מודעות פון חבורת תורתך שעשועי
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
yahoo האט געשריבן:מ'האט ארויסגעשיקט די אפליקאציע'ס פאר די צוויי טעג לימוד התורה אין קאנעקטיקוט.
איינער פון די חברים דא פלאנען צו גיין? אפשר קען מען מאכן א שיעור ביינאזאם.
זיכער פלאנט מען צו גיין.
מקען דאך נישט פארפאסן אזא געשמאקע זאך פון לערנען צוויי טעג צוזאמען און הערן געשמאקע דרשות
מיטוואך שרייבן זיי גייט רעדן ר' יוסף חיים גרינוואלד און אויף דאנערשטאג גרייטן זיי אן א שיינעם סיום,
און פון תורתך רעזעמעי גלייב איך אז ס'וועט בלייבן אין די ביינער דער טעם.
אין מיין ביהמ"ד איז דער עולם געפערליך פאזיטיוו, רוב האבן שוין צוריקגעשיקט די עפליקעישאן מיט דעם קליינעם סכום.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
די חברה וואס זענען געווען פארגאנגענע וואך ביי די צוויי טעג 'ימי התמדת התורה' הערן נישט אויף צו רעדן ווי געשמאק עס איז געווען, כ'האף אז איינער פון די חברים דא איז געווען דארט און וועט איבערגעבן א באריכט וויאזוי עס איז געווען.
דרך אגב, איך האב באקומען אן אימעיל אז מ'האט ארויפגעלייגט די דרשות און אויך די מעמד הסיום דא learnshas.com/

איך בין דארט געווען ב"ה עס איז געווען מורדיג בערך 250 בעב"ת ווייסען נישט פין גארנישט נישט קיין טלעפון אימעל נאר לערנען פאר שעות ארוכות פאר צוויי טעג
די עולם איז געווען אין א העכרע גיסטע פין לערנען
מען האט געהאט עולם הזה דורך א בלאט גמרא בלי גוזמא
ווער עס איז נישט דארט געווען קען עס נישט פארשטיין
עקסטרע די סיום אין די דרשות זענען געווען געוואלדיג גיט. ר' יחזקאל ווייס איז געווען סופער- די ערשטע מאל איך הער אים רעדען ער איז גאר פיין -
ווער עס איז נישט דארט געווען האט פארפאסט
מען זעט נאכמאל אז דע עסקנים שלאפן נישט זיי האבן א הער געשטעלט א הערליכען ארבייט

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
ייש״כ פאר די לינק
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 500
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
- לאקאציע: ממש אביסל אהינציר
מזל טוב
מזל טוב פארן פטרון און רוח החיים פונעם חבורה הרה"ח ר' יצחק שווארץ שליט"א
לרגל די געבורט פון זיין אינגל בעיבי
דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל זעהן נאר תענוג און אידיש נחת ביי דעם און אלע קינדער געזונטערהייט

היינט נאכט יום א' לסדר ויקרא אל משה תשע"ו לפ"ק קומט פאר די רעגלמעסיגע בחינה פאר חברי חבורת תורתך שעשועי, אויף די לימודים פון פארגאנגענעם חודש, ממס' מועד קטן דף י"ז עד מס' חגיגה דף ח'.
פאר די אידן וואס האבן געהאט די זכיה צו וויילן שב"ק פר' פקודי באתרא קדישא מירון במחיצת התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר, ווערט געגעבן א געלעגנהייט צו נעמען די בחינה אום דינסטאג אוונט ביום שנכפל בו כי טוב אין אלע צענטערן ווי געווענליך.
מי שלא חג ביום הראשון יש לו תשלומין

מיט פרייליכע געפילן האבן חברי חבורת תורתך שעשועי אנגענומען די איינלאדענונגען צום גרויסארטיגן עלעגאנטן סיום סדר מועד והתחלת סדר נשים, קומענדיגען זונטאג פר' טהרה הבעל"ט ב' ניסן תשע"ו.
אויסער די צענטראלע דברי חיזוק והתעוררות פונעם מייסד וראש החבורה האדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר, איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלה אז די זאלן וועלן אפדונערן מיט אן עלעקטריזירנדע דרשה פונעם מלהיב לבבות ישראל, דער נואם בחסד עליון בה"א הידיעה, הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק במאנסי, וועלכע וועט אדרעסירן דעם סיום לכבוד חתני התורה.
א באזונדערע מינוט וועט געשאנקען ווערן פאר די אלופי החבורה, די וועלכע נעמען די חזרה בחינות 'מונח בקופסא' אויף גאנץ סדר מועד עם מסכת ברכות.
מה נכבד היום, ראשון הוא לכם לחדשי השנה, לכם הוא ראשון נצורי כאישון.

- שר האלף
- תגובות: 1375
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
באקומען אויף אימעיל:
ב"ה
היום יום ט"ז למספר העומר, ודף ט"ז למספר תורתך שעשועי!
מיט לויב צו השי"ת אויף די אומגלויבליכע הצלחה ביים נעכטיגן בחינה, ווען א פלייץ פון פרישע הונדערטער לומדים האבן זיך אנגעשלאסן אין די בחינות און געטוישט זייער ציל פון בלויז "לערנען תורה", צו שפירן דעם זיסן לעכטיגן טעם פון "קענען תורה", אשרינו שזכינו!
היינט - מאנטאג - איז דער עת מבחן צו די הצלחה פון יעדן יחיד אין אונזער חבורה.
אויפן סדר הלימוד אינעם "לוח" איז באשטימט אנצוהייבן היינט מאנטאג, ר"ח אייר, מיט חזרת החודש אויף די דפים פון פאריגן חודש, צו זיין גרייט צו די קומענדיגע בחינה ביום א' במדבר אויך אויף "חזרת החודש".
סימנא מילתא: פסק הרמ"א (יו"ד סי' קע"ט ס"ב וב"י שם): "נהגו להתחיל ללמוד המסכתות בראש חודש, וזהו לסימן טוב".
היינט איז די צייט!!
יעצט ווען די דפים גמרא זענען נאך פריש אין מח, מ'האט דאס נארוואס איבערגע'חזר'ט און קונה געווען כמונח בקופסא צום נעכטיגן פארהער, נעמט שוין די צייט אנצוהייבן פון פריש מיט חזרת הלימודים.
זייט אייך מייחד א באזונדערע צייט, און פארגעצויגן אויך מיט א באזונדערע חברותא, איבערצוגיין די דפים חזרת החודש, יעצט נעמט דאס בלויז עטליכע מינוט, און דער ריוח איז אומשאצבאר.
שיעור היום: יבמות דף ט"ז.
חזרת החודש: יבמות דף ב'.
אל תאמר לרעך לך ושוב ומחר אתן! (משלי ג כח)
לייגט דאס נישט אפ אויף מארגן ולאחר זמן.
הייבט שוין היינט אן מיט חזרת החודש אויפן טעגליכן סדר אינעם לוח, און איר וועט בעז"ה זיין פון די גליקליכע לומדים ונבחנים ביים גרויסן מעמד הבחינה הכללית קומענדיגן חודש מרחשון תשע"ז, ביים תקופת ימי התמדת התורה אין קאנעטיקוט.
אויב ווילט איר א חברותא ספעציעל אויף חזרת החודש, מעלדט אייך צו די עסקנים, און מיר וועלן אייך בעז"ה צופרידנשטעלן על צד היותר טוב.
החכם עיניו בראשו!
יעדן טאג פריער מ'הייבט אן מיט "חזרת החודש", איז דאס אייער אייגענער געווינס.
הצלחה רבה און א גוטן חודש.