שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

איך זע נישט וואס איז ראנג מיט די אשכול. פונקט ווי מ'שמועסט אויס אנדערע פובליק פיגורן און נייעס קוועלער.

דער ווארט 'אפענטפערן' אינעם קעפל שטעכט אבער אביסל, איך וואלט געטוישט צו 'קאמענטארן אויף יאסי געשטעטנער'ס אנאליזן'
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

דער געדאנק פונעם אשכול איז זייער גוט

נאר מען דארף טוישן דעם קעפל צו "שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5"

די נאמען יוסי געשטעטנער אינעם קעפל איז עפעס נישט פאסיג
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

Kosher Travel האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:ברוכים הבאים.

שוין באלד צוויי שמיטות וואס ר' יוסי געשטעטנער האט די פאזיציע פון צו דערציילן די פאליטישע נייעס אויף קול מבשר, און ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן.

צו עפענען א קעפל נאר אפצופרעגן יאסי געשטעטנער, שפירט זיך אביסעלע ווי עפעס איז דא פערזענליך... וואס איז מיט אלע אנדערע קאמענטערס אויף די נייעס.

איך בין זיך מחולק וואס איר זאגט אז ער האט עפעס גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן. איך האלט אז ער האט א ברייטע open mind, און טוט קלאר עפעס אדורך, אלע צדדים. איך זעה בכלל נישט אז ער האט tunnel vision. א חוץ אויב איר האלט אז אלעס רעכט איז א אייגנארטיגע בליק. איך נאך אלטץ שווער וויאזוי איר לעיבעלט אים אז האט נישט סתם אן אייגנארטיגע בליק, נאר גאר א גאר אייגנארטיגע בליק. און עס איז בכלל נישט באקאנט, ווי איר שרייבט אז "ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק". באקאנט פאר וועם?

בקיצור, איך שמעק א פערזענליכע אגענדא דא... איך האף אז איך באליידיג אייך נישט.

באמת א גוטע אײדיע פון אן אשכול

אװדאי פארדינט ער זיך אן עקסטערן אשכול, ער איז זיכער די גרעסטע רעכטע קאמענטאטאר בײם הײמישן ציבור, איז נישט מער װי נארמאל עס צו דעבאטירן דא

כ׳בין אױך רוב מאל אױף זײן זײט (דיסקלעימער... ספעקטרום... װאטעװער..) און כ׳האלט טאקע אז ער איז היבש open minded, ער האט למשל נישט געהאט קײן שום פראבלעם ארױסצוברענגען טראמפס חסרונות גענוג און נאך מאל, (און טאקע מיט דעם איז ער אײגענארטיג בד״װ) פון דעסט װעגן (אזױ שרײבט מען עס?) ברענגט אים זײן בײעסקײט צו, אסאך מאל צו פארזעהן פשוטע זאכן, און גײן קאפ אין װאנט, װי למשל טאקע די ערשטע עקזעמפל װאס דער פותח האשכול האט געברענגט (און ס׳נארמאל.. ס׳מעג זיך מאכן)

סאו װילאנג מ׳האלט זיך אױפריכטיג, און מ׳גײט נישט קאפ אין װאנט, העליך זײער אינזשױען צו הערן די אנדערע זײט פון די מטבע

און אפשר װעט ער אפי׳ אזױ גוט זײן, און ארױפברענגען די ענינים אױפן לײן, און אױסשמועסן (הא קנאוס, קען זײן אז אױסער זײן פראפעשן, זײן סײד דזשאב, און זײן סערװיס פארן ציבור, מאכט ער זיך אמאל צײט פאר א ביסל אינזשױמענט אױך.. און לײנט אביסל דא.. יא נעװער קנאו..)

קאמענטארן איז טאקע אפשר בעסער װי אפענטפערן (װײל מ׳גײט דאך צוריקטענעה׳ן אױך, מײנסט טאקע װעסט אלס בלײבן גערעכט... די נאמען יאסי געשטעטנער באדערט מיך גראדע נישט)

א גרױסן ײש״כ בעל הפותח ;l;p-
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

זעה איך אז דו האסט שױן געטױשט דעם קעפל, סאו דו גײסט אים נאר אפפרעגן װען ער װאגט זיך זיך צו פארעדן אױף 115? כ׳האב פארשטאנען אז דו גײסט קאװערן 118 אױך
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

מיין פראבלעם איז נאר ביי 115, איך מיין ביי 118 קען ער ריאיג זאגן זיינע מיינאנגן, אבער ביי 115 ווי עס קימט צו זאגן נייעס מיין איך אז ספינס מיט מיינענגאן קימט נישט אריין (כנל"ד).
וידגו לרב בקרב הארץ.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

זיסע פיש האט געשריבן:מיין פראבלעם איז נאר ביי 115, איך מיין ביי 118 קען ער ריאיג זאגן זיינע מיינאנגן, אבער ביי 115 ווי עס קימט צו זאגן נייעס מיין איך אז ספינס מיט מיינענגאן קימט נישט אריין (כנל"ד).

אמת, אבער דאס איז אפי׳ ער איז גערעכט מיט די מײנונגען זעלבסט, האטער נישט װאס עס צו זאגן דארט.

אבער אז ער עפנט שױן אנעשקױל אים אפצופרעגן, העטיך עפרישיעטעד צו קאװערן אלעס

ליסן, קען זײן ער האט נישט די גאטס אױסצוהערן 118 װײל סעציך מאכן צופיל מאל װאס ער קענים נישט אפפרעגן... אבער ס׳גוט, סעציך שױן מסתם יאװענען גענוג װאס װעלן קאמענטירן, ער זאל זײ נאר ארײנלאזן אין דעם אשכול...
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:זעה איך אז דו האסט שױן געטױשט דעם קעפל, סאו דו גײסט אים נאר אפפרעגן װען ער װאגט זיך זיך צו פארעדן אױף 115? כ׳האב פארשטאנען אז דו גײסט קאװערן 118 אױך

איך האב עס גראדע נישט געטוישט, די הנהלה האט עס געטוהן. איך האב דירעקט יא געהאלטן פון אדרעסירן יוסי ווייל 1-1-5 אוון 1-1-8 זענען נישט קיין פראגראמען פון עטליכע דזשורנאליסטן, נאר ס'איז ער מיט זיין פרעזענליכע בליק אויף זאכן, און די אשכול גייט עס קאנטערן (ח"ו נישט אים פרעזענליך, נאר דאס וואס ער פארקויפט צום ברייטן ציבור).

אודאי איז עס נישט נאר צו אים קאנטערן און שוין, נאר יעדער וואס האלט אז ער איז יא גערעכט זאל אויך אריינקומען אפצופרעגן די פירכות וואס מ'פרעגט אויף אים. די ווארט איז נאר אז ווייל ער איז שטארק אויף איין זייט איז עס נישט סתם אז מ'גייט "שמועסן און אנאליזירן" וואס ער זאגט, נאר אז מ'גייט דירעקט מאכן דעם קעיס פארוואס ער איז אומגערעכט, און די וואס האלטן אז יא וועלן ערשט דערנאך קומען זאגן פארוואס זיי האלטן אז ער איז יא גערעכט.

די אשכול איז נישט מיין פריוואטע אשכול, יעדער - פון אלע פאליטישע מיינונגען - זאל אריינקומען מיט קאמענטארן, וואס איך ברענג ארויס מיט'ן אים קאנטערן איז, אז סתם זאגן אז ער זאגט פיין איז נישט די ציל פונעם אשכול, נאר ס'איז ספעציעל געמאכט צו ארויסברענגען די אנדערע זייט.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ער האט נעכטן דערציילט אויף 1-1-5 אז טראמפ לאזט איבער זיין פארטיי די שטערקסטע וואס אן ארויסגייענדער פרעזידענט האט איבערגעלאזט זיין פארטיי זינט 1968 ווען לינדאן דזשאנסאן האט איברגעלאזט די דעמאקראטישע פארטיי מיט 57 זיצן אינעם סענאט און מיט 243 זיצן אינעם הויז, וואס ביידע איז מער ווי מיט וואס טראמפ לאזט יעצט איבער די רעפובליקאנער.

לויט מיין מיינונג איז דאס איז פשוט'ע ספין צו מאכן טראמפ אויסקוקן אלס איינער וואס האט געהאלפן זיי פארטיי גאר שטארק, עכ"פ שטערקער ווי אלע לעצטיגע פרעזידענטן.

ערשטנס, ווען מ'קוקט אויפ'ן סענאט דארף מען קוקן אויף וויפיל סענעטארן פון יעדע פארטיי זענען אויסגעשטאנען צו לויפן אונטער דעם פרעזידענט'ס זייגער. למשל נאך 2018, האבן רעפובליקאנער געהאט מיט 42 זיצן ווייניגער אינעם הויז ווי נאך 2016, דאס איז מיט איבער 17% ווייניגער זיצן! אבער אינעם סענאט האבן זיי געהאט מיט איין זיץ מער, דאס איז מיט באלד 2% מער זיצן, למעשה ווען מ'קוקט אויף וויפיל סנעאט זיצן פון יעדע פארטיי ס'זענען געווען פארמעסטן איז אלעס פארענטפערט.

צווייטנס, די גאנצע זאך צו קוקן אויף וויפיל זיצן די פארטיי האט איז נישט קיין ריכטיגע וועג פון קוקן, ווייל דאס ווענדט זיך אויך אין די צאל זיצן זיי האבן געהאט פאר ער איז אריינגעקומען. א מער ריכטיגע וועג וואלט געווען צו קוקן אויף וויפיל זיצן זיין פארטיי האט צוגעזען אדער פארלוירן, און ווייל דאס האט אויך צו טוהן מיט וויפיל דער פארטיי האט געהאט פון פריער (ווייל אז מ'הייבט אן מיט אסאך האט מען מער פלאץ צו פארלירן און די זעלבע פארקערט), דארף מען באמת קוקן אויף א קאמבינאציע פון ביידע.

דריטנס - און דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס איך וואלט דאס געלעבלט אלס "ספין", א פרעזידענט וואס געווינט ווידערערוויילנג האט צוויי מידטוירם עלעקשאנ'ס אונטער זיין זייגער, אויסער די צוויי פארמעסטן וואס האט אים אויפ'ן שפיץ פונעם טיקעט, משא"כ א פארלירער נאכ'ן ערשטן טערמין האט בלויז איין מידטוירם עלעקשאן אונטער זיין זייגער, און דאס איז יעצט די מעשה מיט טראמפ.

ער האט שוין געענטפערט היינט אויף 118
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אגב, רוב סטאטיסטיקס אין די אלגעמיינע מידיע זענען אויך געבויגן אזוי ארויסצוברענגען זייער בייעס. יעדע פאול קען מען פרעזענטירן מיט בייעס אויף טריט און שריט. למשל, איינער שרייבט "איבער האלב אמעריקע" זאגט אזוי און אזוי, ווען ס'איז 51 פראצענט, און א צווייטער זאגט "קוים האלב אמעריקע" זאגט אזוי און אזוי ווען ס'איז... די זעלבע 51 פראצענט. נאר זיי מאכן עס אסאך קלוגער עס זאל קיינעם נישט בייפאלן אז ס'איז דא עפעס בייעס "בכלל." מעשים בכל יום אין יעדע באריכט, אטו כי רוכלא וכו'.

118 איז פיין. ער זאל נאר זאגן אפטער.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ער האט נעכטן דערציילט אויף 1-1-5 אז טראמפ לאזט איבער זיין פארטיי די שטערקסטע וואס אן ארויסגייענדער פרעזידענט האט איבערגעלאזט זיין פארטיי זינט 1968 ווען לינדאן דזשאנסאן האט איברגעלאזט די דעמאקראטישע פארטיי מיט 57 זיצן אינעם סענאט און מיט 243 זיצן אינעם הויז, וואס ביידע איז מער ווי מיט וואס טראמפ לאזט יעצט איבער די רעפובליקאנער.

לויט מיין מיינונג איז דאס איז פשוט'ע ספין צו מאכן טראמפ אויסקוקן אלס איינער וואס האט געהאלפן זיי פארטיי גאר שטארק, עכ"פ שטערקער ווי אלע לעצטיגע פרעזידענטן.

ערשטנס, ווען מ'קוקט אויפ'ן סענאט דארף מען קוקן אויף וויפיל סענעטארן פון יעדע פארטיי זענען אויסגעשטאנען צו לויפן אונטער דעם פרעזידענט'ס זייגער. למשל נאך 2018, האבן רעפובליקאנער געהאט מיט 42 זיצן ווייניגער אינעם הויז ווי נאך 2016, דאס איז מיט איבער 17% ווייניגער זיצן! אבער אינעם סענאט האבן זיי געהאט מיט איין זיץ מער, דאס איז מיט באלד 2% מער זיצן, למעשה ווען מ'קוקט אויף וויפיל סנעאט זיצן פון יעדע פארטיי ס'זענען געווען פארמעסטן איז אלעס פארענטפערט.

צווייטנס, די גאנצע זאך צו קוקן אויף וויפיל זיצן די פארטיי האט איז נישט קיין ריכטיגע וועג פון קוקן, ווייל דאס ווענדט זיך אויך אין די צאל זיצן זיי האבן געהאט פאר ער איז אריינגעקומען. א מער ריכטיגע וועג וואלט געווען צו קוקן אויף וויפיל זיצן זיין פארטיי האט צוגעזען אדער פארלוירן, און ווייל דאס האט אויך צו טוהן מיט וויפיל דער פארטיי האט געהאט פון פריער (ווייל אז מ'הייבט אן מיט אסאך האט מען מער פלאץ צו פארלירן און די זעלבע פארקערט), דארף מען באמת קוקן אויף א קאמבינאציע פון ביידע.

דריטנס - און דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס איך וואלט דאס געלעבלט אלס "ספין", א פרעזידענט וואס געווינט ווידערערוויילנג האט צוויי מידטוירם עלעקשאנ'ס אונטער זיין זייגער, אויסער די צוויי פארמעסטן וואס האט אים אויפ'ן שפיץ פונעם טיקעט, משא"כ א פארלירער נאכ'ן ערשטן טערמין האט בלויז איין מידטוירם עלעקשאן אונטער זיין זייגער, און דאס איז יעצט די מעשה מיט טראמפ.

ענפערט היינט אויף 118 (אויב אזוי גיי אן ווייטער....)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

יוסי האט נעכטן אדרעסירט אונזערע טענות, און איך וועל עס יעצט אדרעסירן.

לאמיר אנהייבן מיט וואס ער ברענגט ארויס במשך זיין שמועס אז די סיבה פארוואס ער האט זיך בכלל מתיחס געווען צו די נומערן איז געווען צוליב וואס געוויסע לויפן ארום שרייען אז טראמפ האט חרוב געמאכט די פארטיי, און אויף דעם ארויף האט ער באטראכט די נומערן און ער האט באמערקט אז די הנחה איז בכלל נישט אמת.

איך מיין אבער אז די וואס רעדן פון טראמפ אלס איינער וואס האט חרוב געמאכט די פארטיי רעפערירן לאו דוקא צו די וואל פארלוסטן אדער מיט וויפיל קאנגרעס מיטגלידער די פארטיי האט יעצט, נאר אז ער האט אוועקגעשלעפט פון די פארטיי א געוויסע וויילער קרייז וואס אן זיי איז זייער שווער פאר רעפובליקאנער צו געווינען, און אז זיי גייען שוין לכאורה נישט צוריקקומען.

פארשטייט זיך אז די וואס פארטיידיגן טראמפ זאגן אז ער האט אריינגעברענגט פרישע וויילער אנשטאט זיי, אבער א קאנסערוואטיוו וואס וויל די סוקסעס פון די רעפובליקאנער פארטיי אלס היים פאר קאנסערוואטיווע אידעאלן קען טענה'ען, אז די פרישע וויילער ווילן אינגאנצן אנדערע זאכן, און אז מיט די טוישונגען האט ער חרוב געמאכט די פארטיי מיט דעם וואס ער האט איר אראפגעפירט פון די רעלסן (און דאס איז אויסער דעם וואס אויב די נייע וויילער גייען נישט דארט בלייבן גייען זיי מעגליך האבן דערלייגט ביידע וועלטן, און אויב ביידע פראקציעס וועלן יא פרובירן דארט צו בלייבן גייט די פארטיי זיכער נישט קענען פונקציאנירן אלס פאראייניגטע כח צו קענען באזיגן די דעמאקראטן).

אבער לאמיר פארט אדורכגיין זיינע טענות צו אונזערע מענות קעגן זיינע טענות קעגן די וואס זאגן אז טראמפ האט חרוב געליגט די רעפובליקאנער פארטיי.

ער ברענגט ארויס אז אסאך קאנדידאטן האבן בכלל נישט געוואונען, ווי למשל קלינטאן, קערי, און גאור - אנטשולדיגטס ראמני, מעקעין, און דאול, אבער פארשטייט זיך אז פארלירן אן עלעקשאן מיינט נישט חרוב לייגן א פארטיי, ווייל יעדע פארטיי פארלירט אמאל און און געווינט אמאל.

און בכלל איז נישט מאסגעבענד די גאנצע גדולה פון א טראמפ געווינס ווען מ'לייגט אין חשבון אז די איינציגסטע פארמעסטן אין די 170 יאריגע היסטאריע פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס איר נאמינירטער האט נישט געוואונען קעגן דעם דעמאקראט נאך אכט יאר פון א דעמאקראטישע אדמיניסטראציע איז געווען אין די ניינצן פערציגער יארן, און ביי יענע אלע פארמעסטן זענען די דעמאקראטישע נאמינירטע געווען אינקאמבענט פרעזידענטן.

אזוי אויך האט א פארטיי פארלוירן דאס ווייסע הויז נאך בלויז פיר יאר אין אמט אינגאנצן איין מאל אין די איבער הונדערט יאר פאר דאול און ראמני, אלזא וואס זאגן בכלל זייערע פארלוסטן? אזוי אויך מעקעין האט געדארפט געווינען נאך אכט יאר וואס זיין פארטיי איז געווען אין אמט, עפעס וואס מאכט זיך גאר זעלטן.

יעצט ווען מ'וויל פארגלייכן איין פרעזידענט מיט'ן צווייטן צו וויפיל זיצן זיין פארטיי האט געוואונען/פארלוירן מיין איך אז מ'דארף קוקן אויף אלע פארמעסטן וואס דער פרעזידענט איז געווען אויפ'ן טיקעט, אדער אז ס'איז א רעפערענדום אויף אים (ווי די מידטוירם עלעקשאן).

לויט דעם האט אבאמא אנגעהויבן מיט 51 סענאטארן, און צווישן די וואלן פון 2008-2010-2012 האבן די דעמאקראטן צובאקומען פיר זיצן, טראמפ האט אנגעהויבן מיט 54 סענאטארן, דאס מיינט אז צווישן די וואלן פון 2016-2018-2020 האבן די רעפובליקאנער דערלייגט פיר זיצן!

אין 2014 האבן די דעמאקראטן טאקע דערלייגט ניין זיצן, אבער קיינער ווייסט נישט וויפיל זיצן די רעפובליקאנער וואלטן דערלייגט אין 2022 מיט טראמפ אלס פרעזידענט (די מאפע איז דירעקט שלעכט פאר די רעפובליקאנער).

אריבער אינעם הויז האבן די דעמאקראטן פארלוירן 35 זיצן צווישן די 2008-2010-2012 וואלן, נאכן אנהייבן מיט 236 זיצן, און די רעפובליקאנער האבן פארלוירן פונקט אזויפיל זיצן צווישן די 2016-2018-2020 וואלן נאכ'ן אנהייבן מיט 247 זיצן.

די טרעק רעקארד פון טראמפ קעגן אבאמא לגבי די געווינסן/פארלוסטן זאגט נישט אז טראמפ איז געווען געפערליך, למשל אונטער טראמפ האבן רעפבליקאנער פארלוירן אינעם הויז פונקט ווי די דעמאקראטן אונטער אבאמא, אבער זיי האבן אנגעהויבן מיט אביסל מער (און לכבוד דעם געהאט צו פאלן מער), אבער בעסער ווי אבאמא? ווען ביי אבאמא זענען די דעמאקראטן געגאנגען פון 51 צו 55 אינעם סענאט, און די רעפובליקאנער אונטער טראמפ זענען געגאנגען פון 54 צו 50, ווען אין 2018 איז נאך געווען א דירעקט גוטע מאפע פאר די רעפובליקאנער?

און אבאמא איז די סאמע פאריגער פרעזידענט, און וועגן דעם איז פשוט אז צו זאגן אז מ'דארף צוריקקוקן ביז קארטער (אויך אן איין טערמיניגער פרעזידענט...) איז א מאסיווע ספין.

אמת אז ס'איז אויך נישט געפערליך שלעכט אז דאס אליינס זאל זיין באווייז אז ער האט חרוב געלייגט די פארטיי, אבער אויף דעם האמיר דאך שוין אויסגעשמועסט אז זיי רעדן פון עפעס אנדערש. (פון זיין פארלוסט רעד איך נישט ווייל לויט זיינע שונאים אין די פארטיי איז דאך א געווינס אז ער האט פארלוירן - ווי יוסי האט ערווענט און איז אמת, הגם זיין פארלוסט אלס אינקאמבענט נאך וואס זיין פארטיי האט בלויז דאס ווייסע הויז פאר פיר יאר ווייזט פארט וואסערע לוזער ער איז...)
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

דאכציך מיר אז טראמפ האט אנגעהויבן נאר מיט צוויי און פיפציג זיצן אונעם סענאט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

זיסע פיש האט געשריבן:דאכציך מיר אז טראמפ האט אנגעהויבן נאר מיט צוויי און פיפציג זיצן אונעם סענאט.

ער האט דערלייגט צוויי אין 2016. פאר 2016 איז עס געווען 54.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

והיתם נקיים האט געשריבן:איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.

ניין

ער איז דא צו פארציילן די אויסגעלאזטע נייעס, דאס וואס די מידיע וועט דיך נישט ברענגען
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.

ניין

ער איז דא צו פארציילן די אויסגעלאזטע נייעס, דאס וואס די מידיע וועט דיך נישט ברענגען

איר הערט ר' זלמן, ס'איז צייט אויפצונעמען איינעם צו באריכטן פאליטישע נייעס אויף קול מבשר.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

והיתם נקיים האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.

ניין

ער איז דא צו פארציילן די אויסגעלאזטע נייעס, דאס וואס די מידיע וועט דיך נישט ברענגען

איר הערט ר' זלמן, ס'איז צייט אויפצונעמען איינעם צו באריכטן פאליטישע נייעס אויף קול מבשר.

כפארשטיי נישט די באמבע
כפארשטיי נישט די דעסטינאציע

קול מבשר פרובירט צו דעקן אלעס ווי ווייט שייך, אבער נישט אלעס איז אויף די אלגעמיינע העדליינס, און נישט אלעס וואס איז אויף די אלגעמיינע העדליינס איז טאקע א נייעס
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.

ניין

ער איז דא צו פארציילן די אויסגעלאזטע נייעס, דאס וואס די מידיע וועט דיך נישט ברענגען

דאס האב איך שוין אפאר מאל באמערקט ביי עם ער טראכט אז יעדער האט שוין אויס געהערט די נייעס אויף די אלגעמיינע מידיע נעצן אזוי ווי ער, און ער דארף נאר קימען עס אפפרעגן, ער כאפט נישט אז ביפאר ער וויל צו לייגן זיין מיינאנג אז די נייעס איז נאר א ספין פון די לינקע מידיע דארף ער קודם געהיריג דערציילן די נייעס אין נאך דעם ביי 118 קען ער זאגן זיינע מיינענגן, ער כאפט נישט אז רוב היימישע עולם הערט נישט אויס די לינקע מידיע אין זיי זען נישט זייער איינזאטיגקייט, אלעס וואס זיי זען איז נאר זיין בייעס.
וידגו לרב בקרב הארץ.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

זיסע פיש האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:איך בין זיכער אז יוסי געשטעטנער גייט אנהייבן צו פארליינען ערליך יעדע טוויט פון ביידען. איך קען קוים ווארטן.

ניין

ער איז דא צו פארציילן די אויסגעלאזטע נייעס, דאס וואס די מידיע וועט דיך נישט ברענגען

דאס האב איך שוין אפאר מאל באמערקט ביי עם ער טראכט אז יעדער האט שוין אויס געהערט די נייעס אויף די אלגעמיינע מידיע נעצן אזוי ווי ער, און ער דארף נאר קימען עס אפפרעגן, ער כאפט נישט אז ביפאר ער וויל צו לייגן זיין מיינאנג אז די נייעס איז נאר א ספין פון די לינקע מידיע דארף ער קודם געהיריג דערציילן די נייעס אין נאך דעם ביי 118 קען ער זאגן זיינע מיינענגן, ער כאפט נישט אז רוב היימישע עולם הערט נישט אויס די לינקע מידיע אין זיי זען נישט זייער איינזאטיגקייט, אלעס וואס זיי זען איז נאר זיין בייעס.

סאיז א נקודה

כמיין אז ער פרובירט טאקע יא צו דערציילן וואס די לינקע מידיע זאגט יא אדער נישט, מעגליך אז ער קען ווען זיין קלארער איבער דעם
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

ר' זלמן איך בין זייער צופרידן פון יוסי. ער איז אייזן גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”