בס"ד
מיט נאסע באקן און א פארגלייזטער בליק
די געפילן לויפן ארום שנעל ווי אן א ציל
טרערן קייקלען זיך זיי קומען נישט צוריק
אזויווי די בענקשאפט וואס איז שטארק אין געפיל
דאס קאפ פארווארפן די קערפער ציטערט פאר קעלט
ווי א גאנצע געביידע איז אוועק מיטן רויעך
פון אונטערן באוואוסטזיין עס שפילט זיך אונטער א פארגאנגענע וועלט
און די אלע זכרונות וועלכע ווערן נישט פארמעקט פון מח
אלס ביסטו געווען א טאטע און א רבי גלייך
וואס ביסטו נישט געווען עס איז איז אויף דיר נישטא קיין ערזאץ
נישט קיין צווישנשייד צו ביסט געווען יונג אדער אלט און שוואך
האסטו אין אונז אריינגעבלאזן חשק און געשפרודלט זעלבסטשאץ
א געווענליכער זאך קען מען צוריקברענגען אייביג
אבער א בענקעניש בלייבט אויף אייביג אומדערגרייכבאר
די ווייטאג אז דיין בענקל וועט שוין פארבלייבן ליידיג
איז א מחשבה וואס ברענגט מיט זיך זארג און קאשמאר
רבי וואו ביסטו אוועק פון אונז אזוי פלוצלינג אן דאס מינדעסטער ווארן
אן דיר איז שוין נישט ווערד נישט דאס הארץ און נישט דאס שכל
אויב צו דיר אין דיין צימער איז שוין נישטא וואו צו פארן
אויב וועט מען דיר שוין נישט זען אויב וועט מען נישט שפירן דיין ליכטיג שמייכל
מיר האבן שוין געמיינט אז דו וועסט אונז באגלייטן ביזן סוף
אבער יעצט אז ביסט אוועק זענען מיר קיילעכיגע יתומים געבליבן
אפילו נאך יעצט אויף דיין צוריקקער איך בענק און איך האף
אבער איך ווייס טיף אין הארץ אז דער דמיון איז נאר שיין געשריבן
ווען מיר האבן באגלייט מיט געבויגענע קעפ דעם בעט אין וואס דו ביסט געליגן
האבן מיר געוויינט אזוי ביטער און נישט געקענט קומען צו זיך
זעענדיג די נאך טויזענטער נארוואס פארוואנדלטע צובראכענע מענטשן וואס פלעגן דיין הארציג שמייכל קריגן
אלע וויינען אונז האבן מער נישט קיין רבי וואס זאל אונז מוסר זאגן און בענטשן
ווען איך גיי אריבער צו דיין שטיין וואו דו ליגסט שוין זייט דיין פטירה
איך שפיר אז ביסט דארט אבער עס איז מיר נישט גענוג
איך וויל דאך אזוי שטארק זען דיין לעכטיגער צורה
וואו ביסטו מיין רבי דער לעצטער וואס איז אריבער דעם קריג?
טרערן צום שלושים פון הרה״ק ציס״ע מסקולען זיעוכי״א
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24612
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג