ברוכים הבאים טייערע פריינד ארום די גאנצע [איי]-וועלט.
לכבוד די דריי חדשים עניווערסערי פון אונזער נייע פירמע, "מזל מידיע," וויל איך מהנה זיין דעם עולם דא מיט אביסל סודות פון חדר אין די סוגיא פון שרייבן, מארקעטינג, דזשורנאליזם, וכל המסתעף, ווי אויך אביסל קענטעניס וואס קען צוניץ קומען ביים אנהויבן און פירן א ביזנעס.
שוין אין די קורצע צייט איז קלאר די ערשטע יסוד:
1) ק-ל אדון על כל המעשים. דער בורא כל עולמים עשה עושה ויעשה לכל המעשים. אז מען קוקט גראד, דארף אפילו נישט אזוי טיפע התבוננות, זעט מען דעם יד ד', חסדי הבורא, אויף טריט און שריט, בעסער ווי מען וואלט זיך געקענט פארשטעלן אין די שענסטע חלומות.
יעצט אביסעלע מארקעטינג און עד טיפס, אנצוהויבן דעם בלעטל.
ווען איינער האט הנאה פון א גוטן טשיז-מערענג-באנט טארט, האט מען ארויס די אינגרידיענטס? בכלל נישט. מען ווייסט עס איז גוט אויפ'ן צינג, און דאס איז דער תכלית. ביים ליינען א גוטן ארטיקל, אדער א גוטע עד, האט מען הנאה. אבער עס מיינט נישט אז דער דורכשניטליכער ליינער "ווייסט" פארוואס ער האט הנאה. רוב מאל נישט. דאס איז די ארבייט פונעם שרייבער-דיזיינער, אריינצולייגן די פאסיגע אינגרידיענטס, מען זאל הנאה האבן, תכלית.
איצט לאמיר געבן א מוסטער:
דאס איז געווען מיין ערשטע עד, אין אפאר טעגליכע צעטעלעך. עס האט ב"ה געהויבן די ברעמען פון די געצילטע מענטשן, במשך די פאר טעג וואס ס'איז געלאפן, און געברענגט פיינע רעזולטאטן, באלד און לאנג-טערם. אין דעם עד ליגט אסאך "ארט" און קונצליכע מעסעדזשעס צו גיין עמוק, עמוק, צו דערגרייכן דעם זעלבן תכלית ווי דערמאנט.
איז, פאר'ן פותר חלום זיין מער פרטים, זאל דער עולם אביסל אבזערווירן דעם נוסח, און דישעפרירן די אונטערליגנדע מעסעדזשעס וואס מען האט געצילט דא.
אין א מזל'דיגע שעה, לכבוד מזל אדר דגים, "מזל מידיע"...!
"מזל מידיע" נעמט יעצט אן אלע סארט שרייב ארבייט און סטראטעגיע. מיר זענען די בעסטע אדרעס פאר געשמאקע נייעס – העלט ארטיקלען – קאמפיין פאר מוסדות און מסיבות – הילף באשרייבונגען – דראמאטישע ערציילונגען – אויסטרעפן א "נאמען" – זוכן באהאלטענע אוצרות – קוואוטס פאר די פרעסע – אלטע היסטאריע – נייע געשעענישן – געזונטהייט טעמעס – אראפלייגן קאמפליצירטע טעמעס גראד און גלאט – קלארע פאזיטיווע "מעסעדזש" וואס "קליקט" – קלינגענדיגע ווערטער פאר אנאנסן און מודעות – קאנפידענשאל ביזנעס טיפס – אינדוסטריע נייעס קליין און גרויס – און נאך, אן קיין ודי ודו"ק אדער דריי פינטעלעך נאר 100 פראצענט נחת און צופרידנהייט.
פאר די מאקסימום רעזולטאטן פון מינימום ווערטער, רופט "מזל מידיע." וכל הקודם זכה, מיט מזל און ברכה.
אייער פריינד און שרייבער, יצחק אייזיק שניטצלער. 845-325-1800 [email protected]