''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בשבילי נברא האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:י. הלוי

איז נישט י. הלוי זיין טאטע, הרה"ג ר' יוסף ברוך?

זיין טאטע איז געווען ב. הלוי ער האט ממלא מקום געווען בחייו
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

אוואו קען מען פארשאפן די גליונות אותיות מחכימות?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פריער געשיקט דורך אימעיל:

חשוב'ע ידידים און גוטע פריינט

עס איז מיר א כבוד פארצושטעלן דעם נייעם פראיעקט 'אותיות', א יום טוב'דיגע אויסגאבע וואס ווערט צוזאמגעשטעלט דורך אני הקטן, און וועט אי"ה ארויסקומען פיר מאל א יאר: סוכות, חנוכה, פסח און שבועות.

דער ציל פון דער אויסגאבע איז צוצושטעלן לענגערע און גרונטליכע ארטיקלען, מלא תוכן און גוט באשריבן, באגלייט מיט פול קאלירטע בילדער און גראפיקס, ספעציעל געווידמעט פאר די רואיגע יום טוב טעג.

'אותיות' ערשיינט צום ערשטן מאל לכבוד חג הסוכות הבא עלינו לטובה. עס פארמאגט 140 זייטן און עס ווערט יעצט פארקויפט אין די לאקאלע גראסעריס פאר $8.99.

עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה - זייט איר דעריבער דער מבין. און אז עס געפעלט אייך און איר האנדלט זיך עס איין, וועל איך אייך שטארק דאנקבאר זיין. איך קוק פאראויס אויף אייער רעאקציע.

בייגעלייגט איז א פי די עף פון די ערשטע פאר בלעטער.

בברכת גמר חתימה טובה
יואל הלוי יונגרייז

איך האף ער איז מסכים איך זאל עס דא לייגן. דער פי-די-עף איז צו גרויס צוגעלייגט צו ווערן דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

גרשון האט געשריבן:פריער געשיקט דורך אימעיל:

אפשר זאלן די וואס קענען דיר פארציילן וויאזוי מען קין דאס ארויפלאדענען

#פארוואס באקום איך נישט די אימעילס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
shulem k
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shulem k »

גרשון האט געשריבן:פריער געשיקט דורך אימעיל:

חשוב'ע ידידים און גוטע פריינט

עס איז מיר א כבוד פארצושטעלן דעם נייעם פראיעקט 'אותיות', א יום טוב'דיגע אויסגאבע וואס ווערט צוזאמגעשטעלט דורך אני הקטן, און וועט אי"ה ארויסקומען פיר מאל א יאר: סוכות, חנוכה, פסח און שבועות.

דער ציל פון דער אויסגאבע איז צוצושטעלן לענגערע און גרונטליכע ארטיקלען, מלא תוכן און גוט באשריבן, באגלייט מיט פול קאלירטע בילדער און גראפיקס, ספעציעל געווידמעט פאר די רואיגע יום טוב טעג.

'אותיות' ערשיינט צום ערשטן מאל לכבוד חג הסוכות הבא עלינו לטובה. עס פארמאגט 140 זייטן און עס ווערט יעצט פארקויפט אין די לאקאלע גראסעריס פאר $8.99.

עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה - זייט איר דעריבער דער מבין. און אז עס געפעלט אייך און איר האנדלט זיך עס איין, וועל איך אייך שטארק דאנקבאר זיין. איך קוק פאראויס אויף אייער רעאקציע.

בייגעלייגט איז א פי די עף פון די ערשטע פאר בלעטער.

בברכת גמר חתימה טובה
יואל הלוי יונגרייז

איך האף ער איז מסכים איך זאל עס דא לייגן. דער פי-די-עף איז צו גרויס צוגעלייגט צו ווערן דא.

לייג עס ארויף אויף א גוגל דרייוו און ברענג אהער די לינק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

אותיות איז א אויסגאבע וואס איר וועט וועלן אוועקלייגן נאכן ענדיגן לייענען. אנגעפאקט מיט ווערדפולע תוכן, ידיעות און הרגשים. עס וועט בארייכערן אייער יום טוב.

שוין אויפן דעקל דערקענט זיך אז דא רעדט מען פון אן אויסגאבע וואס איז מיט א שטאפל העכער ווי אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס. די דעקל טראגט א קונסטליך בילד פון א ראמאנטישע שטעטל אין פראנקרייך. מען קען זיך פארקוקען אויפן בילד, מיט אירע רייכע קאלירן, און ווערן פארלוירן דערין.

די מפתח עפענט אױף א רייכע אויסווייל פון ווערטפולע ארטיקלען. פון א באשרייבונג אויף א היסטארישע ישיבה אין פראנקרייך; אן ארומנעמדע ארטיקל אויף אלץ וועגן דעם אתרוג, וויאזוי מען קלייבט עס, וואס מיינט א הדר א.א.וו.; א ברייטע אינטערוויו מיט אן אינטערעסאנטע חסידישע פערזענליכקייט; און נאך.

אין די ערשטע בלעטער איז דא א פאעמע וואס וועט אייך נעמען אויף א רייזע ארום די ערב יום טוב'דיגע גאסן אין די אידישע געגנטער ביז אריין אין די סוכה. דער שרייבער מאלט, מיט ווערטער, א בילד פון די געפאקטע גאסן פול מיט אתרוגים און נוי סוכה פארקויפער, עס וועט אייך אריינפירן אין דעם יום טוב'דיגע געפיל ווי קיינמאל בעפאר. שפעטער אין די אויסגאבע איז דא נאך א פאעם וואס לייגט אראפ די מעמד ניסוך המים אין בית המקדש מיט רייכע קאלירפולע געפילן.

די ארטיקלען וואס איך האב שוין געליינט זענען יעדע פאר זיך אינטערסאנט און באלערנד. די ערשטע ארטיקל איז א היסטארישע איבערבליק וועגן א גאר אינטערעסאנטע ישיבה אין א שטעטל אין פראנקרייך. עס גיבט די פולע היסטארישע אונטערגרונד פון די ארטיגע אידישע קהילה און די פולע אינטערסאנטע כאראקטערן וואס זענען א טייל פון די ישיבה.

די אינטערוויו מיט ר' זלמן גלויבער וועגן זיין ארטיסטישע ארבעט אלץ א סקולפטאר האט מיר בארירט אויף א פערזענלעכע אויפן. עס האט מיר געגעבן צו פארשטיין וויאזוי מענטשן דריקן אויס, און געבן איבער זייערע געפילן דורך קונסט. נאכן לייענען די ארטיקל קוקט זיך אויף די בייגעלייגטע בילדער פון ר' זלמן'ס ווערק מיט אנדערע גלעזער. בכלל דעקט ר' זלמן אויף זיין לעבנ'ס געשיכטע וויאזוי ער איז איבערקומען שוועריקייטן אין זיין לעבן, וויאזוי די אינגע פטירה פון זיין טאטע האט עפעקטירט זיין לעבן, און וויאזוי ער האט געמאכט באשלוסן ווען ער איז געשטאנען פאר א שיידוועג. עס שפירט ווי דאס איז דאס ערשטע ארטיקל אין אידיש וואס נעמט דורך דאס ענין פון קונסט, ארט. עס וועט אייך איבערלאזן אינספירירט.

די ארטיקל מיט א ''תלמיד" פונעם סאטמארער רבי'ן שפירט זיך ווי א שמועס וואס מען קען כאפן מיט יעדע 70 יעריגע איד אין סאטמאר. דיך איז עס געשמאק צו לייענען.

איין קריטיק וואס איך האב איז עס דער מאגאזין שפירט ווי עס איז געצילט בעיקר פאר בחורים און מענער. עס וואלט געווען ווערט ווען די מאגאזין קען צושטעלן עפעס וואס איז אינטערעסאנט פאר די עזרת נשים אויף די זעלבע מדרגה ווי די יעצטיגע ארטיקלען.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

דערווייל נאר אנגעיאגט צו לייענען ארטיקל פון זלמן גלויבער, זייער אינטערעסאנט און אייגנארטיג, אויך אסאך תוכן באהאלטן צווישן די שורות און זיינע ארטווערק.

די טעכנישע חלקים סוף ארטיקל האט מיר נישט געציהט, אבער איך בין נישט קיין טעכנישע סארט מענטש, איך ביך זעכער געוויסע וועלן הנאה האבן.

די קוואלעטי פון שרייבן סטייל און נושאים איז גאר הויך, יונגרייז איז נישט קיין אמעטשער. גראפיקס איז ווי אן ארטיקל, דא און דארט קען זיין בעסער.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

אדמיראל האט געשריבן:אפאר שעה צו פארן, פארמאגט א קליינע אידישע קהילה, בילד איז מן הסתם פאר שיינקייט.

געקויפט, און כ'זע יעצט אינעם ארטיקל אז די היסטאריע פונעם ישיבה אין עקס-לע-בען האט יא שייכות מיט די קהילה אין קאלמאר.

אין פלאן איז געווען נאר צו בלעטערן, עס איבערלאזן פאר יום טוב. אפאר שעה שפעטער האט מיר די זייגער נאך געזען פארטיפט אין דעם. שוין א שאק מיט יארן וואס כ'האב נישט טועם געווען דעם טעם פון ליינען אזוי לאנג אין איין שאס. און נישט סתם לופטיגע שרייבעכצער נאר טאקע משופרי דשופרי.

יעצט וויל איך בעטן די רעדאקציע פון אותיות אויב זיי ליינען דא, זיי זאלן ארויסקומען מיט נאך איינס אויף סוכות. אפשר דאך?....
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
אדמיראל האט געשריבן:אפאר שעה צו פארן, פארמאגט א קליינע אידישע קהילה, בילד איז מן הסתם פאר שיינקייט.

געקויפט, און כ'זע יעצט אינעם ארטיקל אז די היסטאריע פונעם ישיבה אין עקס-לע-בען האט יא שייכות מיט די קהילה אין קאלמאר.

אין פלאן איז געווען נאר צו בלעטערן, עס איבערלאזן פאר יום טוב. אפאר שעה שפעטער האט מיר די זייגער נאך געזען פארטיפט אין דעם. שוין א שאק מיט יארן וואס כ'האב נישט טועם געווען דעם טעם פון ליינען אזוי לאנג אין איין שאס. און נישט סתם לופטיגע שרייבעכצער נאר טאקע משופרי דשופרי.

יעצט וויל איך בעטן די רעדאקציע פון אותיות אויב זיי ליינען דא, זיי זאלן ארויסקומען מיט נאך איינס אויף סוכות. אפשר דאך?....

גם אני מצטרף במלה מובן המילה
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

זייער א שיין אויסגאבע אבער!!! מיט זייער אסאך גרייזן בעיקר אין די גראפיקס חלק
געהערט אז ס'איז דא א קליפ פון די אויסגאבע? ג'מיינט אז ס'איז א תורה'דיגע אויסגאבע?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אותיות אויסגאבע א חד בדרא שוין ביים ערשטן. מ'קען ווערן פארלוירן (פאזיטיוו) אין יעדע ארטיקל, נאך נישט געקענט עפארדן די צייט וואס דאס פארדינט. אבער געבלעטערט אביסל, און איך זעה אז די מערסטע "אונטערגעשאצטע" ארטיקל דארט איז די וואלקנס, ממש אוועקגעבלאזן זעהנדיג צום ערשטן מאל וויפיל נפלאות הבורא ליגט אין יעדע ברעקל וואלקנדל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

גרשון האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1ttsLRPpQQJ8TZSYf6rCs2S7ZYbivwWL4/view?usp=sharing

איך האב שוין ערגעץ געזען דעם זלמן גלויבער ארטיקל לעצטנס
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

די וואך אין שריפט - יו"כ
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

געליינט, און אנטוישט, עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט די ארטיקל פון גלויבער דער ארטיסט, זייער אנפארמאטיוו און באלערנד; די אתרוגים פראיעקט; די ישיבה אין פראנקרייך; די וואלקענעס; די שמועס מיטן תלמיד פון סאטמאר רבי זי"ע, א.א.וו. אבער איך האב מיך גערעכנט אויף א מעלות ניווא אויסגאבע, נישט א אויסגאבע מיט א בילד פון היטלער ימ"ש, נישט א אויסגאבע וואס קוקט ארויף אויף ארטיסטן פארשטייט זיך מיט א בילד אז והיו עיניך רואות... (בפרט ווען א אנדערע אויסגאבע האט איהם אויך פונקט... יעצט אינטערוויוט), נישט א אויסגאבע וואס באשרייבט וואלקענעס ווי א ארטיקל אין דער שטערן אן דערמאנען דעם אויבערשטן, בקיצור איך האב נישט ערווארטעט א אויסגאבע וואס פראבירט צו קעיטערן מענטשן וואס זיי באדערט נישט צו זעהן אין א היטארישע ארטיקל פון א ישיבה א קלאס בילד פון היינטיגע בחורים אין די ישיבה, גארנישט איז נישט ראנג מיט די בחורים אבער די בילד וואלט נישט אריין אין א מעלות,

בקיצור, ווען איך פראביר עס שטעלן אויף א ניווא רירט עס נישט צו צו די קנעכל פון מעלות - יסודות - פאמיליע וכו', עס קען יא גאנץ פיין זיך שטעלן אויף איין שורה מיט שטערן, בליץ, מאמענט, וכדו'

איך האף מען פארשטייט מיר, איך האב עס געקויפט ווי נאר איך האב געליינט אז דער ארויסגעבער איז א זוהן פון מעלות, און איך האב ערווארטעט די זעלבע ניווא, ווען איך ווייס וואס עס איז וואלט איך געטראכט פיל מאל פארן קויפן;

אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך, ערגעץ האט עס געמוזט גיין און איך האף אז מיינע ווערטער וועלן ריכטיג דערהערט ווערן ביים ארויסגעבער.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

געוואלדיג האט געשריבן:געליינט, און אנטוישט, עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט די ארטיקל פון גלויבער דער ארטיסט, זייער אנפארמאטיוו און באלערנד; די אתרוגים פראיעקט; די ישיבה אין פראנקרייך; די וואלקענעס; די שמועס מיטן תלמיד פון סאטמאר רבי זי"ע, א.א.וו. אבער איך האב מיך גערעכנט אויף א מעלות ניווא אויסגאבע, נישט א אויסגאבע מיט א בילד פון היטלער ימ"ש, נישט א אויסגאבע וואס קוקט ארויף אויף ארטיסטן פארשטייט זיך מיט א בילד אז והיו עיניך רואות... (בפרט ווען א אנדערע אויסגאבע האט איהם אויך פונקט... יעצט אינטערוויוט), נישט א אויסגאבע וואס באשרייבט וואלקענעס ווי א ארטיקל אין דער שטערן אן דערמאנען דעם אויבערשטן, בקיצור איך האב נישט ערווארטעט א אויסגאבע וואס פראבירט צו קעיטערן מענטשן וואס זיי באדערט נישט צו זעהן אין א היטארישע ארטיקל פון א ישיבה א קלאס בילד פון היינטיגע בחורים אין די ישיבה, גארנישט איז נישט ראנג מיט די בחורים אבער די בילד וואלט נישט אריין אין א מעלות,

בקיצור, ווען איך פראביר עס שטעלן אויף א ניווא רירט עס נישט צו צו די קנעכל פון מעלות - יסודות - פאמיליע וכו', עס קען יא גאנץ פיין זיך שטעלן אויף איין שורה מיט שטערן, בליץ, מאמענט, וכדו'

איך האף מען פארשטייט מיר, איך האב עס געקויפט ווי נאר איך האב געליינט אז דער ארויסגעבער איז א זוהן פון מעלות, און איך האב ערווארטעט די זעלבע ניווא, ווען איך ווייס וואס עס איז וואלט איך געטראכט פיל מאל פארן קויפן;

אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך, ערגעץ האט עס געמוזט גיין און איך האף אז מיינע ווערטער וועלן ריכטיג דערהערט ווערן ביים ארויסגעבער.

איר וואלט אנטשולדיגט געווארן פאר אייער אויסברוך אויב עס איז איין מאל, אבער אין מאמענט אשכול האט איר אויך געהאט א אויסברוך נאך פאר'ן אפילו לייענען.
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

איבער מאמענט איז עס נישט א איוסברוך נאר א קלארשטעלונג
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

געוואלדיג טייערע, טו מיר א טובה, כ'האב יעצט אפגעציילט דריי מאל די ווארט באשעפער נאר אויף די ערשטע זייט פון די וואלקענעס ארטיקל. און נישט נאר ס'דערמאנט דעם באשעפער מער ווי איינמאל נאר אויך זיין תורה און זיינע חז"ל, מיט א שיינע עקסטערע שטיקל וועגן וואלקענעס אין תנ"ך. איז מעגליך אז דו האסט דא געטראפן א וואנט אין וואס צו האקן קאפ?
יענער איד הייסט נישט "גלויבער דער ארטיסט", פונקט ווי דו הייסט נישט "געוואלדיג דער וואנט קלאפער", ער הייסט ר' זלמן גלויבער הי"ו. און יענע ארטיקל קוקט בכלל נישט ארויף אויף ארטיסטן, אויב האסטו עס אזוי געליינט האסטו פארפאסט די גאנצע נשמה.
די היינטיגע בחורים זענען זייער גוט אריינגעקומען, ווייל ס'נישט נאר א היסטארישע ארטיקל נאר באטאנט אז ס'איז נאך היינט א זעלטענע צוזאמשטעל פון אלע קרייזן. וואס מעלות וואלט געטון ווייסעך נישט.

און וואס איז מיט די געזאנג פונעם לוי אויפן דוכן וואס האט דורכגעפירט א סקרוך אין מיינע ביינער? און וואס איז מיט די זעקס געשמאקע קושיות אויף יו"ט? אויך שטערן בליץ מאמענט סטייל?
אויב דארף מען עס צושטעלן צו אנדערע אויסגאבעס שטימט עס בעסער מיט די אמאליגע אלטע געשמאקע מעלות. אבער מ'דארף טאקע נישט, ס'איז א נייע זאך מיט א שניט פאר זיך.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון לעווי »

קוקט אויס ווי אותיות פרובירט נאך צומאכן אינטערעסאנט אבער ס'זעט אויס אז ס'איז נישט געלונגען
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

ר' יואל הלוי יונגרייז
ג' וזאת הברכה פ״א
ארויסגעבער פון די נייע אויסגאבע "אותיות", איבער וויאזוי די וועלט פון אידישע ליטעראטור האט זיך געטוישט אין די לעצטע צוואנציג יאר, און נאך.
https://www.yiddish24.com/interviews/38/26432
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אויב דער זלמן גלויבער ליינט דא זאל ער וויסן אז ער האט געטאן זיין זשאב! ער האט בארירט א סטרונע ביי מיר!

די אויסגאבע איז טאקע נישט ממש אויפן זעלבען אפגעהיטענעם שניט ווי מעלות, אבער עס איז זייער א גוטע און ערליכע אויסגאבע אין מיינע אויגן, מער אידישלעך ווי רוב אנדערע מאגאזאניען.

עס באדערט מיר אז איינער קען רעדן אזוינע שטותים אז די הערליכע וואלקענעס ארטיקל רעדט נישט פון באשעפער, עס איז מיר ברור אז דער וואס שרייבט אזוי איז האט נישט עכט געליינט די ארטיקל, אדער האט ער עס געליינט מיט א אפגעמאכטע דעת בעפאר אז "די גאנצע זאך טויגט נישט"

איך האב שטארק הנאה געהאט פונעם אויסגאבע, א דאנק אייך ארויסגעבערס.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

געוואלדיג האט געשריבן: נישט א אויסגאבע וואס באשרייבט וואלקענעס ווי א ארטיקל אין דער שטערן אן דערמאנען דעם אויבערשטן

פאר רעפערענץ, דא האט איר די ערשטע בלאט דערפון:
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (595.69 KiB) געזען 1678 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4704
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

גרשון האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1ttsLRPpQQJ8TZSYf6rCs2S7ZYbivwWL4/view?usp=sharing

קוקט אויס גאר תוכנ'דיג.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
nemtudom
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן: נישט א אויסגאבע וואס באשרייבט וואלקענעס ווי א ארטיקל אין דער שטערן אן דערמאנען דעם אויבערשטן

פאר רעפערענץ, דא האט איר די ערשטע בלאט דערפון:

ענני כבוד.... ואד יעלה.... די גמרא מסכת סוכה.... דער הייליגער תנא ר' אליעזר....
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אותיות אויסגאבע א חד בדרא שוין ביים ערשטן. מ'קען ווערן פארלוירן (פאזיטיוו) אין יעדע ארטיקל, נאך נישט געקענט עפארדן די צייט וואס דאס פארדינט. אבער געבלעטערט אביסל, און איך זעה אז די מערסטע "אונטערגעשאצטע" ארטיקל דארט איז די וואלקנס, ממש אוועקגעבלאזן זעהנדיג צום ערשטן מאל וויפיל נפלאות הבורא ליגט אין יעדע ברעקל וואלקנדל.

וואויל געזאגט. הגם די איינציגע ארטיקל וואס האט נישט אזוי גערעדט צו מיר איז דוקא די וואלקענעס ארטיקל ועל טעם וריח וכו'

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה געהאט פונעם אויסגאבע, א דאנק אייך ארויסגעבערס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”