שקל הקודש - ביסוס חינוך הטהור בארה''ק
אחראי: יאנאש
שקל הקודש
- אטעטשמענטס
-
- שקל.PNG (522.45 KiB) געזען 10506 מאל
- געראטעוועט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 370
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm
שקל הקודש - ביסוס חינוך הטהור בארה''ק
כ' סיון ביים גרויסען כינוס כללי פין סאטמאר (מהר''א) האט די רבי געגרינדעט דעם קופת שקל הקודש צו שיקן געלט פאר מוסדות עטה''ק אינאיינעם מיטן קרן הצלה
נעכטן כ''ו אב האט די רבי שליט''א געמאלדען אז מ'האט שוין גענוען א חשוב'ע הנהלה אין די קאמפיין איז שוין אין פולען קראפט
כ'האב דא באקומען עטליכע פאוסטערס, אויב איינער האט מער אינפוי אבער דעם שקל הקודש אין די קאמפיין זאל מוחל זיין מיטטיילן
נעכטן כ''ו אב האט די רבי שליט''א געמאלדען אז מ'האט שוין גענוען א חשוב'ע הנהלה אין די קאמפיין איז שוין אין פולען קראפט
כ'האב דא באקומען עטליכע פאוסטערס, אויב איינער האט מער אינפוי אבער דעם שקל הקודש אין די קאמפיין זאל מוחל זיין מיטטיילן
- אטעטשמענטס
-
- photo_2018-08-08_18-14-13.jpg (56.8 KiB) געזען 10360 מאל
proud user of
Geder
Geder
- חזן שמילאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 944
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- געראטעוועט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 370
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm
כ'זעה די אויסוואל פין די גבאי הקופה איז עפעס אויסטערליש
שטארקע נעמען אין נעמט ארום אלע קרייזן פין ציבור
ר' אליעזר לעוו
ר' יצחק שיף
ר' יעקב סופר
ר' אברהם בראך
ר' שלום יצחק וויינבערגער
ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש
שטארקע נעמען אין נעמט ארום אלע קרייזן פין ציבור
ר' אליעזר לעוו
ר' יצחק שיף
ר' יעקב סופר
ר' אברהם בראך
ר' שלום יצחק וויינבערגער
ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש
proud user of
Geder
Geder
ברען פאר 'חינוך הטהור' פלאמט אויף ביי אנ"ש
מיט קרנות-קאמפיין פאר "שקל הקודש"
מיט קרנות-קאמפיין פאר "שקל הקודש"
יהא חלקי עמהם: התלהבות'דיגער ציל און געפיל ביי תלמידי וחסידי סאטמאר 'צו ווערן א שותף מיט'ן רבי'ן און זיך איינקויפן א קרן פאר חינוך הטהור' | להביא אל גנזי המלך: התרגשות'דיגער באוועגונג ביים ציבור אריינצוגיין אל הקודש פנימה אונטערצושרייבן שטר חתימת הקרן ולקבל ברכות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מייסד קופת שקל הקודש
ניו יארק. – דאס הייליגער פלאם פאר חינוך הטהור, די ארגינעלע ריינע קנאות לשם שמים, און חובת השעה פאר'ן עתיד הדורות על טהרת הקודש, פלאמט אויף און קומט ארויס מיט איר פולן גלאנץ צווישן אנשי שלומינו במשך די יעצטיגע תקופה מיט'ן פראקלאמירונג פונעם גראנדיעזן "קרנות צדיק" פראיעקט צו שטעלן א פעסטער יסוד פאר'ן נייעם חינוך הטהור באזע "שקל הקודש".
ווי שוין באקאנט האט דער ברייטער ציבור שלומי אמוני ישראל בכלל און אלוועלטליכע אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, אויפנעמען מיט גרויס שמחה והתרגשות די עפענונג פון "שקל הקודש", געגרינדעט דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א במקהלות רבבות ישראל ביים היסטארישן כינוס כללי, א' שלח כ' סיון העעל"ט - גענוי 40 יאר נאכ'ן התייסדות מוסד הק' "קרן הצלה" דורך מרן הקוה"ט רשכבה"ג זי"ע - צו דינען אלס א פרישער מעכטיגער כח פינאנציעל און מאראליש אונטערצוהאלטן און פארברייטערן די תמיכות פאר אלע מוסדות התורה והחינוך ברחבי ארה"ק, וואס פירן זיך מיט מסירת נפש על טהרת הקודש און האלטן זיך צוריק פון נהנה זיין משלחן איזבל פונעם מלכות המינות.
בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א ערקלערט אז דער ציל פון 'שקל הקודש' איז צו קענען בעז"ה צושטעלן מנדבת לבם פונעם אייגענעם ציבור, אחים לדעה עדת חסידי סאטמאר, די פאנטאסטישע סומע פון לכה"פ פרישע 2 מיליאן דאלאר א יאר פאר'ן הייליגן צוועק פון 'חינוך הטהור', כדי צו פארברייטערן די דרינגענד-וויכטיגע שטיצע מחזק צו זיין די שרידים אשר לה' קורא און אונטערהאלטן די אלע ערליכע מוסדות וואס פירן זיך על טהרת הקודש, וואס די געלטער וועלן אויסגעטיילט ווערן בעת די צענטראלע חלוקות פון 'קרן הצלה'.
דער כרוז קודש האט בשעתו דורכגענומען יעדער סאטמארער חסיד וואס איז אנווענד געווען אין זאל און די אלע וואס האבן זיך צוגעהערט טעלעפאניש צו די פלאמפייערדיגע דרשה, אנצינדיג דערמיט אן התלהבות אין די הערצער פונעם גאנצן ציבור צו טון למעשה פאר'ן עתיד פון ריינע הייליגע אידישקייט אין ארה"ק.
ושוב שנית לקדשה! א פרישער ברען איז אנגעצינדן געווארן ביים ציבור ביי דעם סעודת הילולא רבתי פון רבינו הקוה"ט מ'סאטמאר זי"ע, פארגאנגענעם כ"ו אב אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, ווען דער רבי שליט"א, האט בתוך דבריו המלהיבים, דערמאנט מיט אן התרגשות דאס התייסדות פון "שקל הקודש" און גערופן דעם גאנצן ציבור צו נעמען א חלק און איינקויפן א קרן אין דעם הייליגן קופה.
אלס רעזולטאט לאור קריאת הקודש איז געלאזט געווארן אין גאנג דער ספעציעלער 'קרנות צדיק' פראיעקט, געווידמעט אויסצופירן רצון צדיק מכח אל הפועל, מיט'ן אנשליסן דעם ציבור און שאפן 'קרנות', אוועקצושטעלן א פעסטער קראנטער באזיס פאר דעם מעכטיגן פינאנציעלן חינוך הטהור באזע.
אינערהאלב פון 'קרנות צדיק' פראיעקט איז פאראן פארשידענע ערליי זכותים פון 'קרנות', וויאזוי דער ציבור קען זיך אצינד אנשליסן און שאפן א קרן היסוד פאר שקל הקודש, הנגידים כפי כבודם והמון עם כפי יכלתם. די מינימאלסטע קרן-אפציע וואס ווערט פרעזענטירט פאר כל הקהל הקודש איז "קרן השותפות" פאר 'פינף טויזנט דאלאר'; א קרן וואס יעדער סאטמארער יונגערמאן וועט זיך בעז"ה איינהאנדלן פאר'ן אייגענעם זכות בזה ובבא. פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור ווערט ערמעגליכט צו קענען אויסצאלן דער קרן מיט קליינע צוגענגליכע פעימענטס במשך עטליכע יאר.
אין די יעצטיגע תקופה שווימט ארויף אויפ'ן זכרון די אומפארגעסליכע קאכעדיגע פעולות וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געפיבערט ביי די גרויסע כינוסים פון 'קרן הצלה', ספעציפיש די היסטארישע מערכות ביים אפצייכענען 15 און 20 יאר זינט'ן התייסדות, מיט'ן אויפפלאמען דעם ציבור זיך אנצושליסן און איינקויפן 'קרנות' אז מ'זאל קענען פארברייטערן דעם קריטישן פאנד פון קרן הצלה צו גאראנטירן המשכת חינוך הטהור בארה"ק, וואס אדאנק דעם איז טאקע אין יענע צייטן דראמאטיש פארגרעסערט געווארן די קרנות אין קרן הצלה און אריינגעקומען ריזיגע סכומים וואס האט אפגעהילכט א מעכטיגער קידוש ה'.
אט דער התלהבות ווערט ערווארטעט אצינד צוריק אויפצופלאמען ביים ציבור, זיך איבערצושפילן און איבער'חזר'ן אויף א פילפאכיגן פארנעם ביים ציבור זקנים עם נערים חסידים ואנשי מעשה, ובפרט איבערצולאזן א ווייטגרייכנדע השפעה ביי די פרישע אונטערגעוואקסענע דורות, בעה"ב ואברכים.
במשך די לעצטע פאר טאג אליין זענען שוין א שיינער צאל חשוב'ע חסידים פרייוויליג אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה מהנה צו זיין דעם רבי'ן און זיך אנשליסן מיט א 'קרן' אין 'שקל הקודש', וואס האט פארשאפט א שטארקע נחת רוח פאר'ן רבי'ן שליט"א צוזעהנדיג די ווארימקייט ביים ציבור פאר אזא הייליגער צוועק.
דער גרויסארטיגער פראיעקט שטייט דערווייל אין די ערשטע שטאפלן און פארשפרעכט צו מארשירן פאראויס מיט ריזיגע טריט צו פאראייניגן דעם גאנצן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר אינעם הייליגן פראנט במלחמת ה' בעמלק, אויף א מאכטפולער פארנעם וואס איז שוין לאנג נישט געווען, למען ביסוס חינוך הטהור ולמען עתידה של ישוב הישן בארה"ק.
אנשי שלומינו: החלצו חושים, הבו גודל למקדשי ה'!
- געראטעוועט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 370
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4287
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לויט די ערשטע באריכטן וועט דער פאקטישער קאמפיין ווען טויזענטער סאטמארע חסידים וועלן אריינטראגן צו כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א דעם סכום פון 5000 דאללער צו מייסד זיין א קרן. אריינגיין אין קראפט נאך סכות הבעל"ט
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 9
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 3:18 pm
פרייזן האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:לויט די ערשטע באריכטן וועט דער פאקטישער קאמפיין ווען טויזענטער סאטמארע חסידים וועלן אריינטראגן צו כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א דעם סכום פון 5000 דאללער צו מייסד זיין א קרן. אריינגיין אין קראפט נאך סכות הבעל"ט
ס'איז שוין און קראפט יעדן טאג טראגן שוין מענטשען אריין דאס געלט
אני הקטן בין געווען מאנטאג נאכט ביים רבי'ן אויף איהעל קט. און געזעהן עסקנים זיצן ביים טישל, מיט שטרות און ענוועלאופס אריינצוטראגען צום רבין.
זיי זענען געווען ביזי מיט אסאך ארומיגע.
און מענטשן האבן שוין אריינגעטראגען ענוועלאופס מיט געלט
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4287
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 49
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:03 pm
ברעקינג! שקל הקודש פאנגט אן טיילן געלט פאר מוסדות על טהרת הקודש
פון חודש ניסן גייט שקל הקודש צאלן לעקטריק ביללס
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_2019-04-11-23-39-57-1.png (605.06 KiB) געזען 7520 מאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4287
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
מיט א געוואלדיגע התרגשות און שמחה האבן די מנהלי המוסדות עטה"ק אויפגענומען נעכטן נאכמיטאג די ברעכענדע נייעס אז "שקל הקודש" דער קאסע פארן חינוך הטהור פון קהילות סאטמאר - מהר"א, גייט פון היינט און ווייטער אויסצאלן 85% פארצענט פון אלע לעקטער בילס פאר "אלע מוסדות עטה"ק".
די ערשטע חודש איז שוין דעם חודש ניסן, און דאס וועט אראפ נעמען א גאר גרויסע לאסט פון שווערע מיליאנען פון די מוסדות עטה"ק.
פרטים יבאו!
די ערשטע חודש איז שוין דעם חודש ניסן, און דאס וועט אראפ נעמען א גאר גרויסע לאסט פון שווערע מיליאנען פון די מוסדות עטה"ק.
פרטים יבאו!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
עכט היימיש האט געשריבן:מיט א געוואלדיגע התרגשות און שמחה האבן די מנהלי המוסדות עטה"ק אויפגענומען נעכטן נאכמיטאג די ברעכענדע נייעס אז "שקל הקודש" דער קאסע פארן חינוך הטהור פון קהילות סאטמאר - מהר"א, גייט פון היינט און ווייטער אויסצאלן 85% פארצענט פון אלע לעקטער בילס פאר "אלע מוסדות עטה"ק".
די ערשטע חודש איז שוין דעם חודש ניסן, און דאס וועט אראפ נעמען א גאר גרויסע לאסט פון שווערע מיליאנען פון די מוסדות עטה"ק.
פרטים יבאו!
קום אריין קלאר
וואס איז געווען פון כ' סיון ביז יעצט, און וואס איז יעצט געשען