דרשו סיום הש"ס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
כולם פה אחד קיין עלקטרעזירנדע דרשות מיט שארפע אויפשאקלונגען איז ניט געווען, אבער וואס יא די געשעצטע מחולל פון דעם פראגראם האט באקומען זיין פארדינטן כבוד און שאצונג פארן אוועקשטעלן אזא אויסנאם פראגראם..

דאס אז ס'איז נישט געווען קיין עלקטרזירנדע דרשות מיינט נישט אז דאס האט מען געוואלט. ער האט געברענגט די בעסטע רעדנערס פון ארה"ק, ר' שמעון גלאי, ר' אהרן טויסיג, ר' דוד כהן, נאר משום איזה סיבה האט עפעס נישט געקלאפט. ר' אהרן האט גאר גוט גערעדט נאר צו קורץ, ר' ירוחם אלשין האט שוין לענגער גערעדט האב איך עס נישט געגליכן, אפשר די ליטווישע יא... ר' זאב סמידט איז אויך געווען געוואלדיג, און אויך רבי אלי' בער וואכטפויגל, אבער קיינער איז נישט צוגעקומען צו רייך און פראנד.

דיין תגובה שמעקט סתם אזוי פון אביסל האס קעגן א איד וואס טיילט געלט פאר בחינות. און יא, ער מעג אויך צוריקבאקומען אביסל חיזוק פאר די קומענדיגע 7 יאר.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איך געדענק נישט צו מען האט עס דערמאנט דא.
ס'איז געווען א טיימער אויפן סטעידזש פאר יעדע רעדנער און מען האט עס געהעריג געקענט זעהן. נישא אלע האבן עס געפאלגט.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

משהלע האט געשריבן:איך געדענק נישט צו מען האט עס דערמאנט דא.
ס'איז געווען א טיימער אויפן סטעידזש פאר יעדע רעדנער און מען האט עס געהעריג געקענט זעהן. נישא אלע האבן עס געפאלגט.

ביים גרויסן אגודה סיום איז געווען א טעלעפראמטער ביים שטענדער. ס'דא א בילד פון אינמיטן ר' אהרן שיף'ס דרשה איז געשטאנען time is up...
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

איז שוין געווען איין מעמד ביי כלל ישראל וואס האט נישט געהאט קיין שום נעגעטיוו קאמענטס?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
שנעלקע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:05 pm

פאקט איז פאקט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלקע »

(אנטשולדיגט פאר מיין ספעלינג)

פאקט איינס!
מקען קיינמאל נישט ציפרידען שטעלן א ציבור.
פאקט צוויי!
אגודה ווערט געפירט דורך א ציבור אין דרשו ווערט געפירט דורך א יחיד.
פאקט דריי!
אגודה איז ארגינעל אין דרשו מאכט נאך.
פאקט פיר!
רוב ציבור ביי עני געווענליכע מעמד וויל מער מוזיק זינגען אין ענטערטעמינט ווי דרשות.
פאקט פינעף! אגודה קעיטערט מער פאר די ליטאים אין דרשו מער פאר די חסידישע עולם.

יעצט ווען אגודה מאכט א דיסישען מיזען זיי זיך רעכענען מיט רוב ציבור (ליטאים) אין אויסשטעלען די מעמד אז די ליטאים זאלן זיין צופרידען אין אפילו אזוי איז דא גיוואלדיגע לחץ אויף זיי אין סוף כל סוף זענען זיי אויך נישט צופרידען ווייל פארוואס אזוי סוואלט געדארפט זיין אזוי ווייל איך מעג אויך אריין רעדן,
יעצט דרשו ווערט געספאנסערט אין געראנט ביי א יחיד וואס זאגט אז ביי רוב מעמדים איז דער המון עם נישט צופרידען ווייל סאיז דא צופיל דרשות אין פארדעם גיי איך מאכן פונקט פארקערט אסאך מער מוזיק אין ווייניגער דרשות. סאיז זיין מעמד ער צאלט איין פאר זיין כבוד אין פאר אינזער ענדשוימענט א צען פופצען מעלוינעס א יאר אין איך גיי צופרידען שטעלען רוב ציבור. אין וואס געשעט די אלע גרויסע פארשטייערס זענען דא אה וואס גייט פאר ?? זיי זענען נישט צופרידען!!!! וואס איז? וואס הייסט סאיז א קאנסערט!!!!
די אויסגעווארפענע שאלאכטס וואס די ביזט. ווער ביזטו?? די ביזט פונקט אזוי נישט צופרידען ווען סאיז דא צופיל דרשות די ביזט סטאם א נעגעטיווער מענטש זייט אזוי גוט לייגט אייך ארויף א מויל שלאס פאקט אייך איין אין זעצט אייך לערנען א בלאט!!!
די פאקט איז אז דער נעכטיגע מעמד איז געווען א סיום השס פון איין מענטש צי א טויזענט מענטשען סאיז נישט קיין חילוק ער האט געוואלט סעלעבטרירען מיט אסאך מער אין שענערע שירה אין איר קענט אדער יא קומען אין מיטהאלטען אדער נישט איר ווילט נישט לערנען דרשו איז נישט אבער שרייען קאנסערט איז אין פאקט נישט אמת.

איך האב אויך נישט געפילט די סיום השס פילינג. סוי וואט?? סאיז געווען א מעמד וואס איז הענט אראפ נאך קיינמאל נישט געווען ביי כלל ישראל אין איך מיט מיינע קינדער האבן געהאט די זכיה דארט צי זיין ב״ה.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

הרב גיפס האט גערעדט זייער שיין אין NJPAC
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

Borough Park האט געשריבן:איז שוין געווען איין מעמד ביי כלל ישראל וואס האט נישט געהאט קיין שום נעגעטיוו קאמענטס?

ביים בארג סיני, מתן תורה, [געדענקסט נישט?..]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

שנעלקע האט געשריבן:(אנטשולדיגט פאר מיין ספעלינג)

פאקט איינס!
מקען קיינמאל נישט ציפרידען שטעלן א ציבור.
פאקט צוויי!
אגודה ווערט געפירט דורך א ציבור אין דרשו ווערט געפירט דורך א יחיד.
פאקט דריי!
אגודה איז ארגינעל אין דרשו מאכט נאך.
פאקט פיר!
רוב ציבור ביי עני געווענליכע מעמד וויל מער מוזיק זינגען אין ענטערטעמינט ווי דרשות.
פאקט פינעף! אגודה קעיטערט מער פאר די ליטאים אין דרשו מער פאר די חסידישע עולם.

יעצט ווען אגודה מאכט א דיסישען מיזען זיי זיך רעכענען מיט רוב ציבור (ליטאים) אין אויסשטעלען די מעמד אז די ליטאים זאלן זיין צופרידען אין אפילו אזוי איז דא גיוואלדיגע לחץ אויף זיי אין סוף כל סוף זענען זיי אויך נישט צופרידען ווייל פארוואס אזוי סוואלט געדארפט זיין אזוי ווייל איך מעג אויך אריין רעדן,
יעצט דרשו ווערט געספאנסערט אין געראנט ביי א יחיד וואס זאגט אז ביי רוב מעמדים איז דער המון עם נישט צופרידען ווייל סאיז דא צופיל דרשות אין פארדעם גיי איך מאכן פונקט פארקערט אסאך מער מוזיק אין ווייניגער דרשות. סאיז זיין מעמד ער צאלט איין פאר זיין כבוד אין פאר אינזער ענדשוימענט א צען פופצען מעלוינעס א יאר אין איך גיי צופרידען שטעלען רוב ציבור. אין וואס געשעט די אלע גרויסע פארשטייערס זענען דא אה וואס גייט פאר ?? זיי זענען נישט צופרידען!!!! וואס איז? וואס הייסט סאיז א קאנסערט!!!!
די אויסגעווארפענע שאלאכטס וואס די ביזט. ווער ביזטו?? די ביזט פונקט אזוי נישט צופרידען ווען סאיז דא צופיל דרשות די ביזט סטאם א נעגעטיווער מענטש זייט אזוי גוט לייגט אייך ארויף א מויל שלאס פאקט אייך איין אין זעצט אייך לערנען א בלאט!!!
די פאקט איז אז דער נעכטיגע מעמד איז געווען א סיום השס פון איין מענטש צי א טויזענט מענטשען סאיז נישט קיין חילוק ער האט געוואלט סעלעבטרירען מיט אסאך מער אין שענערע שירה אין איר קענט אדער יא קומען אין מיטהאלטען אדער נישט איר ווילט נישט לערנען דרשו איז נישט אבער שרייען קאנסערט איז אין פאקט נישט אמת.

איך האב אויך נישט געפילט די סיום השס פילינג. סוי וואט?? סאיז געווען א מעמד וואס איז הענט אראפ נאך קיינמאל נישט געווען ביי כלל ישראל אין איך מיט מיינע קינדער האבן געהאט די זכיה דארט צי זיין ב״ה.

אױב איך מעג אפשר צלײגען אז די אגודה פירער האבן עפעס א געװיסע האַס צו חסידים אין דאס הארגעט זײ אװעק ס׳איז אײן זאך צי קעיטערען פאר די ליטאים אבער דאס פײנשאפט װאס זײ האבן צי חסידים איז גאר עקל׳דיג אין דאס זעהט זיך אן גאר שטארק אז דער חסידישע דרשו קעטערער הרב האפשטעטער איז גאר א ליטפאק ער האט פושט נישט דער אגודה׳שע אמעריקאנער (אנטעסעמיטשע) פײנטשײפט צי אינז חסידים
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מאנטאג פעברואר 10, 2020 9:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אביונה האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:איז שוין געווען איין מעמד ביי כלל ישראל וואס האט נישט געהאט קיין שום נעגעטיוו קאמענטס?

ביים בארג סיני, מתן תורה, [געדענקסט נישט?..]

דארט איז אויך געווען...
די מידיע האט גע'טענה'ט אז ס'איז געווען צופיל גערודער: ה' למבול ישב, ודרשת חז"ל במס' זבחים ידועה.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

שמעתי ממקור אז
די פערפארמענס חלק פונעם סיום איז ספעציעל געווען אויסגעשטעלט פאר די יוגענט. זיי זאלן עס ענדזשויען.

ס׳האט טאקע געטראגן אזא כאראקטער.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

מיינע טעכטער זענען אהיימגעקומען נעכטן פון "נוארק סימפאני" היבש אנטוישט, זיי האבן געוואלט גיין צו א סיום פון לימוד התורה און אנשטאטס דעם האט מען זיי צוגעשטעלט א קאנצערט - האבן זיי גע'טענה'ט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איינפאכער איד האט געשריבן:מיינע טעכטער זענען אהיימגעקומען נעכטן פון "נוארק סימפאני" היבש אנטוישט, זיי האבן געוואלט גיין צו א סיום פון לימוד התורה און אנשטאטס דעם האט מען זיי צוגעשטעלט א קאנצערט - האבן זיי גע'טענה'ט

איר האט טאקע געמײנט אז אײער טעכטער װעלן טאקע אנהײבן ש״ס במסגרת דרשו?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אינטערשטע שורה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערשטע שורה »

דאס אמאל זיכער אז דרשו האט דערליווערט דעס אז הינדערטער אין אפשר טויזנטער אידן האבן גענומען בחינות אויף ג-א-נ-ץ ש''ס
דעס איז אויך אמאל זיכער אז דרשו פארשטייט די טעסט פין די חסידים לא כן אגודה (אפשר די ליטאים גלייכן עס כבין נישט קיין ליטאי סאו ווייס איך נישט)
דעס איז אויך זיכער אז דרשו האט געטרייט די בעסטע וואס זיי קענען סיי מיט רעדנערס אין סיי מיט מוזיק
קיינמאל איז נישט דבר השלם
אבער זיכער נישט אוועק צו מאכן
זיי האבען דערליווערט!!
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

abeg האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:מיינע טעכטער זענען אהיימגעקומען נעכטן פון "נוארק סימפאני" היבש אנטוישט, זיי האבן געוואלט גיין צו א סיום פון לימוד התורה און אנשטאטס דעם האט מען זיי צוגעשטעלט א קאנצערט - האבן זיי גע'טענה'ט

איר האט טאקע געמײנט אז אײער טעכטער װעלן טאקע אנהײבן ש״ס במסגרת דרשו?

אז דו פארשטייסט נישט קיין אידיש וועל איך רעדן צו דיר אויף "פלעין אידיש":
זיי האבן געוואלט גיין הערן דרשות חיזוק אויף תורה און יראת שמים צו קענען באקומען אביסל רוחניות'דיגע אינספיראציע, און אנשטאט דעם האט זיך דארט בעיקר אפגעטוהן א זינגעריי ווי ביי א קאנצערט. אלזא, ערקלער מיט ביטע וואו קומט דא אריין דיין שאלה צי זיי ווילן אנהייבן ש"ס במסגרת דרשו?!

ליתר שאת, גיב א בליק אין די תגובה פון הרב "חושב מחשבות" איין בלאט צוריק, וועסטו פונקטליך פארשטיין וואס איך האב געמיינט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ווייזער האט געשריבן:
אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?.

אין די מאמענט איז געווען די וואך זייער א פאסיגע בריוו,
לערנען ש"ס איז געווארן א נייע שיינע זאך אבער וואס טוצעך מיטן "כח היחיד" ???
פאר איינעם איז עס צו סאך פאר איינעם צו ווייניג, דעריקער איז אז מען זאל לערנען און האבן א שיעור!!!
קיינמאל אין די היסטארי פון כלל ישראל איז געווען אזא ווינט צו קענען גאנץ ש"ס!!! נאר גדולי עולם האבען זוכה געווען דערצו!!! פארוואס מאכט מען היינט דערפון א נחלת כלל אז יעדער צוז דאס מיטהאלטן און מען האלט גאר פאר די מענטשן וואס קענען זיך נישט צושטעלן דערצו??? וויפיל אידן וואלטן געוואלט פשוט האבן א עין יעקב שיעור אדער גרינגערע נ"ך וכדומה???

דאס ארויפציען די סטענדערדס יעדע פאר יאר צו נייע הויכפונקטן און משוגע מאכן כלל ישראל אז יעדער מוז זיך צושטעלן צו דעם איז א עוולה!!! עס מאכט אסאך אידן פילן זייער אומבאקוועם.נשיט יעדער קען זיין א דרשו איד!!!!

ביי די דרשות נעכטן איז געווען איין שיינע דרשה מער אנהייב (כגעדענק נישט זיין נאמען) אז היינטיגע דור איז די "פתחו של אולם" ווען עס איז אזוי גרינג צו לערנען [עס איז דא אלעס שיינע גמרות שיעורים אויפן טעלפאן און וואטסעפ גאר], ממילא דארף מען אויסנוצן די געלעגנהייט, אודאי איז עס אמת. אמאל איז נישט געווען טעלעפאנען און קוים וואס עס איז געווען איין ש"ס אין שטעטל אין ביהמ"ד, און דאס דארף טאקע מחייב זיין די וואס קענען טאקע לערנען!!! אבער פארהאלטן טויזענטער אידן "וואו ביסטו"???? איז א עוולה לענ"ד. עס איז נישט לש"ש, עס איז מער פאר די אגענדע און די פראפעגאנדע.........
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װאזױ װײסט די עולם װאזױ א קאנצערט קיקט אױס צו זאגן אז ס׳איז געװען װי בײ א קאנצערט? (איך ב״ה דרײ מיך נישט בײ קאנצערטען)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איך קוק איבער די לייוו רעקארדירונגען, די מעמד איז מורא׳דיג אנגענעם און פראכטפול! די ניגונים און אפילו די דרשות!! (Vs די סיום הש״ס) הערליך הערליך!! כבוד התורה במילואה! (איין קאמענט: סוואלט געמעגט זיין אביסל מער היימישע חסידישע רבנים פון נ״י אומגעגענט. )
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

טעם וריח האט געשריבן:איך קוק איבער די לייוו רעקארדירונגען, די מעמד איז מורא׳דיג אנגענעם און פראכטפול! די ניגונים און אפילו די דרשות!! (Vs די סיום הש״ס) הערליך הערליך!! כבוד התורה במילואה! (איין קאמענט: סוואלט געמעגט זיין אביסל מער היימישע חסידישע רבנים)

אסאך רבנים האבן געפירט ט״ו בשבט טיש נעכטן נאכט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

נאכן איבערקוקן די נעכטיגע מעמד איז ביי מיר זיכער אז בל"נ נעקסטע מאל גיי איך צו דירשו, א הערליכע מעמד געוועהן! א אמתע שמחת התורה.

אגודה איז געוועהן א געפערליכע דורכפאל, אנגעהויבען מיט די דרשות, געענדיגט מיט די זינגען, די דרשות באדערט מיר נישט, כ'וואלט געמאכט איין דרשה, אבער די זינגען, טאנצן, און די מוזיק פארוואס קען מען נישט צושטעלן עפעס נארמאל?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

עושר וכבוד האט געשריבן:משתתפים אדמורי"ם מקאליב, צאנז, וויזניץ ירושלים, בלאזוב ריבאטיטש, אבד"ק באבוב 45, אבד"ק וויזניץ מרכז, רח"מ בן אדמו"ר מסקווירא, הגרש"י פריזאנט, ווער נאך?


רי"י בן אדמו"ר מסקווירא
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

עושר וכבוד האט געשריבן:דער רבי זאגט דוקא נישט ביים סטעידזש וועגן די ווידיאו, אבער מ'האט אים עניוועי געכאפט...

געהערט האב איך אז ער איז נישט אריינגעקומען אין זאל ווייל עס דא פרויען אן א מחיצה.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די פרעזענטאציע איז געווען זייער שוואך, צואמגעשטעלט און געשטיקלט זייער נישט פראפעשאנעל. ווידעראום יענקלה הכונס איז געווען מאסיוו!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:די פרעזענטאציע איז געווען זייער שוואך, צואמגעשטעלט און געשטיקלט זייער נישט פראפעשאנעל. ווידעראום יענקלה הכונס איז געווען מאסיוו!

רט
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

איז דא א ווידיאו פון njpac?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

שוויצער האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:דער רבי זאגט דוקא נישט ביים סטעידזש וועגן די ווידיאו, אבער מ'האט אים עניוועי געכאפט...

געהערט האב איך אז ער איז נישט אריינגעקומען אין זאל ווייל עס דא פרויען אן א מחיצה.

צום אנמערקונג פונעם ציבור האט דער רבי שליט"א געזאגט די פסוקים אינדרויסן נעבן דער אריינגאנג פון זאל, נאכדעם וואס מ'האט פארזיכערט פאר'ן רבי'ן אז עס וועלן זיין מחיצות - כאטש די נשים זענען ממילא אויף אן אנדערע שטאק, און די מחיצות זענען למעשה געווען צובראכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”