טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אפאר אידן האבן אנגעפרעגט היינט אויף א געוויסע נקודה וואס די רבי האט ארויסגעברעגנט בנוגע די באזינדערע סיעתא דשמיא מיט דעם וואס רבה״ק האט איבערגעלעבט דעם קריג מיטן גאנצן צלם אלקים און צורת קדשו.
איינע פון די סיפורים וואס איז דערציילט געווארן שפעטער וואס האט פאסירט מיטן רבין לגבי דעם איז געווען איינמאל ביי איינע פון די אינטערזיכונגען וואס די דייטשן האבן דורכגעפירט אויף די אידן און לאגער די אנגעבליכער סיבה פון די דייטשן אפצוגאָלן די האר פון די אידישע געפאנגענע און די ארבעט׳ס לאגערן איז מכלומריש נישט געווען אלטס פיינטשאפט צו א אידישע צורה, נאר צו האלטן דאס פלאץ ריין פון אינזעקטן (לייז) וואס שאפט זיך און האר. מ׳האט אינטער געזיכט דעם רבין און געזען אז ער האט נאך די האר בארד און פיאות, אנשטאטס און ׳בעסטן פאל׳ עס ארפנעמען תיכף ומיד האבן די רשעים אנשטאטס געזאגט ״אזא בארד ברויך מען נישט אראפנעמען, ס׳איז א ריינע בארד״.. און ווי באקאנט, א תקופה האט די רבי זיך ארומגענומען דעם פנים מיט א שאַאַל זיך צו פארדעקן דאס געזוכט און באהאלטן דעם הייליגן צורה דערינען מ׳זאל ארויסזעען אז ער איז נישט געשוירן.
די אלע קדושים וצדיקים שכרם הרבה מאוד, זיי האבן זוכה געווען מקדש שם שמים צו זיין מיט דעם וואס זיי זאנען אזאנס אדורך אז זייער׳ס א בארד און פיאות זענען אפגעשוירן געווארן דורך די עוכרי ישראל ימ״ש וזכרם. און
חלילה צו זאגן אז דאס איז געווען ״מסירת נפש״ פון סטאמאר רבין זי״ע, פאר א בארד טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין!. פארקערט, ר׳ יוסף אשכנזי האט מיט זיך אלטס מיט געשלעפט באהאלטערנערהייט א שערל, און פאל מ׳וועט נישט האבן קיין צוויי ברירה׳ס זאל מען עכ״פ נישט עובר זיין אויף קיין ל״ע.
הגם, ס׳איז געווען צענדליגער אויס נישט הונדערטער גדולי ישראל צדיקי אמת, וואס האבן נישט איבער געלעבט און וואס האבן יא איבערגעלעבט דעם ביטערן חרבן האבן אבער קיינע פון זיי נישט זוכה געווען צו אזא ספעציעלער השגחה און שמורה עלאה פון הימל אכטונג צו געבן אויף זיין הייליגער צורה. די נקודה וואס די רבי האט געמיינט ארויסצוברענגען זונטאג איז געווען, דאס וואס שטייט ביי משה רבינו, מרים האט געזאגט פאר בתיה בת פרעה ביים נילוס, ותאמר אחותו.. וקראתי לך אשה מינקת מן העבריות. פי׳ רש״י שהיה לו לדבר אים השכינה. שטייט און מדרש, וכי אסור לו למשה לינק מחלב הנכרית (?!).. ולמה פוסלן, ״אמר הקב״ה הפה שעתיד לדבר עמי יינק דבר טמא״ (!?)
כשאדעלע באדעלע ועוד לקרא, האט דער רבי דער ברך משה זי''ע אמאל גערעדט האט ער נאך געברענגט א חתם סופר איבער דער תנא רבי אלעזר בן עזריה הרי אני כבן שבעים שנה, וואס איך גיי נישט יעצט אראפ ברענגען די גאנצע תורה, נאר ער ענדיגט צי:
"ועל פי דבריו הקדושים אפשר להבין פלאות ה', כי ידוע שאחד מן הפלאות שנעשו לו למרן דודי זללה"ה בהיותו בין הרשעים במחנה ההסגר, היה שנשאר בדיוקנא קדישא, והרשעים הללו לא גילחו את זקנו. ופע"א אמר לי שאף שהוא בעצמו לא רצה בשום אופן לגלח זקנו, עם כל זה היה מוכן אצלו מספריים, שבאם יכריחו אותו הרשעים לגלח יגלח, ולא ימסור נפשו להריגה על זה. ועם כל זה נעשה לו נס שאף האירו לו עם נר לתוך זקנו ואמרו שהוא נקי, ובעזרתו ית"ש זכה לצאת מהם בשלימות בדיוקנא קדישא. ולפי דברי החתם סופר מאת ה' היתה זאת, ולא עביד קוב"ה ניסא למגנא, כי הנשיא יושב מושב אלקים בארץ, צריך שיהיה לו חיורי דמות דיוקנו שלמעלה יתברך, כדי שמשם תלך ההשפעה לבני דורו, ועל כן היה הכרח לנס הזה שבזמן אשר גברו הצרות ישאר בדיוקנא קדישא, למען הראות שאפילו בהסתר פנים איכא השראת השכינה בין בני ישראל".