מיינע פילינגס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מיינע פילינגס
פארלוירן אינגאנצן איינער אליין
אויף די וועלט די פינסטערע איך קען נישט גיין,
מיין גאנץ לעבן די וועג איך זיך
דיר צו טרעפן נאנט צו זיין מיט דיך,
יעדן טאג איך פאל אראפ אזוי
א מינוט א צדיק א מינוט א גוי,
מיין קינד געדענק און מיין הארץ די ביסט
אפילו עבירות יעדן טאג די טוסט,
איך קוק מיר צו ווי נאר צו מצות די גלוסט,
איך נאך עבירות די שפירסט ווי מיסט,
יא טאקע די פאלסט אמאל מער
אבער די כאפסט בכלל נישט מיין באגער,
מלאכים אויבן גענוג איך פארמאג
קיינמאל זיי פאלן ווייל אלץ איז דארט טאג,
קוקן אויף דיר נאר דאס איך טוה
טאקע ווען די פאלסט און גלייך נעמסטו די מוה,
זוך אויפהייבן אויף די פיס צירוק זוך שטעלן
ווייל שבע יפול צדיק וקם נאר דאס טוט מיר געפעלן,
אויף די וועלט די פינסטערע איך קען נישט גיין,
מיין גאנץ לעבן די וועג איך זיך
דיר צו טרעפן נאנט צו זיין מיט דיך,
יעדן טאג איך פאל אראפ אזוי
א מינוט א צדיק א מינוט א גוי,
מיין קינד געדענק און מיין הארץ די ביסט
אפילו עבירות יעדן טאג די טוסט,
איך קוק מיר צו ווי נאר צו מצות די גלוסט,
איך נאך עבירות די שפירסט ווי מיסט,
יא טאקע די פאלסט אמאל מער
אבער די כאפסט בכלל נישט מיין באגער,
מלאכים אויבן גענוג איך פארמאג
קיינמאל זיי פאלן ווייל אלץ איז דארט טאג,
קוקן אויף דיר נאר דאס איך טוה
טאקע ווען די פאלסט און גלייך נעמסטו די מוה,
זוך אויפהייבן אויף די פיס צירוק זוך שטעלן
ווייל שבע יפול צדיק וקם נאר דאס טוט מיר געפעלן,
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5041
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: מיינע פילינגס
נייס! האלאו די קומסט אריין קלאער!
שרייב נאך און נאך און ברענג ארויס דיינע פילונגס מער און מער!
שרייב נאך און נאך און ברענג ארויס דיינע פילונגס מער און מער!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re: מיינע פילינגס
זייער שיין ארויסגעברענגט דיינע פילינגס אין געדאנקען
הלואי יעדער קען זיך אזוי ארויסברענגען
הלואי יעדער קען זיך אזוי ארויסברענגען
Re: מיינע פילינגס
א פרישער טאג פרישע השפעות
נייע האפענונג נייע מחשבות,
צובראכן געווען נאר נעכטען
היינט וועל איך אלעס פארעכטען,
די טאג איך הייב אן מיט א תפילה פאר דיר
א גיטער מאד מיט הצלחה שענק פאר מיר,
מיט ליבשאפט דיין קינד
נייע האפענונג נייע מחשבות,
צובראכן געווען נאר נעכטען
היינט וועל איך אלעס פארעכטען,
די טאג איך הייב אן מיט א תפילה פאר דיר
א גיטער מאד מיט הצלחה שענק פאר מיר,
מיט ליבשאפט דיין קינד
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: מיינע פילינגס
שלום עליכם ר' פיליקס.. כ'מיין פילינגס,
שרייבט נאך, און מאכט אייך באקוועם!!
ישר כוח, זייער שיין.
שרייבט נאך, און מאכט אייך באקוועם!!
ישר כוח, זייער שיין.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: מיינע פילינגס
זייער הארציג און שיין,
אבער דאך זאלסטו געדענקן אז דו ביסט נישט אליין,
דו ביסט נישט אליינס! א איד איז קיינמאל נישט אליינס,
ביי אידן איז נישט דא אזיינס,
אפילו עס זעט אויס ווי עס איז אן עלנדער "דו",
איז נאך אלס "כי אתה עמדי",
דער טאטע איז שטענדיג מיט דיר,
ער קוקט פון פענסטער און באהאלט זיך אונטערן טיר,
אין די שווערסטע נסיונות,
איז ער ווי א ליבע טאטע משגיח מן החלונות,
טראץ דעם אז מ'שפירט אז מ'איז אין א טיפער טאל,
שטייט ער אונז ביי די האנט אלעמאל,
אל יטשנו ואל יעזבונו,
שבטך ומשענתך המה ינחמוני..
אבער דאך זאלסטו געדענקן אז דו ביסט נישט אליין,
דו ביסט נישט אליינס! א איד איז קיינמאל נישט אליינס,
ביי אידן איז נישט דא אזיינס,
אפילו עס זעט אויס ווי עס איז אן עלנדער "דו",
איז נאך אלס "כי אתה עמדי",
דער טאטע איז שטענדיג מיט דיר,
ער קוקט פון פענסטער און באהאלט זיך אונטערן טיר,
אין די שווערסטע נסיונות,
איז ער ווי א ליבע טאטע משגיח מן החלונות,
טראץ דעם אז מ'שפירט אז מ'איז אין א טיפער טאל,
שטייט ער אונז ביי די האנט אלעמאל,
אל יטשנו ואל יעזבונו,
שבטך ומשענתך המה ינחמוני..
Re: מיינע פילינגס
יישר כח
מיט א קעדילעק זאגט זיך עס אסאך גרינגער לול
מיט א קעדילעק זאגט זיך עס אסאך גרינגער לול
Re: מיינע פילינגס
שכח יעדער פאר די חיזוק
Re: מיינע פילינגס
גוט מארגן
אויב ווארסטו אויף איינעם וואס זאל דיר אינספערירין
און צו א לעבן א גיטע דיר אריבערפירן,
דאן אויף א בענקעל זעצט אייך אוועק
ווייל דאס וועט נישט נעמען קיין עק,
עס איז נישט דא דער צווייטער
נאר די זיי דער איינער,
באשעפער גיב מיר די כוחות דאס אויסצופירן
און מיר אליין אינספערירן
א גוטן טאג
אויב ווארסטו אויף איינעם וואס זאל דיר אינספערירין
און צו א לעבן א גיטע דיר אריבערפירן,
דאן אויף א בענקעל זעצט אייך אוועק
ווייל דאס וועט נישט נעמען קיין עק,
עס איז נישט דא דער צווייטער
נאר די זיי דער איינער,
באשעפער גיב מיר די כוחות דאס אויסצופירן
און מיר אליין אינספערירן
א גוטן טאג
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5041
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: מיינע פילינגס
דער איז פריש לייק נאו טאמאראו!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re: מיינע פילינגס
אה, פרישע "פילינגס" אריינגעקומען גיט מיר א לייכטן שאק,
מר. פילינגס איז נאכאמאל ארויס פון זאק,
ווייטער מיט די ווארעמע רייד אזוי געשמאק,
שוין פון אנפאנג ווען ער איז געווען פותח שערים,
קומט ער צוריק אריינשיינען פאר אלע חברים לארץ ולדרים,
מיט די נייע און ריכטיגע ווערטער חדשים לבקרים,
פון געבן פאזיטיווע חיזוק רייד בין איך א חסיד,
זאלסטו קענען אנגיין מיט די זיסע ווערטער אויך בעתיד,
אז עס זאל זיך איינוואצלען אין דעם עולם ולא ימוט כיתד,
מר. פילינגס איז נאכאמאל ארויס פון זאק,
ווייטער מיט די ווארעמע רייד אזוי געשמאק,
שוין פון אנפאנג ווען ער איז געווען פותח שערים,
קומט ער צוריק אריינשיינען פאר אלע חברים לארץ ולדרים,
מיט די נייע און ריכטיגע ווערטער חדשים לבקרים,
פון געבן פאזיטיווע חיזוק רייד בין איך א חסיד,
זאלסטו קענען אנגיין מיט די זיסע ווערטער אויך בעתיד,
אז עס זאל זיך איינוואצלען אין דעם עולם ולא ימוט כיתד,
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: מיינע פילינגס
מיין דענטיסט לייגט פילינגס אין די ציינער
דו לייגסט פילינגס טיף אין די ביינער!
דו לייגסט פילינגס טיף אין די ביינער!
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: מיינע פילינגס
הערליך שיין!
שטארק מעורר די געפילן,
יישר כח
שטארק מעורר די געפילן,
יישר כח
Re: מיינע פילינגס
די מעשה מיטן צדיק געקומען א פרוי
מיין שווערע פעקל כ'קען נישט טראגן אזוי,
די צדיק געוויזן א צימער דארט
ווי פעקלעך צרות און יעדע ארט,
די צדיק זאגט אויסוועילן איר קענט
די אייגענע צרות די פרוי זי נעמט,
דערויף א געזאגט א גוטער יוד
פון זיין בשמחה ווער נישט מיד,
אלע פעקלעך איך וואלט געלאזט אויפן ארט
און אפילו מיין אייגענע נישט גענומען פון דארט,
פארוואס שלעפן די צרות אויפן ריקן
מען ברעכט דאך אינטער און געציילטע מינוטן,
זיין שטענדיג פרייליך און צופרידן
וועט צרות אייך נישט קענען צורירן,
מיין שווערע פעקל כ'קען נישט טראגן אזוי,
די צדיק געוויזן א צימער דארט
ווי פעקלעך צרות און יעדע ארט,
די צדיק זאגט אויסוועילן איר קענט
די אייגענע צרות די פרוי זי נעמט,
דערויף א געזאגט א גוטער יוד
פון זיין בשמחה ווער נישט מיד,
אלע פעקלעך איך וואלט געלאזט אויפן ארט
און אפילו מיין אייגענע נישט גענומען פון דארט,
פארוואס שלעפן די צרות אויפן ריקן
מען ברעכט דאך אינטער און געציילטע מינוטן,
זיין שטענדיג פרייליך און צופרידן
וועט צרות אייך נישט קענען צורירן,
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: מיינע פילינגס
שיין שיין!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: מיינע פילינגס
א גוט מארגן
צו האסטו דען אמאל אריין געטראכט
א טייערע מאלעריי וויאזוי מען מאכט,
אדער שטיל און קאפ געקלערט
א פלעשעל טינט סתם איבערגעקערט,
---
אזא שיינער וועלט באשאפען האט ווער
נישט קיין פראגע בכלל נישט קיין קלער
און דער איין איינציגער מיר טוען גלייבן
די שווערסטע צרות מיט דעם דערהייבן,
א תפילה א שיינע איך טוה זאגן
אמונה און ביטחון איך זאל אלץ פארמאגן,
זיי מצליח
צו האסטו דען אמאל אריין געטראכט
א טייערע מאלעריי וויאזוי מען מאכט,
אדער שטיל און קאפ געקלערט
א פלעשעל טינט סתם איבערגעקערט,
---
אזא שיינער וועלט באשאפען האט ווער
נישט קיין פראגע בכלל נישט קיין קלער
און דער איין איינציגער מיר טוען גלייבן
די שווערסטע צרות מיט דעם דערהייבן,
א תפילה א שיינע איך טוה זאגן
אמונה און ביטחון איך זאל אלץ פארמאגן,
זיי מצליח
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: מיינע פילינגס
wow wow, דער בחור קומט אריין קלאר!
שרייב נאך מאך נאך און נאך פילינגס
שרייב נאך מאך נאך און נאך פילינגס
Re: מיינע פילינגס
די קינץ איז נישט צו זיין גוט אויפגעלייגט
ווען אלעס גוט פאר דיר עס גייט,
נאר טאקע ווען ס'גייט נישט אזוי ווי מען וויל
זאל מען קענען זיין רוהיג און שטיל,
און טעג פון טינקעל און טעג פון ליכטיג
פראביר איך אלץ זיין אפטעמיסטיג,
ווען אלעס גוט פאר דיר עס גייט,
נאר טאקע ווען ס'גייט נישט אזוי ווי מען וויל
זאל מען קענען זיין רוהיג און שטיל,
און טעג פון טינקעל און טעג פון ליכטיג
פראביר איך אלץ זיין אפטעמיסטיג,
Re: מיינע פילינגס
ס'איז טאקע ביטע שווער
אבער דאס געט דאך נאר ער,
*כקען עס נישט דערטראגן*
*פארדעם איך וויל דיר זאגן,*
איך מאך צו מיינע אויגן די נאסע
און אויף דיין שויס איך לייג מיר טאטע,
*מיינע מוקסלען איך טוה אויפלאזן*
*אויף דיר איך ווארף מיינע זארגן,*
מיט מיין ליפן איך רעד שטילערהייט
מיינע פראבלעמען ווערן א פארגאנגענהייט,
*אין דיינע הענט איך גיב מיר איבער*
*די ביסט מיין טאטע וואס אימער,*
ווען דיין ווארימע גלעט איך שפיר
מיין מערסט באהאלטענע טיפעניש איך עפען פאר דיר,
*אזוי אויף דיר איך שלאף איין*
*איך פארגעס אינגאנצן אלע מיינע פיין,*
שששש שלאף מיין קינד שששש
אבער דאס געט דאך נאר ער,
*כקען עס נישט דערטראגן*
*פארדעם איך וויל דיר זאגן,*
איך מאך צו מיינע אויגן די נאסע
און אויף דיין שויס איך לייג מיר טאטע,
*מיינע מוקסלען איך טוה אויפלאזן*
*אויף דיר איך ווארף מיינע זארגן,*
מיט מיין ליפן איך רעד שטילערהייט
מיינע פראבלעמען ווערן א פארגאנגענהייט,
*אין דיינע הענט איך גיב מיר איבער*
*די ביסט מיין טאטע וואס אימער,*
ווען דיין ווארימע גלעט איך שפיר
מיין מערסט באהאלטענע טיפעניש איך עפען פאר דיר,
*אזוי אויף דיר איך שלאף איין*
*איך פארגעס אינגאנצן אלע מיינע פיין,*
שששש שלאף מיין קינד שששש
Re: מיינע פילינגס
פילינגס האט געשריבן:ס'איז טאקע ביטע שווער
אבער דאס געט דאך נאר ער,
*כקען עס נישט דערטראגן*
*פארדעם איך וויל דיר זאגן,*
איך מאך צו מיינע אויגן די נאסע
און אויף דיין שויס איך לייג מיר טאטע,
*מיינע מוקסלען איך טוה אויפלאזן*
*אויף דיר איך ווארף מיינע זארגן,*
מיט מיין ליפן איך רעד שטילערהייט
מיינע פראבלעמען ווערן א פארגאנגענהייט,
*אין דיינע הענט איך גיב מיר איבער*
*די ביסט מיין טאטע וואס אימער,*
ווען דיין ווארימע גלעט איך שפיר
מיין מערסט באהאלטענע טיפעניש איך עפען פאר דיר,
*אזוי אויף דיר איך שלאף איין*
*איך פארגעס אינגאנצן אלע מיינע פיין,*
שששש שלאף מיין קינד שששש
wow
Re: מיינע פילינגס
שכח שכח
סאיז פריש סאיז נאך און די 18 מינוט
פון מיין טיפסטע טיפעניש פון מיין הארץ
סאיז פריש סאיז נאך און די 18 מינוט
פון מיין טיפסטע טיפעניש פון מיין הארץ
Re: מיינע פילינגס
די פראגע איז בכלל נישט
פארוואס עבירות די טוסט,
די פראגע ווערט זייער שטארק
צו האט דיר עס בכלל ג'ארט,
פארוואס ווען און עבירות די מישט
כאטשיג מיט רצון טוה עס נישט,
געדענק אויף צירוק גיב נישט קיין קוק
תשובה נעמט נישט מער ווי א אויגן בליק,
פארוואס עבירות די טוסט,
די פראגע ווערט זייער שטארק
צו האט דיר עס בכלל ג'ארט,
פארוואס ווען און עבירות די מישט
כאטשיג מיט רצון טוה עס נישט,
געדענק אויף צירוק גיב נישט קיין קוק
תשובה נעמט נישט מער ווי א אויגן בליק,