קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

בס"ד

דף נו: רשב"ם ד"ה אלא. האי דבר למעוטי וכו', הלכך כל שנה ושנה וכל יום ויום חשיב דבר שלם בפני עצמו וכו'.

איז מיר געווען אינטערעסאנט, קען טאקע לפי"ז העלפן א באזונדערע כת עדים אויף יעדן טאג פון יאר, (ווילאנג עס איז דא אויף יעדן טאג א כת עדים), פונקט ווי עס העלפט אויף יעדע יאר א באזונדערע כת?
לא מצאתי בארטסקול להעיר בזה.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תמצית הענין "דבר ולא חצי דבר" ויסוד בדיני עדות ופסול קרובים. דף נו.-נז.

פן די גמרא ורשב"ם קומט אויס אז די יסוד פון די ציווי התורה הק' "על פי שנים עדים", מיינט אז ווען אונז נעמען אן א כת עדים, און אונז טוען עפעס על פיהם, דארף די זאך געטון ווערן האלב על פי איין עד, און האלב על פי דער צווייטער עד.

למשל, אויב מיר זענען מוציא הונדערט דאלער פון ראובן -הלוה צו שמעון -המלוה - על פי וואס 2 עדים, לוי און יהודא, זענען מעיד, זענען מיר מוציא 50 דאלער על פי לוי, און 50 על פי יהודא.
אויב לוי און יהודא זענען ברודערס אדער אנדערע קרובים, ווערן זיי גערעכנט ווי איינס, און עס הייסט נישט על פי 'שנים' עדים.

קומט אויס אז די יסוד פארוואס קרובים זענען פסול, איז וויבאלד זיי זענען גערעכנט פאר איינס און נישט פאר צוויי.

-----
אויב האבן אונז א שטר בחתימת ב' עדים לוי און יששכר (נישט קיין קרובים), אז ראובן איז שולדיג הונדערט דאלער פאר שמעון, און לוי איז מקיים זיין חתימה, און לוי'ס ברודער יהודא איז מקיים צוזאמען מיט א פרעמדן יששכר'ס חתימה, לפי"ז זענען אונז מוציא א פופציגער פון ראובן על פי לוי, און די אנדערע פופציגער זענען אונז מוציא האלב דערפון (25) על פי לוי'ס ברודער יהודא, און האלב (25) על פי דעם פרעמדן. קומט אויס אז דריי פערטל פון די געלט (50+25=75) זענען אונז מוציא על פי די 2 ברודער לוי און יהודא, און ווי געשמועסט הייסן זיי דאך ווי 'איינס', אויב אזוי פעלט ווייטער אינעם דין פון "שני עדים" אז ס'מוז דוקא זיין האלב דורך איין עד און האלב דורך די אנדערע עד, און ס'העלפט נישט.

משא"כ בניד"ד פון חזקת ג' שנים, וואס 3 ברודערס זאגן עדות אויף 3 באזונדערע יארן, און יעדער פון זיי איז זיך מצרף מיט א פערטן, דער זעלבער פערטער פאר אלע 3 יאר, קומט אויס אז דער פערטער זאגט עדות אויף האלב, ווייל ער איז דאך אן עד אויף אלע 3 יאר, און די 3 ברודערס צוזאמען זאגן עדות אויף האלב, ווייל זיי ווערן דאך גערעכנט ווי איינס אויף אלע 3 יאר, אויב אזוי איז עס זייער א גוטע עדות פון על פי שנים עדים.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובה דורך פרוביר אויך »

זאג א גוטס האט געשריבן:בס"ד

מאי לאו?
כמו שמועיל בכל שנה בפ"ע
אז יענער קען קענסטו אויך

פרוביר אויך האט געשריבן:

מ'רעדט נישט דערפון אין די גאנצע סוגיא.
כ'טראכט אז ס'איז א שטיקל חידוש עס צו זאגן, ווייל א יאר מיינט דאך באמת א סעזאן פון לקיטת פירות. לפי"ז קען נישט יעדן טאג זיין א דבר בפני עצמו

זאג א גוטס האט געשריבן:

למעשה חצי דבר הייסט ווייניגער ווי 3 יאר
און מיט דעם אלעם איז איין יאר עדות ראוי לצרף
ממילא איז א טאג אויך,

אה. גערעכט. פונקט ווי איין כת אויף 2 יאר און איין כת אויף 1 יאר וועט הייסן חצי חצי און נישט 25/75
שכוח
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

כ'האב געווארט אויף אזא אשכול. א דאנק פארן פותח.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ציגאנער האט געשריבן:כ'האב געווארט אויף אזא אשכול. א דאנק פארן פותח.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

נאר זיכער מאכען אז מען האט נאכנישט גובה געווען דעם פעלד
אז יענער קען קענסטו אויך
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פרוביר אויך האט געשריבן:נאר זיכער מאכען אז מען האט נאכנישט גובה געווען דעם פעלד

דער רשב"ם גייט אדורך אלע הלכות אויף מחייב צי זיין?
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

מיר האט עס אויך געבאדערט.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

האט מיר איינער געזאגט אז דער רשב"ם מיינט נישט די כאשר זמם ולא כאשר עשה נאר ער ברענגט אראפ די דין הזמה אז כאשר זמם אז אפילו מען האט נאר געוואלט טוען איז שוין אויך דא די חיוב פין כאשר זמם אין אפילו ער קענען נעמען די פעלד וואס די נידון איז דארפן די עדים נאך אלץ באצאלן משום כאשר זמם

נאך אלץ אביסל שטימפיג, נו שוין..
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זאג א גוטס האט געשריבן:בס"ד

תמצית הענין "דבר ולא חצי דבר" ויסוד בדיני עדות ופסול קרובים. דף נו.-נז.

פן די גמרא ורשב"ם קומט אויס אז די יסוד פון די ציווי התורה הק' "על פי שנים עדים", מיינט אז ווען אונז נעמען אן א כת עדים, און אונז טוען עפעס על פיהם, דארף די זאך געטון ווערן האלב על פי איין עד, און האלב על פי דער צווייטער עד.

למשל, אויב מיר זענען מוציא הונדערט דאלער פון ראובן -הלוה צו שמעון -המלוה - על פי וואס 2 עדים, לוי און יהודא, זענען מעיד, זענען מיר מוציא 50 דאלער על פי לוי, און 50 על פי יהודא.
אויב לוי און יהודא זענען ברודערס אדער אנדערע קרובים, ווערן זיי גערעכנט ווי איינס, און עס הייסט נישט על פי 'שנים' עדים.

קומט אויס אז די יסוד פארוואס קרובים זענען פסול, איז וויבאלד זיי זענען גערעכנט פאר איינס און נישט פאר צוויי.

-----
אויב האבן אונז א שטר בחתימת ב' עדים לוי און יששכר (נישט קיין קרובים), אז ראובן איז שולדיג הונדערט דאלער פאר שמעון, און לוי איז מקיים זיין חתימה, און לוי'ס ברודער יהודא איז מקיים צוזאמען מיט א פרעמדן יששכר'ס חתימה, לפי"ז זענען אונז מוציא א פופציגער פון ראובן על פי לוי, און די אנדערע פופציגער זענען אונז מוציא האלב דערפון (25) על פי לוי'ס ברודער יהודא, און האלב (25) על פי דעם פרעמדן. קומט אויס אז דריי פערטל פון די געלט (50+25=75) זענען אונז מוציא על פי די 2 ברודער לוי און יהודא, און ווי געשמועסט הייסן זיי דאך ווי 'איינס', אויב אזוי פעלט ווייטער אינעם דין פון "שני עדים" אז ס'מוז דוקא זיין האלב דורך איין עד און האלב דורך די אנדערע עד, און ס'העלפט נישט.

משא"כ בניד"ד פון חזקת ג' שנים, וואס 3 ברודערס זאגן עדות אויף 3 באזונדערע יארן, און יעדער פון זיי איז זיך מצרף מיט א פערטן, דער זעלבער פערטער פאר אלע 3 יאר, קומט אויס אז דער פערטער זאגט עדות אויף האלב, ווייל ער איז דאך אן עד אויף אלע 3 יאר, און די 3 ברודערס צוזאמען זאגן עדות אויף האלב, ווייל זיי ווערן דאך גערעכנט ווי איינס אויף אלע 3 יאר, אויב אזוי איז עס זייער א גוטע עדות פון על פי שנים עדים.

קלאר
יישר כח
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פרא-חסיד האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

מיר האט עס אויך געבאדערט.

מיינסט צו פרעגן אז דא איז נישט שייך כאשר עשה ווייל מ'קען עס אלעמאל אוועקנעמען?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זאג א גוטס האט געשריבן:
פרא-חסיד האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

מיר האט עס אויך געבאדערט.

מיינסט צו פרעגן אז דא איז נישט שייך כאשר עשה ווייל מ'קען עס אלעמאל אוועקנעמען?

ניין, די שאלה איז וואס וויל ער מיט דעם ולא כאשר עשה, וואס איז דאס נוגע דא?

Haklal האט געשריבן:

ער הייבט דאך אן "כפי דמי קרקע שהיו רוצין להפסידו", ממילא פירט ער אויס אז דאס איז דאך די דין הזמה נאר כאשר זמם ולא כאשר עשה.
וואס איז דעם ווייניגער נוגע ווי די רשב"ם פארדעם וואס שמועסט אויס עמנו הייתם? ער איז מסביר די דין הזמה פון די משנה.

איך פארשטיי אבער נישט ווען דא קען זיין א כאשר עשה כנ"ל. אפשר אויף פירות?

פריער דארף ער מסביר זיין וואס זוממין מיינט זאגט ער עמנו הייתם אבער דא דארף ער זאגן א זייטיגע הלכה אז ער וועט נאר חייב זיין ווען עס איז נאר געווען ווען זיי האבן געטראכט צי טוען אבער נישט ווען זיי האבן עס שוין געווען, דעס איז דאך א זייטיגע פרט, דארף דער רשב"ם אדורכגיין אלע הלכות פין עדים זוממין?

לגבי דיין שאלה, די ראשונים פרעגן פארקערט ווי איז שייך דא נאר "כאשר זמם" ווייל בפשטות רעדט מען דא אז ראובן איז מחזיק יעצט אין די פעלד אין ווען די עדים קומען צים ביד אין זאגן אז ראובן האט שוין א חזקת ג' שנים האבן זיין שוין אפגעטוען" ווייל די פעלד ליגט שוין לאנג ביי ראובן אין ראובן" גייט ווייטער בלייבן דערמיט, ווי איז שייך דא די סטעפ פין וועלן טוען אין נישט טוען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

נו. רשב"ם ד"ה משלמין לו את הכל. כפי דמי קרקע שהיו רוצים להפסידו יגבה מהן, כדכתיב כאשר זמם "ולא כאשר עשה" לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק.

לכאורה קשה ל' הרשב"ם במאי דהוסיף כאן ולא כאשר עשה. עי' במהרש"א שציין לדברי הנימוק"י שהקשה דלכאורה כאן כיון שעדים העידו על שני חזקה והמחזיק החזיק בהקרקע, הרי מיד נתקיימה חזקתו וא"כ כבר נעשה מעשה ולמה ישלמו העדים זוממין ואין נפטרין מדין כאשר זמם ולא כאשר עשה (ועי' בנ"י שם ב' תירוצים על זה).

ולכאורה הקושיא הזה בא הרשב"ם לתרץ, במאי דסיים דיבוריה "לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק" דהיינו דס"ל להרשב"ם דהפטור של כאשר עשה שייך רק באופן שא"א להחזיר ולבטל את מה שנעשה, כמו אם הרגו אין נהרגין או אם העידו על א' שחייב מלקות וכבר נלקה.

משא"כ בנידון דידן דאחר שהוזמו העדים יחזיר הקרקע להבעלים נמצא שלא נתקיים העשייה ונשאר בכאשר זמם ולא כאשר עשה. ודו"ק
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

רשב"ם במשנה נז. ד"ה הי' מעמיד בהמה כו', ואין בעל חצר מקפיד עד ארבע וחמש שנים ולכך אין לו חזקה למחזיק לומר מדוע לא מחית בידי וכו'.
וואס איז נאך אכט יאר, העלפט די חזקה פון די 3 יאר נאך די ערשטע פינף?
ואולי איז אפילו די זעקסטע יאר אליין גענוג דהוברר הדבר למפרע דמשום הכי לא מחה אף בחמש שנים שעברו וכבר החזיק כדין?
או שמא דברי הרשב"ם לאו דוקא.
ובמתיבתא בעיונים הביא רק מראש ישיבה בדור העבר ז"ל שהעיר בזה.

ולהלן נח. רשב"ם במשנה ד"ה המרזב בסו"ד, אינו יכול לטעון החזקתי דכיון דלאו מילתא דקביעותא הוא לא קפיד בעל חצר ושתיק שנתים ושלש ע"כ.
מ"ש הכא דנקיט ב' וג' ולעיל ד' וה'. האם נפק"מ לדינא כנ"ל?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מיללער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

נו. רשב"ם ד"ה משלמין לו את הכל. כפי דמי קרקע שהיו רוצים להפסידו יגבה מהן, כדכתיב כאשר זמם "ולא כאשר עשה" לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק.

לכאורה קשה ל' הרשב"ם במאי דהוסיף כאן ולא כאשר עשה. עי' במהרש"א שציין לדברי הנימוק"י שהקשה דלכאורה כאן כיון שעדים העידו על שני חזקה והמחזיק החזיק בהקרקע, הרי מיד נתקיימה חזקתו וא"כ כבר נעשה מעשה ולמה ישלמו העדים זוממין ואין נפטרין מדין כאשר זמם ולא כאשר עשה (ועי' בנ"י שם ב' תירוצים על זה).

ולכאורה הקושיא הזה בא הרשב"ם לתרץ, במאי דסיים דיבוריה "לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק" דהיינו דס"ל להרשב"ם דהפטור של כאשר עשה שייך רק באופן שא"א להחזיר ולבטל את מה שנעשה, כמו אם הרגו אין נהרגין או אם העידו על א' שחייב מלקות וכבר נלקה.

משא"כ בנידון דידן דאחר שהוזמו העדים יחזיר הקרקע להבעלים נמצא שלא נתקיים העשייה ונשאר בכאשר זמם ולא כאשר עשה. ודו"ק

יישר כח
עיין בח"ס על המרש"א ועיין בריטב"א
אז יענער קען קענסטו אויך
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

פרא-חסיד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:נו. אין די משנה זאגט די רשב"ם כאשר זמם ולא כאשר עשה, מיינט ער עפעס מיט ולא כאשר עשה אדער דעס איז סתם שיגרא דלישנא?

נו. רשב"ם ד"ה משלמין לו את הכל. כפי דמי קרקע שהיו רוצים להפסידו יגבה מהן, כדכתיב כאשר זמם "ולא כאשר עשה" לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק.

לכאורה קשה ל' הרשב"ם במאי דהוסיף כאן ולא כאשר עשה. עי' במהרש"א שציין לדברי הנימוק"י שהקשה דלכאורה כאן כיון שעדים העידו על שני חזקה והמחזיק החזיק בהקרקע, הרי מיד נתקיימה חזקתו וא"כ כבר נעשה מעשה ולמה ישלמו העדים זוממין ואין נפטרין מדין כאשר זמם ולא כאשר עשה (ועי' בנ"י שם ב' תירוצים על זה).

ולכאורה הקושיא הזה בא הרשב"ם לתרץ, במאי דסיים דיבוריה "לבד קרקע שלו שיטול מן המחזיק" דהיינו דס"ל להרשב"ם דהפטור של כאשר עשה שייך רק באופן שא"א להחזיר ולבטל את מה שנעשה, כמו אם הרגו אין נהרגין או אם העידו על א' שחייב מלקות וכבר נלקה.

משא"כ בנידון דידן דאחר שהוזמו העדים יחזיר הקרקע להבעלים נמצא שלא נתקיים העשייה ונשאר בכאשר זמם ולא כאשר עשה. ודו"ק

;l;p-

this a tosfas in makkos no?
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

זאג א גוטס האט געשריבן:רשב"ם במשנה נז. ד"ה הי' מעמיד בהמה כו', ואין בעל חצר מקפיד עד ארבע וחמש שנים ולכך אין לו חזקה למחזיק לומר מדוע לא מחית בידי וכו'.
וואס איז נאך אכט יאר, העלפט די חזקה פון די 3 יאר נאך די ערשטע פינף?
ואולי איז אפילו די זעקסטע יאר אליין גענוג דהוברר הדבר למפרע דמשום הכי לא מחה אף בחמש שנים שעברו וכבר החזיק כדין?
או שמא דברי הרשב"ם לאו דוקא.
ובמתיבתא בעיונים הביא רק מראש ישיבה בדור העבר ז"ל שהעיר בזה.

ולהלן נח. רשב"ם במשנה ד"ה המרזב בסו"ד, אינו יכול לטעון החזקתי דכיון דלאו מילתא דקביעותא הוא לא קפיד בעל חצר ושתיק שנתים ושלש ע"כ.
מ"ש הכא דנקיט ב' וג' ולעיל ד' וה'. האם נפק"מ לדינא כנ"ל?

the rashbam's point is that people are not makpid for three years, once this is so there is no shiur for hakpada.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נתן בן ופסי האט געשריבן:סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג

יאפ
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”