קושיות והערות על שיעור היום - מסכת יומא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
קושיות והערות על שיעור היום - מסכת יומא
די גמ' זאגט אין לשכת בית האבן איז געווען כלים פון גללים, כלי גללים. אין רש"י דא טייטשט צפיעי בקר, רש"י אין אנדערע פלעצער טייטשט אז ס'איז געווען שייש. דער גליון הש"ס צייכענט עס אן.
קודם וויל איך פארשטיין די טייטש פון צפיעי בקר, און פארוואס טייטשט רש"י הק' אנדערש גללים דא ווי אין מס' שבת?

שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמ' זאגט אין לשכת בית האבן איז געווען כלים פון גללים, כלי גללים. אין רש"י דא טייטשט צפיעי בקר, רש"י אין אנדערע פלעצער טייטשט אז ס'איז געווען שייש. דער גליון הש"ס צייכענט עס אן.

צפיעי בקר אזס א לשון הכ' אין יחזקאל קאפיטל. ד, והא לך פי' המצודות שם: "צפיעי" - הוא הגלל כי כל דבר היוצא מהגוף קרוי צפיעי כמ"ש הצאצאים והצפיעות (שם כב)
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 4
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:10 am
חבר תורתך שעשועי האט געשריבן:וואס מיינט רש"י וכן כל כביכול שבש"ס
קודם ברוך הבא, מאכט אייך באקוועם אונזער נייער חבר, יהא בואך לברכה ולהקמת קרן התורה
עס איז אלעמאל ראטזאם צוצולייגן דעם ארעס פון די גמ. אדער רש"י איבער וועלכע מען פרעגט אן, דאסמאל מיינט איר אוודאי די רש"י בדף ג' ע"ב ד"ה כביכול, רש"י ברענגט צוויי פשטים אויפן ווארט 'כביכול', די ערשטע פשט איז נאר גילטיג דא, אבער די צווייטע פשט זאגט רש"י איז פאסיג פאר יעדעס מאל ווי עס ווערט דערמעאנט דאס ווארט 'כביכול' אין ש"ס איז עס מרמז אז דא שטייט עפעס וואס איז שווער ארויסצוזאגן מיטן מויל אדער אראפשרייבן, ווען נישט וואס די תוה"ק אליינס זאגט עס.
וליתר שאת איז אמאל געווען דא אינעם דערנעבנדיגען שפראך פארום אן אינטערעסאנטער שמועס וועגן די טייטש פון דעם ווארט:
viewtopic.php?p=81506#p81506
שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמ' זאגט אין לשכת בית האבן איז געווען כלים פון גללים, כלי גללים. אין רש"י דא טייטשט צפיעי בקר, רש"י אין אנדערע פלעצער טייטשט אז ס'איז געווען שייש. דער גליון הש"ס צייכענט עס אן.
קודם וויל איך פארשטיין די טייטש פון צפיעי בקר, און פארוואס טייטשט רש"י הק' אנדערש גללים דא ווי אין מס' שבת?
שמעלקא ביטע צייכן אן אויף וועלכע דף די באציסט זיך, יישר כח פארן גיין פתיחה אויף אזא הייליגע מס' אין ש"ס
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
פשוט פשט פון כביכול, ווי אונז זאמיר כביכול דער באש' האלט זיינע הענט,
כאילו נישט ממש אזוי
בכלל די צוויי פשטים אין רש"י דא דארף א ביאור

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
שאץ מאץ האט געשריבן:פשוט פשט פון כביכול, ווי אונז זאמיר כביכול דער באש' האלט זיינע הענט,
כאילו נישט ממש אזוי
בכלל די צוויי פשטים אין רש"י דא דארף א ביאור
עס איז זייער פארשטענדליך לענ"ד
אפשר קען איך ארויסהעלפן איזה דבר אינו מובן לך?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ס'איז אן אריכות איבער כביכול, אויב ס'מיינט כאילו, מכלומר'שט, אדער עכט נישט, אדער עכט יא.
אינטרעסאנט וואס דער נועם אלימלך שרייבט אין פר' וירא, פון זיין רבי'ן דער הייליגער מעזריטשער מגיד זצ"ל, אז דער רבוש"ע האט זיך מצמצם געווען אין די כ"ב אותיות התורה כדי ער זאל קענען באשאפן די וועלט, פארדעם ווערט דער באשעפער גערופען "כביכול" אין חז"ל, "שעל ידי כ"ב אתווין, יכול הקב"ה להיות בזה העולם".

ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
דף ז' ע"א
אויבן די ערשטע רש"י אויפן עמוד, זאגט רש"י אז נאר טמא מת זאג איך הותרה בציבור , אבער טמא היוצא מגופו זאג איך נישט,
שפעטער ביי די ברייתא פון הציץ מרצה, זאגט רש"י די חילוק פון יחיד און ציבור איז אז יחיד איז טומאת גופו נישט נדחה, און ביי ציבור יא,
לכאורה איז עס סתירה?

העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
אויף דף ו' ע"ב רש"י ד"ה הותרה היא בציבור זאגט רש"י: ואף קרבן שלו דוחה את הטומאה שהרי זמנו קבוע וקרבנו תלוי בו, אז אפי' די קרבן "יחיד" וואס דער כהן פריוואט ברענגט משלו איז אויך אין כלל פון טומאה הותרה בציבור וויבאלד ס'איז זמן קבוע לו וקרבנו תלוי בו.
לכאו' אויף דף ז' ע"א זאגט די גמרא באילים מיינט באילו של אהרן דאע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרינן, אז אפי' ס'איז קבוע ליה זמן מיט דעם אלעם זוכט מען עס צו מאכן בטהרה און נישט זאגן טומאה הותרה. וואסי די חילוק פריער אז מ'זאגט הותרה ווייל ס'איז קביע ליה זמן און דא איז מהדרינן ווייל ס'איז דיחיד?
מאכט דער ריטב"א קדישא א חילוק צווישן ברענגן א קרבן בטומאה פונעם כהן צו אז דער עצם זאך זאל זיין טמא. אזוי האב איך פארשטאנען דעם ריטב"א, אויב איינער קען עס ביטע מעתיק זיין.
לכאו' אויף דף ז' ע"א זאגט די גמרא באילים מיינט באילו של אהרן דאע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרינן, אז אפי' ס'איז קבוע ליה זמן מיט דעם אלעם זוכט מען עס צו מאכן בטהרה און נישט זאגן טומאה הותרה. וואסי די חילוק פריער אז מ'זאגט הותרה ווייל ס'איז קביע ליה זמן און דא איז מהדרינן ווייל ס'איז דיחיד?
מאכט דער ריטב"א קדישא א חילוק צווישן ברענגן א קרבן בטומאה פונעם כהן צו אז דער עצם זאך זאל זיין טמא. אזוי האב איך פארשטאנען דעם ריטב"א, אויב איינער קען עס ביטע מעתיק זיין.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דף ז' ע"א
אויבן די ערשטע רש"י אויפן עמוד, זאגט רש"י אז נאר טמא מת זאג איך הותרה בציבור , אבער טמא היוצא מגופו זאג איך נישט,
שפעטער ביי די ברייתא פון הציץ מרצה, זאגט רש"י די חילוק פון יחיד און ציבור איז אז יחיד איז טומאת גופו נישט נדחה, און ביי ציבור יא,
לכאורה איז עס סתירה?
דאס מיינט נישט טומאת הגוף א טומאה וואס איז יוצא מגופו פונעם מענטש, ס'מיינט טומאת הגוף פונעם קרבן, אז ביי א יחיד ווען די קרבן איז טמא געווארן טומאת הגוף איז דער ציץ נישט מרצה.
ביי די ברייתא פון הציץ מרצה, ווי רש"י זאגט אז טומאת גופו איז אויך הותרה מיינט עס אויך נאר טומאת מת.
ביי ציבור איז הותרה נאר טומאת מת (ווערט אויך אנגערופן טומאת גופו) אבער נישט קיין טומאה היוצא מגופו, ביי יחיד איז די ציץ נישט מרצה אויף טומאת מת (טומאת גופו) נאר אויף דם בשר און חלב.
איך האף אז כ'בין מיך גענוג קלאר מסביר.
ביי ציבור איז הותרה נאר טומאת מת (ווערט אויך אנגערופן טומאת גופו) אבער נישט קיין טומאה היוצא מגופו, ביי יחיד איז די ציץ נישט מרצה אויף טומאת מת (טומאת גופו) נאר אויף דם בשר און חלב.
איך האף אז כ'בין מיך גענוג קלאר מסביר.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
די ציץ איז דאך מרצה אויף דם בשר און חלב שנטמא בין ביחיד בין בציבור, איך מיין אז די חילוק איז אזויווי איך האב פריער געשריבן (פאר איך האב באמערקט אז דו האסט שוין גענטפערט) אז טומאת מת ווערט אויך אנגערופן טומאת גופו אבער ס'נישט קיין טומאה 'היוצא' מגופו
לעצט פארראכטן דורך yahoo אום דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
כ'מיין כ'מאך א טעות אדער האב איך נישט גוט פארשטאנען וואס דו פרעגסט.
ווען א יחיד יא איז טמא איז דער ציץ נישט מרצה, ס'הייסט לכתחלה טאר מען נישט נאר אויב מ'האט איז עס מרצה און די זעלבע ביי א ציבור. און אויף דעם פרעגט די גמרא אז אויב מ'דארף האבן דעם ציץ מרצה צו זיין בציבור זעהט מען אז טואמה הודחה בציבור, ווייל אויב ס'איז הותרה טא וואס ברויך מען דעם ציץ לרצות?

ווען א יחיד אליינס איז טמא איז די ציץ נישט מרצה און דעס מיינט די רש"י ד"ה בין בציבור שהיחיד אין טומאת הגוף נדחה אצלו שאין הציץ מרצה על טומאת הגוף, ווען א יחיד'ס קרבן איז טמא די דם איז געווארן טמא די בשר איז געווארן טמא אד"ג איז די ציץ מרצה.
ווען א ציבור איז טמא טומאת מת איז עס הותרה, און טאמער די קרבן פונעם ציבור איז געווארן טמא, ווענד זיך צו איך האלט 'הותרה' דעמאלס דארף איך נישט צוקומן צו ריצו הציץ, אויב האלט איך 'דחויה' דארף איך צוקומן צו ריצו הציץ

כיהודא ועוד לקרא,
טומאה "היוצאה מגופו" (כגון זבין ומצורעין) איז דער ציץ קיינמאל מרצה נישט ביחיד און נישט בציבור (מ'האמיר עס געהאט אין פסחים אז ווען גאנץ כלל ישראל אדער רוב איז זענען זבין איז עס נישט דוחה און מ'מאכט נישט דעם קרב"פ בטומאה, און קיין פסח שני אויך נישט ווייל אין ציבור נידחין)
טומאת הגוף מיינט אז דער מענטש איז טמא, דארט איז דער ציץ מרצה בציבור אז מ'קען מקריב זיין א קרבן ציבור אפי' די כהנים זענען טמא בטומאת הגוף (זיי האבן אנגערירט א מת, א שרץ, וכדו') אבער א קרבן יחיד קען א כהן טמא נישט מקריב זיין
טומאת הקרבן הבשר והדם איז דער ציץ מרצה אפי' ביחיד
טומאה "היוצאה מגופו" (כגון זבין ומצורעין) איז דער ציץ קיינמאל מרצה נישט ביחיד און נישט בציבור (מ'האמיר עס געהאט אין פסחים אז ווען גאנץ כלל ישראל אדער רוב איז זענען זבין איז עס נישט דוחה און מ'מאכט נישט דעם קרב"פ בטומאה, און קיין פסח שני אויך נישט ווייל אין ציבור נידחין)
טומאת הגוף מיינט אז דער מענטש איז טמא, דארט איז דער ציץ מרצה בציבור אז מ'קען מקריב זיין א קרבן ציבור אפי' די כהנים זענען טמא בטומאת הגוף (זיי האבן אנגערירט א מת, א שרץ, וכדו') אבער א קרבן יחיד קען א כהן טמא נישט מקריב זיין
טומאת הקרבן הבשר והדם איז דער ציץ מרצה אפי' ביחיד
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
שמעלקא טויב האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דף ז' ע"א
אויבן די ערשטע רש"י אויפן עמוד, זאגט רש"י אז נאר טמא מת זאג איך הותרה בציבור , אבער טמא היוצא מגופו זאג איך נישט,
שפעטער ביי די ברייתא פון הציץ מרצה, זאגט רש"י די חילוק פון יחיד און ציבור איז אז יחיד איז טומאת גופו נישט נדחה, און ביי ציבור יא,
לכאורה איז עס סתירה?
דאס מיינט נישט טומאת הגוף א טומאה וואס איז יוצא מגופו פונעם מענטש, ס'מיינט טומאת הגוף פונעם קרבן, אז ביי א יחיד ווען די קרבן איז טמא געווארן טומאת הגוף איז דער ציץ נישט מרצה.
טומאת הגוף גייט ארויף אויף די טומאה פינעם מענטש