"המספיק גאזעט" - חודש'ליכער פרייע געזונטהייט אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

"המספיק גאזעט" - חודש'ליכער פרייע געזונטהייט אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אין א בריוו צום "המספיק גאזעט", רעדט זיך א ליינער אפ אויפ'ן אידישן גראמאטיק מיט וועלכן זיי באניצן זיך. ער טענה'ט, אז זיי שרייבן 'אנדערש' פון אנדערע אידישע אויסגאבעס, און ער וויל וויסן פארוואס.

דער 'גאזעט' ענטפערט, אז יא; זי צילט טאקע צי זיין אנדערש פון אנדערע... נו, שוין... ס'ארא ענטפער...

לענינינו. דער פרעגער פרעגט נאך א פראגע: פארוואס שרייבט דער המספיק $3 מיליאן, און שרייבט נישט 3 מיליאן דאלאר?

ענטפערט דער גאזעט, אז זיי פרובירן זיך צו האלטן צו די כללים פון די ענגלישע שפראך, און אזוי ווי אין ענגליש שרייבט מען $3 Million (ס'קומט נישט גוט אויס דא, די ווארט מיליאן קומט נאכ'ן דרייער), און נישט 3 Million dollars (אויך נישט גוט, די דרייער קומט פאר'ן מיליאן), דאס זעלבע איז לגבי אידיש, אז מ'דארף שרייבן $3 מיליאן.

אני הקטן בין מחולק מיט אים. אויף ענגליש לייענט זיך עס זייער גוט, ווייל דער דאלאר סימבאל איז ביים לינקן זייט פונעם דרייער, און ענגליש לייענט מען דאך פון לינקס צו רעכטס, ממילא שטימט עס זייער גוט. משא"כ אויף אידיש וואס מ'לייענט פון רעכטס צו לינקס, האקט דאך דער "$" אריין צווישן דעם נומער און דעם מיליאן. אין אנדערע ווערטער, ס'לייענט זיך אזוי: דריי דאלאר מיליאן.

בין איך גערעכט אדער נישט? איך מאך נישט קיין סקר און איך שיק נישט קיין בריוו צום גאזעט. כ'וויל סתם הערן וואס דער עולם האט צו זאגן דערוועגן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע, האו עבאוט דו מאכסט א סקר, און די שיקסט זיי א בריוו....... אפס... ס'איז דאך קלאר אויסגעשלאסען אין דיין פיינעל סענטענס, דעמאלטס וועל איך דיך נישט מוטשען.

יעצט צום נידון, אז איינער מאכט אן הקדמה אז זיין ציל איז צו זיין אנדערש פון יעדען, טא וואס איז שייך צו דיסקוסירן זיינע מיטלען דערצו המטרה מקדשת את האמצעים, אין אנדערע ווערטער האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט אויף אזא פאל "איך גיי מיך מיט מיין שכל נישט מוטשען צו פארשטיין זאכן וואס זענען געשריבען אן שכל".

קודם צו נוצן דעם $ סימבאל אויף אידיש, איז דאך שוין א מילתא שצריך בדיקה מאן יימר אז אידיש אקצעפטירט בכלל דיינע אוואנטורן, און אפי' ווען יא ווער זאגט דיר ווי אים צו פלאצירן, זיין ענגלישער קאלעגע? האסט אים געפרעגט רשות כ'מיין אידישע כללים גייען עפעס סינאנים מיט די פון ענגלישען חדר?

הרב מגאזעט שליט"א, פוילט אייך נישט קומט אריין אונעם קרעטשמע און זעהט ווי מיר מוטשענען זיך על כל תג וקוץ אלעס מיט ראיות ברורות ונכוחות ווי ס'ווערט אויסגעשמועסט ברב עם וכדרכה של שפראך זה בונה וזה סותר ביז מ'דערזעהט זיך ארויס מיט א דבר שלם. ואם, אין אויב מיר (כ'מיין מאשקע) וועלן איינזעהן אז איר זענט גערעכט איז דאך מה טובו אוהליך ומודים דקרעטשמערס היינו שבחייהו.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך בין אויף דיין זייט מאשקע, ס'האט מיר היינט אינדערפרי זעהר פארדראסן לייענענדיג דעם ענפער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נאכנישט באקומען דעם פרישן גאזעט (וואס איך גלייך דורכצובלעטערן), אבער איך האלט קלאר ווי מאשקע, עס איז אומזיניג צו שרייבן $3 מיליאן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

המספיק האט אנגענומען די שיטה פון 'דער עיקר איז די געלט', בלויז צו שרייבן קען טאקע זיין 'אומזיניג'..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דריי פערטל פון זיין תירוץ, איז נישט צודערזאך, במחילת כבודו, ס'האט מיך געפערליך געבאדעט, ווי בשעת ענטפערן פראבירט ער זיך אראפ צו לייגן, ווי עפעס א מעכטיגער שרייבער, אז אפילו די ענגלישע צייטונגען שרייבן אויך אזוי, און ס'פאלט אים אפילו נישט ביי, אז אידיש שרייבט זיך און רעדט זיך אנדערש ווי ענגליש.

און אז מ'רעדט שוין יא פונעם גאזעט, ווי א חכם מאכט ער אן ארטיקל קעפל, בערך אזוי, גאזעט נייעס קוואל ווערט אפגעקויפט וכו', סאו, וואס מיינט איר? אז איינער האט זיך געבעטן ביי גאזעט, אויסצו קויפן, עה, ס'האלט ווייט פון דארט, די וואל סטריט זשורנאל, פון ווי די גאזעט שפעט אסאך נייעס, ווערט אויסגעקויפט וכו'. קאמענטארן לאז איך פאר אייך, צו נאר איך בין משוגע, אדער ווער ס'ליינט עס, קען זיך דאכטן דאס זעלבע ווי פאר מיר.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

ווי אונזער העלד "קרעמער" בין איך אויך צווישן די וואס גלייכן דורכצובלעטערן, אבער נישט "שטודירן", דעם המספיק גאזעט, איך האלט עס איז געשריבן, אויף אפאר פלעצער, זייער טיף דאקטאריש און נישט צו מיין טעיסט.

וועגן די פראגע און ענטפער איבער גרעמער און "בעיקר" די געלט, קען איך נישט דעסיידן. דער עולם דא האט פארזען דעם עיקר פון זייער ענטפער, אז דער ציל איז צו שרייבן ווי "בקיצור", צו נוצן ווי ווייניגער ווערטער ("טינט" בלשונם הגאזעטי) מיט ווי מער אינהאלט. אז מ'קוקט לויט דעם, האבן זיי יא א פאוינט, אז "$3 מיליאן" איז קורצער ווי "דריי מיליאן דאלאר".

בדרך כלל איז נישטא קיין כלל (...) אין יודישע גרעמער. די גאזעט זאגט נישט אז יודישע שרייבערס דארפן זיך לערנען פון ענגלישע, נאר אז ביי דעם ענין פון "$" און צופיל "שימוש" ווערטער (בלשונם כנ"ל) דארפן די שרייבערס נעמען די ענגלישע כללים, אבער זיי רעדן נישט פון אנדערע זאכן.

"איך_הער", מעגסט פארשטיין אמאל א דזשואק. קיינער האט נישט גענומען ערנסט דעם שטיקל פון וואל סטריט דזשורנאל סעיל, זיי האבן עס געלייגט סארקעסטיש, פארשטייסט? לצים זאגן אז מ'טאר נישט זאגן פאר אן אונגארישער איד א דזשאוק אום שבת - עס איז הכנה צו אינדערוואכן. קאפטשעסט?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לגבי דעם ענין פון די שימוש ווערטער, רעדט דער גאזעט - בכבוד מחילתו - נישט צו דער זאך. אינגאנצן נישט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איינער זאל דא שרייבן די מעשה פון "דא ווערט פארקויפט פיינע פרישע פיש", וועט מען בעסער פארשטיין מיין פוינט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקע, זאלעך?
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

מאשקע האט געשריבן:לגבי דעם ענין פון די שימוש ווערטער, רעדט דער גאזעט - בכבוד מחילתו - נישט צו דער זאך. אינגאנצן נישט.


מ'קען זיך דינגען, אבער ממש אינגאנצן נישט? קענסט מסביר זיין פארוואס?
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

יוםטובערליך האט געשריבן:בדרך כלל איז נישטא קיין כלל (...) אין יודישע גרעמער.


יום טוב, איך ווייס נישט אויב עס איז נישט דא קיין כללים, ס'איז זיכער דא, מוזט נאר נישט אלעס אננעמען. איך בין גראדע אויך נישט משועבד צו קיין כללים, איך האלט אז ווילאנג עס איז געשמאק פארן ליינער איז גוט.

בדרך אגב, מיין איך אז דער גאזעט רעדאקטאר/שרייבער איז טאקע געווען דער ערשטער צו גיין פובליק מיט אייגן אויסגעטראפענע ווערטער און גראמאטיק, נאך ווען ער האט געשריבן אין 'דער בלאט', ווי ער האט גענוצט ס'שפראך ס'עם געפעלט ס'בעסטע טוענדיג ס'ער וויל און נוצנדיג ס'ארא גראמאטיק ס'לאצעך.....

אבער ער איז א פיינער געשמאקער שרייבער, מיט א גוטן סענס אוו הומאר. ס'איז בא'טעמ'ט אים צו ליינען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס האט נישט מיט קיין געלט צוטאן, אבער דאך אן הערה אויפן "גאזעט".

אינעם אלול תשס"ז אויסגאבע, אויף זייט 23, געפון איך אזא מעלדונג: מאנטפיורע שפיטאל אין בראנקס האט געדאפלט די עמערדזשענסי רום פון וויילער אפטיילונג, און געהעכערט נאך 36 שטאב מיטגלידער פאר ארום 5$ מיליאן.

עס האט מיר גענומען א לאנגע מינוט צו כאפן אז "געהעכערט" איז א גרייזיגע איבערטייטש פונעם ענגלישן "געהייערט" HIRED...

דא לאכט מען!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נו, אפשר מיט די צייט וועט דאס ווערן מאשקע'ס באליבטע צייטונג.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איין זאך וואס האט מיר זייער זייער שטארק געבאדערט אין די פרישע גאזעט (תשרי תשס"ח), איך געדענק שוין נישט די לשון פונקטליך, אבער עס רעדט זיך וועגן אז די עף די עי דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די סקאנדאלן פון כינע, שרייבט ער אין די קעפל "טראץ פרישע סקאנדאלן פון כינע יעדן טאג". סאום האו האט מיר די ווערטער אויפן הויפט זייט צופיל געשטאכן. עס איז מוראדיג "באביש" גערעדט, און איך וואלט דאס נישט טאלערירט פון קיין איין צייטונג, ולא כל שכן פון מיין ליבעליכער גאזעט.

ער מיינט צו זאגן "טראץ כסדר'דיגע פרישע סקאנדאלן" און ער לייגט עס אן אויף די טעג... וואטעווער, איך גיי נישט מסביר זיין פארוואס עס איז נישט גוט. עס דויערט צו לאנג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אין זי סעריע פון "המספיק גאזעט" חידושים אין די אידישע שפראך.

אין די לעצטע אויסגאבע ווען דער שרייבער רעדט איבער א "BLOOD-TEST" שרייבט ער "בלוט-טעסט", פרעגט מיללער זייער הארב, אם בלוט למה טעסט, ואם טעסט למה בלוט? אדער שרייבט "בלוט-פראבע" (עכט אידיש) אדער "בלאד-טעסט" (פלעין אידיש, כלשון רבינו).

העמיר מוזן ענטפערן, המספיק לשיטתו "מיר ווילן זיין יוניעק", זאל זיי גא-ט באגליקן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דעטס אלל? היי-חודש איז דא אסאך יוניקיטעטן...
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב זייער הנאה געהאט פון די "רינגזייעטי" נייעס...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

3x0 האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון די "רינגזייעטי" נייעס...


דאס איז דאך נישט אייגנס?

מאשקע,

אטי כי מאשקע אחשיב כאייזל, איך גיי מיך עפעס אראפלאזן צו דעם גאזעט שרייבער און אויפזוכן אלע זיינע יוניעקנעסעס, אבערוואז, אז איך מערק עפעס ברענג איך עס אהער, אז דו האסט עפעס סחורה שטעל עס ארויס, נישט פרעג א קלאץ קשיא און ווער אנטרינען (נאטינג פערסאנעל).
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מיללער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון די "רינגזייעטי" נייעס...


דאס איז דאך נישט אייגנס?

אקעי, אבער ער האט עס מיר דערציילט, און אזויווי איך האב זייער הנאה געהאט דערפון, און איך האב געטראכט אז עס קען זיין אז איינער פון די שרייבערס דארט דרייען זיך דא. ווי נישט ווי, ווער ווייסט נישט היינטיגע צייטן פון "היימישע קרעטשמע"? האב איך געוואלט ער זאל זען גוטע פידבעק אויך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארוואס קומט מיר אן די המספיק גאזעט הערשט סוף חודש, בעת איך זעה אז איר אלע האט דאס שוין לאנג?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיר איז באשערט צו לאכן אביסל שפעטער ווי אנדערע...
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח טריאו פאר די לינק, יעצט אבער האב איך דאס שוין געפונען אין א לאקאלע ס'כיסע (בית זיצמאן...) און איבערגעבלעטערט.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

נעמענדיג דעם פרישן המספיק גאזעט אין האנט זע איך אויפ'ן ערשטן בלאט אין דעם גאנץ ערשטן פאראגראף א טעות. עס שטייט "לעגאסלאטיווע", אבער עס קומט "לעגיסלאטיווע".
גיימיר צו די אנדערע זייט פון פאדערשטן בלאט ביי "גייענדיג צום דרוק" , שטייט דארט דאס דריטע ווארט "אינדזשעניר", אבער עס קומט "אינזשעניר".
איך מיש ווייטער, זע איך א גרויסן קעפל "געהויבענע ימים טובים העעל"ט לאזן איבער נאסטאלגישע ווארימקייט אריין אין קילן ווינטער". דער שרייבער האט אפשר ליב צו נוצן דאס ווארט "נאסטאלגיש", אבער דא מיין איך קומט עס בכלל נישט אריין. א יום טוב קען "איבערלאזן" (אויף להבא) א "נאסטאלגישע ווארימקייט" אריין אין קילן ווינטער?... סיי עס איז להבא און סיי איך פארשטיי נישט וואס עס מיינט איבערצולאזן א נאסטאלגישע ווארימקייט אין ווינטער. עפעס קלאפט נישט דא, חוץ אויב איינער קען מיר העלפן ערקלערן פשט.
אויף דעם לעצטן בלאט באמערק איך סתם ווערטער וואס זענען נישט גוט אויסגעלייגט, ווי "צינג", "א זיס געבענטש לעבן". און פארוואס עפעס שרייבט ער "זעהן" און "האפענטליך"?
שוין, גענוג, יעצט לאמיר אנהייבן אביסל לייענען אויך (און זען די אלע געוואלדיגע רפואות וואס האבן אזוי וואונדערליך געהאלפן פאר ---'ס).
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”