עכט היימיש האט געשריבן:די אש"ל אפטיילונג איז שוין אפען. ענדליך..... און די זעלבע צייט וויל איך בעטן הנהלת קול סאטמאר צוריק צו מאכן די אלטע סיסטעם. די נייע איז גאר פראבלאמאטיש.
אביסל געדולד, די נייע סיסטעם האט אסאך מער באקוועמליכקייטן פאר יעדעם, נאך אביסל וועסטו זיין מער ציפרידן, על התחלות קשות
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
עכט היימיש האט געשריבן:די אש"ל אפטיילונג איז שוין אפען. ענדליך..... און די זעלבע צייט וויל איך בעטן הנהלת קול סאטמאר צוריק צו מאכן די אלטע סיסטעם. די נייע איז גאר פראבלאמאטיש.
בין איך אויסגעקומען צו זיצן דעם ערב שבת נעבן איינע פון די עסקנים אינערהאלב קול סאטמאר, שמועסנדיג אזוי על דא ועל דא, איז ער מיר מגלה דעת אז בקרוב קומט צו נאך גאר אינהאלטסרייכע אפטיילונגען אין נאך, בשעת מעשה האט ער מיר אזוי א פרעג געטון וואס איך האלט אז זיי זאלן צולייגן וואס וועט זיין א תועלת פאר אלע צוהערערס אין פאר שלומי אמוני ישראל בכלל. אזוי ווי איך בין דאך א גוטער מענטש, אין שטייט גרייט אייביג יעדעם ארויסצוהעלפן, האב איך געזאגט חוות דעת קדשי אז מען זאל מער אויפארבעטן די אינטערוויאס חלק וואס דאס איז זייער אינטערעסאנט אין באלערנד אין האט נאך אסאך מעלות.
אפשר איז כדאי אז די היזיגע עולם זאל ארויפקומען איבער געבן זייער מיינונגען וואס עס איז זיי אינטערעסאנט צוצילייגן, אולי אויב איינע פון די עסקנים אדער זייערע עסקנים דרייען זיך בתוכינו וועלן זען די דעת הקהל אין עס אנעמען,
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
עכט היימיש האט געשריבן:די אש"ל אפטיילונג איז שוין אפען. ענדליך..... און די זעלבע צייט וויל איך בעטן הנהלת קול סאטמאר צוריק צו מאכן די אלטע סיסטעם. די נייע איז גאר פראבלאמאטיש.
HelpMe האט געשריבן:איינער מיט אינסייד ליעקס איבער די תשעה באב תשע"ח הבעל"ט פראגראם?
טייערער ר' HelpMe שליט"א, איר דארפט אביסל אכטונג געבן אויף דעם המשך פון אייערע תגובות, אז מען זאל נישט כאפן אז דער מקשן מיט'ן תרצן איז דער זעלבער מענטש.
מען קען נישט טאנצן אויף אלע חתונות אינאיינעם, סיי מגלה זיין סודות פון הונטער די קוליסן פון קול סאטמאר, און סיי ארויפקומען פרעגן צי איינער האט אפשר אינסייד ליעקס איבער די תשעה באב תשע"ח פראגראם.
איר קענט ארויפקומען מעלדן אז מען גרייט צו א פראגראם.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
HelpMe האט געשריבן:איינער מיט אינסייד ליעקס איבער די תשעה באב תשע"ח הבעל"ט פראגראם?
טייערער ר' HelpMe שליט"א, איר דארפט אביסל אכטונג געבן אויף דעם המשך פון אייערע תגובות, אז מען זאל נישט כאפן אז דער מקשן מיט'ן תרצן איז דער זעלבער מענטש.
מען קען נישט טאנצן אויף אלע חתונות אינאיינעם, סיי מגלה זיין סודות פון הונטער די קוליסן פון קול סאטמאר, און סיי ארויפקומען פרעגן צי איינער האט אפשר אינסייד ליעקס איבער די תשעה באב תשע"ח פראגראם.
איר קענט ארויפקומען מעלדן אז מען גרייט צו א פראגראם.
פארוואס דען נישט? אדרבה לאמיר הערן די דעת הקהל וואס צוצושטעלן
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
וואס די האסט פרובירט צו רופן אום שבת??? איך מאך א וויץ ח"ו איך האב עס שוין אויך געהאט ווען מרופט 15 מינוט פארן זמן, איך מיין אז דאס איז נאר פאר די נייע סיסטעם פון 1-1
דאס איז וועגן די סיסטעם איז א ארץ ישראל דיגע, עס איז געפראגרעמט צו זיין אפען נאר 24/6 זיי האבן לעצטנס צוגעלייגט די אפציע אז מען זאל קענען שליסן די מערכת לויט די אמעריקאנע זייגער
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
נייע אפטיילונג געפענט אויף מערכת קול החרדים שע"י מערכת קול סאטמאר מיטן נאמען "מה נשמע בהמרכז" מיט טעגליכע שמועסן מיט די עסקני מרכזי עזרה ויעוץ איבער די פעלות ההצלה צו ראטעווען בחורי ישראל מרדת שחת. מען קען אנקומען צו קול החרדים דורך קול סאטמאר 1-1-7 פון די מעין מעניו. און דאן דריקן נומער 8 פארן נייעם קאלום. קול החרדים האט אויך א באזינדערע נומער נאר איך האב עס נישט תחת ידי, אויב איינער קען עס ארויפ לייגן לתועלת הרבים
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".