לאלתר לחיים האט געשריבן:אור האט געשריבן:איז די גיוס געזעץ בעסער מיט אדער אן ליבערמאן?
ס'איז נישט שייך צו פרעגן בעסער, אויב שוין פרעג צו ס'איז ערגער מיט אים צו און אים.
דו תירוץ איז אז פון די נייע געזעץ דערווייל איז קיינער נישט צופרידן, די פרומערע ווייל ס'איז מקריב צענדליגע טויזנטער חרדים צום מיליטער, און די אלגעמיינע ציבור ווייל ס'האט שטארקע סאנקציעס אין פאל זיי שטייען נישט אין די יעדי גיוס וואס אין דעם פאל זענען זיי זייער הויכע נאמבערס.
האבן אבער די חרדישע פארטייען געוואלט אראפ נעמען די סאנקציעס און טוישן געוויסע זאכן פאר די געזעץ גייט אריבער, די ליטווישע און ש''ס האבן נאר געוואלט טוישן די געלט ענינים און די חסידישע זענען אויך נישט געווען צופרידן פון די יעדי גיוס,
ווי ס'האט אויסגעזען די לעצטע תקופה איז כמעט נישט געווען טשאנסן אז ס'זאל ווערן געטוישט נישט גיי סאנקציעס און זיכער נישט די יעדים, ליבערמאן וואס שטייט בראש פונעם געזעץ האט נישט געהאלטן ביי גארנישט, האבן אבער גפני און דרעי געמיינט אז מיטן שטיצן זיין קאנדידאט וועט ער זיי נאכגעבן ביים גיוס האבן זיי פון אים געכאפט א געזונטע שטויס.
הה''ד פארשטיקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן... צושלאגן מיט אגודה, גרויס געמאכט בני תורה דורך זייער נייע בונד מיט די חסידים, און מ'גייט צו בחירות.
תורה'דיג גערעדט איז עס א שטארקע טובה אז חרדים האבן נישט געשטיצט אזא שאנדפילע געזעץ וואס איז מקריב טויזנטער נשמות צו שמד וודאי, די חילול ה' און צער השכינה וואלט געווען איום ונורא, און אז אזא געזעץ איז ב''ה נישט אריבער.
עס איז דא ערנסטע שפעקולאציעס אז ליבערמאנס גאנצע אפזאגונג איז א שפיצל פון נתניהו צו קענען דורכפירן א גיוס געזעץ אן דעם וואס ליבערמאן זאל עפעס דארפן נאכגעבן, יעצט וועט א צווייטער נאכגעבן און ליבערמאן וועט ליארעמען.
והא ראי' אז ליבערמאן האט נישט דירעקט ארונטערגעריסן נתניהו ביי זיין רעזיגנאציע רעדע. (ער האט אויך נישט אפן געזאגט "איך טרעט אפ אויף דיין פארלאנג" אזוי ווי סעשאנס...)