''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

דערווייל האב איך בלויז געליינט דעם ארטיקל פון ר' זלמן גלויבער, א געשמאק געווען צו ליינען, גאר שטארק הנאה געהאט פון די שרייבן סטיל און דעטאלן.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מיגו האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אותיות אויסגאבע א חד בדרא שוין ביים ערשטן. מ'קען ווערן פארלוירן (פאזיטיוו) אין יעדע ארטיקל, נאך נישט געקענט עפארדן די צייט וואס דאס פארדינט. אבער געבלעטערט אביסל, און איך זעה אז די מערסטע "אונטערגעשאצטע" ארטיקל דארט איז די וואלקנס, ממש אוועקגעבלאזן זעהנדיג צום ערשטן מאל וויפיל נפלאות הבורא ליגט אין יעדע ברעקל וואלקנדל.


וואויל געזאגט. הגם די איינציגע ארטיקל וואס האט נישט אזוי גערעדט צו מיר איז דוקא די וואלקענעס ארטיקל ועל טעם וריח וכו'


ואני אכריע, לויט מיין געשמאק איז די וואלקנס ארטיקל נישט געווען די בעסטע אבער אויך נישט די שוואכסטע. לטעמי איז "כחומר ביד היוצר" געווען די אויסנאם-גוטע ארטיקל אין א שוין אזוי אויך בעסער-ווי-געווענליכע אויסגאבע.

באמת פארשטיי איך גאנץ גוט פון וואו געוואלדיג קומט. די כסדר'דיגע ארטיקלען אין געוויסע אויסגאבעס איבער ארטיסטן לשם ארטיסטן גייען מיר אויף די נערוון, און נישט נאר ווייל איך פארשטיי נישט צו ארט (אויסער די ארט פונעם געשריבענעם ווארט :wink: ). גראב גערעדט, בין איך נישט קיין 2020 איד (טראץ מיין נאמען :P ). ארטיסטן שמארטיסטן, לאז שוין געמאך!

און טאקע דערפאר איז דאס קונץ פונעם שרייבער אזויפיל גרעסער. מיין ווידערווילן איז שנעל פארשווינדן געווארן ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו ליינען, און איך בין איינגעזינקען געווארן אין א וועלט פון רואיגקייט, א וועלט וואו אלע מאורעות הזמן ווערן אנגענומען מיט אזא מין... ערוואקסנקייט (for lack of a better word). איך בין ארויס פון דארט צושטורעמט, נורא נוראות וויפיל עס ליגט באהאלטן אין א רואיגער שניצער!
האב איך זיך אויך אזויפיל געשטארקט אויף (און שטערקער געווארן דורך) מיינע שוועריגקייטן ווי ר' זלמן גלויבער אויף זיינע? האב איך שוין, ווי ער, זיך גענומען רשות ביי זיך אליינס צו זיין ווער איך קען זיין? בין איך אויך אזוי רואיג מיט מיר און מיטן באשעפער'ס בריאה ארום?
ניין, איך גיי זיך יעצט נישט איינהאנדלען קיין סקולפטור שטיק און מיין אינטערעסע אין די קונסט איז פונקט ווי געווען. אבער איך האב מקנא געווען ר' זלמן אז די טיפענישן פון זיין נשמה זענען אויפגעגראבן געווארן דורך אזא מייסטער שרייבער. וויאזוי וואלט אויסגעקוקט אזא אינטערוויו מיט מיר?...

"ישיבת חכמי צרפת" איז מיר אויך געווען זייער אינטערעסאנט. אבער דארט איז מיר די טעמע אינטערעסאנט סתם אזוי, און דער פארציילער פון די ווייטע אנטווערפן האט עפעס גאר וואונדערליכע זכרונות. אבער נעמען א נושא וואס ציט מיר בכלל נישט, און א מענטש וואס וואוינט דא אין וויליאמסבורג צווישן צענדליגע טויזנטע אנדערע היימישע אידן ווי ער, און מיר אזאנס צושאקלען דערמיט, דאס איז שוין א קונץ!

איין זאך פארשטיי איך נישט. אויפן דעקל זעט מען דאך שוין אז דא קומט אן ארטיקל איבער אן ארטיסט, און טאקע מיט בילדער, דאך האט ער גערעכנט אויף א מעלות אויסגאבע. עפעס איז נתחדש געווארן לרעה נאכן ליינען דעם ארטיקל? איך בין זייער נייגעריג וואס!


"ענני הכבוד" איז אויך אביסל אזא סארט אויפטו. עס איז נישט סתם הערליכע בילדער און אוודאי נישט סתם וויסנשאפטליכע ערקלערונגען, נאר עס געבט א נייע בליק אויף א טאג-טעגליכע ערשיינונג אויף א וועג וואס די אינפארמאציע גליטשט זיך אריין כמעט אומבאמערקט. מיר פערזענליך האט די אינפארמאציע דערין געגעבן נייע אויגן, איך וועל שוין אלעמאל גאר אנדערש אנקוקן די שטומע מאנומענטן צום גדלות הבורא וועלכע שוועבן איבער אונזערע קעפ.
דער אמת איז אז איך האב נאר איינצלנע מאל געליינט דער שטערן אין מיין לעבן (ווי אויך די אנדערע וואס געוואלדיג רעכנט אויס אלס זה לעומת זה קעגן די מעלות - די מעלות האב איך געליינט רוב פון זיי אנגעהויבן פונעם ערשטן מאנאט), קען דעריבער זיין אז איך ווייס טאקע נישט. אבער איך בין נייגעריג צי איינער קען מיר צוצייכענען ווען איז געווען אזא סארט ארטיקל אין דער שטערן?

ווען דער שרייבער וואלט די גאנצע צייט אריינגעהאקט מיט "נפלאות הבורא!" "קוק וואס דער באשעפער קען טון!" און "אויך דאס האט דער אויבערשטער אהערגעשטעלט!" וואלט ער געווען א שוואכער שרייבער און עס וואלט געהאט א קלענערע השפעה. א בעסערער שרייבער ווייסט אז ער קען האבן א טיפערע איינפלוס דורכן גיין אומדירעקט און נישט קארמען יענעם מיט די מחשבות וואס ער דארף יעצט טראכטן. דווקא מעלות ווייסט דאס בעסער ווי אסאך אנדערע פרומע אויסגאבעס, און טאקע דערפאר שטייען זיי ליטעראטוריש העכער.
דער שרייבער הייבט אן מיט א אידישע אריינפיר, ווי שוין געברענגט, דורכאויס דעם ארטיקל ווארפט ער ווידער אריין אזעלכע "דערמאנונגען", פון א גאנצע שטיקל איבער תנ"ך ביז א "אין צייר כאלוקינו" קעפל פאר א בילד, און דער ערליכער ליינער רופט פון זיך אליינס אויס, אן דעם וואס מען זאל אים אונטערזאגן, מה רבו מעשיך ה'.

טאקע נישט קיין שלעכטער שרייבער, אבער ער וואלט געמעגט זיין נאך בעסער. אויף אייניגע פלעצער ליינט זיך עס נישט אזוי פליסיג ווי עס פאדערט זיך פאר אזא בילדער ארטיקל. נישקשה, ער וועט זיך אי"ה צולערנען.
נאך עפעס, וואס האט שוין נישט מיטן שרייבער, אבער מען וואלט געדארפט נוצן א געשמאקערע פאנט.


די זכרונות פון הרה"ק מסאטמאר בחודש תשרי זענען זייער שיין אראפגעשריבן, אבער אי לדידי ציית זאל דער שרייבער קומענדיגע מאל אריינשטעלן אזאנס אין איינע פון די סאטמארע אויסגאבעס. עס פאסט נישט גענוג אריין מיט די אייגנארטיגע שניט פון אותיות.
(אויך דער שמועס מיט די אתרוג סוחרים קומט בעסער ערגעץ אנדערש, אבער דאס האט כאטש צוגעלייגט צום גאנצן תורה'דיגן אתרוגים פראיעקט.)


דער גאנצער פלפול איבער וויפיל אותיות האט משנה געווען פון מעלות איז גאנץ מערקווירדיג, אבער אן ערליכער מעלות ליינער וואלט שוין לאנג באמערקט אז י. הלוי שרייבט נישט פונקט די זעלבע ווי הרב ב. הלוי אדער א כ"ץ. וליתר שאת האט מען דא געשריבן אז ער האט שוין אמאל ארויסגעגעבן א גליון אותיות מחכיות, וואס רעשטלעך דערפון קען מען נאך טרעפן אנליין. איך האב טאקע נאכגעזוכט יענעם גליון, און נאכן ליינען אביסל האב איך געקויפט דעם אותיות און איך בין ב"ה נישט אנטוישט.
אבער איך וואלט אים גע'עצה'ט צו שטעלן גרויסע רעקלאמעס, אז אותיות איז נישט די זעלבע ווי מעלות נאר עפעס פריש. פשוט ווייל איך בין נייגעריג צו ליינען די מחאות דא אויף זיין חוצפה צו גיין אפען קעגן זיינע עלטערן...

צום שלוס, אלס אן אפטער מעלות קויפער פלאן איך אי"ה צו קויפן יעדן אותיות מהיום והלאה ווילאנג זיי האלטן זיך ביי דעם סטאנדארט, טאקע ווייל עס איז נישט נאך א מעלות. איין מעלות איז מיר גענוג ברוך השם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

Yang2020 האט געשריבן:

הערליכע אנאליז! יישר כחכם.

--
נישט געווען צום געפונען אין געשעפט, ממילא האב איך עס דערווייל נישט געקויפט.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
Yang2020 האט געשריבן:צום שלוס, אלס אן אפטער מעלות קויפער פלאן איך אי"ה צו קויפן יעדן אותיות מהיום והלאה ווילאנג זיי האלטן זיך ביי דעם סטאנדארט, טאקע ווייל עס איז נישט נאך א מעלות. איין מעלות איז מיר גענוג ברוך השם.

גא"מ יעדע ווארט אויסגעהאלטן, נאר מ'קען נישט באלעסטיגן מיט אזא לאנגע קוואוט. אגב, הרב יענג, אייער פענע שטעלט זיך ארויס דירעקט און צווישן די שורות אלס אסאך אסאך בעסער ווי אויבנאויף געמיינט. זייער א געשמאקע, היימישע, עקספרעסיוו (ברענגט וואונדערליך קלאר ארויס געפילישע נקודות), פליסיגע, ברייטע, רייכע שפראך. געטראפן אסאך פלעצער ווי די ווערטער אויסוואל איז פלאי פלאים, לשון נקי' בקוצר אמרים צום פינטל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אה! האט זיך געלוינט די גאנצע אותיות אויסגאבע פאר נאך א יענג2020 תגובה..
יישר כח! זייער שיין צונומען און אראפגעלייגט.

----

אבער מיט די איין שורה מוז איך קאטאגאריש מחולק זיין...

Yang2020 האט געשריבן:וויאזוי וואלט אויסגעקוקט אזא אינטערוויו מיט מיר?...
---
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

Yang2020 האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אותיות אויסגאבע א חד בדרא שוין ביים ערשטן. מ'קען ווערן פארלוירן (פאזיטיוו) אין יעדע ארטיקל, נאך נישט געקענט עפארדן די צייט וואס דאס פארדינט. אבער געבלעטערט אביסל, און איך זעה אז די מערסטע "אונטערגעשאצטע" ארטיקל דארט איז די וואלקנס, ממש אוועקגעבלאזן זעהנדיג צום ערשטן מאל וויפיל נפלאות הבורא ליגט אין יעדע ברעקל וואלקנדל.


וואויל געזאגט. הגם די איינציגע ארטיקל וואס האט נישט אזוי גערעדט צו מיר איז דוקא די וואלקענעס ארטיקל ועל טעם וריח וכו'


ואני אכריע, לויט מיין געשמאק איז די וואלקנס ארטיקל נישט געווען די בעסטע אבער אויך נישט די שוואכסטע. לטעמי איז "כחומר ביד היוצר" געווען די אויסנאם-גוטע ארטיקל אין א שוין אזוי אויך בעסער-ווי-געווענליכע אויסגאבע.

און טאקע דערפאר איז דאס קונץ פונעם שרייבער אזויפיל גרעסער. מיין ווידערווילן איז שנעל פארשווינדן געווארן ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו ליינען, און איך בין איינגעזינקען געווארן אין א וועלט פון רואיגקייט, א וועלט וואו אלע מאורעות הזמן ווערן אנגענומען מיט אזא מין... ערוואקסנקייט (for lack of a better word). איך בין ארויס פון דארט צושטורעמט, נורא נוראות וויפיל עס ליגט באהאלטן אין א רואיגער שניצער!

די זכרונות פון הרה"ק מסאטמאר בחודש תשרי זענען זייער שיין אראפגעשריבן, אבער אי לדידי ציית זאל דער שרייבער קומענדיגע מאל אריינשטעלן אזאנס אין איינע פון די סאטמארע אויסגאבעס. עס פאסט נישט גענוג אריין מיט די אייגנארטיגע שניט פון אותיות.

(אויך דער שמועס מיט די אתרוג סוחרים קומט בעסער ערגעץ אנדערש, אבער דאס האט כאטש צוגעלייגט צום גאנצן תורה'דיגן אתרוגים פראיעקט.)

צום שלוס, אלס אן אפטער מעלות קויפער פלאן איך אי"ה צו קויפן יעדן אותיות מהיום והלאה ווילאנג זיי האלטן זיך ביי דעם סטאנדארט, טאקע ווייל עס איז נישט נאך א מעלות. איין מעלות איז מיר גענוג ברוך השם.


לשמועס בעלמא וועל איך מעיר זיין אויף ענדרו ני"ו

• נישט שייך מכריע צו זיין ווייל יעדער גלייכט עפעס אנדערש.
• די גלויבער ארטיקל איז מיר געווען העכסט אינטערעסאנט אבער נישט אריינגעשלעפט אין קיין שום ווועלט איך בין נישט אריין אדער ארויס צושטורעמט ס'איז געווען נכנס ויצא בשלום... כ'האב אפי' נישט פארשטאנען דעם עסק וואס דער שרייבער מאכט אינעם הקדמה. אן אינטערעסאנטער ארטיקל און געגאנען ווייטער.
• עקס לע בן ארטיקל איז מיר געווען דאס אינטערעסאנטסטע.
• זכרונות פון הרה"ק מסאטמאר הערליך. ער זאל נישט אריינלייגן נאכאמאל דעם ארטיקל ווייל איך האב עס שוין געליינט אבער ס'איז גאר רייך און ארגינעל.
• שמועס מיט די אתרוג סוחרים זייער שיין און אין פלאץ לדעתי

אגב, וואס ליינסטו אין מעלות? איי ריעללי וואנדער...

לסיכום, יעדע אויסגאבע קעיטערט צו איר ליינער קרייז און יעדער סארט ארטיקל האט זיין געשמאק געשניטן פאר זיין ליינער סארט, און בד"כ גלייך איך דעם ערשטן אויסגאבע זייער שטארק, די פאר דאללער איז נישט געווען קיין בל תשחית ב"ה. זאל עס אנהאלטן בסייעתא דשמיא.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

@יענג, שיינע אנאליז.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק אלע.

און לשמועס בעלמא וועל איך מעיר זיין אויף הרב מיגו, אז זיינע הוספות זענען אלע זייער צום זאך, און איך האב אוודאי נישט אוועקגענומען זיין רעכט צו האבן זיין אייגענע געשמאק. "ואני אכריע" איז געווען סתם לתפארת המליצה וויאזוי עס איז מיר אונטערגעקומען ביים שרייבן.

מיגו האט געשריבן:אגב, וואס ליינסטו אין מעלות? איי ריעללי וואנדער...

אמאל פלעג איך עס טאקע קויפן מער...
אויב זאל מען רעכענען אלע נומערן פון ווען עס איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל האב איך דורכגעליינט רוב פון זיי, אבער די דורכגעליינטע זענען טאקע קאנצענטרירט מער אינעם אמאל. נאך אלעם, אבער, קויף איך עס נאך היינט מער ווי אנדערע אויסגאבעס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

וואס קאסט דער אויסגאבע?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

גראדע באמערקט א גראבע מיסטעק
ביי די זייט פונעם אויסגאבע איז געשריבן די ווערטער 'אותיות לימי חג הסוכות' אויף די פארקערטע זייט
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

טאקע נישט ווי פרישע קוגל אבער דאס קען מען אראפשלינגן
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

איינער מיט אינפא צי עס קומט למעשה א פרישע נומער אויף חנוכה?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

IMG-20201203-WA0065.jpg
IMG-20201203-WA0065.jpg (198.9 KiB) געזען 1587 מאל
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

ווען גייט דאס זיין אין די געשעפטן?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בעל הנס האט געשריבן:ווען גייט דאס זיין אין די געשעפטן?

שוין געזעהן נעכטן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

Amazing האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:ווען גייט דאס זיין אין די געשעפטן?

שוין געזעהן נעכטן

אנגעקומען זייער זייער שפעט אין די סטאר
אלע אנדערע מאגאזינען זענען שוין געווען אנגעפילט אויף די שעלפס
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

IMG-20201213-WA0001.jpg
IMG-20201213-WA0001.jpg (119.63 KiB) געזען 1265 מאל
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

ק/פ פונעם מחבר

חשוב'ע ידידים און גוטע פריינט

עס איז מיר א כבוד פארצושטעלן די צווייטע אויסגאבע פון 'אותיות' לכבוד חנוכה תשפ"א, וועלכע ווערט איצט פארטיילט אין די געשעפטן. עס איז שוין דא צו באקומען אין וויליאמסבורג און בארא פארק, און וועט זיין צו באקומען דעם זונטאג אין מאנסי, סקווירא און קרית יואל.
אותיות לכבוד חנוכה באשטייט פון 124 זייטן. עס ענטהאלט זעכצן ארטיקלען איבער פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים - אריינגערעכנט אינטערוויוס, היסטארישע ידיעות, וויסנשאפט, פיקציע, געזאנג, און נאך. עס ווערט פארקויפט אין אייער לאקאלע גראסערי אדער ספרים געשעפט.
אותיות איז א נייע יום טוב'דיגע פראיעקט וואס קומט ארויס בעז"ה פיר מאל א יאר: סוכות, חנוכה, פסח און שבועות. עס איז געצילט צוצושטעלן שרייבווערק פון א הויכן קאליבער וועלכע זאל זיין שוה לכל נפש, און צו פארשפרייטן תורה, ידיעות, און וויסנשאפט ביי די חשוב'ע אידיש ליינער.
בייגעלייגט איז א לינק צו א פי די עף פון די ראשי פרקים פונעם אויסגאבע. אז עס געפעלט אייך און איר האנדלט זיך עס איין, וועל איך אייך שטארק דאנקבאר זיין. אויב איר קענט ארומשיקן פאר ידידים און פארשפרייטן די שמועה וועט מיר זיין א גרויסע הילף. איך קוק פאראויס אויף אייערע קאמענטארן.

א גוטע וואך, און א פרייליכן חנוכה!
יואל הלוי

https://drive.google.com/file/d/17U0Nv4 ... sp=sharing
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס פאר א קרייז דארף די אויסגאבע צו סערווירן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

געקויפט פרייטאג, ממש עלעקטעריזירט מיר און מיינע קינדער ווי קיין שום אנדערע אויסגאבע, ממש אין דוגמתו.

די שאך ארטיקל געלייזט דער ערשטער, אן אויסנאם פון אן ארטיקל, (פיקטיווע געשיכטע?.)


איין הערה ביי די פערדל איז נישט שאך מאט ווייל די פערדל קען האקן די שעכן ווען זי קומט נעבן שאך ודי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

הקדמה: כ'האב עס נישט געלעזט.

אביסל מאדנע צו געבן אן אויבנאן פאר א מאדערן-ארטאדאקס ראביי פון YU, דער גאנצער וואודמיר צריך ביאור.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

מיכל הירש האט געשריבן:ק/פ פונעם מחבר



א גוטע וואך, און א פרייליכן חנוכה!
יואל הלוי

https://drive.google.com/file/d/17U0Nv4 ... sp=sharing

וואס דארף צו מיינען דער 'מאלן וואסער' ארטיקל לכבוד חנוכה, וואס איז די רעדע דארט? אפשר לכבוד פורים מאכט עס מער סענס?
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

כ'האב עס שוין יא אביסל געלעזט (געבלעטערט). דער וואודמירער באקומט נישט אזא אויבנאן, חוץ אויפן דעקל.
ס'איז מער א באשרייבונג ווי א דרויסנדיגער איז געקומען צום טעם פון חסידות, פרעגט זיינע שאלות פון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווארעמט זיך מיט זיינע זכרונות פון סאטמאר רב ז"ל, אא"וו. גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי א דרויסנדיגער קוקט עס אן.
אויך האט עס קריטיק אויפן די מאדערן ארטאדאקסן, פון א זייעריגער. אז ער איז אין YU שטייט שוין נישט דארט.

אבער די בילד אויפן דעקל וואלט געדארפט זיין פון שלמה דער עילוי... דאס איז א מעשה, לאנג און ברייט און טיף.
דא איז מיין הויפט קריטיק דאס מאל. ס'וואלט געדארפט ארויסקומען פריער, כ'זאל עס קענען רואיג ליינען שבת. יעצט וועל איך דארפן מאכן צייט אינמיטן וואך.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אותיות מחכימות

ארטיקלען מיט תוכן. גאר רייך. מורא'דיג!

באמת א דזשורנאל וואס זעטיגט דעם ליינער'ס אפעטיט.

#קיין קריטיק טראץ אייער שטארקע ווילן דערפאר, ואתכם הסליחה
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

שמואל בארג האט געשריבן:הקדמה: כ'האב עס נישט געלעזט.

אביסל מאדנע צו געבן אן אויבנאן פאר א מאדערן-ארטאדאקס ראביי פון YU, דער גאנצער וואודמיר צריך ביאור.

ס'הייסט אז אין YU איז דא א אפטיילונג פאר קבלה וחסידות.
נאר די שאלה איז צו דער אויפן בילד איז א YU גיי אדער איז א איינער וואס טוט אויף פון אינעווייניג...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”