knowledge האט געשריבן:לעכטל האט געשריבן:איך האף מיין הערה וועט נישט שטערן פאר קיינעם.
איך אלעמאל געטראכט אז ווען די שערי מדע וועט אויסקומען מיט א ספר, וועל איך עס קויפן.
למעשה האב איך מיר געפריידט עס צו זעהן אין די ספרים געשעפט, די ספר איז נאו טיים אריינגעפלויגן אין מיין הענט, איך האב עס גע'עפנט, און גלייך אראפ געלייגט.
די אויסשטעל, מיט די סארט אותיות, מיט די סייז פון די אותיות האט מיר זייער געשטערט, איך האב עס נישט געקענט קויפן (נעבעך, אה?)
איך וואלט ארויסגעקוקט אויף א ספר וואס איז געשריבן מיט די זעלבע סייז אותיות ווי די גליון.
פאני?!
רבי עקיבא איגר זצ״ל שרייבט שוין איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגעבן א ספר מיט שיינע און קלארע אותיות און אויף גוטע פאפיר.
להוי ידוע אז מ׳האט זיך ארומגעשפילט מיט די פאנט״ס עס זאל זיין שיין און קלאר. אזוי אויך די פאפיר, עס זאל זיך גרינג מישן.
נאר וכבר אמרו: על טעם וריח אין להתווכח.
אבער דאס נישט קויפן צוליב דעם איז היפש אינטערעסאנט. אויב די תוכן איז גוט פאר אייך, דאן אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו!
Surface האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:איך האב עס יא געקויפט.
אבער געטראכט די זעלבע ווי אייך.
יא, די רבי עקיבא איגר זצ״ל איז ריכטיג ביי אסאך ספרים, אבער ביי אזא 'ספר' ווי מיין באליבטע 'שערי מדע' איז לויט מיין טעם נישט פאר קיין גרויסע אותיות, דאס קויף איך צו ליינען, אריינקוקן פון צייט צו צייט, זיך צו צייכענען א גוט שטיקל, וכדו' איך וויל ס'זאל זיין א מיעוט המחזיק המרובה, די קליינע אותיות פון דער גליון איז ממש להפלא,
אזוי אויך מיין ספרים שאפע איז שוין פיל 120% {און איך קויף נאך אלס נאך ספרים} איך זיך נישט נאך 'דיקע' ספרים. די זעלבע פראבלעם האב איך מיט
ר' אביגדור ענטפערט, חלק א' האב איך גראדע געקויפט, ס'איז אבער צו גרויס, דיע מינע ספרים קומט לויט מיין טעיסט מיט קליינע אותיות
'געפאקטע פעידשעס' קענסט בעטן טייער ווי ס'איז 2 בענדער, אבער פוש עס אריין אין איין באנד.