ס'גייט א רעגן
די טויערן פון הימל אפן ברייט
אלע גאסן און וועגן
צוליב דעם אנגעלייגט
ס'איז שווער צו גיין
ס'איז שווער צו קומען
יעדער קען פארשטיין
מיט אוממוט מ'קען ווערן ארומגענומען
די גאסן אבער פול דאך
ס'טוט זיך א גערודער
אלע מיט א ברען און קאך
קיינער נישט קיין מידער
משפחה ומשפחה
קליין און גרויס
ס'טוט זיך א מערכה
אין יעדעס אידיש הויז
מ'גייט הערן די מגילה
משלוח מנות טראגן מ'טוט
מתנות לאביונות מ'איז מקיים אפילו
סעודת פורים מיט חשק און אפעטיט
ס'איז דאך היינט א גרויסער טאג
פורים היום לנו
ס'איז כדאי דער גאנצער פלאג
ברוך אשר בחר בנו
א קידוש השם
קיינער בלייבט נישט אינדערהיים
מיט אן אייפער און ברען
אפגעראכטן א פורים מיט'ן גאנצן חן
באשעפער קוק דאס צו פון הימל
"מי כעמך ישראל" מיט אזא סבלנות
זיי דארט שוין מעורר א טומל
און שיק שוין משיח פאר משלוח מנות
א (רעגענדיגער..) פורים צום געדענקן...!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm