Haklal האט געשריבן:נתן בן ופסי האט געשריבן:סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג
יאפ
איז די גמרא טאקע די מקור פון נישט עסן פלייש און טרינקען וויין אין די 9 טעג?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Haklal האט געשריבן:נתן בן ופסי האט געשריבן:סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג
יאפ
זאג א גוטס האט געשריבן:דף פא. רשב"ם ד"ה מביא וקורא, ור"מ לטעמיה דס"ל קנה קרקע אבל באילן אחד מודה ע"כ.
כוונתו דמודה ר"מ שאין לו קרקע, אבל אינו מודה שאינו קורא, כמ"ש רשב"ם מיד אח"ז בד"ה מחייב בסו"ד - דאילו ר"מ אפי' באילן אחד שאין לו קרקע מביא וקורא ע"כ. ופשוט הוא.
זאג א גוטס האט געשריבן:דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?
יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.
פיש כאפער האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?
יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.
די גמרא זאגט דאך שפעטער "אמר רב אשי טעמא דאחרים לא ידעינן הלכתא עבדינן כוותייהו - בתמיה"
זאג א גוטס האט געשריבן:שוב התבוננתי אז ס'איז לכאורה פשוט.
אונז האבן דא 3 מענטשן זאגן אנדערע שויות אויף די זאך. מוז זיין אז די אמת'ע שויות איז ערגעץ אינצווישן, נאר יעדער איז זיך טועה. אויף דעם זאג איך, צוטייל די חילוק פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן אויף 3, קומט אויס אז יעדער איז זיך טועה אויף א דריטל, (און ווי די גמ' זאגט בדין הוא דלימא טפי וכו'), נאר למעשה נעמען אונז נאר אן די 2 נידריגסטע, פונקט ווי די אנדערע מאן דאמרי אז אונז קוקן נאר אויף די 2.
ממילא כדי צוצוקומען צום אמת'ן שויות מוזן אונז קוקן אויפן העכסטן, ווייל זעסט דאך איינער איז זיך טועה ביז אהין, אבער אויף למעשה זאגן מיר תפשת מועט תפשת.
פרא-חסיד האט געשריבן:מנא ליה להרשב״ם לפרש דרבי יליף בין סיבת הבעל ובין סיבת הבן מן ״והעברתם״ , לכאורה יש לומר דלא איירי אלא בסיבת הבן?
ציגאנער האט געשריבן:ויפלו חבלי מנשה עשרה. ווי קומט מען אן צו 10?
חפר'ס חלק - וועלכע איז כולל פיר חלקים - איז דאך איינס פון די זעקס, ניין?
(ס'דא פינעף ברודערס, מיט א דאפלטע חלק פון חפר, צלפחד'ס, און א פעטער = 9)
פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!
היסטאריקער האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!
ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא
פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"
זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן
לא לנו האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!
ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא
פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"
זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן
אינטערעסאנטע חידוש, ווער איז דער זאגער?
פיש כאפער האט געשריבן:רבותי לומדי תורתך שעשועי...
עוד שני שבועות ביזן גרויסן טאג פון מסיים די גרעסטע מסכת אין ש"ס (בדפים ).
ווילעך וויסן צי די עולם האט זיך מסדר געווען מיט דעם גט מקושר? ווי אזוי איז עס פונקטליך לויט רב ירמי' בר אבא לההו"א? וואס מיינט מאחורי הכתב?
Haklal האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:רבותי לומדי תורתך שעשועי...
עוד שני שבועות ביזן גרויסן טאג פון מסיים די גרעסטע מסכת אין ש"ס (בדפים ).
ווילעך וויסן צי די עולם האט זיך מסדר געווען מיט דעם גט מקושר? ווי אזוי איז עס פונקטליך לויט רב ירמי' בר אבא לההו"א? וואס מיינט מאחורי הכתב?
יא יא
די הו"א איז ער לייגט די 3עדים אקעגן די לעצטע 3 שורות ווי דער כתב ענדיגט זיך אין אויף דעם הייבט אהן די גמרא פרעגן די חששות אויף קסא. ולר' ירמי' בר אבא
פיש כאפער האט געשריבן:Haklal האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:רבותי לומדי תורתך שעשועי...
עוד שני שבועות ביזן גרויסן טאג פון מסיים די גרעסטע מסכת אין ש"ס (בדפים ).
ווילעך וויסן צי די עולם האט זיך מסדר געווען מיט דעם גט מקושר? ווי אזוי איז עס פונקטליך לויט רב ירמי' בר אבא לההו"א? וואס מיינט מאחורי הכתב?
יא יא
די הו"א איז ער לייגט די 3עדים אקעגן די לעצטע 3 שורות ווי דער כתב ענדיגט זיך אין אויף דעם הייבט אהן די גמרא פרעגן די חששות אויף קסא. ולר' ירמי' בר אבא
פון וואו נעמסטו אז אקעגן די לעצטע דריי שורות?
די רשב"ם שרייבט צוויי מאל מאחורי הכתב עד סוף השטר.
און בפשטות קוקט אויס אז ס'האט געדארפט פארנעמען די גאנצע אחורי הכתב און נישט דארפן שרייבן שריר וקיים.