אונגארישע הייזער האט געשריבן:סופרים שטיבל האט געשריבן:מילא סאטמאר האט נישט געהאט א כולל ביז דעמאלטס ווייל די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון לכתחילה, אבער פארוואס האט סקווירא נישט געהאט?
אפשר האבן זיי נישט געהאט יונגעלייט?
נישט אפשר, זיכער...
פלאס די געלט וואס מען האט געדארפט פאר דעם.
ביידע דערפון איז ריכטיג, ס'איז דעמאלטס געווען גאר ווייניג אינגעלייט אין סקווירא, און ווי אויך געלט. מ'האט קודם עוסק געווען אין בויען די שטעטל, און נאכדעם ערשט מיטן כולל.
אבער דאכט זיך אז דאס וואס די סקווירא רבי ז"ל האט געשטיפט אז אינגעלייט זאלן לערנען אין כוללים אין אנדערע האבן נישט געהאלטן דערפון, איז געווען אסאך פאר ער האט געעפענט זיין אייגענע כולל.
אבער כ'האב אמאל געזען אז מתחילה איז די סאטמארע כולל נישט געעפנט געווארן אלס א נחלת הכלל, נאר פאר ריכטיגע מציונים וואס וועלן אויסוואקסן רבנים און מרביצי תורה וכו' (וואס אזעלכע זענען אינדערהיים אויך געבליבן ביים לערנען) משא"כ ווען די סקווירא רבי ז"ל האט געעפנט די כולל האט ער פארבעטן אז יעדער אינגערמאן זאל זיך זעצן לערנען, אפי' מ'וועט דערנאך גיין ארבעטן.