הענדימען האט געשריבן:לאמיך אייך פרעגן א שאלה. ווען האט שוין געליינט די טערמס ענד קאנדישענס פון ACN?
איך האב
און איך קען אייך זאגן אז אויב ליינט מען עס גוט דורך און מ'איז גרייט צו ארבעטן שווער קען מען עכט מיינען אז מ'גייט מאכן אסאך געלט
די מציאות איז אבער נישט אזוי און כמעט קיינער מאכט נישט. פארוואס? ווייל אויף די וועלט זענען דא נאך אסאך דיינעמיקס וואס מ'לערנט זיך אויס מיט עקספיריענס
ווען איך בין אריין אין ACN האב איך גערעדט צו איינעם מיט אסאך עקספיריענס און הצלחה ביי עמביט און נאך קאמפאניס און ער האט אויסגעהערט מיין פלאן און געזאגט מיין פריינט עס גייט נישט אזוי. די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. ער איז נישט געווען קיין סאך עלטער ווי מיר ער האט פשוט שוין געהאט עקספיריענס
די זעלבע איז מיט די ליבעראלן. זיי האבן זייער קיוט איידיעס און פונקטליכע פלענער וויאזוי צו מאכן געוויסע זאכן ארבעטן אבער זיי זענען ביזי לעבן אין זייער באבל און האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות
געלויבט דער הייליגער באשעפער אז מיר אידן האבן א תורה און אונזערע מוחות זענען אטאמאטיש איינגעשטעלט מיט מער נארמאלקייט ווייל מיר וואקסן אויף ריכטיג און אומריכטיג בעיסד אויך די תורה. אטאמאטיש נעמען מיר נישט אן אזוי גרינג קיין נאנסענס אפילו ס'איז שיין געפאקט
די משל איז געוואלדיג,אזא אמת אז נאר. די נמשל? ווענד זיך וועמען מען פרעגט...