טויגליכער איד האט געשריבן:איינער האט באמערקט ר' פישל שעכטער די וואך? איינער האט באמערקט די הערליכע בילד פון ר' אהרן זאב בערנשטיין? איינער האט באמערקט ר' חיים הערש מענדלאוויטש? איינער האט באמערקט די הערליכע קאמיקס די וואך? איינער האט באמערקט ר' מענדל בוים ווי ער שטעלט פאר חיות אינעם קינדליין די וואך? איינער האט באמערקט די היסטארישע בילדער אינעם קינדליין די וואך? איינער האט אפשר געזען יאיר וויינשטאק די וואך? איינער האט באמערקט יוני גערשטיין די וואך? וכו' וכו'
איך פארשטיי נישט וואס א מענטש (א איד) האט פון מאכן גאנצעטע שקלא וטריא'ס פון יענעמס טעות
די עקסייטמענט און שמועס איבער די פיקטשער דערמאנט מיך פון מיין כיתה א' אינגל וואס האט נישט אויגעהערט צו רעדן אז זיין רבי האט גיזאגט מישטס אויף די סידור צו קאפיטל ח אנשטאט צו מה טובו.
ידעתי האט געשריבן:די עקסייטמענט און שמועס איבער די פיקטשער דערמאנט מיך פון מיין כיתה א' אינגל וואס האט נישט אויגעהערט צו רעדן אז זיין רבי האט גיזאגט מישטס אויף די סידור צו קאפיטל ח אנשטאט צו מה טובו.
אה"נ די טעות פאר זיך איז אפשר נישט אזוי געפערליך...., אבער למזלם איז פונקט די וואך געווען דער גאלאנטער רב אין די נייעס......
וואס זאל איך אייך זאגן, איך גלייך נישט צו קויפן די קינדליין פאר די קינדער, ס'איז צו היינטיג, אבער די סוכות אויסגאבע איז אריין ביי מיר אין שטוב, ס'איז זייער אינהאלטסרייך און אינטערעסאנט, ס'איז ווערט די געלט וואס מ'צאלט דערפאר.
שמואל בארג האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן, איך גלייך נישט צו קויפן די קינדליין פאר די קינדער, ס'איז צו היינטיג, אבער די סוכות אויסגאבע איז אריין ביי מיר אין שטוב, ס'איז זייער אינהאלטסרייך און אינטערעסאנט, ס'איז ווערט די געלט וואס מ'צאלט דערפאר.
איר זענט זיך סותר מיניה וביה קודםַ זאגט איר אז איר קויפט עס נישט ווייל עס איז צו היינטיג, דערנאך זאגט איר אז די סוכותדיגע האט איר יא געקויפט??!!
(אפשר די סוכותדיגע האט די צוריקציוועגס וואס איז שוין נישט היינטיג )
זייער שיינע קינדליין די וואך. מלא תוכן. כה לחי. צום באמערקן, אז די בילד טעות פון גאלאנטער רב מיט'ן אהבת ישראל, איז פשוט דער וואס האט געמאכט דעם קאפי פעיסט האט פארגעסן אויסצומעקן יענע שורה פון די פאריגע וואכיגע גליון, און אזוי איז עס אויסגעקומען אביסל קאמיש. למעשה האט זיך געמאכט דעם וואך דעם זעלבן טעות, ווען ביי איינע פון די 10 ערגסטע פייערן בילדער, באגעגענט מען זיך מיט א שורה אז דאלפינס זענען אויך פון די 10 קלוגסטע חיות... (א שורה וואס מ'האט געלאזט פון פאריגע וואך). טאקע נישט עק וועלט, אבער פון דעם קוקט אביסל אויס אז די מערכת לייגט טאקע אריין שעות ע"ג שעות פון הגהה אויף די ארטיקלען ווען זיי זענען נאך רוי אין די ווארד פיילס, אבער איינמאל די טעקסט איז שוין אריינגעברענגט אינעם ביכל זעלבסט, לאזט מען עס שוין כמות שהוא, אדער עכ"פ מען פארלייגט זיך שוין נישט אזוי שטארק אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין חסרות ויתרות...
תרנגול האט געשריבן:זייער שיינע קינדליין די וואך. מלא תוכן. כה לחי. צום באמערקן, אז די בילד טעות פון גאלאנטער רב מיט'ן אהבת ישראל, איז פשוט דער וואס האט געמאכט דעם קאפי פעיסט האט פארגעסן אויסצומעקן יענע שורה פון די פאריגע וואכיגע גליון, און אזוי איז עס אויסגעקומען אביסל קאמיש. למעשה האט זיך געמאכט דעם וואך דעם זעלבן טעות, ווען ביי איינע פון די 10 ערגסטע פייערן בילדער, באגעגענט מען זיך מיט א שורה אז דאלפינס זענען אויך פון די 10 קלוגסטע חיות... (א שורה וואס מ'האט געלאזט פון פאריגע וואך). טאקע נישט עק וועלט, אבער פון דעם קוקט אביסל אויס אז די מערכת לייגט טאקע אריין שעות ע"ג שעות פון הגהה אויף די ארטיקלען ווען זיי זענען נאך רוי אין די ווארד פיילס, אבער איינמאל די טעקסט איז שוין אריינגעברענגט אינעם ביכל זעלבסט, לאזט מען עס שוין כמות שהוא, אדער עכ"פ מען פארלייגט זיך שוין נישט אזוי שטארק אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין חסרות ויתרות...
אויך שטייט ליזשער רב שליט"א, ער איז שוין אוועק א שיינע פאר חדשים צוריק (כ'גלייב נישט אז דער ארטיקל איז שוין געווען אפגעשריבן ביי זיין פטירה)
דער בחור מיטן פלאכע הוט איז דעם קדושת ציון'ס זוהן הרב חיים יהושע הלברשטאם זצ"ל (פאטער פון די צוויי ברודער סארוואש און בית חיים יהושע), נעבן אים (מיטן הויכע הוט) זיצט הרב משה סטעמפל איידעם פון קדושת ציון.
קינדליין וואלט געמעגט אין אזא קאלום מאכן אביסל מער היים-ארבעט.