"המספיק גאזעט" - חודש'ליכער פרייע געזונטהייט אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

לכאורה האט געשריבן:יעצט איז מיין רייע צו קאמענטירן:

אלס שטענדיגער דעקל-צו-דעקל המספיק גאזעט ליינער, האב איך אדורכגעליינט דעם לעצטן (אדר תשע"ה) אויסגאבע מיט א פארגרעסערונג גלאז, הערנדיג אז דאס איז מעשי ידי א פרישן רעדאקטער. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין העכסט צופרידן פון זיין שרייבעריי!

מען זעהט נאך דא דארט אז ער איז פריש, און פרובירט ערקלערן פארן ליבן לעזער געוויסע הויכשטאפלערישע ווערטער וואס מיר קענען שוין גראדע פון ליינען אזויפיל דעם גאזעט, פון די אנדערע זייט זעהט מען אז ער האט דעם פעדער אין די האנט גאר שטארק, בפרט ביי די אדר ארטיקלן (איינס איז א שטייגער ווי די פייער-ן'-וואסער אשכול ביי אונז, ס'אנדערע איז אויך פיל מיט אייוועלט סארט וויצלעך, וואס מאכט אים א כמו-היימישער אויב נישט גענצליך היימיש).

איך וואונטש אים פיל הצלחה, ווי אויך פאר זיין פארגייער.

גם אני מצטרף. געזעהן גראדע שיינע חידושים און אויסברייטערונגען דיזע חודש אין המספיק גאזעט. ווי דער הערשל פריעדמאן ארטיקל "איבער עי די די". ADHD.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אביסל א מאדנע ארטיקל אין מיינע אויגן, דאכט זיך אז איך האב שוין לאנג נישט געזעהן אן ארטיקל וואס זאל אזוי אויסציען געמאלענע וואסער ווי א דינע ראבער-בענד... אבער גוט איז עס.

צוויי שרייב פעהלערן געזעהן אין די ארטיקל, מאנעוורירט, און 'די "סטעמענע" פון כלל ישראל', אבער ווי לויטעט די לאזונג דארט, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

בנימין הלוי האט געשריבן:איך ליין געווענליך די המספיק גאזעט, און אפט קומט מיר צו שמייכלען זייער שטארקייט אין נעמען שטעלונגען אין געזונטהייט נושאים, דער אויסגאבע איז דירעקט נישט עפעס א פרעסטיזשפולע מעדיצינישע זשורנאל מיט רעספעקטירטע פראפעסארן וואס שטייען דערונטער, נאר ס"ה א רעדאקציע וואס דארף ארויסגעבן א שריפט, נו, קלאפט מען צאם אפאר ארטיקלן איבער געזונט אנצופלן עטליכע בלעטער
געזונטערהייט, אבער מי שמך לפיש? איר האט א מיינונג? איך אויך... אונז פארשטיי מיר אייניג אין מעדיצין.

אינעם לעצטן גאזעט ליין איך מיט שטוינונג אז טיילענאל טוט עפעס אויסער פאר קאפ וויי... ליין דא פאר דעטאלן http://www.nyshainc.org/documents/2015/129yiddish.pdf
צוויי זאכן אינעם ארטיקל האט מיר געמאכט שמייכלען, ער שרייבט אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון טיילענאל און מאטרין און "אנדערע ענליכע טאבלעטן" (א מין אויסדרוק)
דאס איז א נישט בכבוד'דיגער טעות... ידוע פאר אלע אז טיילענאל און מאטרין זענען צוויי אנדערע באשעפענישן, Acetaminophen איז טיילענאל, און האט גארנישט מיט מאטרין וואס איז ibuprofen. די צוויי ארבעטן אנדערש און די סייד אפעקטס זענען אנדערע, איינס פון די גרעסטע חילוקים איז די שלעכטע השפעה וואס Acetaminophen קען ח"ו האבן אויף די לעבער, ibuprofen און אנדערע NSAID דראגס האבן דאס נישט און זיכער נישט אויף אזא פארנעם. צאמשטעלן טיילענאל מיט מאטרין און זאגן אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון זיי פאסט נישט.
דער ארטיקל פירט אויס אז "די FDA רעקאמענדירט אז מען זאל בשום אופן נישט נעמען מער פון 3,000 מיליגראם אין 24 שעה, און נישט מער ווי צוויי פילן יעדע זעקס שעה" צוויי פילן? וויפיל מג פער פיל? א רעגולער אדער א עקסטרע סטרענט?? דערמאנט מיר פון א טרינקער וואס דער דאקטער האט אים געווארענט נישט צו טרינקען מער ווי א האלבע גלאז א טאג.

אויף זייט 12 איז דא אן ארטיקל איבער דייעט סאדע און דער שרייבער פארפעלט צו שרייבן אויף וועלכע סארט צוקער ערזאץ די שטודיעס זענען געמאכט געווארן, אדער לפחות באמערקן אז דער שטודיע האט נישט אנגעגעבן איבער וועלכע סוויטנער איז דער מדובר. (נישט אלע צוקער ערזאצן זענען אייניג כמובן)

איך גלייך דוקא עס צו ליינען, ס'איז זיס און דיפרענט און ועל כולם ס'איז בחנם, אבער זייער מיינונג איבער סיי וואס א געזונט נושא טראגט עפעס מער געוויכט ווי מיין חבר'ס וואס פירט א באס? איך בין נישט איבערצייגט און פון די ארטיקלען זעט נישט ספעציעל אויס אזוי.

א שטארק אמעראצישער טעות, צונויפצושטעלן טיילענאל מיט מאוטרין. יעדער וואס האט נאר געוויגט א קינד דארף דאס וויסן.
טיילענאל קעגן שאדן פאר די לעבער רח"ל, אויב מ'נעמט צופיל, מאוטרין קען מאכן מאגן-דרייעניש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געהערט איו שפראך:

ימחול לי אלך פעמים.

"פערזענליכע מעדיצין" איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש פון "personalized medicine"
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיסטעריעז האט געשריבן:אביסל א מאדנע ארטיקל אין מיינע אויגן, דאכט זיך אז איך האב שוין לאנג נישט געזעהן אן ארטיקל וואס זאל אזוי אויסציען געמאלענע וואסער ווי א דינע ראבער-בענד... אבער גוט איז עס.

צוויי שרייב פעהלערן געזעהן אין די ארטיקל, מאנעוורירט, און 'די "סטעמענע" פון כלל ישראל', אבער ווי לויטעט די לאזונג דארט, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות!

וואס איז שלעכט מיט "מאנעוורירט"?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איז נישט די ערשטע ר איבריג?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ניין
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דאן חוזרני בי

דעם שבת האב איך אדורכגעליינט דעם המספיק גאזעט פון תמוז תשע"ה, און איך האב 2 הערות:
1. עס איז נישט "אי. ענד טי." נאר "אי. ען. טי." (EAR, NOSE AND THROAT).
2. אויף עמוד 2 איז דא א קעפל וועגן א מעדעצין פאר סארייעסיס, דער נייעס'ל דערפון געפונט זיך הערשט סוף פונעם גאזעט אין די טאבלעטן אפטיילונג, בעת דא האט מען בטעות געלייגט א נייעס איבער פארקינסאנס ל"ע.

אזוי צי אזוי, האב איך שטארק הנאה געהאט פונעם גאזעט, בפרט פון די בריוועלעך.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

לכאורה האט געשריבן: שטארק הנאה געהאט פונעם גאזעט, בפרט פון די בריוועלעך.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לכאורה האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזען אנאנסן אין דבר יום ביומו אז ר' יצחק אייזיק שניטצלער האט געגרינדעט א מכון אויף שרייבעריי און אלעס וואס אנבאלאנגט דערצו און ארום, בין איך נייגעריג אויב דאס איז אין צוגאב צו זיין ארבעט אלס רעדאקטאר פון די המספיק גאזעט, אדער האט ער שוין איבערגעלאזט דעם גאזעט אין אנדערע הענט.

אדער גאר לעב איך אין א דמיון.... און צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געטראפן ביים כותל.

ריכטיג ער האט שוין טאקע איבערגלעלאזט דעם גאזעט, געהערט אז ר' אייזיק שרייבט היינט אויך די געזונטהייט נייעס און ארטיקלען אינעם וויליאמסבורג בולעטין.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

כאפצעם
זאג מיר נישט אז די האסט נאך נישט געזען דעם אשכול?!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איינער האט אפשר א פייל פון די תמוז גאזעט, אדער א לינק דערצו?
א דאנק
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיסטעריעז האט געשריבן:איינער האט אפשר א פייל פון די תמוז גאזעט, אדער א לינק דערצו?
א דאנק

http://www.nyshainc.org/gazette.php?path=303030
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יישר כחכם
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם נייעם גאזעט אויפן הויפט זייט, זעה איך איין קעפל ליינט זיך ווי פאלגענד.

"פרישע האריזאנטן: גאווערנער קאומא שרייבט אונטער 'עיבל' געזעצן"

וואס מיינט דאס 'פרישע האריזאנטן'?
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

עיבל? אדער גריזים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צושויער האט געשריבן:עיבל? אדער גריזים

Able
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מיללער האט געשריבן:אינעם נייעם גאזעט אויפן הויפט זייט, זעה איך איין קעפל ליינט זיך ווי פאלגענד.

"פרישע האריזאנטן: גאווערנער קאומא שרייבט אונטער 'עיבל' געזעצן"

וואס מיינט דאס 'פרישע האריזאנטן'?

גראדע נישט קיין שלעכטע מליצה.

האריזאנט איז די אופק, די ליניע וואו די אויגן ‘מיינט’ אז דארט ווערט אפגעטיילט די ערד פון די הימל, צוליב די רינדעכיגקייט פונעם כדור הארץ דאכט זיך פאר די אויגן אז דארט ענדיגט זיך די ערד. (און על שם דעם דמיון ווערט עס אין תנ”ך און חז”ל אנגערופן אז דארט ענדיגט זיך די ערד).

מליצה’דיג גערעדט, מיינט דאס כאילו מען זאל אביסל מער פלאך מאכן דעם כדור הארץ, און די ווייטקייט ווי ווייט די אויגן קען זעהן וועט ווערן נאך ווייטער. אבער מען מוז נישט גיין אזוי ווייט, הארזיאנט ווערט פשוט באנוצט אלץ א שפריכווארט אויף זעהבארע ווייטקייט.

אין פאקט נוצט “נאסא” דעם זעלבן אויסשפרוך!

http://pluto.jhuapl.edu/
לעצט פארראכטן דורך גרויזאמער אום מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גרויזאמער האט געשריבן:גראדע נישט קיין שלעכטע מליצה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גרויזאמער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם נייעם גאזעט אויפן הויפט זייט, זעה איך איין קעפל ליינט זיך ווי פאלגענד.

"פרישע האריזאנטן: גאווערנער קאומא שרייבט אונטער 'עיבל' געזעצן"

וואס מיינט דאס 'פרישע האריזאנטן'?

גראדע נישט קיין שלעכטע מליצה.

האריזאנט איז די אופק, די ליניע וואו די אויגן ‘מיינט’ אז דארט ווערט אפגעטיילט די ערד פון די הימל, צוליב די רינדעכיגקייט פונעם כדור הארץ דאכט זיך פאר די אויגן אז דארט ענדיגט זיך די ערד. (און על שם דעם דמיון ווערט עס אין תנ”ך און חז”ל אנגערופן אז דארט ענדיגט זיך די ערד).

מליצה’דיג גערעדט, מיינט דאס כאילו מען זאל אביסל מער פלאך מאכן דעם כדור הארץ, און די ווייטקייט ווי ווייט די אויגן קען זעהן וועט ווערן נאך ווייטער. אבער מען מוז נישט גיין אזוי ווייט, הארזיאנט ווערט פשוט באנוצט אלץ א שפריכווארט אויף זעהבארע ווייטקייט.

אין פאקט נוצט “נאסא” דעם זעלבן אויסשפרוך!

http://pluto.jhuapl.edu/

אבער קען 'האריזאנט' זיין געשריבן בלשון רבים?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

יא, אין ענגליש נוצט מען horizons דאן אין אידיש איז עס האריזאנטן.
reading broadens your horizons

טו א זוך אין גוגל און גוגל בוקס פאר "האריזאנטן" אדער "האריזאנטען"
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

און קיינער רעדט נישט פונעם נייעם דעזיין פון המספיק גאזעט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

שמעלקא טויב האט געשריבן:און קיינער רעדט נישט פונעם נייעם דעזיין פון המספיק גאזעט?

https://www.dropbox.com/s/59ty2weth5543 ... h.pdf?dl=0
https://www.dropbox.com/s/w26i1a4u7p6lr ... h.pdf?dl=0
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

שמעתי אז זיי האבן אמאל געהאט א קלארע באשרייבינג פון די גייסטישע מחלה בי פי די. ווייסט איינער און וועליכע חודש און ווי איך קען עס באקומען?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”