גראדע יא געטראפן אין מאמענט אן איבערפלוס פון זאפטיגע ארטיקלען און פראיעקטן א שטייגער ווי רבי מיכל זילבער, וויזניצע ירושה, יציאת ברוקלין, און נאך און אז האלב עמודים זענען באצאלטע אנאנסן און ארטיקלען, נו נו, איך פארגין די בעלי בתים מיטן גאנצן הארץ, זיי דארפן דאך מאכן פרנסה, ניין?
די בילדער אויסגאבע׳ס האבן מיר שטארק איבעראשט מיט זייער גאר רייכע אינהאלט, די וואך, דער ראשית ממלכם פראיעקט איז אייזן גוט, א און אין די בליק, צפת איז א פראדוקציע איינס אין דער וועלט ועל כולם דער אכשר דרא ביכל וואס האט מיר באמת געברענגט א שמחת יום טוב.
ברעטל האט געשריבן:מאמענט האט שטארק אנטוישט די יו"ט
איין שטיק באצאלטער אנאנס
גא"מ. מקען זעהן מיין תגובה פאריגען יום טוב אויפן מאמענט צי זעהן אז נישט נאר בין איך נישט קיין מאמענט קריטיקירער, נאר אדרבא, איך בין געווען ממש א פען פון די אויסגאבע.
אבער איך בין היפש אנטוישט דעם יום טוב! הגם איך וואלט נישט געזאגט איין שטיק אדווערטייזמענט, עס איז דא עטליכע גוטע ארטיקלען, אבער עס איז א ביט טו מאטש! איך דארף נישט זיין אינטערעסירט אז יעדע צווייטע ארטיקל האט איינער געצאלט אז איך זאל ליינען. און אפילו גאנץ א פיינעם ארטיקל איבער ר ישעי יענקעלע מסקולען, ענדיגט זיך מיט א עד פון עקשטיין עין הרע ווי אזוי מיך אוועקצינעמען נאך 360 דאלער א יאר, נעמט עס אוועק די טעם פונעם גאנצען ארטיקל.