baalegroifim האט געשריבן:יאך ליין נישט קיין גויאישע ארטיקלען קען איך דיר נישט זאגן אבער לגבי די חיות פארניכטונג זענען זיי זייער גערעכט און קאלטבלוטיג הרגענען אן עלעפאנט פאר די צוויי ציין איז גאר גוט אויסגעדרוקט נו פרעגסטו וועגן א שוחט די תירוץ איז פשזוטער פון פשוט דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די בריאה דומים צומח חי מדבר מען נעמט דעם דומם און מען לייגט אים אריין אין די ערד ער גייט ארויף א מדריגה און ווערט א צומח די בהמה לעבט דורך עסן די צומח איז עס ארויף נאך א מדריגה און דערנאך שעחט מען דעם בהמה און מען עסט דאס האט מען מעלה געווען דעם דומם צום גרעסטן מדריגה אזוי האט השי"ת באשאפן אין די בריאה און דאס איז א מצוה אבער סתם גיין הרגנען אן עלעפאנט איז א קאלטבלוטיגע זאך אויסדרוקליך אז יא
און איינער וואס הרגעט א חיה פאר זיין פעל, צו מאכן א ווארעמע מאנטעל איז א "בלוט דארשטיגע רציחה".
#פיטא
איך וועל בעז"ה שפעטער מעתיק זיין פון ראשונים [בארבארישע?] וועגן די "
פןלע רעכט" וואס מענטשן האבן איבער "אלע" בעלי חיים.
אדרבה איך בעט פון די חברים דא יעדנים און תלמידי חכמים זאלן אויב מעליך מולייגן א האנט מיט דעם.
אגב; איך ליין אויך ב"ה נישט קיין גויעשע ארטיקלען - די איינציגסטע סייט וואס איז אפען ביי מיר פון די גאנצע געוועב -אויסער סטריקטלי ביזנעס- איז אונזער וועלטל.
אבער דער ארטיקל שמעקט אז די [ארגינעלע] שרייבער גלייבט אז מענטשן שטאמען פון...................... און אז מען רעד שוין קען מען שוין ארויסברענגען אז דאס איז נישט די איינציגסטע ארטיקל אין דער בליץ וואס איז נישט גוט צענזורירט געווארן פון כפירה; די איינציגסטע זאך וואס זיי צענזורירן גוט איז פענימער. פשוט ווייל אז מען זעהט ח"ו א בילד פון א גוי.....