״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

איך ווארט פאר א לענגערע באשרייבונג פון ocd
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
חומש
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 24, 2019 9:10 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומש »

שרייב האט געשריבן:איך ווארט פאר א לענגערע באשרייבונג פון ocd

איך ווארט אויף ענקזייעטי בכלולית, א פראבלעם וואס אזויפיל אידן דרייען זיך ארום דערמיט אין קאפ און קיינער ווייסט נישט דערפון, וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז מ'זאל אביסל מער אראפקומען, ד.ה. אז מען רעדט פון פסיכישע אטאקעס, און פון אספערגערס, און דו אלע מער ערנסטע זאכן וואס מען דארף שוין (אין אסאך פעלער) האבן המספיק און רעים א.ד.ג. פאר דעם, אדער רעדט מען שוין צו נידריג ד.ה. שלום בית עצות, וויזשען טעראפי, אלעס פיין און וואויל זייער גוט אז מען רעדט דערפון. איך האב זייער הנאה עס צו ליינען, אבער וואס איך בעט איז אז מען זאל אנהייבן מער צו רעדן פונעם עמך יוד וואס דרייט זיך ארום מיט ייסורים אין קאפ ווי פאויביעס, ענקזייעטי, סאשעל ענקזייעטי, o.c.d., אדער א לייכטע דיפרעשאן און לעבט געהעריג געהעריג און דו געזעלשאפט און דארף פשוט אביסעלע חיזוק, און דו זעלבע זאך איז לגבי ADHD ווען מ'האט שוין יא גערעדט דערפון האט מען אראפגעברענגט איינעם וואס האט עס אויף א מוראדיגע שווערע פארנעם און נישט פון איינעם וואס האט עס מער פשוט וואס פון דעם איז דא אסאך מער,
און דו זעלבע איז לגבי דיפרעשאן וואס מ'האט אראפ געברענגט איינעם וואס האט עס געהאט אויף א שרעקליכע פארנעם וואס יענער האט שוין געדארפט אוועקפארן פאר 6 חדשים זיך היילן וואס פין דעם איז דא אסאך ווייניגער ווי פון מענטשן וואס האבן פשוט פארלוירן זייער טעם און לעבן און זענען אביסל אומוטיג,
יישר כח למפרע!
נ.ב. איך מיין נישט דא קיינעם צו פארשעמען אדער אוועקצומאכן מיט ביטל אז ער איז פון די ערנסט ליידענדע וואס מ'דארף שוין נישט קוקן אויף זייער זייט פונקט פארקערט איך האב אסאך מיטגעפיל מיט זיי און איך שעץ זיי איך האב נאר פשוט געוואלט ארויסברענגן אז מ'זאל אראפקומען אביסל צו די מענטשן וואס ליידן טאקע שוואכער און זיי פילן נישט ווי מ'רעדט צו זיי,
און אז איך האב שוין די פעדער אין די האנט וויל איך מיך דא באדאנקן פארן מאמענט פארן ארויסגעגעבן אזא אינטערעסאנט און וויכטיגע אויסגאבע וואס איך און נאך אסאך יודן זענען זיך מחיה דערמיט הקב"ה ישלם שכרם!
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

הרב חומש האט עס זייער שטארק ארויסגעברענגט
די עולם וואס לייט שוואכער אין נאכנישט אזוי שטארק ווי די אלע אינטערוויואז [לגבי אנגעצויגענקייט]
זאלן וויסען אז זיי ליידן

[איך אליין פלעיג גאר שטארק ליידען אויף ocd
אין געוועיזען 3 יאר אויף טערעפי אין גענומען מעדיסען
אין זוך נאך נישט געפיעלט קנעקטיט מיט אזא באשרייבונג
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

פארגרעסערטע נפשי #31 איז ערשינען!

דער ריזיקאלישער געראנגל
עקסטרעמע סאושעל ענקזייעטי, פחד פון מענטשן, לעבן יענעם צו געפעלן, ווייטאג און בזיונות, דעפרעסיע, א מאמע מיט בארדערליין – דאס זענען בלויז טייל פון די שמערצן אין מיין שווארצן עבר, אבער מיט די ריכטיגע מעטאדן האב איך זיך דערלערנט וויאזוי צו טוישן מהלך המחשבה און היינט בין איך גליקליך און צופרידן // פון לאנגיעריגע געקלאפטקייט און מינדערוויכטיגקייט צו אן איש בין אנשים

די א-ב פון ADHD
בארימטער פסיכיאטער און ADHD ספעציאליסט דר. גרעגארי סעיער איבער די וויכטיגסטע זאכן איר דארפט וויסן וועגן ADHD

מיין טאטע דער מענטל-העלט פיאנער
הר"ר יעקב שטויבער, LCSW, איבער'ן פארלוסט פון זיין פאטער הרה"ח ר' חיים משה שטויבער, דער איניציאטאר פון מענטל-העלט הילף ביים היימישן ציבור מיט קרוב צו 40 יאר צוריק.

וואס ברענגט מאנגל אין "סעלף-עסטים"?
וויאזוי ווערט געבויט זעלבסט-שאץ, וויאזוי מעסט מען דאס, און וואס גייט דורך אין קאפ פון מענטשן וואס מאנגלען דערין.

און נאך א רייע הערליכע קאלומס, רובריקן און ארטיקלען, יעצט צו באקומען אין אלע געשעפטן אינאיינעם מיט׳ן ״מאמענט״.


857707A4-842E-43BD-8BF3-B8D616B14CBB.jpeg
857707A4-842E-43BD-8BF3-B8D616B14CBB.jpeg (206.41 KiB) געזען 4600 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

ווער איז די שרייבער פון די מעשה ,ריזיקאלישע [זוי מיין איך] געראנגעל
ער האט אויף געפיקט די ווארט ,זאל ער גיין צו די פלאץ ווי די פעפער וואקסט

אגב אפאר מאל אינמיטן מעשה האב איך געפיעלט קנעקטעט
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

חומש האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:איך ווארט פאר א לענגערע באשרייבונג פון ocd

איך ווארט אויף ענקזייעטי בכלולית, א פראבלעם וואס אזויפיל אידן דרייען זיך ארום דערמיט אין קאפ און קיינער ווייסט נישט דערפון, וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז מ'זאל אביסל מער אראפקומען, ד.ה. אז מען רעדט פון פסיכישע אטאקעס, און פון אספערגערס, און דו אלע מער ערנסטע זאכן וואס מען דארף שוין (אין אסאך פעלער) האבן המספיק און רעים א.ד.ג. פאר דעם, אדער רעדט מען שוין צו נידריג ד.ה. שלום בית עצות, וויזשען טעראפי, אלעס פיין און וואויל זייער גוט אז מען רעדט דערפון. איך האב זייער הנאה עס צו ליינען, אבער וואס איך בעט איז אז מען זאל אנהייבן מער צו רעדן פונעם עמך יוד וואס דרייט זיך ארום מיט ייסורים אין קאפ ווי פאויביעס, ענקזייעטי, סאשעל ענקזייעטי, o.c.d., אדער א לייכטע דיפרעשאן און לעבט געהעריג געהעריג און דו געזעלשאפט און דארף פשוט אביסעלע חיזוק, און דו זעלבע זאך איז לגבי ADHD ווען מ'האט שוין יא גערעדט דערפון האט מען אראפגעברענגט איינעם וואס האט עס אויף א מוראדיגע שווערע פארנעם און נישט פון איינעם וואס האט עס מער פשוט וואס פון דעם איז דא אסאך מער,
און דו זעלבע איז לגבי דיפרעשאן וואס מ'האט אראפ געברענגט איינעם וואס האט עס געהאט אויף א שרעקליכע פארנעם וואס יענער האט שוין געדארפט אוועקפארן פאר 6 חדשים זיך היילן וואס פין דעם איז דא אסאך ווייניגער ווי פון מענטשן וואס האבן פשוט פארלוירן זייער טעם און לעבן און זענען אביסל אומוטיג,
יישר כח למפרע!
נ.ב. איך מיין נישט דא קיינעם צו פארשעמען אדער אוועקצומאכן מיט ביטל אז ער איז פון די ערנסט ליידענדע וואס מ'דארף שוין נישט קוקן אויף זייער זייט פונקט פארקערט איך האב אסאך מיטגעפיל מיט זיי און איך שעץ זיי איך האב נאר פשוט געוואלט ארויסברענגן אז מ'זאל אראפקומען אביסל צו די מענטשן וואס ליידן טאקע שוואכער און זיי פילן נישט ווי מ'רעדט צו זיי,
און אז איך האב שוין די פעדער אין די האנט וויל איך מיך דא באדאנקן פארן מאמענט פארן ארויסגעגעבן אזא אינטערעסאנט און וויכטיגע אויסגאבע וואס איך און נאך אסאך יודן זענען זיך מחיה דערמיט הקב"ה ישלם שכרם!

פאר די מענטל פראבלעמען פונעם עמך איד איז די בוך א איד איז קיינמאל נישט אליין פון א. גראס זייער גוט
https://www.amazon.com/You-Are-Not-Alon ... 1583303464
גם אני
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אני »

שרייב האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון די מעשה ,ריזיקאלישע [זוי מיין איך] געראנגעל
ער האט אויף געפיקט די ווארט ,זאל ער גיין צו די פלאץ ווי די פעפער וואקסט

אגב אפאר מאל אינמיטן מעשה האב איך געפיעלט קנעקטעט

איך האב דורך געליינט דעם ארטיקל עס איז געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט, איינער וואס איז אין דעם מצב טרעפט זיך זייער שטארק דארט.
אגב מען דארף ארויסברענגן אז מען קען דאס אלעס מיטמאכן אפילו מען קומט נישט פון אזא שווערע שטוב ווי ער לייגט אראפ.
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי 32 - תמוז תש״פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #32״ לחודש תמוז — איז בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך

אטעטשמענטס
נפשי תמוז תש״פ.jpeg
נפשי תמוז תש״פ.jpeg (435.45 KiB) געזען 4128 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי 33- אב תש״פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #33״ לחודש אב — איז בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
אטעטשמענטס
נפשי אב תש״פ.jpeg
נפשי אב תש״פ.jpeg (352.4 KiB) געזען 3810 מאל
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי: שיקט אייערע שאלות צו "נפשי" און הערט די מיינונג פון פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד!

שיקט אריין אייערע מענטל-העלט שאלות און דריי פראפעסיאנאלן וועלן זיי אדרעסירן אין אונזער "פערספעקטיוון" אפטיילונג

פרעגט שאלות אין חינוך אדער שלום בית פונעם מחנך נפלא הרב ר' דוד לעווי שליט"א

סיי וועלכע ראיה (vision) שאלות ווערן געענטפערט דורך דר. יואל ווארשאווסקי

פרעגט די טראומא עקספערט מרת ג. אסובסקי סיי וואס אנטבאלאנגט טראומא

האט איר מיטגעמאכט א פערזענליכע פראבלעם? טיילט מיט אייער ערפארונג און זייט מחזק אנדערע

שילדערט אייערע אבזערוואציעס, עצות, אינפארמאציע, הילף און טיפס און מיר וועלן עס דרוקן אי"ה

פאר שאלות און בריוו שיקט אן אימעיל צו [email protected] אדער רופט 718-928-3347 עקס. 109 און לאזט א מעסעדזש מיט די תוכן פון אייער שאלה/בריוו. מיר נעמען אן בריוו און שאלות אנאנים.

95895974-BE27-4B61-A76C-37D466D93397.jpeg
95895974-BE27-4B61-A76C-37D466D93397.jpeg (268.89 KiB) געזען 3761 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך גיי לעצטנס ניסלעך פאר יושע לאנגזאם איבער די נושא פון גיטין (וואס פארקערפערט אין זיך אויך די נושא פון שלו' בית).
עס איז ווערט נאר פאר דעם אליינס!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גיי לעצטנס ניסלעך פאר יושע לאנגזאם איבער די נושא פון גיטין (וואס פארקערפערט אין זיך אויך די נושא פון שלו' בית).
עס איז ווערט נאר פאר דעם אליינס!!

גא"מ, ער ברענגט זייער גוט ארויס די נושא, פון א "פארעווע" פערספעקטיוו.
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נפשי #34 ערשינען!

עברי און קריאה ספעציאליסט
לאנגיעריגער מומחה הרב עקיבא געשטעטנער עפנט זיין אוצר פון אינפארמאציע איבער עברי שוועריגקייטן און טעכניקן / ״צומאל איז די איינציגע זאך וואס פעלט פון א פראבלעמאטיש קינד זיין מאנגל אין עברי און קריאה״

מיין לעבן מיט ADHD און OCD
וואס עס מיינט לעבן מיט גייסטיגע שוועריגקייטן און וואס דאס האט מיך געלערנט

פינחס גלויבער: קיינער וויל מיט מיר נישט שטיין אין ווארט, און איך ווייס נישט פארוואס! // מסכת גיטין: ביטע לאזט ארויס די קינדער פון בילד // הגאון רבי דוד לעווי: וואס איר דארפט וויסן ביים זוכן א שידוך // מרת שפירא, אין סך הכל פון סעריע: די נויטיגע געצייג צו איבערקומען פערסאנאליטי שטריכן // קען לאזן א קינד וויינען ביינאכט פירן צו שפעטערע טראומא? // מיין 2 יעריג קינד טשעפעט אנדערע קינדער // מרת אבאמא: ״איך לייד אויך מענטל פראבלעמען״

און נאך א רייע הערליכע קאלומס, רובריקן און ארטיקלען. בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגע וואך.


B8776355-D80D-4562-9ACB-75057017982A.jpeg
B8776355-D80D-4562-9ACB-75057017982A.jpeg (142.81 KiB) געזען 3421 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

די פנחס גלויבער באשרייבונג איז זייער פיין.

איין קשיא האב איך. די מענשט איז פשוט געהאלפן געווארן דורכן אנהייבן גרוסן און רעדן צו אנדערע מענטשן און ער האט נישט געדארפט קיין טעראפי צו פארהיילן זיינע אלטע וואונדן, די טשעפענען/עביוז וואס ער האט געליטן פון חברים/עלטערן?

אינטערעסאנט.
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

When is the next issue coming out?
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

לכאורה אויף סוכות
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

נפשי #35 - מעגא פארגרעסערטע יו״ט נומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

הארטע ציפערן
חרדישע אידן ליידן ווייניגער פון דעפרעסיע; מער פון ענקזייעטי און די ראטע פון OCD איז נישט העכער ווי ביי אנדערע. דר. יצחק שעכטער זאמלט און אנאליזירט דאטא פון אונזער מחנה וועלכע ער טיילט מיט עקסקלוסיוו צו "נפשי" | שמעון ראלניצקי

הילף פאר יעדן
די היימישע אינסטיטוציע פון צענדליגער טעראפיסטן, פסיכאלאגן און פסיכיאטערס וואס באהאנדלט יערליך טויזנטער קליענטן. ||| דער אנפירער הר״ר אהרן ארי' ריינער פראקלאמירט: "א קליניק קען צושטעלן די זעלבע קוואליטעט און מער ערליי סערוויסעס אן אויסליידיגן דעם בערזל" | פינחס גלויבער

פראיעקט:
אויפ'ן פארהער-באנק

6 טעראפיסטן דערציילן זייערע לעבנסגעשיכטעס און ענטפערן שווערע פראגעס (דארונטער צי זיי אליין גייען צו טעראפי) - בן מנחם און חיים לעווי

היטלער אפדרוקן
דער האלאקאסט האט אונז איבערגעלאזט צע'מזיק'ט, און שטודיעס ווייזן אז די שפורן גיסן זיך אריבער ביז אונזער דור | פינחס גלויבער

קיין פארגעסענע
סוקסעס מעסט זיך רעלאטיוו צו די פאטענציאל | ר' מעכל פעפערקארן און ר' בנציון צענווירט איבער ישיבת אור הישר

גוסטע דיסאָרדערס
דר. דזשעק הערשקאוויטש איבער בייפּאָלער און ארום | פינחס גלויבער

מאך אים צופרידן
המחנך ר' פייוול לערנער מיט אייגנארטיגע חינוך-סטראטעגיעס פון חבורת אור הבהיר - הרב אליעזר ראזען

ויהי אחרי המגיפה: פארמיידן קאראנא טראומא ביי קינדער | ג. אסובסקי: EMDR פאר טראומא | פערספעקטיוון: פאסטפארטום מענטל העלט | אויס קריזיס: קעיס-מענעדזשמענט פאר ערוואקסענע | דורכברוך אין היימישע מענטל העלט: סיפוק קליניק | הגאון רבי דוד לעווי: זאל איך שיקן אין א מצויינים ישיבה? | מענטשן און געשעענישן: מאניפולירט דעם רב, אויסגעשפילט זיך

7F1A004E-D3A2-4643-94D6-F4D335F22613.jpeg
7F1A004E-D3A2-4643-94D6-F4D335F22613.jpeg (175.04 KiB) געזען 2805 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נפשי #36 ערשינען!

דער רופא נפשות
א שמועס מיט'ן ווארעמען דאקטאר יצחק שינדלער, אנפירער פון לעגענדארן פתח תקוה צענטער, וועלכער העלפט שוין צענדליגער יארן אידישע קינדער לעבן גייסטיג-געזונטע לעבנס. // "איך האב שוין געזען אין מיין אפיס פון די באקאנטסטע מענטשן ביי כלל ישראל. אויב מיר וואלטן נאר געקענט מודה זיין אז מיר זענען אלע מענטשן, מיט די זעלבע מיטמאכענישן און נסיונות, וואלט עס געווען אזויפיל בעסער"

מיין פערזענליכע און פראפעסיאנעלע EMDR רייזע
צום באדויערן האבן נישט צופיל מענטשן געהערט פון EMDR. פאקטיש האב איך ניטאמאל געוואוסט אז עס עקזיסטירט ביז דריי יאר נאך א שווערן קאר עקסידענט וואס האט מיך טראומאטיזירט


גיטין סעריע דורך ר' יושע לאנגסאם: דער צעשיידונג
פערספעקטיוון: שלאפלאזע נעכט צוליב סטרעס
חבלי טראומא: מיינע קינדער מאכן מיר נערוועז
מענטשן און געשעענישן: פון כף הקלע צו מנוחה און שלווה
הגאון רבי דוד לעווי: איך זוך אלץ צו אנטלויפן פון שטוב

פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך.


8B97AD92-76C4-4B79-B304-10CF9C8839FF.jpeg
8B97AD92-76C4-4B79-B304-10CF9C8839FF.jpeg (172.63 KiB) געזען 2578 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי 37- כסלו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

נפשי #37 — כסלו תשפ"א

דאס הערצעלע פון א טעראפיסט
אויפוואקסנדיג מיט א טאטע וואס האט זיך יארן געראנגלט מיט א מחלה ביז זיין פטירה, האט דאס קינד אלץ געזוכט אריינצוקריכן טיף בנפש האדם. היינט אלס ערוואקסענער העלפט ר' מאטי סאלאמאן, LMHC, אנדערע דורכשווימען די שטורמישע לעבנס כוואליעס. אן אפנהארציגן און רירנדן שמועס — בן מנחם

יא, טראמפ גייט געווינען!
דער טראמפיסטישער צוגאנג פון טראכטן פאזיטיוו עד הסוף קען אונז אייגנטליך דינען אלס א מאדעל אין לעבן

היתכן, א טעראפיסט צעטיילט א פארפאלק?!
אויסקלארונג פון ר' יעקב שטויבער, LCSW

-מסכת גיטין: די ראלע פון עלטערן
-הגאון רבי דוד לעווי: ווען מיין זון דער מתמיד ווערט פלוצלינג פארלאשן
-חבלי טראומא: ספעציעלע הילף אין קלאס האט צעקלאפט די סעלף עסטיעם ביז היינט
- ענקזייעטי: מילכיגע קליידער אין א פליישיגן וואש-מאשין, חלילה! — פינחס גלויבער

פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך.
אטעטשמענטס
נפשי 37 כסלו תשפ״א.jpeg
נפשי 37 כסלו תשפ״א.jpeg (340.83 KiB) געזען 2269 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי 38 — טבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

נפשי 38 — ערשינען!

מענטל העלט קרישקעלעך: דער פאן טרעגער פון היימישע מענטל-העלט אנגעלעגנהייטן, הרב סענדר ארנשטיין, שילדערט אינטערעסאנטע אנעקדאטן און פערזענליכע ראט פון די גרעסטע רבנים, אלס גרינדער פון דער גרעסטער מענטל-העלט רעפערל ארגאניזאציע "ריליעף" וואס האט שוין דורכגעדרייט 115,000 קעיסעס אין די לעצטע 20 יאר

יא צעטיילן, נישט צעטיילן? פארזעצונג פון בריוו שטורעם איבער ר' יעקב שטויבער'ס געשיכטע ווי ער האט אויפגעקלערט א מאן איבער זיין ווייב'ס BPD

פערספעקטיוון: נויטיג איך זיך אין הילף? וויאזוי מען שאצט זיך אליין אפ
טראומא: אכטונג, די ערשטע יארן פון א קינד בויט דעם יסוד פאר זיין לעבן!
מענטשן און געשעענישן: א גאנץ הארץ אויף א צעבראכענעם פוס
מסכת גיטין: צוריק ביי די עלטערן אין שטוב
הגאון רבי דוד לעווי: א מאן א קעניג אדער א שטיקל שטויב?
דר. עקיבא פערלמאן: דער ריינער אמת וואס האט מיך געברענגט צו ווערן א טעראפיסט


פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך
אטעטשמענטס
נפשי 38 - טבת תשפ״א.jpeg
נפשי 38 - טבת תשפ״א.jpeg (344.84 KiB) געזען 1942 מאל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שוין געווען א פרישע, וואו איז די דעקל?
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

יישר כח פאר׳ן דערמאנען...


EEC0C753-807F-4679-88F7-4247CED717C0.jpeg
EEC0C753-807F-4679-88F7-4247CED717C0.jpeg (150.9 KiB) געזען 1471 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נפשי #40, חודש אדער תשפ״א


5A53C64B-AEB0-4F0B-9A7B-D36AF07EF7AF.jpeg
5A53C64B-AEB0-4F0B-9A7B-D36AF07EF7AF.jpeg (156.24 KiB) געזען 1190 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

קומט א נפשי פסח? א גרעסערע?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

פאדערשטע זייט פון נפשי #41, חודש ניסן תשפ״א, בייגעלייגט אינעם מעגא ״מאָמענט״ יו״ט פסח פעקעדזש


8DF013A5-53E8-4CEC-A32A-EF88CCF90892.jpeg
8DF013A5-53E8-4CEC-A32A-EF88CCF90892.jpeg (177.14 KiB) געזען 733 מאל
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”