציי, נאר ארום די מיטה איז נישט געווען קיין פאליציי

ס'איז געווען פאליציי נאר ארום די גאס'ן זיי האב'ן אפגעשפארט די גאס'ן זיי האבן זיך נישט געדרייט צווישן דעם ציבור און נישט געפיהרט די לויה
כי טוב השם
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
יענקעל משה האט געשריבן:צוויי גאר אינטערסאנטע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט און די לעצטע טעג פונעם לעבן ביים ראש ישיבה ווי עס שיינט ארויס דעם אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי

די ערשטע געשעעניש איז אז און די לעצטע עטליכע וואכן האט דער ראש ישיבה געשטעלט א מועצת פון צוועלף נאענטע מענטשן וואס זאלן שטיין לימינו און שטיין אין שפיץ פון די פילע מוסדות און ישיבות וכוללים תחת דגלו און אזוי ווייטער צו שטיין און שפיץ פון די ירושלים בני תורה אימפעריע, הרה"ג ר׳ יהושע ארנברג, הרה"ג ר׳ בנציון בורודיאנסקי, הרה"ג ר׳ אשר דייטש, הרה"ג ר׳ שמואל מארקאוויץ, הרה"ג ר׳דב אהרן זלזניק, הרה"ג ר׳ צבי רוטנברג, הרה"ג ר׳ זבולן שוב, הרה"ג ר׳ צבי שינקר, הרה"ג ר׳ משה שמיד, ווען אין שפיץ האט ער געשטעלט דריי גאר נאענטע אחיו הרה"ג ר׳ עזריאל אויערבאך, הרה"ג ר׳ צבי פריעדמאן, און הרה"ג ר׳ שמואל דייטש, וואס דאס האט ממש אפגעראטעוועט די בני תורה און עטוואס געלינדערט זייער יתמות מיט דעם וואס ער האט געשטעלט עפעס א פירערשאפט ממש און די טעג פאר די פטירה עס גלייבט זיך אז מיט די צייט וועט ארויסשיינען איינע פון די דריי אלץ דער אפיציעלע מנהיג העדה די שאלה איז ווער,

די צווייטע אינטערסאנטע עפעזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ממש און די צען טאג פאר די פטירה ווי עס פארציילט הר"ר חיים ראחאמקין שליט"א מנהל פון בית יעקב און בני ברק תחת דגלו פון דעם ראש ישיבה וואס ווי שוין ערווענט איז פארגעקימען א מסיבה לטובת המוסד די לעצטע מוצאי שבת א וואך פאר די פטירה, "מעמד כתר טהור" מיט די באטייליגונג פונעם ר"י ווי די ר"י האט אויפגעטרעטן און אזוי אויך ארויסגעגעבן א שטארקע מכתב צום מעמד וואס איז שוין אראפגעברענגט געווארן דא, ווי ער רעדט איבער דאס זיך מתנזר משלחן איזבל וואס איז דאס לעצטע בריוו געשריבן לקהל עדתו און ווערט געזעהן ווי א צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט צו פארברייטערן און אפרייסן אלע זיינע מוסדות פון נעמען געלט,

פארציילט הרב ראחאמקין אז און די טעג בעפארן מעמד האט ער גערעדט מיטן ר"י און די ר"י האט גאר שטארק געבליטיגט מיט גרויס ווייטאג איבער די גזירות על הדת ספעציעל די גזירות גיוס און נאך מער אז מען האלט שוין ביי א מצב אז מען דארף שוין לוחם זיין איבער גיוס בנות, האט ער בתוך דבריו פארציילט די באקאנטע מעשה פונעם חזון איש אז ביי די גזירה פון גיוס בנות האט דער חזון איש זיך זייער מתמרמר געווען איבער די ביטערע גזירה און געזאגט אז מען ברויך טיען וויפל מען קען און וואס מען קען נישט אויפטאן אויף די וועלט וועט מען מוזן אויפטאן אויף יענע וועלט און צוויי וואכן דערנאך איז דער חזון איש נסתלק געווארן

אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי


קענסט רואיג אננעמען אז ער האט געוויסט. ער איז געווען א גרויסע איד, א בעל מדריגה.

דוד המלך האט אויך נישט געוויסט...
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

סידיראם האט געשריבן:WOW געזעהן אביסל בילדער פון די לוי', עס איז נישט פשוט וואס פאר א בכיות דארט גייט פאר.


איך האב היינט געהאט א שמוע'ס מיט הר' אייזנבאך פון די חברה קדישא אין ירושלים, און ווי דער עולם האט מיט געהאלטן ביי די לויה האט ער געוויינט אינמיטן זאגן דעם עקביא בן מהלאל האב איך עם געפרעגט וועגן דעם זאגט מיר אז 33 יאהר וואס ער הארבעט שוין אין חברא קדישא און ער האט נאך קיינמאל נישט מיט געלעבט אזא לויה אויף אזא גרויסע פארנעם מיט אזוי פיהל מענטש'ן פון אלע מיני קרייזן ליטווישע חסידישע ירושלימער וואס וויינען בבכיות ובדמעות אפאר שעה און אזוי פיהל מענטשן רייס'ן קריעה, דער מציאות האט עם אויך געבראכן וואס אפילו ער גייט אויף אזוי פיה'ל לויות האט ער דא מיט געוויינט
כי טוב השם
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

די דאקטאר זיינע האט געזאגט אויף די איזרעילי רעדיאס אז ס'איז נישט קיין ספק אז זיין הארץ האט נישט געקענט אויסהאלטן די שרעקליכע גזירות גיוס.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

מיט זיין תלמיד הגאון המופלא ר' יצחק גולדשטיין ז''ל, מראשי ביאור שוטנשטין ואנציקלופדיה תלמודית, ווען דער תלמיד האט געברענגט כרך כ''ז פונעם אנציקלופדיה פאר זיין רבי (שנת תשס''ז).
בילד
גענומען פון דא.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”