חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' ביצה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' ביצה
וואו זעט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז מ'טאר נישט זיין טרויעריג אין ראש השנה?
ישמחו האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:וואו זעט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז מ'טאר נישט זיין טרויעריג אין ראש השנה?
דער פסוק וואס די גמ' ברענגט לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים כו' כי קדוש היום לאדנינו "ואל תעצבו" כי חדות ה' היא מעזכם, איז געווען ראש השנה.
גאנץ גוט.. ניטאמאל געטראכט דערפון. איך האב געמיינט די גמרא אויף דף טז: מיט די בלינדער וואס האט פארגעסן צו מאכן אן עירוב תבשילין ראש השנה האט אים שמואל געפרעגט אמאי עציבת זעט מען דאך אז סתם אזוי האט נישט קיין פשט צו זיין טרויעריג.
מיללער האט געשריבן:וואו זעהט מען אין די בלעטער במס' ביצה דער ענין אז א זון איז ממלא מקום אביו ברבנות?
און אז מ'רעדט שוין וואו האבן מיר דאס געהאט במס' סוכה?
אין מס' סוכה געדענק איך ביי די גמרא פון מחיצה תלוי' אז מ'האט מתיר געווען א מחיצה תלוי' ביי שבת אין ציפורי נישט לויט ר' יוסי נאר דורך זיין זון (כ'דענק נישט קלאר די לשון הגמרא אויסענווייניג)
דא אין ביצה ווייס איך נישט. דארף מען נאך חזר'ן זעט אויס.
yahoo האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:וואו זעהט מען אין די בלעטער במס' ביצה דער ענין אז א זון איז ממלא מקום אביו ברבנות?
און אז מ'רעדט שוין וואו האבן מיר דאס געהאט במס' סוכה?
אין מס' סוכה געדענק איך ביי די גמרא פון מחיצה תלוי' אז מ'האט מתיר געווען א מחיצה תלוי' ביי שבת אין ציפורי נישט לויט ר' יוסי נאר דורך זיין זון (כ'דענק נישט קלאר די לשון הגמרא אויסענווייניג)
דא אין ביצה ווייס איך נישט. דארף מען נאך חזר'ן זעט אויס.
ריכטיג, ר' ישמעאל ברבי יוסי האט ממלא מקום געווען זיין פאטער רבי יוסי אלס מרא דאתרא אין די שטאט ציפורי, און בימיו האט פאסירט די מעשה מיט א ספר תורה וואס מ'האט געטראגן ע"י מחיצות תליות.
דא אין ביצה דף טז: דערציילט די גמרא אז "אבוה דשמואל" האט געמאכט אן עירוב תבשילין און אינזינען געהאט דערמיט מוציא צו זיין די גאנצע שטאט, און שפעטער דערציילט די גמ' די מעשה מיט ההוא סמיא וואס האט געהאט מיט "שמואל" לגיב זיך פארלאזן אויף זיין עירוב תבשילין. הייסט דאס אז שמואל האט ממלא מקום געווען זיין פאטער אבא בר אבא באקאנט אלס אבוה דשמואל אלס מרא דאתרא אין נהרדעא.
אן אינטערסאנטע אויסדרוק איז דא אין קרבן נתנאל אויף די גמרא דף כב: מהו לעשן, אז מ'רעדט שוין פון לעשן שרייבט ער
און ער איז מאריך אביסעל אין די איסורים וואס איז פארבינדען דערמיט און ער פירט דארט אויס
נו, טאמער וויל מען קען מען טרעפן היתרים אין די יצר הרע'ס ש"ס
ולא אוכל להתאפק מלהעלות על הספר מרבה המכשלה בישראל שתיית טובאק ביו"ט שמזלזלין באיסור מלקות הבערה שלא לצורך
און ער איז מאריך אביסעל אין די איסורים וואס איז פארבינדען דערמיט און ער פירט דארט אויס
וטוב להם עיני העדה שימנעו יום או יומים לכבוד השם ותורתו אף שיש להם קצת היתר ע"פ ש"ס היצר הרע
נו, טאמער וויל מען קען מען טרעפן היתרים אין די יצר הרע'ס ש"ס
yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?
און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?
ראב״רש ורשב״א חולקים בנדרים ונדבות אי קרבים ביו״ט.
רבי יוסי ורבי יוסי ברבי יהודה פליגי במאי ב״ש וב״ה פליגי, אי בתיכף לסמיכה שליטה או בסמיכה עצמה.
(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)
לעצט פארראכטן דורך נאטרוליסט אום זונטאג אקטאבער 18, 2015 3:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נאטרוליסט האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?
און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?
ראב״רש ורשב״א חולקים בנדרים ונדבות אי קרבים ביו״ט.
רבי יוסי ורבי יוסי ברבי יהודה פליגי במאי ב״ש וב״ה פליגי, אי בתיכף לסמיכה שליטה או בסמיכה עצמה.
(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)
ריכטיג מיט ביידע.
מיללער האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?
און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?
(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)
ראב"ש ורשב"א - דף יט ע"א וע"ב
דארט איז מער אינטערעסאנט שראב"ש חולק על אביו רשב"י
ווי נאך האבן מיר אין די בלעטער אז ראב"ש איז חולק על אביו רבי שמעון?
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?
און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?
(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)
ראב"ש ורשב"א - דף יט ע"א וע"ב
דארט איז מער אינטערעסאנט שראב"ש חולק על אביו רשב"י
ווי נאך האבן מיר אין די בלעטער אז ראב"ש איז חולק על אביו רבי שמעון?
דף לג. ביי ואין מנהיגין את הבהמה במקל