בלאט 2 פון 2

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:41 am
דורך nemtudom
Haklal האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג

יאפ

איז די גמרא טאקע די מקור פון נישט עסן פלייש און טרינקען וויין אין די 9 טעג?

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:18 pm
דורך זאג א גוטס
סג: בענין המח' רב זביד ורב פפא בדיוטא עליונה.

קודם סימנא מילתא רב ז'ביד האלט הוצאת ז'יזין.

רשב"ם סוד"ה רב פפא אמר: ולרב זביד אהני תנאה להוצאת זיזין "ולא להדר בני לה" וכו' עסו"ד.
הרי דרב זביד אינו מודה לדינו של רב פפא.
ולפי"ז הי' קשה לי מה שכתב הרשב"ם בתחלת דבריו, רב פפא אמר כולי האי לא אהני תנאי וכו'. והרי גם לרב פפא מהני לדבר שלרב זביד אינו מהני.

----
סיכום:
למסקנת הגמ' סד. נמצא דהמוכר בית סתם, שייך דיוטא עליונה ועד רום רקיע להמוכר.
אמר עומקא ורומא, שייך דיוטא עליונה להמוכר, ולמעלה הימנו שייך להלוקח, ואם נפלה הדיוטא אין המוכר רשאי לחזור ולבנותו.
אמר ע"מ שדיוטא עליונה שלי, אז אף אם נפל, רשאי המוכר לחזור ולבנותו. אבל למעלה הימנו ודאי שייך ללוקח.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:04 am
דורך זאג א גוטס
דף פא. רשב"ם ד"ה מביא וקורא, ור"מ לטעמיה דס"ל קנה קרקע אבל באילן אחד מודה ע"כ.
כוונתו דמודה ר"מ שאין לו קרקע, אבל אינו מודה שאינו קורא, כמ"ש רשב"ם מיד אח"ז בד"ה מחייב בסו"ד - דאילו ר"מ אפי' באילן אחד שאין לו קרקע מביא וקורא ע"כ. ופשוט הוא.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 10:31 pm
דורך מיללער
זאג א גוטס האט געשריבן:דף פא. רשב"ם ד"ה מביא וקורא, ור"מ לטעמיה דס"ל קנה קרקע אבל באילן אחד מודה ע"כ.
כוונתו דמודה ר"מ שאין לו קרקע, אבל אינו מודה שאינו קורא, כמ"ש רשב"ם מיד אח"ז בד"ה מחייב בסו"ד - דאילו ר"מ אפי' באילן אחד שאין לו קרקע מביא וקורא ע"כ. ופשוט הוא.

זה דוקא להמ"ד שמחייב היה ר"מ אף בלוקח פירות מן השוק, אבל מאחר שאיתותב איו קורא לר"מ באילן אחד

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:58 pm
דורך זאג א גוטס
דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?

יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:28 pm
דורך  פיש כאפער
זאג א גוטס האט געשריבן:דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.

די גמרא זאגט דאך שפעטער "אמר רב אשי טעמא דאחרים לא ידעינן הלכתא עבדינן כוותייהו - בתמיה"

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:04 am
דורך זאג א גוטס
 פיש כאפער האט געשריבן:

אויך אזוי געקלערט, אבער רבינו גרשום זאגט: משום דאיכא לאקשויי עלייהו כדמקשי' אדרבה האי ארעא כו' ועוד ובדין הוא דלימא טפי ולא פסקי למילתייהו.
היינו דאס וואס דער צווייטער שטעלט זיך אפ ביי הונדערט, ווייל ער וויל נישט זאגן צופיל מער פונעם ערשטן.

שוב התבוננתי אז ס'איז לכאורה פשוט.
אונז האבן דא 3 מענטשן זאגן אנדערע שויות אויף די זאך. מוז זיין אז די אמת'ע שויות איז ערגעץ אינצווישן, נאר יעדער איז זיך טועה. אויף דעם זאג איך, צוטייל די חילוק פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן אויף 3, קומט אויס אז יעדער איז זיך טועה אויף א דריטל, (און ווי די גמ' זאגט בדין הוא דלימא טפי וכו'), נאר למעשה נעמען אונז נאר אן די 2 נידריגסטע, פונקט ווי די אנדערע מאן דאמרי אז אונז קוקן נאר אויף די 2.
ממילא כדי צוצוקומען צום אמת'ן שויות מוזן אונז קוקן אויפן העכסטן, ווייל זעסט דאך איינער איז זיך טועה ביז אהין, אבער אויף למעשה זאגן מיר תפשת מועט תפשת.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 7:40 am
דורך ציגאנער
זאג א גוטס האט געשריבן:שוב התבוננתי אז ס'איז לכאורה פשוט.
אונז האבן דא 3 מענטשן זאגן אנדערע שויות אויף די זאך. מוז זיין אז די אמת'ע שויות איז ערגעץ אינצווישן, נאר יעדער איז זיך טועה. אויף דעם זאג איך, צוטייל די חילוק פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן אויף 3, קומט אויס אז יעדער איז זיך טועה אויף א דריטל, (און ווי די גמ' זאגט בדין הוא דלימא טפי וכו'), נאר למעשה נעמען אונז נאר אן די 2 נידריגסטע, פונקט ווי די אנדערע מאן דאמרי אז אונז קוקן נאר אויף די 2.
ממילא כדי צוצוקומען צום אמת'ן שויות מוזן אונז קוקן אויפן העכסטן, ווייל זעסט דאך איינער איז זיך טועה ביז אהין, אבער אויף למעשה זאגן מיר תפשת מועט תפשת.

;l;p-
און כ'מיין אז ס'שטימט נאך די בעסטע פון אלע דריי שיטות.
די תנא קמא מאכט טאקע א פיינע פשרה, אבער וואס איז מיט תפסת מרובה. ר"א בן צדוק איגנארירט אינגאנצן דעם דריטער. אחרים אבער רעכנט זיך מיט יעדנס מיינונג און אויף דעם מאכט מען א פשרה באזירט אויף תפסת מרובה. זייער שיין.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:33 pm
דורך זאג א גוטס
זייער אינטערעסאנט געווען וואס די רשב"ם שרייבט (קיג. ד"ה נחלה הראויה לו וירשה בנו):
שמשמע שבאו לדין אלעזר ופנחס על עסק ירושה זו לפי שהיתה ראויה לאלעזר ונתנה בבית דין לפנחס בנו.

לכאורה איז זייער דין תורה געווען פאר די זעלבע סיבה ווי פארוואס משה רבינו האט אזוי געגארט אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, ווי די גמרא זאגט (סוטה יד.), דרש רבי שמלאי מפני מה נתאוה משה רבינו ליכנס לארץ ישראל, וכי לאכול מפריה הוא צריך או לשבוע מטובה הוא צריך. אלא כך אמר משה הרבה מצות נצטוו ישראל ואין מתקיימין אלא בארץ ישראל, אכנס אני לארץ כדי שיתקיימו כולן על ידי.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 4:25 pm
דורך פרא-חסיד
מנא ליה להרשב״ם לפרש דרבי יליף בין סיבת הבעל ובין סיבת הבן מן ״והעברתם״ , לכאורה יש לומר דלא איירי אלא בסיבת הבן?

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 4:28 pm
דורך מיללער
פרא-חסיד האט געשריבן:מנא ליה להרשב״ם לפרש דרבי יליף בין סיבת הבעל ובין סיבת הבן מן ״והעברתם״ , לכאורה יש לומר דלא איירי אלא בסיבת הבן?

למדתי שכוונתו הוא לומר שלכה"פ אחד מן הדברים נלמד מוהעברתם - או משום דשקולין הן ויבואו שניהם

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 9:13 pm
דורך ציגאנער
ויפלו חבלי מנשה עשרה. ווי קומט מען אן צו 10?
חפר'ס חלק - וועלכע איז כולל פיר חלקים - איז דאך איינס פון די זעקס, ניין?
(ס'דא פינעף ברודערס, מיט א דאפלטע חלק פון חפר, צלפחד'ס, און א פעטער = 9)

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:28 am
דורך מיללער
ציגאנער האט געשריבן:ויפלו חבלי מנשה עשרה. ווי קומט מען אן צו 10?
חפר'ס חלק - וועלכע איז כולל פיר חלקים - איז דאך איינס פון די זעקס, ניין?
(ס'דא פינעף ברודערס, מיט א דאפלטע חלק פון חפר, צלפחד'ס, און א פעטער = 9)

בערך דאס פרעגט די גמרא (נישט ממש דאס, אבער ענליך) והאי תנא מאי קא חשיב

ווי עס שיינט, לערנט די גמרא אז די עשרה חבלים איז א קאמבינאציע פון צוויי באזונדערע חשבונות, די זעקס בתי אבות און די פיר חלקים פון חפר - הגם עס טוט באמת אווערלעפ"ן

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:17 am
דורך  פיש כאפער
דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 11:30 am
דורך היסטאריקער
 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!

ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:17 pm
דורך לא לנו
היסטאריקער האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!

ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

אינטערעסאנטע חידוש, ווער איז דער זאגער?

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:56 am
דורך היסטאריקער
לא לנו האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!

ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

אינטערעסאנטע חידוש, ווער איז דער זאגער?

געדענק נישט, עיין בתולדות רש"י

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: פרייטאג יאנואר 15, 2021 9:29 am
דורך  פיש כאפער
רבותי לומדי תורתך שעשועי...

עוד שני שבועות ביזן גרויסן טאג פון מסיים די גרעסטע מסכת אין ש"ס (בדפים ).

ווילעך וויסן צי די עולם האט זיך מסדר געווען מיט דעם גט מקושר? ווי אזוי איז עס פונקטליך לויט רב ירמי' בר אבא לההו"א? וואס מיינט מאחורי הכתב?

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: פרייטאג יאנואר 15, 2021 2:02 pm
דורך Haklal
 פיש כאפער האט געשריבן:רבותי לומדי תורתך שעשועי...

עוד שני שבועות ביזן גרויסן טאג פון מסיים די גרעסטע מסכת אין ש"ס (בדפים ).

ווילעך וויסן צי די עולם האט זיך מסדר געווען מיט דעם גט מקושר? ווי אזוי איז עס פונקטליך לויט רב ירמי' בר אבא לההו"א? וואס מיינט מאחורי הכתב?

יא יא

די הו"א איז ער לייגט די 3עדים אקעגן די לעצטע 3 שורות ווי דער כתב ענדיגט זיך אין אויף דעם הייבט אהן די גמרא פרעגן די חששות אויף קסא. ולר' ירמי' בר אבא

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 16, 2021 5:58 pm

פון וואו נעמסטו אז אקעגן די לעצטע דריי שורות?
די רשב"ם שרייבט צוויי מאל מאחורי הכתב עד סוף השטר.
און בפשטות קוקט אויס אז ס'האט געדארפט פארנעמען די גאנצע אחורי הכתב און נישט דארפן שרייבן שריר וקיים.

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 16, 2021 6:33 pm

ריכטיג, נאר אין ארטסקרול האב איך געזעהן די לעצטע 3 שורות
לכאורה איז די מכוון די זעלבע
דהיינו כנגד כל הכתב אויב עס פארנעמט א פלאץ פון 3 עדים אדער פין אונטן ארויף די לעצטע 3 שורות

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

געשריבן: דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:56 pm
דורך פרישוואסער
אפשר באלאנג איך נישט דא, אבער...

ווי קען איך באקומען אויף PDF עטליכע בלעטער גמרא מיט פירוש שפה ברורה אדער מתיבתא אויף בבא בתרא?