אינגערמאן כמעט געפאלן קרבן צו שווינדלער, זיך צו היטן פון פרישע שווינדלעריי
ר' אהר'לע פאמפ, מצב פון פרוי מארק
וועמענס מאן איז אומגעקומען אין טעראר אטאקע, בעט מען זאל מתפלל זיין פאר חוה רחל בת אילת השחר
ר' עזרא פריעדלענדער, איבער די פרישע ידיעות איבערן טויט פון ראול וואלענבערג
האבן די רוסן דערמארדעט דעם חסיד אומות העולם ראאול וואלענבערג?
רוסלאנד – נעכטן האט מען געהערט א היסטארישע אנטוויקלונג, וואס וועט מעגליך ברענגען נאנטער א לעזונג צו די לאנגיעריגע מיסטעריע איבער וויאזוי דער חסיד אומות העולם ראאול וואלענבערג איז געשטארבן. וואלענבערג איז באקאנט איבער דעם וואס ער האט געדינט אלס שוועדישער דיפלאמאט אין נאצי-אקופירטע אונגארן און האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן דורכ'ן ארויסגעבן טויזנטער פאלשע פאספארטן און שוץ-פאפירן פאר אונגארישע אידן, וואס דורכדעם האבן זיך טויזנטער אידן געראטעוועט זייערע לעבנס פון זיכערן טויט דורך די נאציס ימ"ש.
וואלענבערג איז אין 1945 געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די רוסישע מיליטער, און מען האט מער קיינמאל נישט געהערט פון אים. שפעטער האט מען געהערט אז אין 1947 איז ער געשטארבן פון נאטורליכע אורזאכן בשעת'ן זיין אונטער ארעסט פון די רוסן. זיין טויט איז געווען פארוויקלט אין גרויס מיסטעריע, און אצינד האפט מען אז די מיסטעריע וועט געלעזט ווערן, צוליב א נייע בוך וואס איז פארעפנטליכט געווארן. דער בוך איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ווערא סאראווע, אייניקל פון איגאר סעראוו, דער רוסישער קעי-דזשי-בי הויפט וועלכער האט געפירט די קעי-דזשי-בי אין די 1950'ער יארן.
דער בוך איז א צוזאמשטעל פון א טאגבוך וואס סעראוו האט געשריבן, און צווישן די נאטיצן שרייבט ער "איך בין נישט מסופק קיין איין רגע נישט, און איך בין זיכער אז וואלענבערג איז נישט געשטארבן פערצופאל, נאר דערמארדעט געווארן", און סעראוו גייט ווייטער און זאגט אז ער האט אינפארמאציע אז דער קאמוניסטישער פירער דזשאוסעף סטאלין זעלבסט האט פארארדענט דאס אומברענגען וואלענבערג. וואס בלייבט אבער א מיסטעריע אפילו מיט'ן בוך, איז פארוואס די רוסן האבן געזוכט פטור צו ווערן פון וואלענבערג. - קול העולם אימעיל
ר' אברהם טענענבוים,
פטירה פון האדמו"ר מ'אשלג זצ"לר' אנשיל פרידמאן, צוגרייטונגען אין צפת צום יארצייט פון די ארי הקדוש היינט נאכט
ר' הילל כהן, 3 פרויען קאנסלערס פארוואונדעט אין שווערע עקסידענט אין אוקריינע
ר' מאיר שטיינבערג פיש סוחר, פיש מעניו פאר די ניין טעג
ר' אהרן בנציון ווידער, איבער די פרישע נייעס איבערן טויט פון חסיד אומה"ע ראול וואלענבערג אונטער רוסישע ארעסט
הרב בנציון פרידמאן, נישט אידיש קינד אומגעקומען ביי וועלטס גרעסטע וואסער גליטשער אין קענסאס סיטי
קינד אומגעקומען אויף וועלטס-העכסטע וואסער-גליטשער
קענסאס – א שרעקליכער אינצידענט האט נעכטן פאסירט ווען א צוועלעף יעריג קינד איז אומגעקומען ביים זיך אראפגליטשן אויף די "ווערוקט" ("פאררוקט" אויף די דייטשע שפראך) וואסער-גליטשער אין די שליטערבאן פארק אין קענסאס סיטי, קענסאס, וואס דער גליטשער ווערט באטראכט אלס די וועלטס-העכסטע וואסער-גליטשער, שטייענדיג ביי 168 פוס אין דער לופטן. דאס קינד איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קעיליב שוואב, א קינד פונעם רעפובליקאנער קענסאס סטעיט לעגיסלאטור מיטגליד סקאט שוואב. דער פארק וועט היינט מאנטאג זיין פארשפארט פאר אויספארשונגען. - קול העולם אימעיל
אינגערמאן געהאט שרעקעדיגע איבערלעבעניש אין האנטער'ס וואלד