קרישקעלעך און הערות איבערן כינוס כללי

אחראי: יאנאש

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

farshlufen האט געשריבן:גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.



2 ענינים, נישט יעדער פארשטייט די מבטא פון ראב"ד, אבער די מייקס האבין אין געוויסע פלעצער פון זאל נישט גוט גע'ארבעט בעת דרשת הראב"ד
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

עס איז געווען זייער אינטערעסאנט ווען איך האב גענומען א שפאציר ארום דעם זאל, עס איז געווען אינמיטן דעם רבינ'ס דרשה, האט מען אין יעדע סעקשאן פון זאל געהערט אנדערש, אײן פלאץ העכער איין פלאץ שטילער, אײן פלאץ מיט א ווידער קול אײן פלאץ אן א ווידער קול, איין פלאץ שארף איין פלאץ טרוקן, עס איז מיר געווען א חידוש ווייל ביי יעדע בעסערע חתונה וואס מען לייגט אין געלט און טייערע מוזיק זעט מען די גאנצע צייט ווי א אינזשעניר דרייט זיך ארום מיט א טאבלעט און מאכט זיכער אז די סאונד הערט זיך גוט און באקוועם, דא האבעכעס בכלל נישט געזען, מען האט אויך נישט געזען אז איינער זאל פלעין ארויפגיין גאנץ אויבן אויף די שטאקן הערן צו ס'הערט זיך גוט דארט, בקיצור, אויב הערסטו פון איינעם אז די סאונד איז געווען מאסיוו און פון א צווייטן אז ס'געווען שרעקליך, זאלסטו וויסן אז אלעס ווענדט זיך ווי מען איז געזיצן
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אוהב ספרים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.



2 ענינים, נישט יעדער פארשטייט די מבטא פון ראב"ד, אבער די מייקס האבין אין געוויסע פלעצער פון זאל נישט גוט גע'ארבעט בעת דרשת הראב"ד

יעך בין געזיצן און סעקשאן 229, פינעף שורה׳ס פון גאנץ אויבן. געזיצן פון 4׳רע ביז 8:17 און געהערט יעדעס ווארט.
רשעות קאלטע סעלצער
וואס הערט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

אוהב ספרים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.



2 ענינים, נישט יעדער פארשטייט די מבטא פון ראב"ד, אבער די מייקס האבין אין געוויסע פלעצער פון זאל נישט גוט גע'ארבעט בעת דרשת הראב"ד

די ספיקערס אונטערן אויבן אהן איז געווען ממש געפערליך מען האט נאר געהערט א ווידער קול פונעם זאל און נישט פארשטאנען קיין ווארט, איך האב מיר געמוזט גיין זוכן אן אנדערע פלאץ צו קענען הערן
(מען קען אפשר דן זיין לכף זכות אז ביי געווענליכע קאנסערטס נוצן זיי נישט יענעם חלק)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי די צוויי תגובות העכער מיר זענען זיך געהעריג סותר?

לית נגר ובר נגר דיפרקיני'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

לחם לשובע האט געשריבן:ווי קען מען הערן / זען די דברו"ק פונעם ראב"ד?

א רעקארדירונג פון אינעם זאל
https://www.dropbox.com/s/jn7wegs8003mp ... 9.m4a?dl=0
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

לימוד על הגאולה
אטעטשמענטס
image (7).png
image (7).png (303.24 KiB) געזען 4291 מאל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואס הערט זיך האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.



2 ענינים, נישט יעדער פארשטייט די מבטא פון ראב"ד, אבער די מייקס האבין אין געוויסע פלעצער פון זאל נישט גוט גע'ארבעט בעת דרשת הראב"ד

די ספיקערס אונטערן אויבן אהן איז געווען ממש געפערליך מען האט נאר געהערט א ווידער קול פונעם זאל און נישט פארשטאנען קיין ווארט, איך האב מיר געמוזט גיין זוכן אן אנדערע פלאץ צו קענען הערן
(מען קען אפשר דן זיין לכף זכות אז ביי געווענליכע קאנסערטס נוצן זיי נישט יענעם חלק)

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט וועגן געווענדליכע קאנסערטס. די זיצן אינטערן אויבן אן זענען געמאכט צו ניצן זאל עס זיין פאר געימס אדער שאו'ס און ס'זיכער דא א מייק סיסטעם וואס מ'קען הערן אין גאנצן סטעדיום.

האט מען געניצט די סטעדיומ'ס סיסטעם אדער האט סאנדעל געברענגט אן אייגענע?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כפי ידיעתי האט מען גענוצט ביידע סיסטעמס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

ניס קראכער האט געשריבן:לימוד על הגאולה

איך האב געהערט אז די רבי האט געדארפט רעדן דערפון, און גלייך נאכדעם שוין ארויסלייגן די לוח השיעורים, נאר צוליב טעכנישע חלקים איז עס אפגעהאלטען געווארן
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אינטערעסאנטע פוינט'ס פון מיין עסקנות קוק ווינקל:
25 מאל האט די סעקויריטי געזאגט אז מע גייט אינגאנצן אופשפארן די טירן אריין אין ארויס צלוב די רבי עם וואס דרייט זיך אין האלל וועי.
שומרים/ק"י חברים/שוויצער'ס/סעקויריטי גאר'ד/אין וואס נישט האבן געטרייט 125 מאל אריין צו טרייבן די עולם אבער אין פוצה פה מצפה.
די נישט שטיין ביים דורך גיין אינסייד זאל פאלעסי האט זיך געהאלטן פון 3:00 ביז 3:02.
די עיר קאנדישן האט קיינמאל נישט געארבעט אזוי הויעך אין זאל, (פון די הויפט קעפטן אין זאל), אין מיט דעם אלעם געווען שטיקעדיג!
מי כעמך ישראל.
די טרעפיק אריין אין ארויס פון פארקינג האט קאנטראלירט ק"י חבירים "מיט די הילף פון די זאל פארוואלטע".
18 קינדער פארלוירען במשך הכינוס, יעדן געטראפן אין א גוטע צישטאנד, קרעדיט:שומרים בארא פארק/ק"י חבירים.
2 מינוט נאכן ענדיגן די פראגראם איז שוין די זאל געווען אינגאנצן ליידיג.
מייסטער סדר מיט די זקינים, פארקערט ווי די פראטעסט אין מאנהעטן 4 יאר צירוק.
סיינ'ס זיך גערוקט שיין אין פראפעשענל.
די פארקינג גלאט זענען געווען 85 פארצענט אונגעפילט.
א יעדע קאר איז מיטגעפארן א מינימום פון 3 מענטשן.
פילע פרייוועט 15 פעסדזשער געווען אין פארקינג מיט פילע משפחות דער אין.
א יעדע עסקן האט געהאט זיין אופגאבע! (א חידוש פאר סאטמאר).
הונדערטער מנינים מנחה געשטעלט ארום די גאנצע זאל.
שטארק ווינטיג געווען אינדרויסן וואס דאס האט פארשווערט די סדרנים, פאות/הוט/בארד/סיינ'ס/פינ'ס/ ראדיו/ סעל/ געפלויגן.
הערליכע באסעס אויסשטעל מיט גרויסע סיינ'ס צו ווייזן פון וועלעכע עריע די באסעס פארן, חבל אויף די ווינטן וואס האבן די סיינ'ס אויך נישט געשוינט.
VIP פארקינג גלאט האט נישט געהעריג זיך אוסגעארבעט, חבל.
אין איין ווארט- די זאך איז געווען א מאסיווע סוקסעס, אין מיינע אויגען.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

לא שרייבער אני ולא בן שרייבער ע"כ יהא בעיניכם כאילו היתי

איך וועל אנהייבן ווי יעדער ס'איז שווער ארויסצוגעבן די הרגשים .... איך וועל אבער צולייגן די סיבה פ"וו עס איז שווער און באמת שווער, און די סיבה איז פשוט: איך מיין יעדער וואס איז דארט געווען וועט מודה זיין צו דעם, אז מ'איז אהין געגאנגען מיט איין בליק און אהיים געקומען מיט גאנץ א צווייטע , די וועג ווי אזוי דער רבי האט אינגאנצן דערהויבן אונזערע הערצער און מחשבה איז עפעס וואס מ'קען נישט זיין גערישט פון פארדעים, אבער נאכדעים וואס מ'דערלעבט עס אויף די אייגענע הויט איז דער טויש שווער מ'הייבט אן צו טראכטן איין מינוט פון ווי קום איך דא יעדער איז אהיים געגאנגען שוועבעדיג ווי נישט אויף דער וועלט דאס איז עפעס וואס מ'קען נישט ממחיש זיין מ'קען עס נישט אנכאפן מיט גשמיותדיגע מושגים יעדנס מחשבה פירט צו עפעס א אנדערע ענגל פון דערהויבנקייט או ס'איז שווער פשוט זיך מצמצם זיין די מחשבה צום געדאנק וואס מ'וויל זאגן

אודה ולא אבוש בשעת @מיללער איז שוין געווען שוועבעדיג אין די העכערע ספערן אין די צייט וואס עס איז געווען דער הופעת פונעם גדול התורה דער ראש בית דין שליט"א בין איך נאך געווען פארנומען צו געבן א פסק פאר א עסקן פ"וו מ'האט געפנט דעם חלק פון אונטערן אויבן אן.............. (אגב איך האב מיך מחי' געווען מיט דעם פלאץ...... דארף איך באדאנקען די עסקנים פאר'ן דאס עפענען איך בין אהין געגאנגען מיט מיין יונגעל אוועקגעלייגט דעם קוקער און זיך קאנצעטרירט צו כאפן א בליק אויפן ראש בית דין שליט"א און געזען רבינו ביין זיין דרשה מיט זיין התלהבות דקדושה..פון צייט צו צייט איז געווען ופני יראו אויך..)

נישט דורך געגאנגען קיין לאנגע צייט איך האב באשלאסן איך פארפאס דאך אלעס לאמיר גיין טון צו דער זאך געכאפט מיין שעפעלע און זיך געזוכט א גוט פלאץ און דאן האט זיך אלעס געטוישט איין מינוט געב איך צו מיר א טראכט ווער רעדט דא איינע פון די גרעסטע פוסקים בדורינו וואס פארנעמט זיך צו משיב זיין שאלות פאר אידישע קינדער בכל קצוי תבל והודעת להם את הדרך ילכון בה א איד א עצם עצמי פון די תורה זיין גאנצע חיות איז תורה און איז שוין מרביץ די הייליגע תורה פאר איבער א יובל שנים פארשיינט די וועלט מיט תורה פאר אזויפיל יאר דער איד צו וועם רביה"ק איז יצא מגדרו -דער רבי האט נישט געטוישט זיין גדר אין דעם פאר גדולי תורה בשעתו- און באקרוינט זיין ספר מיט א הסכמה וכו' און וואס רעדט מען פון עיקרי אמונה ביאת המשיח וואס איז יצא מפיו פון אזא גרויסע איד שטיקער אמאל שטיקער פון אמאליגע צדיקים וואס ער אליין האט מיטגעלעבט ווי בין איך דא ?

און פון דעמאלט און ווייטער בין איך שוין געבליבען צוגענאגלט ביז נאך די דרשה פון רבינו שליטא אלע פראבלעמען אוועקגעפאלן

נאך אביסל טיפער און נאך מער איבער'ן רבינס דרשה וואס איך האב ארויסגענומען פון דעים וויל איך נאך צוריק קומען
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
אויך האט די דיין שליט״א דערמאנט און ארויסגעברעגט די חלק אז ווען די רבי זי״ע האט געענדיגט שרייבן דעם ויואל משה האט ער עס ארום געשיקט צו אלע גרויסע פרימינענטע רבנים איבער די וועלט צו פרעגן זייער מיינונג, אויב זיי האבן עפעס צו מוסיף זיין צו פארקערט, ער האצע געשריבן שמה טועה אני, אדרבה ענפערט׳ס מיר. און קיינער האט נישט געקאנט אפזאגן די קלארע דעת תורה פון רבין.


די חלק אז קיינער האט נישט אפגעפרעגט האט דער ראב"ד אויך ארויסגעברענגט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

קלארע ריקארדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דרשת - כ״ק מרן אדמו״ר (מהר״א) מ׳סאטמאר שליט״א - א' שלח כ' סיון תשע״ח בנעסאו קאלאסיעם

https://www.dropbox.com/s/7yslblsh4db2c ... 3.mp3?dl=0

https://www.dropbox.com/s/749r16by0txve ... 3.mp3?dl=0
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

וואס הערט זיך האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האב מיר געהעריג געהערט און פארשטאנען דעם ראב"ד, בו בזמן וואס מיין שכן האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט.



2 ענינים, נישט יעדער פארשטייט די מבטא פון ראב"ד, אבער די מייקס האבין אין געוויסע פלעצער פון זאל נישט גוט גע'ארבעט בעת דרשת הראב"ד

די ספיקערס אונטערן אויבן אהן איז געווען ממש געפערליך מען האט נאר געהערט א ווידער קול פונעם זאל און נישט פארשטאנען קיין ווארט, איך האב מיר געמוזט גיין זוכן אן אנדערע פלאץ צו קענען הערן
(מען קען אפשר דן זיין לכף זכות אז ביי געווענליכע קאנסערטס נוצן זיי נישט יענעם חלק)
יא דארט איז געווען געפרערליך ביז די רבי'ס דרשה, כ'האב פארשטאנען אז ס'בכלל נישט געווען קיין ספיקערס ווייל מ'האט הערשט מיטוואך צוגעלייגט יענע סעקשאן'ס אבער שפעטער האביך געהערט אז מ'האט געלייגט די ספיקערס אין זאל נאכען האבען צוגעלייגט די סעקשאן'ס
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

אינגעלייט כאפען זיך אריין אין אהבת קדומים אין זיידע כאפען זיך אריין אין ביי די אינגעלייט..
אטעטשמענטס
0beb1a3d-1645-4b41-bb94-0d872be0892a.jpg
0beb1a3d-1645-4b41-bb94-0d872be0892a.jpg (30.68 KiB) געזען 3450 מאל
a0adef64-57d0-436b-a0e8-ef3f13d4fc55.jpg
a0adef64-57d0-436b-a0e8-ef3f13d4fc55.jpg (130.79 KiB) געזען 3450 מאל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ר' שלום סאנדל האט אויך צוגעשטעלט די סאונד ביי די גרויסע סאטמאר חתונה תשמ"ה, אינטערעסאנט צו וויסן אויב איז ער טאקע געזיצן כמלך בגדוד מיט זיין קלאפערגעצייג טאקע "באותו מקום" וואו ער האט יעצט אפערירט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כפי ידיעתי האט מען גענוצט ביידע סיסטעמס.


ביים ראב"ד'ס דרשה האט נישט געארבעט ביידע נאר סאנדעל'ס, ביים רבי'ןס יא. כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אפאר אידן האבן אנגעפרעגט היינט אויף א געוויסע נקודה וואס די רבי האט ארויסגעברעגנט בנוגע די באזינדערע סיעתא דשמיא מיט דעם וואס רבה״ק האט איבערגעלעבט דעם קריג מיטן גאנצן צלם אלקים און צורת קדשו.

איינע פון די סיפורים וואס איז דערציילט געווארן שפעטער וואס האט פאסירט מיטן רבין לגבי דעם איז געווען איינמאל ביי איינע פון די אינטערזיכונגען וואס די דייטשן האבן דורכגעפירט אויף די אידן און לאגער די אנגעבליכער סיבה פון די דייטשן אפצוגאָלן די האר פון די אידישע געפאנגענע און די ארבעט׳ס לאגערן איז מכלומריש נישט געווען אלטס פיינטשאפט צו א אידישע צורה, נאר צו האלטן דאס פלאץ ריין פון אינזעקטן (לייז) וואס שאפט זיך און האר. מ׳האט אינטער געזיכט דעם רבין און געזען אז ער האט נאך די האר בארד און פיאות, אנשטאטס און ׳בעסטן פאל׳ עס ארפנעמען תיכף ומיד האבן די רשעים אנשטאטס געזאגט ״אזא בארד ברויך מען נישט אראפנעמען, ס׳איז א ריינע בארד״.. און ווי באקאנט, א תקופה האט די רבי זיך ארומגענומען דעם פנים מיט א שאַאַל זיך צו פארדעקן דאס געזוכט און באהאלטן דעם הייליגן צורה דערינען מ׳זאל ארויסזעען אז ער איז נישט געשוירן.

די אלע קדושים וצדיקים שכרם הרבה מאוד, זיי האבן זוכה געווען מקדש שם שמים צו זיין מיט דעם וואס זיי זאנען אזאנס אדורך אז זייער׳ס א בארד און פיאות זענען אפגעשוירן געווארן דורך די עוכרי ישראל ימ״ש וזכרם. און
חלילה צו זאגן אז דאס איז געווען ״מסירת נפש״ פון סטאמאר רבין זי״ע, פאר א בארד טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין!. פארקערט, ר׳ יוסף אשכנזי האט מיט זיך אלטס מיט געשלעפט באהאלטערנערהייט א שערל, און פאל מ׳וועט נישט האבן קיין צוויי ברירה׳ס זאל מען עכ״פ נישט עובר זיין אויף קיין ל״ע.

הגם, ס׳איז געווען צענדליגער אויס נישט הונדערטער גדולי ישראל צדיקי אמת, וואס האבן נישט איבער געלעבט און וואס האבן יא איבערגעלעבט דעם ביטערן חרבן האבן אבער קיינע פון זיי נישט זוכה געווען צו אזא ספעציעלער השגחה און שמורה עלאה פון הימל אכטונג צו געבן אויף זיין הייליגער צורה. די נקודה וואס די רבי האט געמיינט ארויסצוברענגען זונטאג איז געווען, דאס וואס שטייט ביי משה רבינו, מרים האט געזאגט פאר בתיה בת פרעה ביים נילוס, ותאמר אחותו.. וקראתי לך אשה מינקת מן העבריות. פי׳ רש״י שהיה לו לדבר אים השכינה. שטייט און מדרש, וכי אסור לו למשה לינק מחלב הנכרית (?!).. ולמה פוסלן, ״אמר הקב״ה הפה שעתיד לדבר עמי יינק דבר טמא״ (!?)
רשעות קאלטע סעלצער
שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיח יצחק »

בס''ד
דער הייליגער ישמח משה זי''ע שרייבט אין פרשת ראה אויף די הפטורה
שמעו ותחי נפשכם
ווען מען זאגט מוסר פאר א יחיד ווייסט מען וואס צו זאגן
אבער ווען מען רעדט צו א רבים
פון ווי ווייסט א בעל דרשן וואס דער עולם דארף הערן
נאר די תכלית פון הערן א דרשה איז אויפלעבן
ווען א מענטש שלאפט און איינער וועקט איהם אויף
ווייסט ער שוין אליין וואס ער האט צו טוהןן
ווער עס וויל ארויף ברענגען די לשון פון ישמח משה זאל ביטע עס ברענגן
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:אינטערעסאנטע פוינט'ס פון מיין עסקנות קוק ווינקל:
25 מאל האט די סעקויריטי געזאגט אז מע גייט אינגאנצן אופשפארן די טירן אריין אין ארויס צלוב די רבי עם וואס דרייט זיך אין האלל וועי.
שומרים/ק"י חברים/שוויצער'ס/סעקויריטי גאר'ד/אין וואס נישט האבן געטרייט 125 מאל אריין צו טרייבן די עולם אבער אין פוצה פה מצפה.
די נישט שטיין ביים דורך גיין אינסייד זאל פאלעסי האט זיך געהאלטן פון 3:00 ביז 3:02.
די עיר קאנדישן האט קיינמאל נישט געארבעט אזוי הויעך אין זאל, (פון די הויפט קעפטן אין זאל), אין מיט דעם אלעם געווען שטיקעדיג!
מי כעמך ישראל.
די טרעפיק אריין אין ארויס פון פארקינג האט קאנטראלירט ק"י חבירים "מיט די הילף פון די זאל פארוואלטע".
18 קינדער פארלוירען במשך הכינוס, יעדן געטראפן אין א גוטע צישטאנד, קרעדיט:שומרים בארא פארק/ק"י חבירים.
2 מינוט נאכן ענדיגן די פראגראם איז שוין די זאל געווען אינגאנצן ליידיג.
מייסטער סדר מיט די זקינים, פארקערט ווי די פראטעסט אין מאנהעטן 4 יאר צירוק.
סיינ'ס זיך גערוקט שיין אין פראפעשענל.
די פארקינג גלאט זענען געווען 85 פארצענט אונגעפילט.
א יעדע קאר איז מיטגעפארן א מינימום פון 3 מענטשן.
פילע פרייוועט 15 פעסדזשער געווען אין פארקינג מיט פילע משפחות דער אין.
א יעדע עסקן האט געהאט זיין אופגאבע! (א חידוש פאר סאטמאר).
הונדערטער מנינים מנחה געשטעלט ארום די גאנצע זאל.
שטארק ווינטיג געווען אינדרויסן וואס דאס האט פארשווערט די סדרנים, פאות/הוט/בארד/סיינ'ס/פינ'ס/ ראדיו/ סעל/ געפלויגן.
הערליכע באסעס אויסשטעל מיט גרויסע סיינ'ס צו ווייזן פון וועלעכע עריע די באסעס פארן, חבל אויף די ווינטן וואס האבן די סיינ'ס אויך נישט געשוינט.
VIP פארקינג גלאט האט נישט געהעריג זיך אוסגעארבעט, חבל.
אין איין ווארט- די זאך איז געווען א מאסיווע סוקסעס, אין מיינע אויגען.

אזויפיל נאון סענס צו שרייבן.
1] למשל 25 מאל האבן זיי געזאגט ווער איז געגאנגען קאונטען נעבן וועלכע סיקיורעטי?, איך בין ביידעוועי געשטאנען נעבן די בעל בית בערך א שעה דערפון קיינמאל נשט געהערט קיין ווארט דערפון, קען אבער זיין אנדערע שעות האט ער עס געזאגט אבער 25 מאל איז שטותים, פינטעל

2] שומרים / חברים האבן געטרייט אריינצוטרייבן 125, וואס נאך, איינער האט געטיימט? און שומרים חברים האבן טאקע נישט געהאט בעסער וואס צו טוען אינטערסאנט, אה פארגעסן ווער האט געדעקט די גאנצע האל צו קענען ציילן נומערן, לכאורה אויף די קעמרעס.

3] איך בין ארויס פון זאל בערך א האלבע שעה נאכן כינוס, נאך געווען היפש מענטשען אין זאל.

בקיצור אבי געשריבען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די ספיקערס האבן זיך אפט אויסגעלאשן און אנגעצינדן אין חלקים פונעם זאל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אפאר אידן האבן אנגעפרעגט היינט אויף א געוויסע נקודה וואס די רבי האט ארויסגעברעגנט בנוגע די באזינדערע סיעתא דשמיא מיט דעם וואס רבה״ק האט איבערגעלעבט דעם קריג מיטן גאנצן צלם אלקים און צורת קדשו.

איינע פון די סיפורים וואס איז דערציילט געווארן שפעטער וואס האט פאסירט מיטן רבין לגבי דעם איז געווען איינמאל ביי איינע פון די אינטערזיכונגען וואס די דייטשן האבן דורכגעפירט אויף די אידן און לאגער די אנגעבליכער סיבה פון די דייטשן אפצוגאָלן די האר פון די אידישע געפאנגענע און די ארבעט׳ס לאגערן איז מכלומריש נישט געווען אלטס פיינטשאפט צו א אידישע צורה, נאר צו האלטן דאס פלאץ ריין פון אינזעקטן (לייז) וואס שאפט זיך און האר. מ׳האט אינטער געזיכט דעם רבין און געזען אז ער האט נאך די האר בארד און פיאות, אנשטאטס און ׳בעסטן פאל׳ עס ארפנעמען תיכף ומיד האבן די רשעים אנשטאטס געזאגט ״אזא בארד ברויך מען נישט אראפנעמען, ס׳איז א ריינע בארד״.. און ווי באקאנט, א תקופה האט די רבי זיך ארומגענומען דעם פנים מיט א שאַאַל זיך צו פארדעקן דאס געזוכט און באהאלטן דעם הייליגן צורה דערינען מ׳זאל ארויסזעען אז ער איז נישט געשוירן.

די אלע קדושים וצדיקים שכרם הרבה מאוד, זיי האבן זוכה געווען מקדש שם שמים צו זיין מיט דעם וואס זיי זאנען אזאנס אדורך אז זייער׳ס א בארד און פיאות זענען אפגעשוירן געווארן דורך די עוכרי ישראל ימ״ש וזכרם. און
חלילה צו זאגן אז דאס איז געווען ״מסירת נפש״ פון סטאמאר רבין זי״ע, פאר א בארד טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין!. פארקערט, ר׳ יוסף אשכנזי האט מיט זיך אלטס מיט געשלעפט באהאלטערנערהייט א שערל, און פאל מ׳וועט נישט האבן קיין צוויי ברירה׳ס זאל מען עכ״פ נישט עובר זיין אויף קיין ל״ע.

הגם, ס׳איז געווען צענדליגער אויס נישט הונדערטער גדולי ישראל צדיקי אמת, וואס האבן נישט איבער געלעבט און וואס האבן יא איבערגעלעבט דעם ביטערן חרבן האבן אבער קיינע פון זיי נישט זוכה געווען צו אזא ספעציעלער השגחה און שמורה עלאה פון הימל אכטונג צו געבן אויף זיין הייליגער צורה. די נקודה וואס די רבי האט געמיינט ארויסצוברענגען זונטאג איז געווען, דאס וואס שטייט ביי משה רבינו, מרים האט געזאגט פאר בתיה בת פרעה ביים נילוס, ותאמר אחותו.. וקראתי לך אשה מינקת מן העבריות. פי׳ רש״י שהיה לו לדבר אים השכינה. שטייט און מדרש, וכי אסור לו למשה לינק מחלב הנכרית (?!).. ולמה פוסלן, ״אמר הקב״ה הפה שעתיד לדבר עמי יינק דבר טמא״ (!?)



די מעשה איז געווען אין לינז, נאך די ערשטע מאל ווען מען האט געדארפט גייען אין די שאוערס און זיך שערען אין נאכדעם איז יעדער אדורך א אינספעקציע דורך א דאקטער בודק זיין, דעמאלטס האט ער אריינגעשטעקט די הענט אין די בארד און געזאגט דאס איז ריין
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

האב'ך מיטגעהאלטן בעת מען האט באשטעלט די סאונד קא.
מען האט געזיכט צו שפארן די געלט אויסגאבע האט מען גענימען דעם סיסטעם פאר א דריטעל די פרייז
ווען מען וואלט מער געספענדט פאר א גיטע סיסטעם, וואלט פיל מער ארדענונג געווען, אויב די ראי' האט נישט געטויגט הינדערט פראצענט זאל כאטש די שמיעה קלינגען....
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”