"קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסלינג
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:23 am

"קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסלינג »

היינטיגע סוף-וואָך וועט זיין צו באַקומען אומזיסטע סעמפּלס פון די "קינדער שטעטל" וועכנטליכע אויסגאַבע פאַר קינדער, אין גראָסעריס אין וויליאַמסבורג, באָראָ פּאַרק און מאָנסי.

ס'איז א קינדער אויסגאַבע וואָס קומט שוין אַרויס זייט סוכות און ליגט בייגעלייגט וועכנטליך אין "דער בּלאַט". יעצט האָבן די אַרויסגעבער באַשלאָסן עס אָנצוהייבן פאַרקויפן אויך עקסטער פאַר די וואָס ווילן נאָר האָבן דעם "קינדער שטעטל".

עס האָט פאַרשידענע רייכע קאָמיקס פארזעצונגען, באַשרייבונגען פאַר קינדער, ספּעציעל שטאַרק קאָלירט און געפּינטלטע מעשיות פאַר די קלענערע קינדער, א וועכנטליכע מאָלעריי אַקטיוויטעט וואָס ציהט די אינטערעסע און ברענגט די קינדער אַריינצושיקן זייערע אייגענע מאָלערייען.

לויט ווי איך זעה אויפן דעקל, וועט די אויסגאַבע קאָסטן 2 דאָלער א וואָך, וואָס איז שפּאָט ביליג קעגן די פאַרשידענע אַנדערע קינדער אויסגאַבעס אויף די מאַרקעט. מען וועט וואַרשיינליך ווייטער קענען קויפן דעם "בּלאַט" פאַר 4 דאָלער און באַקומען דעם "קינדער שטעטל" אויסגאַבע אינעווייניג אין בּלאַט.
C570A1B6-44F4-4F0D-A265-E07FCDC19F44.jpeg
C570A1B6-44F4-4F0D-A265-E07FCDC19F44.jpeg (214.11 KiB) געזען 1052 מאל
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

Re: "קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

דאס מיינט פאר נאך 2 דאללער האביך די גאנצע בלאט
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: "קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

יא, ברעיקינג! די בלאט איז אויף ספעשיל, קאסט נאר צוויי גראשען מהיום והלאה,
לכאורה די ביליגסטע צייטונג נאר דא צו באקומען...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

Re: "קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

גראדע זייט דער בלאט האט אנגעהויבן ארויסגעבן די קינדער שטעטל האביך געשפארט אפאר דאללער אויף די אנדערע קינדער אויסגאבעס, ס'זייער שיין צוגעשטעלט, חוץ דאס אז ס'איז אויף צייטונג פאפיר איז עס זייער א פיינע ארבעט
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: "קינדער שטעטל" – וועכנטליכע קינדער אויסגאַבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

די אויסגאבע איז אויף צייטונג פאפיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”