Goodmorning האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט סתם גלייבן אז די רעגירונג פארקוקט סייד עפעקטס פון וואקסינען צוליב די נויטווענדיגקייט פון פארמיידן מגיפות אויסברוכן, אן גלייבן אלע צודרייטע קאנספאראציעס וואס הייבט זיך אסאך אן ביי נעא נאצי סייטס, ווי זיי האלטן אז דאס איז אלס חלק פון די פראטאקאלן פון די זקני ציון? פארוואס קענסט איר נישט סתם פילן אומבאקוועם צו געבן וואקסינען אן ווערן אינגאנצן אריינגעטון אין א קאנספאראציע וועלט?
איך ווייס טאקע נישט פארוואס, אבער רוב אנטי חברה וואס איך קען האבן טאקע בלויז אנגעהויבן מיט הערשל מייזליש סטייל קעגנערשאפט צו וואקסינען, וואס איז בערך וואס דו זאגסט, צוביסלעך ווערן זיי מער און מער אריינגעשלעפט אין כל מיני ווילדע קאנספיראציעס.
קוק דא אויף אייוועלט אליינס, אין די אלטע אנטי וואקסין אשכולות רעדט קיינער נישט פון דיפאפולעישאן און ביל געיטס, מען רעדט מער ווייניגער פון געלט אינטערעסן פון ביג פארמא.
און דאס געשעט ביי אלע אנטי חברה וואס איך קען, ווערי סעד
איך וועל פרובירן מסביר זיין מיין פוינט אף וויו פארוואס עס איז אזוי,
אין מיין חתימה שטייט אזוי:
ווי לאנג עס וועט זיין וואקסין אינדזשעריס, וועט זיין אנטי וואקסינער.
ווי לאנג וואקסין אינדזשעריס וועט ווערן דענייד ביי די עסטעבלישמענט, וועט זיין אנטי עסטעבלישמענט.
איז אזוי, ווען איינער זעט א מציאות, און איינער וואס איז גאר שטארק ארויפגעקוקט און אנגענומען, זאגט אז ס'איז אנדערש, זוכט ער עס צו פארענטפערן, און אויב די קשיא בלייבט נאך אלץ שטערקער ווי די תירוץ, זוכט ער מער, און ביי א געוויסע פוינט פאנגט ער אן צו טראכטן אז ווען דער וואס איז 'ארויפגעקוקט און אנגענומען' זאגט עפעס, מוז נישט זיין אז ס'איז טאקע אזוי, ס'קען זיין אז ער האט פשוט א אגענדע.
ווען איך האב אויפגעהערט צו געבן וואקסינען, איזעס געווען ווייל איך האב געזעהן וואקסין אינדזשעריס, און ווען איך האב עס פרובירט אויסצושמועסן מיט מיינע קינדערס דאקטער, איז ער אנשטאט ענטפערן, געווארן גערעגט, און א צווייטע דאקטער האט אנגפאנגען חוזק צו מאכן, די ביזט אויך פון די משוגעים וואס גלייבן אלעס וכו',
דאס האט נישט אפגעפרעגט די מציאות, עס האט אפגעפרעגט דעם דאקטער, איי ער איז דאך א היימישע דאקטער מיט א אידיש הארץ וואס איך קען אים שוין יארן לאנג, און ער איז באמת א גוטע דאקטער, מוז מען קוקן וואס ליגט אונטער דעים, און באמת פאר די מיזעלס פרשה ווען ר' הערשל מייזליש האט עס מסביר געווען און איך בין אנגעקומען צו הערן דעל ביגטרי און די אנדערע, האב איך געהאט מער קשיות ווי תירוצים.
און ווייטער ווען מען זעט ווי שטארק די פרא'ס (ביג פארמא, סידיסי, ווהא וכו') דערשטיקען ווער עס דערוואגט זיך צו פרעגן אויף וואקסינס, באקומט מען א פילינג אז ס'יז נישט נאר די פאר דאלער ווס די פארמאסוטיקעל קאמפעני מאכט, קריכט מען ווייטער, ביז מ'קומט אן צו ביל געיטס.