אינערהאלב די קינדליין: גאר רירענדע און לערנבארע אינטערוויו מיט הרה"ג ר' יהושע דיסקין ברודער פון די בארימטע מעלערן מרת בת שבע אינגבער-האבלין וועלכע דערציילט סודות און דעקט אויף די שלייער פון די נייע קאמיקס "אומבאהאלפן" וועלכע שילדערט די לעבן פון א הייליג נשמה'לע געבוירן מיט אטיזעם. ווי ר' יהושע דערציילט איז די קאמיקס איז צוזאמען געשטעלט דורך אים און זיין שוועסטער אין ליכט פון האבן א ברודער מיט אטיזעם. ליינט מיט שפאנונג דעם גאר לערנבארע און אינטרעסאנטע שמועס.
מן האדום הזה: גאר ברייטע און אינטרעסאנטע "הינטער די קוליסן" איבער טרעפיק ליכט און אלעם ארום
נייע קאמיקס פראיעקט "כי הוא חכמתכם" קורצע מעשה'לעך איבער גדולי ישראל אויף די סטייל פון די געוועזענע רובריק "יארצייט ערצעלונג" געשריבן דורך מרת איינהארן און געמאלן דורך ר' דוד גאלדשמיט
וַיִּשְׁלַח את מֹשֶׁה לָתוּר אֶת אֶרֶץ קובא... מעכטיגע "קובא" פראיעקט, ווען אונזער שליח ר' משה קליין איז ספעציעל אריבער געפארן צו די קאמיניסטישע לאנד קובא הארט איידער פרעזידענט טראמפ האט פארבאטן צו פארן אהין
איך גלייך עפעס נישט ווען מען ניצט פסוקים פון די תורה אויף פשוט'ע פראסטע זאכן, אבער וואס קען איך טוהן, אין צוואנציג צוואנציג פארשטייט מען אפילו נישט וואס איז ראנג
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:איך גלייך עפעס נישט ווען מען ניצט פסוקים פון די תורה אויף פשוט'ע פראסטע זאכן, אבער וואס קען איך טוהן, אין צוואנציג צוואנציג פארשטייט מען אפילו נישט וואס איז ראנג
עס איז פלעין געשריבן אין לשון קודש.... כמדומה נישטא אזא פסוק
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:איך גלייך עפעס נישט ווען מען ניצט פסוקים פון די תורה אויף פשוט'ע פראסטע זאכן, אבער וואס קען איך טוהן, אין צוואנציג צוואנציג פארשטייט מען אפילו נישט וואס איז ראנג
קודם כל... עס איז נאכנישט צוואנציג... צווייטענס, ערליכע אידן האבן נישט ארויסגעזאגט די גאנצע... פארדעהם שרייבט מען "למספרם", ווייל מיהר גלויבן אז החודש הזה לכם, און נישט זייער... עס איז געוועהן פלעצער ווי מען האט גאר שטארק מקפיד געוועהן אויף דעהם אלטץ החודש הזה לכם, ולא חודשיהם.
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:איך גלייך עפעס נישט ווען מען ניצט פסוקים פון די תורה אויף פשוט'ע פראסטע זאכן, אבער וואס קען איך טוהן, אין צוואנציג צוואנציג פארשטייט מען אפילו נישט וואס איז ראנג
פשוטע פראסטע זאכן? איר האט געליינט דעם מעשה? קוקט נישט אויס. אויב האלט עס אן מיט אזעלכע סארט מעשיות זע איך נישט קיין שום חסרון דערמיט.
אגב, זעענדיג דעם פסוק האב איך פאר א רגע געקלערט אז מען גייט דא אנהייבן שרייבן פון תקופות ומזלות די חשבון הלוח וכו'. פאר עלטערע קינדער אויב לייגט מען עס גוט אראפ קען עס זיין א גוטן טאפיק. אלץ יונגע בחור האט מיר מיין פאטער געקויפט א ספר וואס הייטס טאקע אזוי, כי היא חכמתכם, זייער א לייכטע לשון קודש, און זייער קלאר און שיין.

אה, הלואי, ס'וואלט שוין לאנג געמעגט זיין אזוינס אין די היימישע אויסגאבעס פאר קינדער.. אגב, דער ספר 'כי הוא חכמתכם' איז צו קריגן אויף היברוי בוקס: http://hebrewbooks.org/50606
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:איך גלייך עפעס נישט ווען מען ניצט פסוקים פון די תורה אויף פשוט'ע פראסטע זאכן, אבער וואס קען איך טוהן, אין צוואנציג צוואנציג פארשטייט מען אפילו נישט וואס איז ראנג
קודם כל... עס איז נאכנישט צוואנציג... צווייטענס, ערליכע אידן האבן נישט ארויסגעזאגט די גאנצע... פארדעהם שרייבט מען "למספרם", ווייל מיהר גלויבן אז החודש הזה לכם, און נישט זייער... עס איז געוועהן פלעצער ווי מען האט גאר שטארק מקפיד געוועהן אויף דעהם אלטץ החודש הזה לכם, ולא חודשיהם.
די נושא בעיקר איז אויף זייערע חדשים נישט אויף זייערע יארן, דארט איז אפשר דא א צווייטע פראבלעם אז זיי ציילן צי זייערע געטשקע
יום אחד האט געשריבן:אונטערן קאליסן. ער איז געגאנגען העלפן די גרים דארטן וואס בעלזא דיינים האבן מגייר געווען און מדנ''י וויל זיי נישט העלפן זיך ארויס צוזען פון דארט ווייל זיי זענען נישט אנערקענט ביי די רבנות הראשית, ער ארבייט מיט די פרייע חברי הכנסת וואס האבן [ליידער] מער געפיל ווי די פרומע.
איך קען נישט דער נושא און די פאליטיקס ארום, אבער נעם אינאכט אז דאס וועלן אנערקענען סיי וועמען אלץ גרים איז גרינגער פאר א פרייער ווייל הי קאלד נאט קעיר לעסס צו זיי זענען טאקע עכטע אידן, משא"כ דער פרומער ווייסט אז עס מוז זיי א שטארקע סטענדערט ווייל אויב נישט האסטו א טראק-לאוד מיט נישט כשר'ע גרים אויסגעמישט מיט די כשר'ע אידן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
הויכפונקטן פון די קינדליין: ארץ בראשית דער חשוב'ער מחנך און בארימטער בדחן פון אנטווערפן הר"ר הערשל גראס לאזט זיך ארויס קיין דרום ארץ ישראל רייזענדיג אויף קעמלען, גיבנדיג אביסל צו פארשטיין וויאזוי די אבות הק' האבן גערייזט אויף קעמלען, ווי אויך זעצט זיך ר' הערשל אריין אין א געצעלט מיט 4 עפענוגען, און באקט זיך אפ די פַת לֶחֶם אויף די אמאליגע שטייגער, ליינענדיג די ארטיקל וועלן די ליינער באקומען א המחשה איבער אסאך נושאים וואס מען לערנט אין די פסוקים פון די בראשית פרשיות.
לופט באלאנען אז מען פארט שוין, נעמט קינדליין די ליינער "הינטער די קוליסן" ווי אזוי א לופט באלאן ארבעט, ווען מען האט עס ערפינדען, און נאך אסאך שיינע ידיעות.
פעטש לכבוד שבת קודש ביי די פאפולערע קאלום "זיידי דערציילט" ברענגט דער חשוב'ער שרייבער ר' נפתלי משה ווייס א דראמאטישע שילדערונג ווי א איד האט זיך געלאזט כאפן פעטש פון די ציוניסטישע פאליציי אין ארץ ישראל פאר כבוד שבת.
אין צוגאב פון פולע רייכע ארטיקלען און לערנבארע דראמאטישע מעשיות און קאמיס.